דראמער'ס (פויקער'ס) אויף אונזערע אלבום'ס די לעצטע 40 יאר
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

נו, וואס האט איר צו זאגן אויף די דראמערס וואס האבן געדראמט אויף אונזערע טעיפס די לעצטע 40 יאר, זייט אונזערע מוזיק טראגט א מודערנעם כאראקטער?
ביי מיר פערזענליך מאכט א דרומער זייער שטארק אויס אויפן קוואליטי פונעם טעיפ, ווייל ער איז די "באדי" און ריקן ביין פונעם אלבום (פארשטייט זיך אז ס'ווענדט זיך אויך זייער שטארק אינעם ארעינדזשער און אינעם סאונד מענטש), ס'דא ניגונים און ארעינדזשמענטס וואס דער דראמער איז מער צוגעפאסט, און ווידער איז דא אנדערע סארט ניגונים און ארעינדזשמענטס וואס אן אנדערער דראמער איז מער צוגעפאסט. ס'דא אמאל וואס ס'קוקט אויס אז דער דראמער איז קאלט, טריקן, פארשלאפן אדער סתם אבי געזינט א.א.וו. און ס'דא אמאל פארקערט, פיל מיט פרישקייט א.א.וו.
איך ווייס נישט די נעמען פון די אלע דראמערס וואס האבן געדראמט במשך די לעצטע פערציג יאר, איך ווייס נאר פון ריק קאטלער פון אמעריקא, און רן ורד פון ישראל וועלעכע זענען ביידע געווען הויפט קאנקורענצן זה לעומת זה במשך קרוב צו 20 יאר;
אשר פדי; אבי אבידני; ברק בן צור; ניר צדקיהו; תומר צדקיהו; נחום... (אלע פון ישראל), און אויך אביסל גל גערשאווסקי און לערי... און אברמי שרייבער פון ניו יארק. דאס זענען אלע דראמערס וואס איך ווייס.
מיט די דראמערס פון די ערשטע צייטן בין איך נישט באקאנט. ווי אויך בין איך נישט באקאנט וועלעכע פון די ערשטע טעיפ'ס ס'זענעהן געניצט געווארן מאשין דראם'ס (דער חילוק צווישן די עכטע און מאשין דראם'ס פון יענע צייטן איז מיר נישט באקאנט).
איז וואס איז אייער מבינות אויף די אלע דראמערס, און אויף די פארשידענע ארעינדזשמענטס פאר דראם געוואנדן אין די מוזיק ארעינדזשערס?

- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
רן ורד איז זייער א פונקטליכער און געשמאקער דראממער, ער טוט זיין ארבעט און רעקארד-טיים (איינמאל, מ׳דארף כמעט נישט איבערמאכן) ער אויך איז א משתרה (אפיסער) איבערן טאג, אין צו די זייט טוט ער דראם ארבעט פאר סטודיאויס.
און אויב פונקטליכקייט און פערפעקשאניזעם איז דאך נישט מעגליך צו פארגעסן פון ריק (די-מאשין) קאטלער, מאנכע גלייכן אים נישט צוליב וואס ער איז צו טריקן, אפילו ער איז פונקטליך ממש אויפן האר, אני כשלעצמי גלייך אים אבער יא, איך האלט למשל אז זיינע זאכן וואס ער טוט אויף די האסק קאנצערטן איז געוואלדיג, לדוגמא העסק 5. (אגב, ריק איז אויך א פראפעשינאל פיאניסט, ער האט שוין ארויסגעגעבן 2 פיאנוי אלבומס, מ׳קען עס טרעפן אויף CD Baby).
אשר פעדי, אבי אבידון, ברק בנצור זענען אלע זייער געשמאקע דראמערס מיט א גוטן טעקניק און היי-סקיל אין אסאך סטיילס אין מוזיק.

If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ריק קאטלער איז זייער פראפעשנל, שארף און קלאר, געוואגט און קאנטראלירבאר, אבער אויך זייער הארט קאלט און פיר קאנטיג. די סאונד פון זיין קלאפ איז טיילמאל ווי א קלאפ אויף א טיש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
כ'קאן נישט די אלע נעמען, ביי מיר איז נאר איינגעקריצט צוויי, ריק קאטלער וועלכע כ'גלייך זייער, און לעררי סטעפלער. איך האב זיך עפעס אזוי איינגעחזרט אז ריק איז בעסער אויף טעיפ, און לעררי איז בעסער אויף חתונות. לגבי קונצערטן די מער פראפעסיאנעלע, ריק, אבער דארט ווי מ'זוכט אביסל עקשאן איז לעררי פיינע נייעס, אוי האקט ער ביי אברהם'ס חנוכה קאנצערט. הגם, לויט ווי כ'דענק דראמט ער אויף מיכאל'ס טעיפס אונטער הערשי גינזבערג'ס אררענדזשמענטס (פון וועמען כ'האלט אויך, פאר ווער ס'דענקט) און ער מאכט דארט א סופער דזשאב. בעסעקלי ריק איז מער פאנקטואל, נישט אומזיסט טראגט ער דעם נאמען ריק 'מאשין', אבער כ'גלייך זייער לערריס איפכא מסתברא'דיגע פילל-אינס, זיינע געזונטע האקעס. דאכטזיך אז רון וורד האט די ביידע מעלות (כ'האבעם נאר געהערט אויף טעיפ, נישט לייוו.)
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
איך וועל אהערפעיסטן א קורצע וויקיפידיע איבער ריק קאטלער וועלכער ער האט (בעליעוו איט אר נאט) מיר פערזענליך געשיקט אין אימעיל מיט א שטיק צייט צוריק
As for my influences, my 1st drumming idol many years ago was Gene Krupa, who I learned about through my dad. Then I graduated to Buddy Rich & finally settled into loving the more modern jazz drummers of the '60s who continue to influence me today. If I had to name my very favorites they'd be Tony Williams, Jack DeJohnette & Elvin Jones. For rock & groove playing I especially love Steve Jordan & Brian Blade
If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
רן ורד איז נורא נוראות! זיין סאונד, זיין געפיל. ער דראמט שוין נישט. א שאד א שאד
ברק בן צור קומט נאר אביסל צו צו אים
אבי אבידני דראמט יעדע זאך די זעלבע, כמעט ווי ווען מ׳זאל אנצינדן א קיבארד... די זעלבע פילל אינס ..
ריק קאטלער און לערי סטעפלער איז שוין זייער גוט ארויסגעברענגט געווארן

וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
קווארטין האט געשריבן:כ'גלייך זייער לערריס איפכא מסתברא'דיגע פילל-אינס
זייער גוט ארויסגעברענגט, ממש דאס איז לעררי, איפכא מסתברא׳דיגע פילל-אינס!
כ׳האב ביי מיר א טעיפ פון א חתונה ווי לעררי דראמט, און ביי די קבלת פנים ניגונים שפילן זיי דארטן והאר עינינו פון שלמה קארבלאך, און לעררי מאכט דארטן א גאונ׳ישע פילל-אין אז עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.
If you smile when no one else is around, you really mean it
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
איך האב זייער געליבט רן ורד, ער איז דזשוסי. ביי די גרויסע חתונה פון ר' חיים משה סטרולאוויטש האט ער געדראמט מיט די גאנצע איזרעלי בענד. אויף ריק קאטלער זאגט מען דאך אז ער דראמט פונקטליכער פון א דראם באקס/מאשין. ער איז טאף און סאליד.
אויף די עלטערע טעיפס פלעגט אסאך דראמן איינער שלמה זייגער.
איז מעט מיללער א איד?
און וואס זאגט עטס צו דעם צורידערטן... מעט הילל? זיס ווי צוקער זיינע פאקסן.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
יוחי בריסקמאן דראם'ס ביי עטליכע קאסעטעס וו.צ.ב. ביי עטליכע ניגונים פון שוואקיס לעצטערע אלבום'ס. דוכט זיך מיר אז ער דראם'ט אויך ביי איינס אדער צוויי טעיפ'ס פון יונתן שווארץ וואו ער זעלבסט מאכט די ארעינדזשמענטס. ווי אויך ביי קאלעקשן טעיפס דראמט ער, וו.צ.ב. א פורים טעיפ, פראדזשעקט X, מכאל שניצלער חתונה טעיפ.
אויך שרייבער הערט מען אמאל אויף טעיפ'ס, לדוגמא, ביי דעם ניגון א פשוט'ער איד פון ל. שמעלצער, און ביי דעם לעצטן ניגון פון שראגי געשטעטנער.
אצינד, לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט, און אפיר ברענגען אלבום'ס מיט געשמאקע דראם'ס:
אויך שרייבער הערט מען אמאל אויף טעיפ'ס, לדוגמא, ביי דעם ניגון א פשוט'ער איד פון ל. שמעלצער, און ביי דעם לעצטן ניגון פון שראגי געשטעטנער.
אצינד, לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט, און אפיר ברענגען אלבום'ס מיט געשמאקע דראם'ס:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ס'איז נאך דא א סך צו שמועסן איבער די דראמער, מיר האבן דאך קוים אנגעהויבן און נאך נישט אריין לעומק הענין.
ס'וואלט אבער געווען כדי דא אריין צולייגן א בילד פון א דראם קיד מיט די נעמען פון אלע אירע פיטשיווקעס. איך האב עס פראבירט צו טון, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו מאכן.
ווייסט איינער וויאזוי מ'ברענגט אהער א בילד פון וויקעפידיע א.ד.ג.? אדער קען איינער זיך וואלאנטירן עס צו טון אליין?
ס'וואלט אבער געווען כדי דא אריין צולייגן א בילד פון א דראם קיד מיט די נעמען פון אלע אירע פיטשיווקעס. איך האב עס פראבירט צו טון, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו מאכן.
ווייסט איינער וויאזוי מ'ברענגט אהער א בילד פון וויקעפידיע א.ד.ג.? אדער קען איינער זיך וואלאנטירן עס צו טון אליין?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
נו ביטע מיינע פריינד, מאכט אייך וויסענדיג, אז מ'ווייסט די צורה פון א דראם בכל פרטיה קען מען זיך אריין לאזן אין א טיפער און איינצלהייטליכער שמועס איבער דעם ענין. מיר האבן קוים אנגערירט דעם שפוץ פונעם אייז בארג, מיר דארפן נאך צו נעמען מיט א ברייטקייט די דראם'ס פון קאטלער\ וורד, פדי און אבידני וכו', אפיר ברענגענדג פארשידענע ניגונים אלס ביישפילן.
הכלל מיר שטייען נאך פאר לאנג פארצווייגטע און אויך נאסטאלגישע שמועסן איבער די וואס האבן געדראמט אין אונזערע העט פאונס אדער קאר וכדו'. מיר דארפן זיך נאך אויס'טענה'ן ווער ס'דראמט בעסער מיט דעם פרט און ווער מיט אן אנדער פרט. ס'נאך דא א סך ארבעט, סאו ביטע מיינע פריינד, הייבט לעבט אויף דעם דיסקאשן!!!
הכלל מיר שטייען נאך פאר לאנג פארצווייגטע און אויך נאסטאלגישע שמועסן איבער די וואס האבן געדראמט אין אונזערע העט פאונס אדער קאר וכדו'. מיר דארפן זיך נאך אויס'טענה'ן ווער ס'דראמט בעסער מיט דעם פרט און ווער מיט אן אנדער פרט. ס'נאך דא א סך ארבעט, סאו ביטע מיינע פריינד, הייבט לעבט אויף דעם דיסקאשן!!!
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
חאצקל האט געשריבן:ס'איז נאך דא א סך צו שמועסן איבער די דראמער, מיר האבן דאך קוים אנגעהויבן און נאך נישט אריין לעומק הענין.
ס'וואלט אבער געווען כדי דא אריין צולייגן א בילד פון א דראם קיד מיט די נעמען פון אלע אירע פיטשיווקעס. איך האב עס פראבירט צו טון, אבער איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו מאכן.
ווייסט איינער וויאזוי מ'ברענגט אהער א בילד פון וויקעפידיע א.ד.ג.? אדער קען איינער זיך וואלאנטירן עס צו טון אליין?
דא האט איר 2 בילדער