ר"ה אין אומאן - ע"פ דעת תורה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

ר"ה אין אומאן - ע"פ דעת תורה

שליחה דורך ציוני »

כ'האב באקומען אין אימעיל, א שיינעם קונטרס פון א געוויסן רב וואס האט זייער שיין מלקט געווען אויף די נושא פון אומען ר"ה
בשיטת הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע
ולתועלת הרבים שטעל איך דאס דא ארויף
והבוחר יבחר

(נאר ביטע נישט קאמענטירן פאר מ'ליינט דורך די גאנצע פון אונהייב ביזן סוף)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

היות דער פייל איז צו גרויס האבן מיר דאס צוטיילט אין צוויי חלקים
דא וועט איר קענען זען חלק ב'
און צוזאמען שטעלן ביי אייער קאמפיאטער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהודי לו "ציוני"
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ווער איז דער וויינגארטען, ער האט אייין גרויסע טעות, ער האלט אז ר' נתן איז געווען א בעל דמיון ר''ל, ער פארשטייט נישט אז ר' נתן איז גענוג מקור. פונקט ווי איינער זאל זאגען אז וואס ר' חיים וויטל שרייבט בשם האר''י ז''ל איז זיינע דמיונות עפ''ל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

outspoken האט געשריבן:ווער איז דער וויינגארטען, ער האט אייין גרויסע טעות, ער האלט אז ר' נתן איז געווען א בעל דמיון ר''ל, ער פארשטייט נישט אז ר' נתן איז גענוג מקור. פונקט ווי איינער זאל זאגען אז וואס ר' חיים וויטל שרייבט בשם האר''י ז''ל איז זיינע דמיונות עפ''ל.


איך האב שוין אמאל געהערט פון רבי יעקב מאיר שעכטער אז דאס פארן אויף ר"ה איז ר' נתן'ס א חידוש וואס מרוב אהבתו צום רבי'ן האט ער דאס געשריבן
אבער מעולם לא עלתה על דעתו פון ר' נחמן צו זאגן אויף לאחר פטירתו, נאר אויף ימי חייו


אבער חוץ פון דעם ברענגט ער ארויס אסאך נקודות, וואס ער וויל נישט ח"ו זאגן אז ר' נתן איז געווען א בעל דמיון
נאר אז אנשי דלא מעלי' האבן געפאטשקעט דערין (אזוי ווי ליידער אין אסאך ספרים, תפארת ישראל, חמדת הימים וכדו')
און דערצו אז די אהבה צו זיין רבי'ן האט אים אביסל פארפירט.
כעין ר' אהר'לע ראטה זיע"א פון שומרי אמונים, אדער ר' הערשע'לע קרעטשניף'ער זיע"א וואס זענען געווען קדושים וטהורים
אבער דער מלאך הדמיון האט נאך אלץ שולט געווען דארט כידוע
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

חונן הדעת המחודש

שליחה דורך ציוני »

נאך וואס דער מחבר שליט"א
האט משנה געווען אסאך זאכן, וואס קען אויסגעטייטש ווערן אלץ א זילזול און די קדושים אשר בארץ המה
האב איך אראפגענומען די אלטע און געלייגט דא די נייע אין איין פייל
לתועלת הרבים.
און צוליב די גרויסקייט און פייל
איז דאס ווידער צוטיילט אין צוויי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

חונן הדעת המחודש חלק ב'

שליחה דורך ציוני »

ס'איז צום האפן,
אז נארמאלע מענטשן וועלן דאס ליינען און פארשטיין ריכטיג.
און דער עצם זאך אז דער מחבר שליט"א איז שוין געסטראשעט געווארן צום טויט,
באווייזט אז אסאך דברים שנאמרו כאן
איז אמת
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

אגב שמעתי, שהשנה יש אפשרות ליסוע לקערעסטיר במקום לאומן
האם מישהו יודע פרטים ע"ז?
יהודי לו "ציוני"
ירושלים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך ירושלים »

זייער גוט געשריבן דעם קונטרס,
אגב ווער איז דער הרב שמואל וויינגארטן פון ירושלים
ואנכי לא ידעתיו, איך האב געהערט אז ס'איז געווען אזא איד מחבר ספרים אין ירושלים,
אבער ער זאל אהער שטעלן אזאנס, ואנכי לא פיללתי.
ממש א מייסטער ארבעט.
אם אשכחך
ירושלים
תשכח ימיני
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

דאס איז נאר א נשאר לפליטה פון מהדורא קמא, וואס ער האט געדארפט ארויס נעמען מחמת סכנות נפשות, די חברה האבן אים געסטראשעט מיט טויט רח"ל, ווי ס'איז אנגעצייכנט דא בעמוד ראשון
יהודי לו "ציוני"
ירושלים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך ירושלים »

ציוני האט געשריבן:דאס איז נאר א נשאר לפליטה פון מהדורא קמא, וואס ער האט געדארפט ארויס נעמען מחמת סכנות נפשות, די חברה האבן אים געסטראשעט מיט טויט רח"ל, ווי ס'איז אנגעצייכנט דא בעמוד ראשון

ווי קען מען טרעפן די מהדורא ראשונה?
לויט די מהדורא בתרא, דארף די מהדורא ראשונה זיין עפעס זאפטיג.
אם אשכחך
ירושלים
תשכח ימיני
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

איר קענט מיר דאס בעטן אין אישי
יהודי לו "ציוני"
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

תמצית? איך האב נישט קיין געדולד דורכצולערנען....
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
ירושלים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך ירושלים »

איך האף דו פארשטייסט אז 45 עמודים קען מען נישט שרייבן בתמצית אויף איין פוס
אבער פטור בלא כלום א"א
וועל איך דיר זאגן,
דער איד ברענגט בהוכחות ברורות, (מה שכבר הי' ידוע מזמן, ובעת המלחמה נשכחה הנקודה הזאת) אז דער גאנצער פארן קיין אומאן, איז נישט פון רבי נחמן, ער האט נאר גערעדט פון בחייו, לאחר פטירתו איז בלויז פרי דמיונו פון רבי נתן, און ער איז מסביר בטוב טעם ודעת, וויאזוי א תלמיד מובהק פון זיין רבי'ן קען אריינקריכן אין דמיונות שוא, אפי' אויב ער איז א צדיק
און אויף דעם האט שוין טאקע ר' נחמן געזאגט, אז די וועלט מאכט צווויי טעותים, א' א צדיק קען נישט זונדיגן, ב' א צדיק וואס זונדיגט איז קיין צדיק נישט.
ולא זו אף זו, ביידע זענען נישט אמת, נאר ס'קען זיין ביידע, דער צדיק קען זונדיגן און בלייבן א צדיק.
(כמובן לא בחטאים גדולות, אלא חטא קל כפי גודל מדריגתו)
בקיצור ער איז מסביר זייער שיין די גאנצע נושא מלוקט מספרי רבי נחמן ורבי נתן, להוכיח שהרבה אנשי דלא מעלי שלטו ידיהם בה וכו' וכו',

וגם עצם הדבר שרצו להרוג את המחבר מראה על אמיתות הקונ', כי אם תאמר לבעלזא'ער או לוויזניצ'ער שהוא משוגע על שנוסע לרבו, ותוכיח לו בהוכחות ברורות, הוא יצחק ממך ותו לא, משא"כ ברסלב מוכנים להרגך על אתר.

השאר דוק ותשכח
וועסט נישט חרטה האבן פארן ליינען
אם אשכחך
ירושלים
תשכח ימיני
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נאר אז אנשי דלא מעלי' האבן געפאטשקעט דערין (אזוי ווי ליידער אין אסאך ספרים, תפארת ישראל, חמדת הימים וכדו')


שטיי ווייט פון די אלטע מקורות
וואס שטימען נישט מיט די מסורות,
דו ווייסט אפשר נישט, דו כופר?
ס'איז אלץ א טעות סופר!

קרעדיט: קאווע טרינקער
Under influence
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

דער עולם פארט אהין זיך ענדשויען
ווען איך האב ווען נישט קיין קינדער וואלט איך געפארען כאטש איין מאל צו זען וואס דארט טיט זיך
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דאס איז דאך א חלק פון די בראך.
א גרויסע חלק עולם זאגט דאס קלאר:
מ'פארט אהין זיך צו ענדזשויען..!!!
דא אינדערהיים איז די פרעשור צו גרויס, דארטן איז עפעס געשמאקער......

הגם איך ווייס פון אנדערע וועלכע פארן יא באמת מיט א ערענסטקייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

בעניות דעתי [טאקע נישט "דעת תורה", אבער פארט דעת לעיקוואד] פארשטיי איך נישט מיט וואס פארען אויף אומאן איז ערגער פון פארען צו סיי ואסארא צדיק לעבעדיג אדער טויט. ומה לי צו ר' נחמן האט דאס אויסגעטראכט אשער ר' נתן. לו יהא אז דאס איז ר' נתנ'ן'ס א חידוש וועגן דעם ווערט עס דמיונות? עס איז פונקט אזוי דמיונות ווי דער וויזניציע רבי וואס הייסט זיינע חסידים פארען צו עם אויף ר"ה, אדער צו פארען ל"ג בעומר אדער סתם א שבת אין מירון.
אמת איך וויס טאקע נישט מיט ואס עס איז מער מצווה אדער קפידא פאר א ברעסלבער חסיד צו פארען אויף אומאן ווי פאר סיי וועלכע חסיד צו פארען וואו ער געהערט, ובזה מגזימים הברסלבערס כדרכם. אבער ערגער איז עס נאכנישט.
ויש כמה מעלות ביי אומאן וואס איז א גוטע סיבה צור פארען דארט און נישט צו איינס פון די היינטיגע אדמור"ים, ראשית כל אז ס'רעדט זיך טאקע פון א צדיק, טאקע א טויטע, אבער בעסער א טויטע צדיק ווי א לעבעדיגע...
צוויטענס דארט איז א פלאץ וואס גיהערט נישט פאר קיין שום סעקטע, משא"כ אין רוב היימישע פלעצער זעהט מעו קיינמלנישט אזא זאך וואס היסט א יוד נישט משנה וואסארא הויזן ער גייט. [כעי"ז יש בכותל ושאר מקומות הק' ווי מירון וד"ג]
דריטנס דארט איז פאראן אן אמן געפיל און געשמאק אין די יו"ט ויודישקייט, וואס עס פעלט ביי אסאך פלעצער, כמבואר באשכול הסמוך "רה א פרעשור".
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

חוץ פון דעם, רוב טענות אין דער קונטרס זיינען אלטע אויסגעדראשענע טענות וואס זיי איבערצוקייען וויסט נישט נאר אויף א חוסר הבנה אין חסידות און די סארט זאכען בכלל, נאר אויף א חוסר הבנה אין מענטשליכע פסיכעלאגייע און הלוך ילך. אמת רוב חסידים פארשטטיען טאקע נישט בעסער, ולגבי זייער הבנה אין די סארט הייקעלע זאכן איז אפשר דער כותב גערעכט, אבער לגופו של ענין הייבט ער נישט אן צו פארשטיין. א פרייע אדער האלבע פרייע חוקר פון חסידות און אזוינע ענינים פארשטייט בעסער ר' נחמן ווי ער.
I have a dream
Martin Luther King ~
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

יעצט באקומען מהדורא אחרונה,
האב איך ארויסגענומען די אלטע, און אריין געלייגט די נייע,
וואס דאס איז שוין גוט אפי' פאר אזעלכע מענטשן ווי לעיקוואד (לעניות דעתי, נישט דעת תורה, און נישט דעת לעיקוואוד, אבער אפשר דעת תורא)
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

און דא האט איר חלק ב'
יהודי לו "ציוני"
ירושלים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך ירושלים »

לעיקוואד האט געשריבן:בעניות דעתי [טאקע נישט "דעת תורה", אבער פארט דעת לעיקוואד] פארשטיי איך נישט מיט וואס פארען אויף אומאן איז ערגער פון פארען צו סיי ואסארא צדיק לעבעדיג אדער טויט. ומה לי צו ר' נחמן האט דאס אויסגעטראכט אשער ר' נתן. לו יהא אז דאס איז ר' נתנ'ן'ס א חידוש וועגן דעם ווערט עס דמיונות? עס איז פונקט אזוי דמיונות ווי דער וויזניציע רבי וואס הייסט זיינע חסידים פארען צו עם אויף ר"ה, אדער צו פארען ל"ג בעומר אדער סתם א שבת אין מירון.
אמת איך וויס טאקע נישט מיט ואס עס איז מער מצווה אדער קפידא פאר א ברעסלבער חסיד צו פארען אויף אומאן ווי פאר סיי וועלכע חסיד צו פארען וואו ער געהערט, ובזה מגזימים הברסלבערס כדרכם. אבער ערגער איז עס נאכנישט.
ויש כמה מעלות ביי אומאן וואס איז א גוטע סיבה צור פארען דארט און נישט צו איינס פון די היינטיגע אדמור"ים, ראשית כל אז ס'רעדט זיך טאקע פון א צדיק, טאקע א טויטע, אבער בעסער א טויטע צדיק ווי א לעבעדיגע...
צוויטענס דארט איז א פלאץ וואס גיהערט נישט פאר קיין שום סעקטע, משא"כ אין רוב היימישע פלעצער זעהט מעו קיינמלנישט אזא זאך וואס היסט א יוד נישט משנה וואסארא הויזן ער גייט. [כעי"ז יש בכותל ושאר מקומות הק' ווי מירון וד"ג]
דריטנס דארט איז פאראן אן אמן געפיל און געשמאק אין די יו"ט ויודישקייט, וואס עס פעלט ביי אסאך פלעצער, כמבואר באשכול הסמוך "רה א פרעשור".



רב לעיקוואד, טעית ובגדול
די טענה איז בכלל נישט אויף די ערליכע וואס פארן
די טענה איז נאר אויף די וואס מאכן א עבודה זרה פון די גאנצע געפאראכטץ
און פון די רשעות פון פייניגן אנדערע צו פארן,
אדער דער מסיון צו העצן די בחורים קעגן די טאטע'ס
און זאגן אז ס'איז מניעות ווען דער טאטע לאזט נישט
וכבר בכה בחור וואס זיין טאטע האט אים געלאזט פארן, ווייל ער האט נישט קיין מניעות וד"ל.
וע"ז צועק המחבר,
אבער בכלל נישט קעגן די ערליכע דו"ק ותשכח
אם אשכחך
ירושלים
תשכח ימיני
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

אין אייוועלט האט שאץ מאץ געשריבן די פאלגענדע דרשה:

אומאן ראש השנה – ווי שטארק איז דער מקור?

פרשת ויחי מיט בערך 30 יאר צוריק זיצט זיך א מלמד אין בני ברק און לערנט מיט די קינדער דעם ואני מ'חזר'ט איין מאל און נאכמאל הויך דעם ואני און איך יעקב, אבער דער קלימאקס איז אייביג ביי די הויעכע פאל ווען נבוזרדן וועט פארטרייבן אידן אין גלות אריין וועלן זיי אדורך גיין רחל'ס קבר....., פלוצלונג פליט אדורך א בליץ אין מח פארן מלמד און ער מאכט שטיל אלע קינדער, ששששששש קינדער! היינט אין מאנטאג נאכמיטאג איך בין יעצט מודיע אז ווער ס'וועט קענען דעם ואני אויף אויסעווייניג ביז סוף וואך וועט קענען דאנארשטאג פארן צום קבר רחל און דארט זינגען דעם ואני הויעך ווען נבוזרדן וכו' יש שכר לפעולתך ושבו בנים לגבולם...., די קינדער זענען גלייך געווארן אנגעצינדן און מיט פלייס האט מען גע'חזר'ט אינדערהיים דעם בלעטל ואני אזוי אז אויף דאנארשטאג זאל מען עס שוין קענען גוט אויסעווייניג און קענען מיטפארן מיט די נסיעה צו קבר רחל צו זעהן מיט די אייגענע אויגן דעם פלאץ ווי נבוזרדן האט פארטריבן אידן אין גלות אריין און זיי האבן געוויינט אויף רחל'ס קבר.

אויף דאנערשטאג איז די גאנצע קלאס געוועהן גרייט צום פארהער און אלעס האט געקענט דעם ואני גוט, דער מלמד האט געהאלטן ווארט ער האט גענומען זיין חדר אויף א נסיעה קיין בית לחם צו קבר רחל, דער מלמד אליין האט נישט געוויסט ווי ווייט דאס וועט עושה רושם זיין, אנקומענדיג אהין האבן די קינדער אנגעהויבן זינגען דעם ואני, די קינדערישע קולות האבן אנגעפילט דעם קליינעם בנין מיט די רינדעכיגע קופה, מ'האלט שוין ביי די הויכע פאל ווען נבוזרדן וועט פארטרייבן אידן אין גלות אריין..... רחל'ס קבר.... די קינדער האבן דאס געזינגען מיט אלע זייערע כוחות און מיט אלע זייערע געפילן, דער מלמד האט זיך געווינדערט אויף זיך אליין, ער איז שוין א מלמד 25 יאר אבער די ווערטער פון ואני האט אים נאך קיינמאל נישט אזוי בארירט ווי איצט, ער גלייבט זיך אליין נישט זעהנדיג ווי די טרערן גיסן זיך פון זיינע אויגן אן קיין צוריקהאלט, ושבו בנים לגבולם... דער מלמד ווישט זיך די אויגן - אזא הרגש האב איך אין מיין לעבן נישט געשפירט.

צורק קומענדיג קיין בני ברק האט דער מלמד איבער געגעבן זיינע געפילן פאר זיין שכן אין חדר וועלכע האט די פאראלעל קלאס מיט די זעלבע יאר גאנג ווי ער, דער אנדערע מלמד איז געווארן שטארק מרוגש ווען ער האט נאר געהערט וואס איז געוועהן היינט ביי קבר רחל, און ער האט קלאר אפגעמאכט ביי זיך אז נעקסטע יאר טוט ער אויך דעם שפיל מיט די קינדער, דאס נעקסטע יאר האט זיך טאקע דער אנדערע מלמד אויך מיטגעכאפט, און זיין קלאס האט אויך מיטגעזיגען דעם ואני ביי קבר רחל און די הרגש איז געוועהן מורא'דיג, א יאר דערויף איז דער מנהל געוואר געווארן פון דעם האט ער שוין איינגעשלאסן מערערע קלאסן פון די ת"ת וואס זאלן מיטפארן דאנארשטאג פ' ויחי צו קבר רחל זינגען דעם ואני דארטן אויפן פלאץ, פארשטייט זיך אז ווען מ'נעמט אסאך קינדער אויף אזא נסיעה בלייבט דאס נישט קיין סוד, און אנדערע תלמוד תורה'ס האבן דאס אויפגענומען פאזעטיוו און א יאר דערויף האבן זיי זיך אויך אנגעשלאסן מיט דעם פלאן און פלאנירט פון פאראויס אז היי יאר פארן זיי אויך פ' ויחי צו קבר רחל מיט די קינדער צו זינגען דעם ואני, פארשטייט זיך מ'האט זיך מסדר געווועהן ווער קומט צופרי און ווער ס'קומט נאכמיטאג, און וועלכע ת"ת קומט גאר מיטוואך, און אזוי אז מיט וואס א יאר איז געווארן גרעסער און שטערקער דאס פארן פ' ויחי צו קבר רחל זאגן דעם ואני.

היינט האלט עס שוין כמעט דארט אז מ'גייט אין אמעריקא נאך געלט און מ'פראקלעמירט א סגולה ח"י רוטל משקה צו טיילן פאר די אידן וואס קומען אהין פראווענען פ' ויחי צו קבר רחל.......

בערך אזוי (כמעט) איז מיט זייער אסאך מענטשן וועלכע פארן קיין אומאן ר"ה.... (שלאג נישט, איך האב געזאגט אסאך מענטשן נישט "אלע" מענטשן), יעדער ווייסט אז הרה"ק ר' נחמן זי"ע האט געזאגט אז זיין ר"ה איז העכער אלעס, ועוד ועוד, און זיין תלמוד ר' נתן האט געזאגט אז דער דיבור פון ר' נחמן מיינט נישט נאר בחייו נאר אפי' אויך נאך זיין הסתלקות, וואס צוליב דעם איז ר' נתן געפארן יערליך קיין אומאן ר"ה, וואס דאס איז אויך גאר פארשטענדליך דאווענעדיג אין ביהמ"ד פון זיין רבי'ן וואס איז א ענין פון א מקום שהתפללו בו אבותי, וועלכע האט א שטארקע מקור פון חז"ל, האט ר' נתן געדאוונט אין ביהמ"ד פון זיין רבי'ן (נישט אויפן ציון) און מ'ווייסט אז במשך הדורות זענען געוועהן אידן בעלי מסי"נ וועלכע האבן זיך מוסר נפש געוועהן צו קענען דאווענען אין אומאן ר"ה, מחמת אט די קבלה פון ר' נתן צו דאווענען אין א ביהמ"ד שהתפלל בו רבו הק'.

די פאקט איז אז די היינטיגע געפארעכץ קיין אומאן האט בכלל נישט אט די זעלבע משמעות, קודם כל דאס דאווענען אויף א בית החיים (נישט די קלויז) איז נגד ההלכה, (בכלל ווייס איך נישט פשט פון דעם בית המדרש געביידע אויפן ציון, ווייל ווען מ'קומט אן אהין זעהט מען אז ס'איז דא אנגעצייכנט פון דרויסן סימנים אז כהנים זאלן נישט גיין פון דא און ווייטער צולב דעם וואס אונטער דעם איז געוועהן א בית החיים, אנשטאט ארום צו נעמען דעם מקום מיט א גדר ווי אין אלע אנדערע מקומות ווי אין מעזעבוז אדער ווילעדניק וואס דער עצם ביה"ח איז טאקע נעבאך נעקר געווארן אבער א גדר איז דא כדי צו וויסן ווי דער ביה"ח איז געוועהן, האט מען אויפגעבויעט דא א גאנצע בנין אויף דעם פלאץ?, ממש נישט צום פארשטיין, און אזוי גייען מענטשן אריין מיט טלית ותפילין העכער א בית החיים, וואס טוט זיך מיט לועג לרש?, און ערגעץ דאווונט מען נישט אויף א קבר חוץ מערת הרשב"י ורבי מאיר בעל הנס) יו"ט גיין אויף א ציון איז א פראבלעם להלכה, און בכלל ווי טרעפט מען דאס אין די היסטאריע אז אידן זענען געקומען צו א ציון אויף יו"ט?, ווי אויך איז מקובל אז רוב צדיקים נאך 150 יאר האבן שוין נישט קיין שייכות מיט די וועלט חוץ געציילטע צדיקים וועלכע האבן מפורש געזאגט אז זיי ווילן ווייטער האבן שייכות מיט די וועלט כגון הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע, נו אויב אזוי ווער איז דער פוסק אחרון אז היינט איז אויך גילטיג די אלע זאכן פונקט ווי עטליכע יאר נאכן הסתלקות פון ר' נחמן?.

און אויב ר' נתן מיט די תלמידים האבן געהאלטן אז גיין צום ביהמ"ד / שטאט פון ר' נחמן, פרעגט זיך אבער, צו איז די אלע ענינים עפעס א הוראה לדורות אז איש בל יעדר, און אפי' ביז היינט איז פארהאן א חיוב צו קומען ר"ה?, עד כדי כך אז דער חיוב איז שטערקער ווי אליין זיין ביי א אייגן קינד'ס ברית מילה? נאר שיקן א שליחות זאל מל זיין דאס קינד?, לאמיר שוין אננעמען אז ס'איז זייער זייער א גרויס ענין דווקא אפי' היינט צו פארן ר"ה, איז דען דער חיוב צו פארן ממש יאר יערליך אן אן אויסנאם פונקט ווי עולת ראי'? וועלכע איז שולט א חיוב מן התורה, ס'איז דאך לא ימלט אז ווען איינער פארט יעדע איינציגסטע יאר אז ערגעץ אינצווישן זאל ער נישט מצער זיין איינעם, צו דאס ווייב, צו די טאטע און מאמע, צו די שווער און שוויגער, צו אפי' די אייגענע בני בית, ווער איז דער פוסק היינטיגע צייטן און פון וועלעכן שו"ע פסק'נט מען דאס אז יעדע איינציגסטע יאר איז אזא חיוב צו פארן עד כדי כך אז ס'איז וועגט איבער די אלע זייטיגע זאכן, ווער זענען דאס די ברייטע פלייצעס?, צו זענען דען די אייגענע תלמידים פון ר' נתן געוועהן אזוי שטרענג בזמניהם אז ס'איז געוועהן א חיוב צו קומען יעדעס איינציגסטע יאר מ'האט נישט געטארט אויסלאזן אפי' איין יאר אויך נישט? אפי' אויפן חשבון פון אנדערע?.

הגם מענטשן ווילן ענפערן אז חסידים זענען אייביג אוועק געפארן פון דערהיים אויף חדשים לאנג צו זייערע רבי'ס און היינט איז די זעלבע, אבער ולא הוא, היינט איז נישט די זעלבע, ווייל די אמאליגע חסידים וועלכע זענען אליינס געוועהן בעלי השגה, האבן פארשטאנען צו א שורש נשמה, זיי האבן מרגיש געוועהן ווי דער שורש ציט, און מ'איז געפארן צו לעבעדיגע צדיקים בעלי רוח הקודש, אפגערעדט אז די גאנצע וועג איז געוועהן איין שטיק מסי"נ וואו דארט אליין האט מען געהונגערט נאך א שטיקל ברויט, צו קען דען היינט איינער אויף די וועלט זיך פארגלייכן צו א חסיד פון אמאל וואס איז געפארן צום חוזה אדער צום דברי חיים?, דיין פארן אויפן פליגער און דורך גיין א עירפארט מיט ראיות אסורות איז די זעלבע זאך ווי דער חסיד מיטן פערד און וואגן?
בנוסף צו די מעשה הידועה אז דער ארי דבי אילעה איז געפארן שנה ראשונה קיין לובלין און ווען דער חוזה האט אים געפרעגט וואס טוט זיך מיטן נקי יהי' לביתו, האט ער געהאט א בירור להיתר פון א דיוק אין ס' החינוך, איז פשט אז אפי' דער גרויסער הייליגע ארי דבי אילעא וועלכע איז געפארן צום בעל רוח הקודש דער הייליגע חוזה האט אויך געדארפט א היתר להלכה צו פארן, ער אזי נישט סתם אזוי געפארן און געטרעטן אויף די משפחה.

אמת מ'וועט מוזן מודה זיין אז פילע אידן זענען בארעכטיגט אהין צו פארן ווייל דארטן האבן זיי געטראפן דעם באשעפער, ווי דער הייליגע קדושת לוי האט געזאגט פאר זיין שווער נאכן זיין חדשים אין מעזריטש אז די דינסט זאגט אז ס'איז דא א באשעפער אבער איך ווייס אז ס'איז דא א באשעפער, זייער אסאך יונגעלייט האבן "געזאגט" אז ס'איז דא א באשעפער פשוט נאכגעזאגט וואס מ'האט זיי אריין געהאקט אין קאפ פון קינדווייז אן, אבער ווי נאר זיי זענען געווארן אביסל מקורב צו די הייליגע ספרים פון ר' נחמן זי"ע האט זיך זיי געפענט דעם קאפ און אנגעהויבן איינזעהן אביסל השגחה פרטיות, אביסל אמונה בבורא כ"ע, אזא איינער איז פארשטענדליך אז דעם טאג וואס מ'איז ממליך קב"ה במלכיות זכרונות שופרות וויל ער זיין אין די זעלבע שטאט ווי ר' נחמן ליגט ווייל דא האט ער געפינען זייין פארלוירענע אמונה.

שתי תשובות בדבר, קודם אפי' ווען ס'איז אמת מאכט דאס דאס נישט קיין פשט צו פארן צו א קבר אויף יו"ט, און אפי' דו פארסט יא מאן יימיר אז דאס מוז זיין אויסשליסלעך יעדעס יאר, אפי' אויפן חשבון פון אנדערע, שנית שמעתי פון א חשוב'ן רב וועלכע האט זיך אפגערעדט אויף די היינטיגע מצב פון די מבקשים און משפיעים, זאגנדיג אז אמאל האט מען געוויסט ביי אונזערע זיידעס און ביי די אידן פונעם עלטערן דור אז ר"ה האט יעדער איד אפגעציטערט די הייליגע טעג, מיט אזא אימת הדין אזש דאס פנים איז אים איינגעגאנגען פאר שרעק, און מיט דעם פחד האט מען מחנך געוועהן די קינדער, מ'האט געוויסט אז די וועלט איז נישט הפקר, אז מ'האט לכה"פ געציטערט איין מאל א יאר האט מען במשך די יאר אביסל געציטערט פארן דין וחשבון לעתיד אחר מאה ועשרים, היינט איז דא א נייע מושג ר"ה, דער עולם האט נישט קיין כח צו דעם פרעשור פון אימת הדין, ער זיכט זיך א נייע פשט אין ר"ה, דער משפיע איז מכריז א פרישן ענין פון ר"ה, "ער איז ממליך דעם מלך"!!!!..... ער פאטשט ביי המלך, ער איז מכריז דעם מלך, אוועק מיטן פחד, אוועק מיטן ציטער, ס'איז ישמחו השמים, אמת, קיינער לייקנט נישט וואס חז"ל זאגן אז ר"ה איז מען ממליך דעם באשעפער, אבער צו ווייסט איר אז די בחי' מלך איז גאר פיל שארפער ווי די בחינת אב פון אגאנץ יאר? אטע דאס אליין איז דאך גורם דאס גרעסטע מאס פחד.

איך ווייס אז זייער אסאך מענטשן "פילן" מורא'דיגע הרגישים זייענדיג ר"ה אין אומאן, אמת, קיינער לייקנט נישט די גרויסע התעוררות, אבער איר מוזט וויסן אז דער מלמד וועלכע האט געזאגט ואני מיט די קינדער ביי קבר רחל האט אויך "געשפירט" א מורא'דיגע התעוררות ווי קיינמאל בעפאר, ער האט אפי' געלאזט טרערן..., וועט דען איינער זאגן אז ווייל די הרגישים זענען גרויס דערפאר איז דער מקור מורא'דיג שטארק און מען "מוז" פארן יעדעס יאר אפי' אויפן חשבון פון בעלי חובות צו אויפן ווייטאג פון די נאנטע משפחה?

די גרעסטע חידוש איז מיר נאר אז ווי נאר מיינס א גוטע פריינד כאפט זיך אויף און פארט קיין אומאן גלייך ווען ער קומט צוריק ווערט ער שוין פארוואנדלט אין א מיסיאנער, ער פראבירט מיט אלע מיטלען מיר מסביר זיין, שאץ.... איך זאג דיר דו מוזסט קומען אמאל קיין אומאן וועסטו זעהן וואס דארט טוט זיך.... ס'איז מורא'דיג, קום מיט נעקסטע יאר, א רגע, ביסט געפארן, האסט הנאה געהאט, פיין, וואס ווילסטו פון מיר? פארוואס פראבירסטו מיך משכנע צו זיין אז נעקסטע יאר "מוז" איך פארן, איז דאס אויך א חלק פונעם חסידות?.... צו ברעגען וואס מער חסידים?

קיצור וואס וויל איך דא?, דא ליגט דעם אלטן יסוד וועלכע איך האב שוין געשריבן אין די מבקשים ארטיקל, ווילסט אננעמען א גאנג אין לעבן פיין און וואויל, אבער נישט מיטן עקסטרים, ווילסט פארן קיין אומאן ר"ה, אדרבה פאר געזונטערהייט על אף וואס די מקורות זענען גאנץ שוואכע, אבער נעם עס נישט פאר א "מוז", און אוודאי נישט עובר זיין אויף אנדערע עבירות בתורה אויף דעם חשבון, צו חובות, צו וויי טון משפחה מיטגלידער, ווילסט פארן נאכאמאל, מסכים פאר געזונטערהייט, אבער מען "מוז נישט" יעדעס יאר פארן, דאס איז נישט קיין יהרוג ואל יעבור, ס'איז דאך חודש תשרי נעם ארויס דיין וואגשאל די מאזנים למשפט און מעסט אפ וואס זענען די צדדים, פארוואס "מוז" איך פארן, און וואס זענען די עיכובים (נישט די אזוי גערופענע איינגערעטע מניעות.....) אויב טוט דאס וויי פאר מיינע עלטערן, לוינט עס נישט, אויב טוט דאס וויי פאר דאס ווייב איז עס אוודאי נישט כדאי, ווילסט לערנען די הייליגע ספרים פון רבינו נחמן זי"ע אדרבה ואדרבה, אבער ווער נישט משוגע דערפון, טויש נישט דיין מסורת אבות דערפאר (אויב מ'לערנט די ספרים מוז מען נאך נישט אנטון קיין תכלת ציצית), בליייב נארמאל, (אויך א פארגאנגעהייט פון א ווארט "נארמאל"....) זיי מכריז אין די תקופה (אנשטאט צו שרייען בקול פשוט ר"ה אין אומאן הוווווויייייייי......) שריי אויס כלנו לנארמאל.

און דער עיקר איז אז וואו מ'איז זאל מען פועל'ן א גוט יאר, און א "נארמאל" יאר, און זיין אמת'ע ערליכע אידן, מיט ריינע כוונות, און זיך האלטן מיט אונזער מסורת אבות וועלכע האט די שטערקסטע גאראנטי, און יא לאמיר נישט פארגעסן פון די ברענעדיגע טעמע, זיך אפצוטיילן פון די שולי המחנה וועלכע זיצן בחושך וצלמות און שרייבן אויף פארשידענע ווינקלען פון דעם געוועב לשון הרע, ניוול, כפירה, און זילזול במנהגי ישראל, וזלותא דרבנן, הבדלו הבדלו, טיילט'ס אפ אונז פון זיי, ווייל זיי זענען דער לאך פון כלל ישראל, נעמט'ס ג-ט פאר א שותף, און וויסן אז על כל אלה יביא במשפט, ויזכור לחיים טובים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מיט'ן לעצטן שטיקל מיינט ער אונז...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט