אדנירם האט געשריבן: ונרמז הענין בתיבת 'פיצא' עצמה, דבמערבא קרי לה 'פיצה'.
ואולי אפשר להוסיף קצת, אז אונז טרעפן מיר שוין אויך אז אין תלמוד ירושלמי [ארץ ישראל] טוישט מען פון ר׳ ״עקיבא״ [מיט אן א] צו ר׳ ״עקיבה״ [מיט א ה], אזויווי פון ״פיצא״ צו ״פיצה״. און די חיד״א זאגט נאך בשם רבינו יצחק האור זרוע (שם הגדולים, חלק גדולים מערכת י) אז (תהלים צז יא) או׳ר זרו׳ע לצדי׳ק ולישר׳י ל׳ב שמח׳ה איז ס״ת ״עקיבה״ ע״ש. און ס׳איז ידוע (אין די יוה״כ מחזורים נאך תפלת זכה) אז או׳ר זרו׳ע לצדי׳ק איז ס״ת ״קרע״, און ולישר׳י ל׳ב שמח׳ה זענען די ס״ת עולה כמנין ״טוב״. יעצט, אז מ׳צורייסט אין האלב דעם מספר ״טוב״ [קרע טוב] קומט מען אן צו אכט גאנצע slices (מיט א האלב, שוין)...
Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
ירח בן יומו האט געשריבן:ר' שמואל מונקעס זצ"ל א תלמיד פון דער הייליגער בעל התניא זצ"ל האט אמאל אנגעטראפן א מתנגד, און דער מתנגד טוט זיך אויף פאר איהם אז ער גרייט זיך צו פארן צום בעל התניא, אויף די פראגע פון ר' שמואל וואס זיכט ער ביי דער בעל התניא האט דער מתנגד געענפערט אז ער גייט 'פארהערן' דעם בעל התניא קבלה...
זאגט איהם ר' שמואל אז ממש לעצטנס איז איהם שווער געווען א שטיקל אין 'קבלה' און אז איר פארט שוין פרעגן אין קבלה זאלט איר אויך פארלייגן די שטיקל 'קבלה' פאר דעם בעל התניא און הערן פון איהם א פשט, און ר' שמואל לייגט איהם פאר די שטיקל "מי שהיה מפוזר ומפורד ונעשה דבוק עד שבא בבחינת עגול גדול ונמשך ממנו קוין קוין ובא בבחינת תלתא קרנתא ונקודה קטנה באמצע ובהתגלות יסוד המים ויסוד האש נגמר ונעשה טוב" ע"כ. דער מתנגד איז זייער געפאלן די שטיקל קלערנדיג אז דער בעל התניא וועט זיכער נישט וויסן פשט אין אזא קאמפליצירטע שטיקל קבלה, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.
עס איז מיר היינט איינגעפאלן אז פון דער מעשה איז אולי ארויסגעקומען דעם פתגם העולם "שנייד די קרעפלאך".
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל