די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

די סאמע ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט אין דעם וועקער איז דער הערליכער ארטיקל פון אונזער פריינט הער [tag]פראפעסאר[/tag] איבער די השפעה פון חסידות אריבער די גרעניצן פון דער חסידישער געזעלשאפט, אן ארטיקל פול מיט ווארעמקייט, פאזיטיוויטעט און אידיש-חסידישער שטאלץ.
כ'האב נישט קיין סך צוצולייגן צו דעם ארטיקל מער ווי זיך צו באדאנקען פאר'ן געערטן פראפעסאר ר' יעקב פאר דעם רייכן ארטיקל, כ'האב עס געליינט שבת און עס האט מיר פארשאפט אן עונג ושמחת שבת מיט יעדן פאראגראף.
כ'האב צווויי קליינע הערות:
1. דאס וואס ער שרייבט אויף "קום אהער דו פילאזאף" אז דאס איז "א ליד מיט נארישע ווערטער", ווייס איך נישט פארוואס. איך האב געליינט וועלוול זבארזשער'ס ליד מיט גרויס ערנסטקייט. וועלוול ברענגט ארויס א נקודה למחשבה, אז די מאדערנער און פארגעשריטענער וועלט, מיט אלע אירע איינריכטונגען און ערפינדונגען, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם טעם וואס דער חסיד שפירט ווען ער שטייט אויפ'ן העכסטן שטאק פארענטשע ביי שלש סעודות ביים רבי'ן און די גאנצע וועלט איז אים כקלופת השום און מער ווי א בליק אויפ'ן רבי'ן דארף ער גארנישט.
2. דאס וואס ער טענה'ט אז חסידים האבן געווינען ווייל א בילד פון א חסיד איז געווארן דער סימבאל פון א איד. יתכן אז די נקודה איז אמת און חסידים מיט זייער אייפער האבן איבערגענומען דעם פלאץ פון א כלל איד אבער דאס וואס מ'נוצט זיי אלס א סימבאל איז פשוט ווייל זיי זענען בולט'דיג אידיש, אנדערש איז מיט א מאדערנעם איד, וויאזוי גענוי זאל מען אילוסטרירן זיין אידישקייט, מיט א קעפ און נייקי סניקערס?
אונטערשטע שורה בין איך זיך מצרף מיט'ן כרוז פונעם פראפעסאר, אז חסידות פארמאגט אין זיך עלעמענטן וואס פאר'כישופ'ט די גאנצע וועלט און מיר וואס זענען געבוירן געווארן מיט'ן גאלדענעם לעפל אין מויל, דארפן פילעווען אין אור החסידות און געוויס שעצן איר געוואלדיגן אוצר רב וואס דערהייבט א מענטש צו א לעבן פון אור האורות ברוח וגשם.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
כוכב האט געשריבן: די מאדערנער און פארגעשריטענער וועלט, מיט אלע אירע איינריכטונגען און ערפינדונגען, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם טעם וואס דער חסיד שפירט ווען ער שטייט אויפ'ן העכסטן שטאק פארענטשע ביי שלש סעודות ביים רבי'ן און די גאנצע וועלט איז אים כקלופת השום און מער ווי א בליק אויפ'ן רבי'ן דארף ער גארנישט.
איך מיין אז דער יענקי פען וואס שטייט אויפ'ן העכסטן שטאק פארענטשע קען דאס יא אביסל פארשטיין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
א גרויסען דאנק @פראפעסאר (ר׳ יעקב ירון לואיס) פאר דעם שיינעם ארטיקל איבער די השפעה פון חסידות אויפן ברייטען אידישען ציבור. כ׳האב אזוי געטראכט צו מיר אז אין דיין פאריגע ארטיקל (וועקער 14) האסטו געשריבען וואס מיר חסידים קענען לערנען פון פראפ׳ ישעיהו ליבוביץ, און יעצט שרייבסטו וואס די פראפעסארן לערנען פון חסידות..
עכ״פ די ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה און אז מיר חסידים כאפן נישט אסאך מאל אז דא ביי אונז ליגט אוצרות, די לויבסט שטארק אויס ברסלב מיט חב״ד, איז לאמיר טאקע פרעגן וויפיל חסידים האבן שוין דורכגעלערנט לקוטי מהר״ן, צו גוט דורכגעאקערט די חב״דסקער מחשבה, אדער אפי׳ דורכגעלערנט א חסידישע ספר על הסדר, וואס אזוי קען מען קלאר דערגיין די מהלך המחשבה פונעם מחבר (אין סקווירא האט מען אין די לעצטע פינוף צען יאר אנגעהויבן א סיסטעם פון לערנען חסידישע ספרים על הסדר פון אנהייב ביזן סוף)
די אויבנדערמאנטע וועג פון דורכלערנען די ספרים על הסדר איז טאקע נישט גרינג ובפרט די גאר שווערע ספרים ווי לקוטי מהר״ן, ווידער ארטור גרינ׳ס ספר ״בעל הייסורים״ אויף רבי נחמן מברסלב וכדומה אזעלכע ספרים פון פראפעסארן איז זיכער נישט צו געפונען אין אונזער בתי מדרשים. גרין דערציילט אז ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך ר׳ הלל צייטלענ׳ס ״יסודות החסידות״, ווי סאך האבן בכלל געהערט פון דעם ספר.
אזוי אויך נעמען ארויס די פראפעסארן וכדומה פון חסידות אביסל אן אנדערע מהלך (מילד גערעדט) ווי פון אונז חסידים, נעם לדוגמה פראפ׳ ארטור גרין וואס נעמט א ווארט פונעם בעש״ט הק׳ וואס זאגט אז טראכטען נאכן עובר זיין אן עבירה פונעם עבירה איז מעשה יצר כדי גורם זיין די מענטש צי זיין בעצבות, נעמט דאס גרין צו די נעקסטע לעוויל אז ער קימערט זיך בכלל נישט צו סאך צו האט ער גוט געטוהן דער מצוה צו נישט וכדומה.
מכל הנ״ל פארשטייט מען אביסל פארוואס דער פראפעסער און מאדערנע דענקער שעפט פון חסידות און מיר נישט ווייל ער קומט צו דעם מיט א חירות הדעת און מיט א פרישקייט און וויל דערגיין לעומקה של הדברים, משא״כ מיר חסידים באגעניגן זיך מיט א שטיקל נועם אלימלך פרייטאג צונאטכס פאר קידוש ווייל מיר זענען דאך סיי ווי חסידים.. אבער נאך אלע מעשית דארפען מיר זיך טאקע פארבעסערן און זען וואס די גן החסידות האט פאר אונז צו טועם זיין להחיות בהם נפש כל חי. אונטערסאנט וואס גרין וויל זאגן אז דער ספר מאור עינים גייט די מערסטע אונעם וועג פונעם בעש״ט, ער האט אפי׳ איבערגעטייטש דעם גאנצען ספר אין ענגליש (סקווירא חסידים איר הערט..?) דא קען מען זען א בילד פונעם ספר:
גרין האט בכלל ליב בעיקר די ספרי תלמידי בעש״ט פונעם ערשטן צווייטען דור וואס ער זעט צו זיין מער ארגינעל.
אה שיעור פארגעסען צוצולייגען דעם ניגון ״הבה נגילה״ וואס קומט פון חסידישע מקורות.
מיר קוקן ארויס אויף אייער ווייטערע ווערק @פראפעסאר, אפשר איז אברהם יהושע השל נעקסט אויפן ליסט?
Sent from my iPhone using Tapatalk

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פראפעסאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:04 pm
- געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- קאנטאקט:
איך בין גערירט, א הארציגן דאנק!
גוט מעוד [tag]כוכב[/tag], [tag]רביה''ק זי''ע[/tag], [tag]אמת וצדק[/tag], [tag]אבטולמוס[/tag],
א הארציגן יישר-כח וואס איר האט אייך מטריח געווען צו שרייבן אייערע געדאנקען וועגן מיין ארטיקל. איך בין ממש גערירט. מיר לעבן ב"ה אין א צייט ווען אמת'ע דיאלאגן צווישן מענטשן פון פארשידענע קרייזן און דעות זענען מער מעגליך ווי אין אלע פריערדיגע דורות. נאר פאקטיש האב איך מער געלעגנהייטן פאר דיאלאג מיט קריסטן אדער אפילו מוסולמענער ווי מיט מיינע ברידער-שוועסטער חסידים. יא, איך קען סיי ווען אנהייבן א שמועס מיט א חב"ד שליח – נאר זיין ציל וועט שטענדיג זיין, מיך צו איבערצייגן – ווי להבדיל א מיסיאנער - וועלן מיר נישט האבן קיין אפענע, ארנטליכע דיאלאגן. דא אין קאוועשטיבל און אין די בלעטער פון "וועקער" איז אן אנדער געפיל. מיר קענען לערנען פון אנאנדער.
שפעטער היינט אדער נאך יום טוב וועל איך אי"ה שרייבן מיינע הערות אויף אייערע הערות.
א פרייליכן, א זיסן סוף פסח,
יעקב
שנ"פ - [tag]אבטולמוס[/tag] קענט איר מיר אפשר שיקן א פי-די-עף פון מיין ארטיקל? וואוינענדיג אין קאנאדע דארף איך ווארטן וואכן אדער חדשים לאנג איידער "דער וועקער" קומט און פון עמאזאן, בענק איך צו זען, ווי מיין ארטיקל קוקט אויס רעדאגירט און מיט בילדער!

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כוכב האט געשריבן: די מאדערנער און פארגעשריטענער וועלט, מיט אלע אירע איינריכטונגען און ערפינדונגען, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם טעם וואס דער חסיד שפירט ווען ער שטייט אויפ'ן העכסטן שטאק פארענטשע ביי שלש סעודות ביים רבי'ן און די גאנצע וועלט איז אים כקלופת השום און מער ווי א בליק אויפ'ן רבי'ן דארף ער גארנישט.
איך מיין אז דער יענקי פען וואס שטייט אויפ'ן העכסטן שטאק פארענטשע קען דאס יא אביסל פארשטיין.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=437453#p437453
- פראפעסאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:04 pm
- געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- קאנטאקט:
וועלוול זבארזשער, און נאך
מיין ערשטע הערה אויף אייערע הערות:
[tag]כוכב[/tag]: וועלוול זבארזשער'ס ליד דארף מען פארשטיין – האלט איך, אלץ פראפעסאר – פון זיין קאנטעקסט. וועט איר לייענען וועגן אים, וועט איר זען, אז ער איז נישט געווען קיין חסיד און אפשר בכלל נישט קיין פרומער איד.
https://en.wikipedia.org/wiki/Velvel_Zbarjer
ער פלעג שטענדיג חוזק מאכן פון חסידים. ווי די משכילים פון זיין דור האט ער געהאלטן די מופתים פון חסיד'ישע רביים פאר פוסטע קונצן און ליגן. דערפאר ברענגט זיין ליד ביישפילן פון ניסים וואס מע געפינט אין סיפורי צדיקים, נאר אפילו איבערגעטריבן. מע דערציילט למשל פון בעש"ט הקדוש אז ער איז געשטאנען אויף א פאטשיילע און אריבערגעשוואומען א טייך (ריווער) ווי אויף א שיפל – אין "קום אהער דו פילאסאף" איז פון טייך גווארן א גאנצער ים. משכילים פלעגן כסדר שפאטן פון חסיד'ישע מעשיות וועגן ניסים. דאס האט זיך מיט דער צייט געביטן. כ'האב געשריבן אן ארטיקל וועגן דעם וואס איר קענט לייענען דא (ס'איז א קאפיטל פון בוך
Vixens Disturbing Vineyards, 2010)
home.cc.umanitoba.ca/~lewis2/documents/miracles-skepticism.pdf
אבער איך שעפ נחת פון דעם, אז איר שפירט אין דעם ליד אן אמת'ן טעם פון חסיד'ישע רוחניות. דאכט זיך, ס'איז טאקע דא אין דעם ליד, צוזאמען מיט דער שיינער מעלאדיע
https://www.youtube.com/watch?v=mp5cz5SWYYc
- כאטש ר' וועלוול אליין האט דאס אפשר נישט געכאפט.
אגב, רוחניות איז א טעמע וואס איך זע צו זעלטן דא אויף קאווע-שטיבל אדער אין "וועקער". אפשר נעמט מען אן, אז וועגן דבקות, התלהבות, וכו' איז נישט מער דא וואס צו זאגן? אדער אז דאס איז בלויז פאר רבנים און מגידים? אדער וויל מען נישט רעדן בפרהסיא וועגן טיף-פערזענליכע הרגשות און דערלעבענישן? סיי ווי, איך האב הנאה ווען איך לייען למשל ווי איר באשרייבט די געפילן פון א חסיד ביי שלוש-סעודת ביים רבי'ן.
([tag]רביה''ק זי''ע[/tag] באמערקט אז דער עולם ביי א בעסיבאל-שפיל קען האבן ענליכע הרגשות. ס'איז אמת אז סע קען זיין א ביסל ענליך, ווי [tag]מי אני[/tag] האט שוין באמערקט בטוב טעם ודעת. ווען מענשן קומען צוזאמען אין גרויסע מענגען וועגן עפעס וואס איז פאר זיי אלע וויכטיג, ווערן די עמאציעס שטארק. דאס קען זיין ביים רבי'ן אדער ביי א בעיסבאל שפיל אדער א קאנצערט צי א פאליטישע צונויפזאמלונג און נאך. אבער ס'איז דא פארט אן אונטערשייד וואס הענגט אפ פון ציל פון דער פארזאמלונג, פאר וואס מען איז צוזאמגעקומען – צי למשל לכבוד א חברה מיליאנטשיקעס וועלכע קענען גיך ארומלויפן און גוט שלאגן א באל, צי לכבוד שבת...)
אי"ה וועל איך שרייבן מער הערות שפעטער, און נאכאמאל יישר-כח אייך אלעמען און א פרייליכן י"ט!

פראפעסאר האט געשריבן:אגב, רוחניות איז א טעמע וואס איך זע צו זעלטן דא אויף קאווע-שטיבל אדער אין "וועקער". אפשר נעמט מען אן, אז וועגן דבקות, התלהבות, וכו' איז נישט מער דא וואס צו זאגן? אדער אז דאס איז בלויז פאר רבנים און מגידים? אדער וויל מען נישט רעדן בפרהסיא וועגן טיף-פערזענליכע הרגשות און דערלעבענישן? סיי ווי, איך האב הנאה ווען איך לייען למשל ווי איר באשרייבט די געפילן פון א חסיד ביי שלוש-סעודת ביים רבי'ן.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=7150
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
א דאנק פאר די ארטיקל, איך האב זייער הנאה געהאט.
איין נקודה וואס איך בין נישט מסכים, איז די קעפל. חסידות היינט האט נישט קיין גרויסע השפעה אויף דער ברייטער וועלט... און דערפאר האסטו טאקע נישט געשריבן קיין סאך דערפון, בפרט פון די יעצטיגע תקופה.
אבער צוויי פוינטס האסטו שטארק געמאכט:
אידישקייט איז היינט חסידות. די פאקט ווערט מער און מער, סיי צוליב וואס חסידים וואקסן, און אויך ווייל נישט ארטאדאקסישע אידישקייט ווערט ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איינער וויל זיך פילן אידיש, נעמט ער פון חסידים.
חסידות האט גאר שיינע געדאנקן און הנהגות אין זיך. דאס איז א שטארקע נקודה, און אזויווי איך בין א חסיד, און אמאל זעט מען אליין נאר די חסרונות, איז עס מיר א שטארקע חיזוק ווען איינער דערמאנט די מעלות. ווי מאדנע עס קען זיך הערן, אמאל קען איך זיצן און זינגען מיט מיינע קינדער, אינמיטן געב איך זיך א דערמאן "דאס איז פון די בעסטע זאכן וואס אונז האבן ספעציעל פאר אונז", און עס געבט מיר א פריש אויף.
באמת א גרויסן דאנק פאר די פאזיטיווע ארטיקל.
איין נקודה וואס איך בין נישט מסכים, איז די קעפל. חסידות היינט האט נישט קיין גרויסע השפעה אויף דער ברייטער וועלט... און דערפאר האסטו טאקע נישט געשריבן קיין סאך דערפון, בפרט פון די יעצטיגע תקופה.
אבער צוויי פוינטס האסטו שטארק געמאכט:
אידישקייט איז היינט חסידות. די פאקט ווערט מער און מער, סיי צוליב וואס חסידים וואקסן, און אויך ווייל נישט ארטאדאקסישע אידישקייט ווערט ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איינער וויל זיך פילן אידיש, נעמט ער פון חסידים.
חסידות האט גאר שיינע געדאנקן און הנהגות אין זיך. דאס איז א שטארקע נקודה, און אזויווי איך בין א חסיד, און אמאל זעט מען אליין נאר די חסרונות, איז עס מיר א שטארקע חיזוק ווען איינער דערמאנט די מעלות. ווי מאדנע עס קען זיך הערן, אמאל קען איך זיצן און זינגען מיט מיינע קינדער, אינמיטן געב איך זיך א דערמאן "דאס איז פון די בעסטע זאכן וואס אונז האבן ספעציעל פאר אונז", און עס געבט מיר א פריש אויף.
באמת א גרויסן דאנק פאר די פאזיטיווע ארטיקל.
- פראפעסאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:04 pm
- געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- קאנטאקט:
חסיד'ישע ספרים, און נאך
[tag]אמת וצדק[/tag] האט געשריבן:
מע קען טאקע זאגן אזוי! אבער איך וויל אויך אויסזאגן אז מיין כוונה אין ביידע ארטיקלן איז די זעלביגע: איך האף פאר ענק, חסידים וועלכע לייענען "דער וועקער" און שמועסן אין "קאווע-שטיבל", עז עטס וועטס בלייבן חסידים. פאר מיר איז עס א הארצווייטיג צו לייענען וועגן מענטשן וועלכע גיין אראפ פון דרך ווייל זיי ווערן אויפגעקלערט און עפעס סקעפטיש. האב איך געפרואווט ווייזן אין מיין ארטיקל איבער פראפ' ליבוביץ אז מע קען זיין אפן צו דער מאדערנער וועלט, זיך גוט פארשטיין אויף דער גאנצער מעריב'דיגער קולטור, און זיין אפילו זייער שטארק סקעפטיש -- און בלייבן עכט פרום. און אין דעי ארטיקל איבער דער השפעה פון חסידות האב איך געפרואווט ווייזן ווי מענשן וואס זענען גאר ווייט פון חסיד'ישן לעבנס-שטייגער באוואונדערן און האבן ליב חסידות - איז פאר וואס נישט בלייבן חסיד'יש, אויב מ'האט שוין געהאט די מזל געבוירן צו ווערן אזוי?
איך האף ביי מיר אז דער "וועקער" און "קאווע-שטיבל" זענען סימנים פון א נייער באוועגונג פון חסידים וועלכע נעמען אנטייל אין דער היינטיגער וועלט, און קלערן פראנק און פריי -- און בלייבן ביי חסידות. אט די מעגליכקייט וויל איך שטיצן מיט מיינע ארטיקלן.
וועגן חסיד'ישע ספרים ברענגסטו טאקע א וויבטיגע נקודה. ברסלב'ער חסידים לערנען ליקוטי מוהר"ן, חב"ד חסידים לערנען תניא, דאס זענען פונדאמענטן פון אט די חסידות'ן. און דאס זענען ספרים וועלכן ראנגלען זיך מיט די טיפסט קשיות אין אמונה און בכלל אין פילאסאפיע. דערפאר קען א ברסלב'ער אדער ליובאווישטער חסיד געבן א געהעריגע ענטפער אויב מע פרעגט אים פארוואס ער פירט זיך אזוי אדער אזוי, אדער אויב מע פרואווט אפפרעגן אן עיקר אין זיין אמונה. ס'איז אומעטיג וואס דו באמערקסט דא, אז רב חסידים לערנען נישט ערנסט אין ספרי חסידות.
ס'איז מיר א חידוש אז דווקא אין סקווירא האט מען יא לעצטנס אנגעהויבן צו טון אזוי. ווייל מיין איינדרוק פון סקווער איז פון זייער אן אפגעשלאסענע קהילה (וואו מענער און פרויען קענען אפילו נישט גיין אויף דער זעלבער זייט גאס, וכו'). איך מיין אז סע ווערט שווערער צו זיין דאגמאטיש און באגרענצט אויב מען פארטיפט זיך ממש אין די מחשבה פון חסיד'ישע צדיקים פון פריערדיגע דורות. דו באמערקסט אז פראפ' גרין קומט צו חסידות מיט "חירות הדעת" נו איך בין זיכער אז אזא פרייהייט אין קלערן געפינט זיך ביי אלע גרויסע דענקערס אין חסידות. אפשר וועט מען ביזליכווייז זען אז סקווער טוישט זיך און ווערט מער אפן. (אדער אפשר איז מיין לכתחילה'דיגע איינדרוק פון סקווער נישט ריכטיג.)
וועגן פראפ' אברהם יהושע העשל ז"ל וואלט טאקע געווען גוט צו שרייבן אין "וועקער" נאר איך בין נישט שטארק באהאוונט אין זיין ווערק און לעבן. אבער איך קען ענק אלע שטארק פארלייגן צו לייענען זיין "קאצק: אין געראנגל פאר אמת'דיקייט", אין צוויי בענדער, געשריבן אויף אידיש. דארט דערקלערט פראפ' העשל מיט זיין טיפישע זיסקייט און ווארעמקייט די פלאמ-פייערדיגיע מהלך המחשבה פון קאצקער רבי'ן.
[tag]אמת וצדק[/tag] איך האף אז דו האסט שוין געשריבן א "פען לעטער" פאר פראפ' ארטור גרין. ער וואלט זיכער געהאט גרויס הנאה פון דעם!
כ׳האב אזוי געטראכט צו מיר אז אין דיין פאריגע ארטיקל (וועקער 14) האסטו געשריבען וואס מיר חסידים קענען לערנען פון פראפ׳ ישעיהו ליבוביץ, און יעצט שרייבסטו וואס די פראפעסארן לערנען פון חסידות..

נישט ממש פראפעסאר, די קוקט עס אן אזוי, אבער פאר אונז חסידים איז דאס נישט קיין חידוש אז אין סקווירא לערענט מען דורך חסידישע ספרים פון דעקל צו דעקל. קודם כל, פראפעסער ארטור גרין (וואס איז נישט געהעריג ארטדאקסיש) קומט מיט אנדערע ברילען ביים לערנען א חסידישע ספר. און אפי׳ א מאדערן ארטדאקסישע איד וועט לערנען א חסידישע ספר מיט מער מחשבה און חירות הדעת, חירות הדעת מיינט אז ער איז גרייט צו קלאר פארשטיין וואס שטייט, און אויך ארויסנעמען א לקח למחשבה והשקפה, אזוי אויך קומט ער צו צו דעם מיט זיין השקפת עולמו וואס איז ברייטער און מער אפן ווי דער חסיד. משא״כ א חסידישע אינגערמאן וועט דאס לערנען זיך אנציווארימען דערמיט און ווערן א מער דערהויבענע איד, און ער לייגט אריין אזויפיל מחשבה כדי צו פארשטיין וואס ער זאגט ותו לא, שוין אפגערעדט אז אין סקווירא לערענט מען נישט קיין לקוטי מהר״ן בכלל (זיי ברענגען דאס אפי׳ נישט אריין אין שטוב) און חב״ד׳סקע ספרים איז אויך נישט אויף זייער ליסטע.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'דא א שפריכווארט, איך געדענק נישט פונקט ווי ס'גייט אבער עפעס אזוי גייט עס: "Once a movement becomes big it stops moving". ביי רעליגיעזע movements איז עס אסאך ערגער, איינמאל א זאך ווערט א דאגמע פארלירט עס די גאנצע משמעות. און דעריבער זאגן טאקע די יודעי דבר אז כדי ארויסצוהאבן רוחניות דארף מען עס לערנען פון אנדערע רעליגיעס, ווייל ווען דו לערנסט דיין אייגענע רעליגיע לערנסטו עס בתורת דאגמע און ס'איז זייער שווער צו האבן די "חירות הדעת" צו פארשטיין און דערהערן וואס שטייט. הנוגע לענינו, די עקסטאזע וואס א חסידישע איד פילט ביים לערנען א חסידיש ספר קומט לאו דוקא פון דעם וואס ער איז זיך מדבק אין די מושגים וואס שטייען דארט און ער ווערט נשפע פון די מחבר'ס השקפה, ס'קומט פון דעם וואס ער איז איבערצייגט אז ער לערנט דא די גרעסטע סודות הבריאה און איינשטיין מיט אריסטו וואלטן אין טויזענט יאר נישט געקענט אויפטון מיט דעם וואס ער טוט somehow אויף מיט'ן נאר האלטן דעם הייליגן ספר אין שטוב. ס'מאכט בכלל נישט אויס פאר זיין רוחניות'דיגע עקספיריענס וואס פונקטליך שטייט דארט, ווער רעדט נאך פון פארשטיין וואס דער מחבר האט געוואלט. נישט נאר דאס, די גאנצע לערנען זיינער קומט שוין מיט דעות קדומות אז ס'איז העכערע זאכן און ער גייט עס נישט קענען פארשטיין, ער לערנט עס לכתחילה מיט א mental blockage וואס לאזט איהם נישט פארשטיין, די מינוט וואס ער פילט אז אפשר הייבט ער אן פארשטיין גיבט זיך זיין מוח א שאלטער אויס. אנדערש איז אבער די עקסטאזע וואס א מענטש פילט ווער ער לערנט דעם ספר נישט בתורת דאגמע, ער טיעפט זיך אריין צו פארשטיין דעם מחבר'ס ווערטער אן קיין דעות קדומות איבער די אויטאריטעט פונעם שרייבער, ער קען זיך באמת דערגרינטעווען צו וואס דער מחבר האט געוואלט, ס'בליצט איהם אויף דעם אור הגנוז פונעם מפץ הגדול אינעם הארץ און מוח, און ער קומט צו די זעלבע הכרה און ער האט די זעלבע עקספיריענס ווי דער מחבר הספר האט געהאט בשעתו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פראפעסאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:04 pm
- געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- קאנטאקט:
רעפארם און חסידות
@אבטולמוס האט געשריבן:
נו איך האף אז חסידים קענען זיך אויך באציען צו חסידות אזוי. איך זע אין די זייטן פון "וועקער" און דא אין "קאווע-שטיבל" אן אנהייב פון א נייער רעפארם באוועגונג אינעווייניגס פון חסידות. א באוועגעונג וואס קען קאמבינירן די פרייהייט און פרישקייט וואס רעפארם באטאנט, מיט די קולטורעלע און רוחניות'דיגע אוצרות פון חסידות. פריערדיגע רעפארמער האבן מבטל געווען הלכה, אבער היינטיגע צייטן איז די אידעאל פון רעפארם, אז מע זאל יא זיין א שומר תורה ומצוות אזוי ווייט ווי מע פארשטייט די מצוות און שפירט אין זיי א טעם -- יעדער איינער זאל טון אלע מצוות וואס זענען פאר אים meaningful. נו חסידות קען פילן יעדע מצוה און מנהג מיט זינען און באטייט און מיט פרייד, מיט שמחה של מצוה. אויב מע באציט זיך צו חסידות מיט פרייהייט און נישט מיט א שטעלונג פון "אזוי מוז מען טון" קען חסידות ווערן פריש באלעבט און אלץ שטערקער.
מכח די השפעה פון רעפארם אויף חסידות וואס דו דערמאנסט, אבטולמוס, וואלט איך געוואלט מער פרטים. דו שרבייסט
אבער מעל כולם א הארציגן יישר-כח פאר אננעמען און רעדאגירן מיין ארטיקל מיט אזוי פיל חן.
דאס איז געווען צווישן די שטארקע און בארכעכטיגטע טענות פון די רעפארם-באוועגונג מיט צוויי הונדערט יאר צוריק, אז אידישקייט איז פארגליווערט געווארן, געווארן נישט מער ווי מִצְוַת אֲנָשִׁים מְלֻמָּדָה. וועגן דעם איז אויך רעלעוואנט וואס @אמת וצדק האט באמערקט, אז פראפ' ארטור גרין באציט זיך צו חסידות "מיט א פרישקייט און חירות הדעת".א הערליכער "קה ריבון" איז מחיה נפשות ווען מ'איז מחליט עס צו זינגען לכבוד שבת קודש, אבער ווען ס'איז א חלק פון א ריטועל, אזוי "מוז מען" טון ביי א סעודת שבת, פארלירט עס דעם גאנצן טעם.
נו איך האף אז חסידים קענען זיך אויך באציען צו חסידות אזוי. איך זע אין די זייטן פון "וועקער" און דא אין "קאווע-שטיבל" אן אנהייב פון א נייער רעפארם באוועגונג אינעווייניגס פון חסידות. א באוועגעונג וואס קען קאמבינירן די פרייהייט און פרישקייט וואס רעפארם באטאנט, מיט די קולטורעלע און רוחניות'דיגע אוצרות פון חסידות. פריערדיגע רעפארמער האבן מבטל געווען הלכה, אבער היינטיגע צייטן איז די אידעאל פון רעפארם, אז מע זאל יא זיין א שומר תורה ומצוות אזוי ווייט ווי מע פארשטייט די מצוות און שפירט אין זיי א טעם -- יעדער איינער זאל טון אלע מצוות וואס זענען פאר אים meaningful. נו חסידות קען פילן יעדע מצוה און מנהג מיט זינען און באטייט און מיט פרייד, מיט שמחה של מצוה. אויב מע באציט זיך צו חסידות מיט פרייהייט און נישט מיט א שטעלונג פון "אזוי מוז מען טון" קען חסידות ווערן פריש באלעבט און אלץ שטערקער.
מכח די השפעה פון רעפארם אויף חסידות וואס דו דערמאנסט, אבטולמוס, וואלט איך געוואלט מער פרטים. דו שרבייסט
אבער האבנדיג לעצטנס געלייענט קטלא קניא'ס ותינוק ללמדו ספר האב איך איין איינדרוק, אז חסיד'ישע חדרים און תלמוד-תורהס האבן ווייניג וואס געלערנט פון רעפארם אדער משכילים אדער פון דורות פעדאגאגן, סיי אידן סיי נישט-אידן. אפשר קענסט דערקלערן מער פון וואס דו האסט דא אין זינען?חסידישע מוסדות זענען פיל נענטער צו וואס משכילים האבן געוואלט, ווי וויאזוי חדרים האבן אויסגעקוקט אין דער אלטער היים
אבער מעל כולם א הארציגן יישר-כח פאר אננעמען און רעדאגירן מיין ארטיקל מיט אזוי פיל חן.
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
סאיז זייער רעלעווענט צו ברענגען דא וואס דער חתם סופר שרייבט אין שו״ת חלק א׳ או״ח סימן קצ״ז. דער תשובה האט ער געשריבען צו דער ישמח משה פון אוהעל, און ער רעדט דארט וועגן כמה ענינים וואס דע חסידישע באוועגונג האט איינגעפירט ווי למשל דאס טוישן צו נוסח ספרד, רעדן קבלה ברבים. שרייבט ער דארט: כי מרגלא בפומי כי כל האמור להלכה בש״ע הוא תורה נתונה לכל ישראל בשוה ואין בודד במועדיו, אכן מי שאין לו אלא תורה אפי׳ תורה אין לו , כי זה נעשה מצות אנשים מלומדה.. ע״כ כל המתחסד עם קומט ניכר במעלליו.. ובזה אין סגנון אחד עולה לשנים כי אין לב ב׳ בני אדם שוה באהבת השם.. (איינער גלייכט תניא א צווייטער לקוטי מהר״ן און א דריטער מאור עינים, אזוי אויך גלייבט איינער זיך צו דערנענטערן צום באשעפער דורך א קה אכסוף א צווייטער דורך קה רבון עלם און א דריטער דורך צמאה נפשי לאלוקים פונעם אבן עזרא. אזוי אויך דינט איינער דעם באשעפער דורך מדת האמת א צווייטער דורך שמחה און א דריטער דורך זריזות וכו׳) אך לעשות עדה שלמה כולם יתחסדו במנהג אחד לכולם א״כ היא גופי׳ נעשה חק לישראל. הייליגע ווערטער. און די זעלבע צייט וואס חסידות האט געוואלט ארויסנעמען דער עולם פון מצות אנשים מלומדה, איז עס צוגעקומען צו א מצב אז און געוויסע זינען האט עס גאר צוגעלייגט צום ליסטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
כ'בין נישט אזוי עקסייטעד צו זען אבטולמוס'ן היידזשעקן דעם ספיריטועלן שמועס צו זיינע אבסעסירטע נושאים ווי סיסטעם און חינוך.
מ'מעג לאזן פאסיווע אשכולות און אויסברייטערן די טעמעס וואס ווערן דיסקוטירט אין שטיבל. הא גופא איז דאך דער קלאג פון @פראפעסאר
#זשאסט_סעיאינג
מ'מעג לאזן פאסיווע אשכולות און אויסברייטערן די טעמעס וואס ווערן דיסקוטירט אין שטיבל. הא גופא איז דאך דער קלאג פון @פראפעסאר
#זשאסט_סעיאינג
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
למעשה איז דאס א חלק פונעם ארטיקעל.כוכב האט געשריבן:כ'בין נישט אזוי עקסייטעד צו זען אבטולמוס'ן היידזשעקן דעם ספיריטועלן שמועס צו זיינע אבסעסירטע נושאים ווי סיסטעם און חינוך.
מ'מעג לאזן פאסיווע אשכולות און אויסברייטערן די טעמעס וואס ווערן דיסקוטירט אין שטיבל. הא גופא איז דאך דער קלאג פון @פראפעסאר
#זשאסט_סעיאינג
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
פראפעסאר האט געשריבן:נו איך האף אז חסידים קענען זיך אויך באציען צו חסידות אזוי. איך זע אין די זייטן פון "וועקער" און דא אין "קאווע-שטיבל" אן אנהייב פון א נייער רעפארם באוועגונג אינעווייניגס פון חסידות. א באוועגעונג וואס קען קאמבינירן די פרייהייט און פרישקייט וואס רעפארם באטאנט, מיט די קולטורעלע און רוחניות'דיגע אוצרות פון חסידות. פריערדיגע רעפארמער האבן מבטל געווען הלכה, אבער היינטיגע צייטן איז די אידעאל פון רעפארם, אז מע זאל יא זיין א שומר תורה ומצוות אזוי ווייט ווי מע פארשטייט די מצוות און שפירט אין זיי א טעם -- יעדער איינער זאל טון אלע מצוות וואס זענען פאר אים meaningful. נו חסידות קען פילן יעדע מצוה און מנהג מיט זינען און באטייט און מיט פרייד, מיט שמחה של מצוה. אויב מע באציט זיך צו חסידות מיט פרייהייט און נישט מיט א שטעלונג פון "אזוי מוז מען טון" קען חסידות ווערן פריש באלעבט און אלץ שטערקער.
דו שרייבסט א וויזיע וואס זעט אויס גאר גוט. די שאלה איז, קען מען האלטן די רוחניות'דיגע אוצרות פון חסידות (און אידישקייט בכלל) אויב מען באציט זיך דערצו מיט א פרייהייט?
נעם א זאך ווי שבת, איך פיל שבת א רואיגקייט וואס איך האב נישט א גאנצע וואך. אויב איך כאפ מיר סתם א טאג אז איך האב איבערגעלאזט מיין סעלפאון, ווער איך אומרואיג, עס פעלט מיר עפעס. שבת גיי איך ארום א גאנצע טאג אן קיין טעלעפאון און עס פעלט מיר גארנישט, עס איז ביי מיר אזוי קלאר אז איך גיי נישט יעצט נוצן עלעקטעריק, אז איך פיל נישט ווי איך דארף עס. געווענליך דערמאן איך מיר אויך נישט אין שבת פון אנדערע זאכן וואס איך דארף טון (באצאלן בילס וכדומה), ווייל אפילו איך געדענק יא, טו איך עס סייווי נישט.
עס איז דא מענטשן וואס פראבירן צו גיין אויף עטליכע טעג צו א פלאץ ווי עס איז נישטא קיין פאון/אינטערנעט צוטריט, און זיי ווילן עקספיריענס'ן א סאבעטיקל רואיגקייט. לכאורה איז מיין שבת נאך שטערקער ווי זייער, ווייל ביי מיר איז עס טיף אין מיין מח.
וואס פאסירט אויב איינער פילט מער נישט ער "מוז" האלטן שבת? ער קען נאכאלס עסן טשאלנט און זינגען זמירות אויב ער פילט אז דאס איז אים אינטערסאנט, אבער ער וועט מער נישט האבן די זעלבע געפילן.
וואס דארפסטו מער ווי די קאמיונעטי לעבן פון רוב אמעריקאנער, עס איז קלאר אז גיין אין קירכע יעדע זונטאג האט שטארק צוגעגעבן צום סאציאלען לעבן. איז אפשר מאכט מען א פלאץ פאר דער עולם צו קומען איין מאל א וואך, הערן שיינע דרשות, טרעפן אלטע און נייע חברים... רוב מענטשן וואלטן לדעתי שטארק הנאה געהאט פון אזא פלאץ, אבער כמעט קיינער וואלט נישט אנגעקומען, אפשר אפאר אלטע לייט. נאר ווען מען מוז קומען, קומט מען און מען האט הנאה.
עס קומט מיר אריין אן א שיעור משלים, גיין און ביהמ"ד מנחה/מעריב, מקוה שבת אינדערפרי, אא"וו. איך רעד שוין נישט פון זאכן וואס זענען סאך בעסער ווייל מען האלט זיך קודם צוריק: קניידלעך אחרון של פסח, חמץ מוצאי, מוזיק נאך דריי וואכן, אא"וו. ווער רעדט נאך פון אויספאסטן מוצאי יום הקדוש, מען דארף פארשטיין סליחות, ראש השנה, יום כיפור, סוכות און שמח"ת, צו קענען פארשטיין די געפילן אין יענע מינוטן. שווער צו מסביר זיין פאר איינער וואס איז עס נישט אליין אריבער (מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס...) יעצט טרעף מיר איינער וואס וויל מרצונו הטוב פאסטן א טאג צו פילן די געשמאק פון אויספאסטן.
---------
איך דערמאן מיר א טעד טאלק פון א ידישיסט וואס איך האב אמאל געזען, זי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז יעדע שפראך וואס ווערט פארלוירן אין אמעריקע, האט נאך א קיום אין די לאנד פון וואו עס קומט. אבער אידיש האט נישט קיין לאנד, אויב וועט עס נישט האבן קיין קיום אין פרעמדע לענדער, וועט עס מער נישט זיין.
די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף אונזער גאנצע קולטור, קיין שום קולטור האט זיך נישט געהאלטן אין אמעריקע פאר צו לאנג, נאר אויף די עקסטרעמע מהלך ווי אונז אדער די אמיש. אויב וועלן אונז אריינמישן פרייהייט, וועט די קולטור זיך נישט האלטן. עס איז אויך נישטא קיין חסידים לאנד וואו עס זאל האבן א קיום. עס איז מסתבר אז אויב עפענען אונז זיך אויף צום אמעריקאנעם שמאלץ טאפ, וועלן אונז גיין ווי יעדער פאר אונז איז געגאנגען.
די פאקט אז אונזער גאנצע קולטור קען בטל ווערן, איז א ווייטאג פון א דרויסענדיגער פערספעקטיוו. אבער א יחיד מעג נישט מאכן זיינע באשלוסן צו פירן זיין לעבן, און זיין משפחה'ס לעבן, באזירט אויף די פערספעקטיוו.
- פראפעסאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:04 pm
- געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- קאנטאקט:
נאך א ביישפיל פון דער השפעה פון חסידות
דא האטס עטץ אן ארטיקל (אויף ענגליש) וועגן דער השפעה פון חסידות אין דער מאדערן-ארטאדאקסישער וועלט היינט:
https://jewishaction.com/religion/jewish-culture/rekindling-flame-neo-chassidus-brings-inner-light-torah-modern-orthodoxy/?fbclid=IwAR0QBR9FCLHz0J8aQXW2suN91cpHK-xCdLIMhb78r1LaO_DJ1MDmvheJwA4
https://jewishaction.com/religion/jewish-culture/rekindling-flame-neo-chassidus-brings-inner-light-torah-modern-orthodoxy/?fbclid=IwAR0QBR9FCLHz0J8aQXW2suN91cpHK-xCdLIMhb78r1LaO_DJ1MDmvheJwA4
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
אבטולמוס האט געשריבן:מאנכע אויפגעקלערטע האבן פיינט אספעקטן פון רבי'ס אין נגינה, ווייל היינטיגע "חסידות", די אדמו"רים און פארטייען למיניהם, האט אויסגעריסן דעם אמת און שמחה דערפון, און געמאכט דערפון ארויפגעצווינגענע ריטועלן. א הערליכער "קה ריבון" איז מחיה נפשות ווען מ'איז מחליט עס צו זינגען לכבוד שבת קודש, אבער ווען ס'איז א חלק פון א ריטועל, אזוי "מוז מען" טון ביי א סעודת שבת, פארלירט עס דעם גאנצן טעם.
דאס (און די שמועס דא בכלל) רירט בכלל אן אין די פארצווייגטע געדאנק פון ריטועליזם אין סאציאלאגיע. דר. ראבערט מערטאן האט אראפגעשטעלט דעם געדאנק פון ריטועליזם וואס פאסירט ווען מען איז מער/נאר אינטרעסירט אין די ״מהלך״ און מיטלען וואס מ׳טוהט, ווי איידער דאס מטרה וואס די מיטלען זענען געאייגענט מעיקרא צו דערגרייכן דערצו. די סארט ריטועליזם וואס מ׳איז מרמז צו דא, איז מער ווי א סארט בּיוּראָקראטיק ריטועליזם, וואו די ריטועליזם און מצות אנשים מלומדה קען צופיהרן עכ״כ אז עס טוהט אונטערמינעווען און גיין קעגן די מטרה וואס די מיטלען זענען מעיקרא געאייגענט געווארן אויף צו דערגרייכן.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
ר' זלמן שכטר ז"ל פלעגט עס זאגן. "When a movement becomes a movement it stops moving".
למעשה אבער, ביי חסידות, איז דאס נישט קובע טראצדעם וואס עס איז ריכטיג. חסידות שטעלט אוועק ביטול און הכנעה אלץ א עיקר ויסוד גדול. ווען איינער פילעוועט אין חסידות און קומט צו צו אייגענע מסקנות, לעבט ער די היפוך פון א חסידישע לעבן. די איינציגסטע וועג צו לעבן א חסידישע לעבן איז בהיסח הדעת ובתמימות.
.[/justify]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא א שפריכווארט, איך געדענק נישט פונקט ווי ס'גייט אבער עפעס אזוי גייט עס: "Once a movement becomes big it stops moving". ביי רעליגיעזע movements איז עס אסאך ערגער, איינמאל א זאך ווערט א דאגמע פארלירט עס די גאנצע משמעות.
ר' זלמן שכטר ז"ל פלעגט עס זאגן. "When a movement becomes a movement it stops moving".
למעשה אבער, ביי חסידות, איז דאס נישט קובע טראצדעם וואס עס איז ריכטיג. חסידות שטעלט אוועק ביטול און הכנעה אלץ א עיקר ויסוד גדול. ווען איינער פילעוועט אין חסידות און קומט צו צו אייגענע מסקנות, לעבט ער די היפוך פון א חסידישע לעבן. די איינציגסטע וועג צו לעבן א חסידישע לעבן איז בהיסח הדעת ובתמימות.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל