איך האב נאכנישט געטראפען דא קיין אשכול פאר מאוויס פאר פאמיליע צייט,און דיע טעג קען אונז אלע דאס נוצען, און אז מקוקט פארוואס זאל מען נישט קוקען זאכען וואס ברענגט ארויס גוטע נקודות, און גוטע געפילען פאר די גאנצע משפחה.
רובא דרובא וואטשט מען דראומא און דאס געווענטליך ברענגט נישט צאם די פאמיליע,סמאכט נאר אזא מצב פון פארטעמטקייט.
איך וועל שרייבען דא אפאר זאכען וואס מהאט געוואטשט ביי מיר,וואס האט געברענגט א אפענקייט און א שמועס, און א ברייטקייט, און די משפחה.
ווער סהאט נאך צושרייבען ביטע מיטטיילען מיטען עולם משום אל תמנע טוב.
1) A place at the Table
א בליק און די לעבן פון 5 ארימע אמעריקאנע משפחות און 5 אנדערע געגנטער, די דאקאמענטרי נעמט אייך אריין און די שטיבער און אין די טעגליכע לעבן פון די משפחות און געגנטער וואס איז נעבעך די גורל פון צענדליגע מיליאנע אמעריקאנע משפחות,סיי פון די ווייסע וואס וואונען און וויסטע געגנטער, צו די שווארצע וואס וואונען און די אורבען געגנטער.
מיינע קינדער זענען געווען איבער גענומען פאר א לאנגע צייט, סברענגט אריין און די משפחה א בליק צו וויסען און פארשטיין אנדערע וואס זענען נישט אזוי גליקלעך ווי אונז,און א געפיל און ווילען צו העלפען אנדערע.
2) Quest for the lost Tribes
אן אינטריסאנטע אורח׳ישע דאקעמענטרי פון אן ישראלישע/קאנאדישע פארשער וואס פארט ארים איבער פארשידענע פרימיטיווע ערטער און די וועלט און עם דאכציך אז ער זעעט און טרעפט שטעט און שבטים פון נ״ך, די קולטורען וואו ער דרייט זיך און די שטעט וואס ער באזוכט איז הפלאדיג,און די רעפרענסעס פון נביא געט א הערליכע צאמשטעל פון ידיעות, פון אמאליגע און היינטיגע קולטורען.
די פראדאסער איז ווערט א לאנגע באשרייבונג, א גאר אינטריסאנטע קערעקטער, ער האט פארשידענע אנדערע פילמס.
מיינע קינדער האבען לאנג דעבאטירט זיינע צאמשטעלן און זיינע השערות,און די גאר אינטרעסאנטע שבטים און ערטער וואו ער האט ארומגעפארען.
איך וועל שרייבען אי״ד בקרוב נאך.
רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחות.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחו
תקומה
א שיינע דאקומענטאר אויף מדינת ישראל אין זעקס חלקים, אדורכגיין דער ערשטע 50 יאר אין אלע אספעקטן.ַ

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
פאר דיע וואס האבען ליב צו וואטשען wildlife איז גאר אינטערעסאנט צו וואטשען David Attenborough סחורה זיינע דאקאומענטריס זענען מער פערזענדליך,ער ווערט ממש צוגעבינדען צו דיע באשעפענישען וואס ער פארשט,און ער כאפט אויף פארשידענע פילינגס און פערזענדליכקייט (אויב קען מען עס אזוי אנרופען) פון די באשעפענישען.
פארשטייט זיך די דיזני און נעטשינעל זענען מער פראפעשינעל, אבער זיינע סחורה איז מער קאננעקטינג.
David Attenborough פלעגט האבען א וועכענטליכע 10 מיליאן אויסהערער אויף זיין שאו,ער האט הונדרעטע דאקאומענטריס פון נאטור און wildlife,
מיינע קינדער האבען געווענטליך נישט א געוואלדיגע אינטרעס און wildlife ווייל מהאט שוין צופיל געוואטשט פון דעם,אבער צווישען זיינע זאכען קען מען טרעפן זאכען וואס געבן א בעסערע אינטערעסע.
פארשטייט זיך די דיזני און נעטשינעל זענען מער פראפעשינעל, אבער זיינע סחורה איז מער קאננעקטינג.
David Attenborough פלעגט האבען א וועכענטליכע 10 מיליאן אויסהערער אויף זיין שאו,ער האט הונדרעטע דאקאומענטריס פון נאטור און wildlife,
מיינע קינדער האבען געווענטליך נישט א געוואלדיגע אינטרעס און wildlife ווייל מהאט שוין צופיל געוואטשט פון דעם,אבער צווישען זיינע זאכען קען מען טרעפן זאכען וואס געבן א בעסערע אינטערעסע.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
3)
A struggle for home the Crimean tutors
די דאקומענטרי איז איבער די ״טאטערן״ און זייער נעשונאליטי, און זייער געוועזענע לאנד ״קרימיען״
קרימיע א פענינסעלע וואס שטעקט זיך ארויס אינעם שווארצען ים ביים גרעניץ פון רוסלאנד,און אוקריינע.
דאס פלעגט זיין די לאנד פון די טאטורען, און זייענדיג אקעגען איבער טורקיי, האבען זיי אנגענומען די איסלאמישע רעליגיע,
זייער גירוש פון 1944 דורך סטאלין וואס האט געוואלט צוברעכען זייער נעשאנאליטי און זייער געבינדענקייט צו זייער לאנד, זייער צוריקקומען, און זייערע לעצטיגע צרות פון אונזער אלעם באקאנטע ״פוטין״ ווען ער האט דאס פארכאפט פון אוקריינע מיט עטליכע יאר צוריק.
די פילם איז אינטרעסאנט פאר די קינדער,צו צוזעען א קליין פאלק און זייער בענקשאפט צו זייער לאנד און קולטור און רעליגיע.
סגעט אסאך צוטראכטען פאר די משפחה איבער גלות וגאולה, איבער וועלען האבען אן אייגען לאנד און קולטור און רעליגיע צוזאמען.
(דיסקלעימער סהאט א קליין ביסעל פון זייערע פעסטיווילס און מזעעט ווי זיי טאנצען, סאיז נישט טאקסיק און רייציג,און סאיז ריין פון ראומאנס, אבער סהאט אביסעל אפיציעלע טאנצונגען פון זייערע פעסטיוועלס)

זעעט אויס ווי סאיז מער א פרומערע עולם דא און קיינער וואטשט נישט מיט די משפחה קיין פילמס, איך האב געמיינט אז איך וועל באקומען דא נאך פילע איידיעס פונעם עולם דא.
איך וויל ווייטער שרייבען וואס מיין פאמיליע האט געוואטשט לזכות את המועט פון דיע וואס לאזען יא די קינדער וואטשען,
פאר דיע וואס ווילען אז זייער קינדער זאלען וואטשען עפעס מער ווי די אונטערען שטותים, שרייב איך דא דיע דאקאומענטריס וואס זענען ריין פון רייציגע סצענעס, און זאכליכע מעסידזשעס.
4)
The Exodus Decoded
נאך א אורחישע פילם פון ״שמחה יאקבאוויטש״ א קאנאדישע/ישראלישע פארשער, ער פארט אראפ קיין מצרים, סיני, ירדן, והמסתעף, צו טרעפן צייכענעס פון אונזער היסטאריע וואס אונז האבען געלערענט און ספר שמות, און וואס אונז האבען נארוואס איבערגעגאנגען פסח באנאכט,0
מצרים, יציאת מצרים, קבלת התורה, ער גייט און די עגיפטישע מוזיאמס, און די פארם געגנטער און עגיפטען וואו סליגט דארט אלטע באגראבענע שטעט,ער וועבט מאדנע טיאריעס וויאזוי די מכות זענען געווען א קייט פון א וואלקיינאו, וואס מאכט רויט די וואסער, און הארגעט אלעס חוץ פרעש, ער וועבט ווייטער און ווייטער, סשווער נישט צו שמייכעלן פון זיינע טשיקאווע צאמשטעלן און טיאריעס, ער טרעפט אויס א נייע מקום און טיאריע אויף קריעת ים סוף.
הכלל ער זאגט אן איידיע אז ניסים פונעם אויבערשטען קען אויך מיינען אז די אויבערשטער שיקט א דיזעסטער וכ״ו
די פילם איז א שטארקע קוואליטי, די סצענעס פון די מדבריות און געגנטער וואו ער דרייט זיך, איז אויסצוגיין, מיין משפחה איז געזעצען צוגעגלאט און פון צייט צו צייט געשאסען פאר געלעכטער פון די מאדנע סצענעס.

- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
[tag]עזריאל רוטנברג[/tag] האט שוין דערמאנט דא 12 angry men וואס איז דוכט זיך גאנץ פאמיליע פריינטליך און קען פירן צו געוואונטשענע דיסקוסיעס.
Monkey Kingdom (2015) איז א מייסטערהאפטיגע קונסט רירנד און פאני, ס'רירט אן טעמעס פון יושר, געזעלשאפטליכע סטאטוס ,perseverence, bullying, און נאך. אפילו אינגע קינדער קענען הנאה האבן דערפון (הגם גאר אינגע קינדער אינטער פיר יאר קענען מעגליך מורא האבן אביסל אבער ס'לוינט זיך צו פרובירן).
Monkey Kingdom (2015) איז א מייסטערהאפטיגע קונסט רירנד און פאני, ס'רירט אן טעמעס פון יושר, געזעלשאפטליכע סטאטוס ,perseverence, bullying, און נאך. אפילו אינגע קינדער קענען הנאה האבן דערפון (הגם גאר אינגע קינדער אינטער פיר יאר קענען מעגליך מורא האבן אביסל אבער ס'לוינט זיך צו פרובירן).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
דעם חול המועד האבן מיר זיך געמוטשעט צו טרעפן עפעס וואס זאל זיין פאסיג פאר די גאנצע משפחה אריינגערעכנט מיינע סענסיטיווע 8 און 5 יעריגע קינדער וואס קענען נאכנישט פארנעמען אפילו אזוינס ווי Finding Nemo אדער Toy Story.
למעשה האבן מיר געטראפען א געשמאקע אנדעררעיטעד אנימאציע מאווי, קינדעריש אבער באלערענד, רעלאטיוו רואיג (אויסער 2-3 סצענעס וואס קען עטוואס דעשרעקן קינדער אינטער 5-6 יאר), מיט פולע פאזיטיווע טעמעס ווי חברותא׳שאפט (friendship), זעלבסטשטענדיקייט, קלאסיזם און עליטעסיזם, פארפוילטע לידערשיפ, ועוד. אויך איז דא אינם פילם באלערענדע ענינים פון די Marine ecosystem, און די וויכטיגקייט ענווייראמענטאלע פאראנטווארטליכקייט.
Go Fish (2019)
עוועילעבל אויף טעלעגראם
אגב, אפשר איז כדאי - ווען איר ברענגט א מאווי אין דעם אשכול - צו שרייבען די פאסיגע יארגאנג לויט אייער מיינונג, זינט נישט אלעס וואס איז פאסיג פאר ערוואקסענע איז גוט פאר צענערלינגען, אדער עפעס וואס איז אינטערעסאנט פאר עלטערע קינדער קען זיין גאר שרעקעדיג פאר אינגערע קינדער, וכדו'.