קאנספיראציע אין וואשינגטאן הייבט אן צו קומען צום אויבערפלאך.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

א YUGE דאנק פאר אונזער פאליטישען קארעספענדאט [tag]קאך_לעפל[/tag] וואס איז נעתר געווארען לבקשתי און דעליווערט אזא זאפטיג שטיקל. נישט קיין נפק"מ אויף די עצם עפראוועל צו דיסעפראוועל פונעם 45'סטען פרעזידענט, מען זעהט בחוש ווי ער שלאגט זיך פנים אל פנים מיט די דוירכגעפויעלטע קארופטירטע וואשינגטאנע זומפ איינוואוינער.

אגב, כ'בין אויך אנטוישט אין ניצן די טערמינען שווארצע און נאציס.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »


אגב, כ'בין אויך אנטוישט אין ניצן די טערמינען שווארצע און נאציס.



נו, איז ער דאך א טראמפיסט
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – דעם פארגאנגענעם וואך האבן זיך ענדליך אנגעהויבן, די לאנג-ערוואטעטע פארהערן אינעם סענאט איבער די שוידערליכע מיסברויכן פון די אבאמא-ביידן אדמיניסטראציע. מיסברויכן וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין די ערשטע קריטישע וואכן פון די טראמפ- אדמיניסטראציע. די היפאקריטישע פרעכע דעמאקראטן קריצן מיט ציין פאר אויפברויז און שאנדע באנאזאם, זיי זענען טאטאל אויסגעשפראכן אז די אלע געמיינהייטן און נידערטרעכטיגע שמוציגע אינטריגעס, וואס פרעזידענט אבאמא מיט זיין לויטע זענען בייזוויליג באגאנגן קעגן א אריינקומענדע אדמיניסטראציע זאלן קיינמאל נישט קומען צום אויבערפלאך. זיי פראבירן צו טאן אלעס אויף דער וועלט אפצושטעלן די פארהערן. אבער די סענאטארן, לינדזי גראַם, און ראָן זשאנסאן, שפאנען פאראויס מיט א שנעלן גאלאפ. און ווי עס שיינט פארן זיי ווירקליך אויף די ריכטיגע רעלסן און דרוקן די ריכטיגע קנעפלעך.

אט איז וואס מיר ווייסן היינט.

אין דעם פיפטן טאג פון יאַנואַר 2017' למספ' איז פארגעקומען א שטורמישע זיצונג אינעם אָוואַל אפיס. עס זענען אנוועזען געווען דארט די סאמע העכסטע שפיצן פון די אבאמא אדמיניסטראציע אין שפיץ פון אבאמא זעלבסט. פון די באטייליגטע ביי דעם זיצונג זענען געווען, וויצע פרעזידענט טיפוש ביידען, דער קאמיסאר פון די עף.בי.איי. זשעימס קאָמי, די נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבערן סוזען רייז, און די יוסטיץ מיניסטרישע סאלי יעיטס.

אבאמא האט פארציילט מיט פרייד פאר די אנוועזענע, אז זיין געטרייע עף.בי.איי. שפיאנירט שוין א לענגערע צייט אויף דעם אריינקומענדער נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער, גענעראל מייקל פלין. א דאנק מיין געטרייער קאמיסאר קאָמי, פארמאגן מיר אצינד אין אונזער באזיץ טראנסקריפטן פון געהיימע געשפרעכן צווישן גענעראל פלין און דעם רוסישער אמבאסאדאר צו וואשינגטאן, קיסליאַק, האט אבאמא געזאגט מיט א קענטליכער פארגעניגן. סאלי יעיטס האט געמיינט אז זי פאלט אט אנידער פון איר שטול. זי האט נישט געהאט די מינדעסטע אנונג אז די עף.בי.איי. שפיאנירט אונטער איר ריקן אויף מייקל פלין, און נאכדערצו מיט די גוטהייסונג פון פרעזידענט אבאמא. די עף.בי.איי. איז אייגענטליך אונטער די יוריסטריקציע פונעם יוסטיץ מיניסטעריום. און סאלי יעיטס אלס די נומער צוויי באאמטע אינעם יוסטיץ מיניסטעריום וואלט ווען געדארפט זיין אינפארמירט איבער אזעלכע סענסעטיווע אינפארמאציע, און אט לערענט זי דאס פון מויל פון אייזל זעלבסט... פרעזידענט אבאמא...

אבאמא האט דאן געפרעגט קאמיסאר קאָמי אויב מען זאל איבערגעבן פארן אריינקומענדן נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער, מייקל פלין, די שפיאנזש אינפארמאציע וואס אמעריקע פארמאגט אויף רוסלאנד. דער אנטווארט פון קאמיסאר קאָמי איז געווען אז נישט! עס הערט זיך אומגלויבליך. די דורכגעפוילטע אבאמא אדמיניסטראציע האט שפעקאלירט צוריקצוהאלטן קריטישע שפיאנזש-אינפארמאציע וואס די פאראייניגטע שטאטן באזיצט אויף רוסלאנד פון די אריינקומענדע אדמיניסטראציע. ווי ס'וואלט ווען געווען זייער פערזענליכע אייגענטום...

פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג צו וויסן?

בלויז א טאג בעפאר, יאַנואַר 4' 2017' למספ' האט די עף.בי.איי. באשלאסן צו שליסן זייער צילאזער אויספארשונג אויף מייקל פלין. זיי האבן צו זייער גרויס פארדרוס גארנישט געטראפן אויף אים. זיינע געשפרעכן מיט אמבאסאדאר קיסליאַק זענען געווען העכסט לעגאל און אויסגעהאלטן... און בלויז א טאג נאך דעם געהיימער זיצונג אינעם אָוואַל אפיס, דאס הייסט יאַנואַר 6' איז געקומען דער באפעל פון קאמיסאר קאָמי אז דער אויספארשונג קעגן גענעראל פלין זאל ווייטער אנגיין, אפגעזען אז מ'האט גארנישט געטראפן אויף אים... און די עף.בי.איי. האט ווייטער אומלעגאל שפיאנירט אויף פלין פאר נאנט צו א יאר... און פאר גארנישט און פאר נישט. ווי אומגלויבליך ס'זאל זיך נאר הערן...

נאכנישט פארטיג.

15 טעג דערנאך. אין דעם טאג וואס אמעריקע איז געשטאנען ביי די שטיגן פונעם קאפיטאל געביידע, און מיטגעהאלטן מיט פרייד ווי דער פינף און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט איינגעשוואוירען אין אמט, זעצט זיך די ארויסגייענדע נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער, סוזען רייז, אראפ אין איר ביורא, און שרייבט אפ א בליץ פאסט צו זיך זעלבסט... א זאך וואס מענטשן טיען נישט אין אלגעמיינע אומשטענדן. אינעם בליץ פאסט שרייבט זי פאר זיך, איבער די געהיימע דעטאלן איבער דעם זיצונג וואס איז זיך פארלאפן אינעם אָוואַל אפיס דעם פיפטן אין יאַנואַר. און זי שרייבט דארט דריי מאל, אז אבאמא האט געזאגט אז אלע שפיאנזש שגץ שטיק קעגן די טראמפ איינגעשטעלטע זאל געטאן ווערן בלויז ביי די בוך...
ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן... ביי וועלכע בוך? דער שווארצער בוך פונעם טייוול?

צום שלוס. אבאמא האט באאויפטראגט די שפיאנאזש געמיינדע פון די פאראייניגטע שטאטן, אז זיי זאלן ווייטער פארזעצן צו שפיאנירן אויף זיינע פאלטישע פיינט, די טראמפ אדמיניסטראציע... דער רשע האט געהאפט אז דאס וועט סאבאטזשירן טראמפ מיט זיינע לייט און זייען כאאס אין אמעריקע. דער רשע אבאמא האט נישט פארגינען אז פריזידענט טראמפ זאל קענען רעגירן מיט א רואיגער קאפ. און זיינע סאציאליסטישע דעמאקראטן זענען אויסן דאס אלעס צו שטיפן אונטערן טעפיך... אבער ס'געלונגט זיי נעבאך נישט... דאס אמת שווימט ארויף ווי בוימל אויף וואסער, און די פארשאלטענע פרציפים פון אבאמא מיט זיינע פארדארבענע לייט פלאמען פאר חרפות און בישות, און דאס איז בלויז דער שפיץ גאפל וואס מ'ווייסט היינט, ס'איז ערווארטעט פול מער אינפארמאציע וועלכע האלטן אט ביים ארויסקומען איבער די געמיינע און נידערטרעכטיגע טעטיקייטן פון אבאמא מיט זיינע לויטע...[/justify]
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: קאנספיראציע אין וואשינגטאן הייבט אן צו קומען צום אויבערפ

שליחה דורך גראף »

איך ווייס נישט וואס איז לעגאל אדער נישט. אבער איך מוז געבן קרעדיט פאר פרעזידענט אבאמא פאר'ן צופיקסען פרעזידענט טראמפ פאר דריי יאר. אזא נקמה געהאט (און האט נאכאלץ?) אין עם פאר די רדיפות בעיקר פון די קאנספיריסי אז ער איז נישט א לעגיטימיט פרעזידענט ווייל ער איז געבוירען אין קעניע....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טראמפּ איז א ריזיגע בר מזל. איך בין נישט מקנא אבּאַמאַ. דאס איז שוין חוץ פון וואס טראמפּ האט שוין מער ווייניגער אפגעווישט אלס וואס אבּאַמאַ האט ערפילט. און אצינד צונעמט ער זיין סקאנדאל פרייע פרעזידענטשאפט.אינטערשטע שורה, אבּאַמאַ האט אפשר אוועקגענומען דריי יארן פון טראמפּ. אבער טראמפּ האט אוועקגענומען'אכט' יאר פון אבּאַמאַ.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: קאנספיראציע אין וואשינגטאן הייבט אן צו קומען צום אויבערפ

שליחה דורך גראף »

ער האט אבער איין זאך און די וויכטיגסטער זאך נאך נישט אוועק גענומען און דאס איז די ריספעקט וואס רוב אמעריקאנער און אפילו די וועלט האט צו אבאמא. יא אפילו ריפובליקענס וואס גייען וועלן פאר טראמפ ווייסן דאס אויך און זיי אליינס זענען מודה אז כאטש זיי און איך פערזענליך האלטן נישט פון די אלע לינקע אויפטוען זיינע אבער איז כאטש א מענטש און רעדט ווי א מענטש. משא''כ וכו'...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]פון די שטויב פון די ברוכווארג פון טשיקאַגאָ איז איין טאג ארויסגעוואקסן א הויכע טינקל-הויטיגער פיגור, וואס האט דעקלערט מיט דעמאגאגיע אז ער וועט אהערשטעלן א אמעריקע וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע בעפאר! זיין רעטאריק איז געווען טויש: אין אמעריקע איז נישט פארהאן קיין רויטע שטאטן, אין אמעריקע איז נישט פארהאן קיין בלויע שטאטן, אמעריקע איז א פאראייניגטע שטאטן! און דאס אמעריקאנער פאלק האט אים געגעבן א טשאנס צו פארפולקאמען זיין וויזיע...
זאגאר אין די ווירקליכקייט האט דער אבאמא מיט זיינע לינקע אנטשואונגען, נישט בלויז נישט צוזאמגעברענגט אמעריקע, נאר ער צוטיילט דאס לאנד ווי קיינמאל בעפאר! בלויז צוליב אים איז אמעריקע היינט צו טאגס צושפליטערט אין צוויי, און א טיפע תהום טיילט אפ צווישן די צוויי פארטייען פון פאלק! זיין הויפט וויזיע איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען, נאר גאר קאפויער! און דאס איז זיין גרעסטער דורכפאל. דאס אמעריקאנער פאלק וועט נישט אזוי שנעל צוריק אריינשטעלן אינעם ווייסן הויז קיין לינקער דעמאגאג, און ווארשיינליך אויך נישט קיין טינקל הויטיגער! דער פארברעכער אבאמא האט אנגעמאכט א שאדן פאר די שווארצע און די דעמאקראטן, פון וועלכע זיי וועלן זיך נישט קענען אויסקורירן פאר גענעראציעס צו קומען. ער איז געווען דאס ארגסטע און אומווירקזאמסטער פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט. זאל ער אויף שטענדיג געדענקט ווערן צו שאנדע.
לויט אלע פאליטישע אנעליסטן, וואלט טראמפ קיינמאל נישט ווען נישט ערוועלט געווארן פאר פרעזידענט, ווען נישט די אומקאפעטענץ פון דעם סאציאליסט פון טשיקאַגאָ.[/justify]
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

גראף האט געשריבן:ער האט אבער איין זאך און די וויכטיגסטער זאך נאך נישט אוועק גענומען און דאס איז די ריספעקט וואס רוב אמעריקאנער און אפילו די וועלט האט צו אבאמא. יא אפילו ריפובליקענס וואס גייען וועלן פאר טראמפ ווייסן דאס אויך און זיי אליינס זענען מודה אז כאטש זיי און איך פערזענליך האלטן נישט פון די אלע לינקע אויפטוען זיינע אבער איז כאטש א מענטש און רעדט ווי א מענטש. משא''כ וכו'...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ווען איך האב צוויי אפציעס.

1) רעדט ווי א מענטש אבער אין אקטועל טוהט ער מעשים ווי א חיה.
2) רעדט ווי א חיה אבער טוהט אלס מעשים ווי א נאבעלער מענטש.

איך וואלט געגאנגען פאר צוויי. ווייל איך און אזוי אויך יעדעס רעכט דעמקיגער מענטש זיכט רעזולטאטן נישט דעמאגאגיע.
פארשפארט