מעוז כהנא: מהנודע ביהודה לחתם סופר

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

מעוז כהנא: מהנודע ביהודה לחתם סופר

שליחה דורך מיימון »

איך האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם הערליכן ווערק פון פרופסור מעוז כהנא "מהנודע ביהודה לחתם סופר" וואס איז געבויט אויף דעם פראפעסאר'ס דאקטאראט מיטן נאמען "מפראג לפרשבורג". דער ספר טוט ארומשמועסן פארשידענע אינטערעסאנטע נקודות לגבי דעם דרך הפסיקה פון די צוויי וועלט בארימטע פוסקים ביי כלל ישראל, יעדער פון זיי א הלכה'ישע אויטאריטעט אין זיין דור, און רבי פון צענדליגער תלמידים וואס זענען אליינס געווארן רבנים און מנהיגים פונעם קומענדיגן דור. וויאזוי זייערע אייגנארטיגע אומשטענדן האבן געווירקט אויף זייער מהלך המחשבה, און עווענטועל אויף זייערע פסקים און תשובות להלכה.

דער הויפט טעזע פונעם ספר איז אז דער נודע ביהודה איז געשטאנען אין שפיץ פון א באוועגונג צוריק צוגיין צום שורש ההלכה אינעם תלמוד און די פוסקים הראשונים, און כסדר זיך חולק געווען מיט די מקורות חיצוניים וואס דינען אלס הויפט קוואלן פאר די "אשכנז'ישע" ראשונים, ווי דער מהרי"ל און זיין גלייכן. בעת וואס דער חתם סופר האט געהאלטן פונקט פארקערט, און זיך געזען אלס ממשיך פון די קהילות הישנות אין דייטשלאנד וואס האבן געהאט גאר אסאך שעצונג צו די אלטע מנהגים פון די ראשוני אשכנז. און דאס האט געברענגט צו כסדר'דיגע הלכה'דיגע קאנפליקטן צווישן די צוויי ראשי הגולה.

אינעם ערשטן חלק ווייזט דער מחבר אן וויאזוי די מאורעות פון די שבתאים און פראנקיסטן אין יענע צייטן, האבן געברענגט א רעאקציע ביים נודע ביהודה, וואס אין זיין שטאט פראג האבן זיי פארמאגט א אנוועזנהייט לאנגע יארן. דאס האט געברענגט דעם נודע ביהודה צו צווייפלען אין אזעלכע מקורות ווי צוואת ר' יהודה החסיד און זוהר. אזוי אויך זיין עבר אינעם בארימטן בראדער קלויז האט צוגעגעבן דערצו, זייענדיג א פלאץ וואו עס האבן זיך געדרייט פילע גדולים מיט דעם מהלך המחשבה, (און ענליך צום גר"א אין די זעלבע תקופה). צום סוף ברענגט ער וויאזוי צוויי פרשיות האבן אויפגעשטורעמט די וועלט ווען די אריגינעלע "תלמוד'ישע" פסקים פון דעם נודע ביהודה האבן מתיר געווען גילוח בחול המועד, און צו עסן דעם שטירל פיש. א זאך וואס האט פאראורזאכט פיל עגמת נפש פאר די רבנים אין די צייט וואס די אויפקומענדע משכילים האבן זיך צוגעכאפט דערצו.

אינעם צווייטן חלק גייט ער אריין אין די שטורמישע יוגנט יארן פונעם חתם סופר אין פראנקפורט מיט ר' נתן אדלער. דער מחבר ווייזט וויאזוי דער אייגנארטיגער מהלך פון ר' נתן, אינאיינעם מיט דעם וואס דער חתם סופר האט זיך באזעצט אין א פרעמדע מדינה, האט געהאט א השפעה אויף זיינע הלכה'דיגע כתבים אין די יונגע יארן, ווען ער פרובירט זיך צו פארמעסטן מיטן געשעצטן נודע ביהודה צוריקצוגעבן דעם כבוד פאר זיין געבורט לאנד. שפעטער ווען עס קומען אויף די משכילים, זעען מיר וויאזוי דער חתם סופר בויט צוביסלעך אויף זיינע חידושים וואס וועלן שפעטער ווערן די יסודות פון ארטאדאקסישע יודנטום, ווי חדש אסור מן התורה. דער חתם סופר שלאגט זיך ביטערליך פאר לאנגע יארן מיט אהרן חורין, א תלמיד פונעם נודע ביהודה, וואס נוצט זיין רבי'נס אויטאריטעט פאר זיינע אייגענע חידושים. דער חתם סופר דערזעט זיך בסוף ימיו פון א מצב וואס מען קען נאר מבטל זיין א דין ברוב מנין ובנין, ווען אלע רבנים זענען ערליך, צו א מצב וואס עס הערן זיך קולות פון רעפארם איבעראל אין בעפארשטייאונג צו די אסיפות אין בראונשווייג, דער חתם סופר טוט אויף אז א מנהג איז ווי א נדר מדאורייתא וואס מען קען קיינמאל נישט מבטל זיין.

דער ספר איז א הערליכע מייסטער ארבעט מלא וגדוש מיט חידושים אין יעדן פרק, און אן מאלן קיין איבערגעקייטע זאכן. דער מחבר האט א האבי אריינצואווארפן כסדר פילע זייטיגע נושאים אין זיינע פוטנאוטס וואס מאכן דעם ליינער שטארק נייגעריג אבער לאזן גלייכצייטיג נישט איבער אינגאנצן אומוויסנד. דער מחבר האט א שיינעם און ציענדיגן לשון וואס מאכט עס גאר אינטערעסאנט צו ליינען אפילו פאר ווער עס איז נישט אויסגעקאכט אין די ענינים, אפילו אזעלכע זאכן ווי עניני טריפות און אישות באקומען א לעבעדיגן קאליר. דער ספר איז א מוז פאר יעדן וואס וויל פארשטיין די תקופה, און דעם השקפה פון די צוויי גרויסע לייבן פון כלל ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
nod.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מיימון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

איך לאדן איין ידידינו הרב ר' [tag]יונה כהן[/tag] זאל קומען לאזן הערן זיינע איינדרוקן אויפן ספר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישר כח הרב [tag]מיימון[/tag] פארן דערמאנען דעם העכסט אינטערעסאנטער ספר.

חוץ וואס ער גיבט אן אינטערעסאנטע אריינבליק ןדי געדאנקען גאנג פון די צוויי גרויסע מנהיגי ישראל, איז אויך גאר אינטערעסאנט ווי ער באשרייבט די ווי דער חתם סופר'ס מהלך במחשבה האט זיך אנטוויקלט לויט די צרכים פונעם דור, און לויט ווי עס האט זיך אויסגעפעלט פארן מלחמה קעגן די מתחדשים.

איין דוגמא וואס ער גיבט אן מיט מקורות, ווי אין די אינגע יארן האט דער חת"ס שטארק גערעדט וועגן כח הרבנים. שפעטער ווען אסאך רבנים זענען מיטגעשטאנען מיט די מתחדשים, האט ער אנגעהויבן רעדן פון די חשיבות פון די מנהגים פון פשוטע אידן, אפי' ווען תלמידי חכמים האלטן נישט דערפון.

נאך עטליכע דוגמאות ברענגט ער. עס איז אויך וויכטיגע ספר פאר ווער עס וויל ארויסהאבן וויאזוי די גדולוי הדורות האבן געטראכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אן אינטערעסאנטע נקודה.
אינעם ספר איז ער אביסל פארנומען מיט דעם אינטערעסאנטע גאון ר' זאב וואלף אלעסקער און זיין אריגינעלע וועג פון טראכטן און זיינע שארפע חידושים וכו'.

מיט א צייט צוריק האט מכון זכרון אהרן איבערגעדרוקט די חידושים פון ר' וואלף. נו, דארף מען דאך שרייבן זיינע תולדות. מוז מען דאך נעמען דעם כהנא דאס צו שרייבן ווייל ער האט דאס דאך דורכטוהן. איז אבער דא א שטיקל פראבלעם, דער מעוז כהנא איז א "פראפעסאר" מיט א דתי-לאומי געשטעל, מיט דעם נאמען "מעוז" וואס קלינגט דאך נישט היימיש... איז וואס טוט מען? נאו פראבלעם, מען שרייבט "תולדות רבינו, נערך ע"י הרב מ. כהנא" סאונד גענוג היימיש, ניין?!...
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

וואו למשל טרעפט מען דעם ספר, ווי אויך אנדערע ספרי מחקר אין עברית, אין אמעריקא?
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

ישעיה האט געשריבן:וואו למשל טרעפט מען דעם ספר, ווי אויך אנדערע ספרי מחקר אין עברית, אין אמעריקא?


איך האב עס געהאט געזעהן אין ''אייכלערס''.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
פארשפארט