נפתלי מאסטער

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שליחה דורך מודה בטפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס מישען אויס פאקטן און שיטות, זיי זען נישט די חילוק צווישען זיי. יא קורקלאנד, מ'דארף אויסקומען מיט א.ט.ד. ווייל אז נישט איז צרות. עס איז נישט ריכטיג? איז וואס? מ'דארף נאכאלס אויסקומען.

א יונגערמאן 'קען' נעמן א קורס. זייער פיין. למעשה איז אז מ'דארף קענען ענגליש אנצוהויבען די אלע זאכען, און לערנען ESL איז נישט אין פלאץ ווען דאס איז נאר איין טריט אין די ריכטונג פון מאכען פרנסה. טאמער דאס איז די לעזונג, זע'יר אויף צרות.

פערזענליך ווייס איך נישט וואס טוט זיך ביי ענק, איך דענק אז צו גרויס א פערצענט פון די ציבור לעבט פון פוסטע געשעפטען, פון סאפיסטיקירטע שנארעריי ביז 'ארגאניזאציעס' וואס עגזיסטירען פאר די ארבעטאערס, און פון מענטשן וואס זייער אויפטו איז צוצולייגען צו די אויסגאבע פון אנדערע, אזוי ווי די אלע וואס פארקויפען אומוויכטיגע חתונה געצייג, און פראפעסיאנעלער שרייבערס פאר מצבות וכדו'. די אלע וואס מאכען מוזיק ווידיאוס פון די מוזיקאנטען ביז די טעכנישענס און די זינגערס. טון עפעס וואס איז עוסק בישובו של עולם איז א קליינער פערצענט פון די מיטל פארדינערס, און דאס איז טאקע צוליעב דעם אז ענק זענען געצוואונגען צו זוכען נייע קוועלער פאר פרנסה ווען נארמאלערע זענען אויסגעשפארט פון ענק.
דאהי אין לעיקוואד זענען דא פיהל ווייניגער פון די סארט מענטשן, און די וואס לעבען פון די רעגירונג זענען אדער די קליינע פערצענט ליידיגייערס, אדער כולל יונגעלייט. אז דער מאן פארדינט נישט גענוג, גייט די פרוי אויך ארבעטן. אבער פראפעסיאנעלער ציונים שלאגערס עגזיסטירט נישט. און דאס איז נישט ווייל עס איז דא מער לימודי חול אין ישיבה קטנה, אדער ווייל מ'איז קלוגער. דאס איז נאר ווייל מ'קען ענגליש.

און זיי קענען ענגליש ווייל אין זייער שטוב האט מען גערעדט ענגליש נישט ווייל מ'האט זיי עס אויסגעלערנט.
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: נפתלי מאסטער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גערעכט, עס איז פונקט אזוי נאכגעלאזען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס מישען אויס פאקטן און שיטות, זיי זען נישט די חילוק צווישען זיי. יא קורקלאנד, מ'דארף אויסקומען מיט א.ט.ד. ווייל אז נישט איז צרות. עס איז נישט ריכטיג? איז וואס? מ'דארף נאכאלס אויסקומען.

א יונגערמאן 'קען' נעמן א קורס. זייער פיין. למעשה איז אז מ'דארף קענען ענגליש אנצוהויבען די אלע זאכען, און לערנען ESL איז נישט אין פלאץ ווען דאס איז נאר איין טריט אין די ריכטונג פון מאכען פרנסה. טאמער דאס איז די לעזונג, זע'יר אויף צרות.

פערזענליך ווייס איך נישט וואס טוט זיך ביי ענק, איך דענק אז צו גרויס א פערצענט פון די ציבור לעבט פון פוסטע געשעפטען, פון סאפיסטיקירטע שנארעריי ביז 'ארגאניזאציעס' וואס עגזיסטירען פאר די ארבעטאערס, און פון מענטשן וואס זייער אויפטו איז צוצולייגען צו די אויסגאבע פון אנדערע, אזוי ווי די אלע וואס פארקויפען אומוויכטיגע חתונה געצייג, און פראפעסיאנעלער שרייבערס פאר מצבות וכדו'. די אלע וואס מאכען מוזיק ווידיאוס פון די מוזיקאנטען ביז די טעכנישענס און די זינגערס. טון עפעס וואס איז עוסק בישובו של עולם איז א קליינער פערצענט פון די מיטל פארדינערס, און דאס איז טאקע צוליעב דעם אז ענק זענען געצוואונגען צו זוכען נייע קוועלער פאר פרנסה ווען נארמאלערע זענען אויסגעשפארט פון ענק.
דאהי אין לעיקוואד זענען דא פיהל ווייניגער פון די סארט מענטשן, און די וואס לעבען פון די רעגירונג זענען אדער די קליינע פערצענט ליידיגייערס, אדער כולל יונגעלייט. אז דער מאן פארדינט נישט גענוג, גייט די פרוי אויך ארבעטן. אבער פראפעסיאנעלער ציונים שלאגערס עגזיסטירט נישט. און דאס איז נישט ווייל עס איז דא מער לימודי חול אין ישיבה קטנה, אדער ווייל מ'איז קלוגער. דאס איז נאר ווייל מ'קען ענגליש.

איך זעה אינגאנצן אן אנדערע בּילד ווי אייך. אייער בּליק איז זייער דיסטארטעד פון ריאליטעט. איך ליידן אייך איין אויף א באזוך און איך וועל אייך געבן א טוּר איר זאלט זעהן באמת וואס גייט דאָ פאר.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: נפתלי מאסטער

שליחה דורך גראף »

https://nypost.com/2020/05/09/internal- ... iphone_nyp

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף: איין זאך איז זיכער. נפתלי מאסטער מיינט נישט די טובה פון די קינדער און עלטערן אין ישיבות. ס'קען זיין אז ווען ער האט אנגעהויבן איז דאס געווען זיין ציעל. צו פארבעסערן די (הינקעדיגע) וועלטליכע עדיוקעישן אין ישיבות אין נ.י. אבער היינט ווייזט זיך ארויס אז ער האט א פערזענליכע פאליטישע אגענדא. ער גרייט זיך אפשר צו לויפן פאר א סטעיטווייד אפיס אדער, גאר א פעדעראלע קאנגרעסיאנלע ראלע. אפשר חלומ'ט ער צו גרינדן א נאציאנאלע עדיוקעישן-באזירטע פארטיי...!

אשר על כן איז דער היימישער עולם איהם נישט מחוייב צו שטיצן. נאר אפשר וואלט כדאי געווען פאר די עלטערן פון קינדער פון ישיבות וועלכע זענען אינטרעסירט אז זייערע קינדער זאללן יא באקומען א גוטע סעקולערע עדיוקעישן וואס איז נישט אין קאנטראסט מיט די תורה'דיגע ווערטן אנהייבן א פאראלעללע טרעק פון שתדלנות אין דעם דיירעקשן...!
פארשפארט