ביים זעלבן פלאץ אין סידור? [emoji848]איש פשוט האט געשריבן:מען האלט שוין ראש חודש אייר א גאנצע חודש זייט מען האט געדאווענט הלל פון ראש חודש ניסן אונדערהיים ווער גלייבט אז א חודש שפעטיר האלט מען נאך ביי די זעלבע פלאץ..........
...
למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
Re: למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

@מי אני: ועוד י"ל חיים במספר קטן איז 14 וואס איז 13 פלוס 1 דהיינו דאווענען ביחידות.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
אין טאקע במספר ״קטן״, וואו מ׳נעמט אוועק פון די צענער אותיות [י, כ, ל וכו׳] זייער ״צעהן״ [מנין].קטלא קניא האט געשריבן:@מי אני: ועוד י"ל חיים במספר קטן איז 14 וואס איז 13 פלוס 1 דהיינו דאווענען ביחידות.
ומי שאמר לעולמו ״די״ יאמר לצרותינו ״די״.
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
שוין אביסל צייט נישט געשריבן אין דעם טאגבוך. שרייבן גווררת שרייבן נאר ביי שרייבן איז אויך עניים במקום זה ועשירים במקום אחר. איך הייב אן דא צו שרייבן, ס'פאלט מיר איין עפּעס אנדערש, לויף איך אהין, און פון דארט לויף איך צו עפעס אנדערש, און נאכדעם, לפי שהפסיק... חזר לענין הראשון און ביני לביני הויפענען זיך אויף די ווערטער. ס'איז ב"ה געווען אפאר טאגביכער, א קונטרס'ל און אויך האלט איך אינמיטן עפעס גאר א לענגערס, און נאך אפאר זאכן שווימען מיר אין קאפ. און צום קאראנאווירוס דערווייל געוויינט מען זיך ממילא איז דא ביים טאגבוך אביסל נאכגעלאזט. מאידך, פון נישט שרייבן זאמלט זיך אן סחורה אין קאפ,און פון צופיל זאמלען הייבן די פינגער אן צו טאנצן, ולכן זיץ איך מיר דא אין בוידעם און קלאפ שוין ווייטער.
דאס פארגאנגענער מאל איך האָבן געשריבן איז געווען חול־המועד פסח און זייט דעמאָלט איז שוין געווען יום־טוב, מוצאי יום־טוב, שליסל חלה, שבתים, וואָכן־טעג און אַ מזל וואס איך זאג והוא רחום און ליין קריאת־התורה ביחידות ווייל ווען נישט וואלט איך נישט געוואוסט וועלכער טאג פון דער וואָך ס'גייט. פאַרשטייט זיך אז ספירה וואָלט איך טאקע געציילט, און וועלכער איד ווייסט דען נישט וואס ער האט פוגם געווען אויף איטליך נאכט, נאר דארט זאגט מען נישט דער טאג פון דער וואך און אויך זאגט מען עס אזוי שנעל אז ס'קלעפט זיך נישט אין קאפ, והראיה אז ביי מעריב לויפט מען ארום פרעגן, "וואס איז געווען נעכטן?", ממילא, איז עס בלויז א דאנק והוא רחום אז מ'ווייסט ווען שבת איז, און פארדעם איז שבת א סגולה פאר כפרת עוונות, כידוע.
אבער שוין, איך האלט דאך ביי מיין טאגבוך איז לאמיך ווייטער אנגיין. יום טוב איז אריבער בשלום. ביי דער קריאת התורה פון שביעי של פסח האב איך געקלערט איבער ויחזק ה' את לב פרעה, אז מען זעט עס דא בחוש אין אונזערע צייטן. אלע האבן געזעען די מכה ווי ס'קומט אלץ נענטער, און דאך האט יעדער געמיינט אז זיי זענען א מיוחס און זיי וועט עס נישט אנשטעקן. הירא את דבר ה' האט באהאלטן זיין פי ואשר לא שת לבו, און דער וואס האט זיך נישט צוטון געמאכט, מיינט עס אז ער פארכט נישט גאט'ס ווארט. ביי אונז איז פול מיט מבינים וואס ווייסן פארוואס גאט האט געשיקט די מגיפה און אויף וואס מ'דארף תשובה טון, נאר אין דער זעלבער צייט וועלן זיי גארנישט טון צו פארמיידן. זיי האלטן אז גאט שיקט א מגיפה דארף מען עס כאפן מיט ביידע הענט.
במשך חול־המועד איז מיר אויסגעקומען רעדן טעלעפאניש מיט א פריינד. יענער האט נישט וואטסאפ און אפילו אויף עסעמעס איז ער נישט מרבה שיחה. ער טענה'ט אז פון דומם, צומח, חי, מדבר איז דער מענטש דער מדבר און ממילא דארף מען רעדן. איך האב מיך אמאל מיט אים געטענה'ט אז א מענטש איז אויך דער איינציגסטער וואס איז א כותב, אבער ער האט נישט געוואלט וויסן. ער רעדט און נישט עפעס אנדערש.
האב איך געהערט אז ער לעבט. איך האב אים געפרעגט וואס ער מאכט, וואו ער דאווענט, צי די קינדער זענען ביי אים געווען אויף פסח - יא, און מיין אשת חיל האט מיר נישט מוחל געווען אז מיין זון, שניר און אייניקל זענען נישט געקומען - און דערנאך האבן מיר געשאלטן די רביס, און בפרט אונזער רבי, איבער זייער באנעמעכץ. א חסיד'ישע הארץ ברענט אפילו ווען ס'הערט אויף צו גלייבן. און אז דאס חסידות ווארעמט שוין נישט, כאטש פארלענדט עס. אבי נאר אז ס'ברענט.
דערנאך וויל ער וויסן איבער גאט. אט אזא חבר האב איך ליב. ער וויל וויסן וואס איך האלט, צי גאט האט דא א חשבון. איך האב אים געזאגט אז מיט גאט איז שווער ארויסצוקריכן. מיר איז לייכטער צו זאגן אז עולם כמנהגו נוהג ווי איידער אריינלייגן אין אים סברות פארוואס ער ברענגט אן אזוינע זאכן. זוכן אים צו פארשטיין און "מסביר" זיין פארוואס מענטשן ליידן, איז א פיל גרעסערע באליידיגונג סיי צו גאט און סיי צו מענטשן, ווי איידער צו זאגן ער האט אנגעדרייט א וועלט און ס'דרייט זיך. איך בין גאט דאנקבאר אז ער האט אונז געשענקט א לעכטיגער תהילים און א קוואל פון האפענונג און אינספיראציע פון אונזערע נביאים וואס פליסן און שטראמן אין זיין ליבן נאמען. אויך איז ער גוט אויף צו דערלאנגען. אמאל זאגט מען אים נשמת און אמאל למה הרעות. ער טוט טאקע אויך געפערליכע זאכן, און וואס קען מען טון? אזוי איז ער. דוד המלך זאגט אויך, השע ממני ואבליגה, לא'דיך פון מיר אפּ, "בעק אַף", וועל איך שטארק ווערן.
האבן מיר זיך געוואונטשן א גוטן מועד און געגאנגען ווייטער.
איז שוין ווייטער יום־טוב און ווידער דאווענען, סעודות, און אינדערפרי נאכאמאל דאווענען, א שפאציר צו מיין פאטער, א סעודה וחוזר חלילה. ביים שירה האב איך מיך אביסל צעשאקלט, זיך דערמאנט פון דער שירה אין שול, אבער ווייטער געפארן. אין א קהילה פון איינס איז נישט קיין קונץ זיך צו גארגלען.
אויפן וועג אהיים פון מיין פאטער האט מען געהאלטן ביי א שול מנין ביים ליינען. אויף דער גאס וואוינען א היפשע פאר שיינע אידן, לכה"פ צוויי פון זיי פירן אן אייגענער שול, אבער איצט זענען זיי ווי אלע און דאווענען ביי זיך אין הויף. דער ספר־תורה ליגט ביי איינס פון די רעבעלעך, אסאך מאל ווען מיין זון און איך גייען דורך הערן מיר ווי מען זאגט "יעמוד" פון איין עק גאס, און "ברכו" פון דעם אנדערן עק גאס, און מען לייענט ווייטער. ווער ס'באקומט דער שישי ווייס איך נישט נאר ווען מיר זענען דורך אויף שביעי של פסח האט מען געהאלטן ביים סוף פון דער קריאה. דער רעבעלע, דער בעל־קורא האט זיך צעקרעכצט ביי כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך. וויאזוי עס געפעלט דעם אנדערן בעל־השול ווייס איך נישט. א שול האט ער א שיינער נאר דא ביי זיך אין גאס איז ער נישט דער מושל בכיפה. אפשר פארדעם איז ער געווען ביים פענצטער און נישט תחת כיפת השמים ווי די אנדערע שכינים.
ויהי ממחרת, נאך די קניידלעך פארשטייט זיך וואס זענען שוין געווען מוכנים פון חול המועד, און מ'איז געגאנגען איינהאנדלען חלות און חמץ. אין געשעפט שטייט איינער הינטער מיר און קומט אלץ נענטער. מיר זעט אויס אז ס'זענען דא היימישע מענטשן וואס האבן אין זיך מאגנעטן וואס מאכט זיי קלעפן. "ר' איד," האָב איך אים געוואָלט זאָגן, "איר מוזט נישט גיין א מאסקע, אז ס'שמעקט אייך קענט איר דאווענען מיט פופצן מנינים, אז איר דארפט עס נייטיג, גייט געזונטערהייט טאג און נאכט אין מקווה, טאנצט אויף וויפל חתונות איר ווילט, אבער נאר איין זאך, שאקלט אייך אפ פון מיר און קומט צו מיר נישט נאנט." אבער ניין, דאס איז אויך צופיל. שוין, האבן מיר זיך צעריבן. איך האב אים געבעטן, אפשר געהייסן, אביסל צוריקשטיין, ער האט מיר געזאגט, "טעיק איט איזי" און מ'איז געבליבן ביי דעם.
למעשה, האט מיר מיין שוויגער אריינגעשיקט א פרישע שליסל חלה, און מיין שוועסטער נאך איינס, און די חלות וואס איך האב געקויפט זענען געווען א ברכה לבטלה. עפעס בין איך קארגער געווארן זייט די מגיפה און איך געב אויך מער אכטונג אויף וואס מען ווארפט ארויס. איך דערמאן זיך פון דער איד'ל ביי אונז אין ישיבה וואס איז געווען ממונה אין דער קאך צו שפייזן די בחורים. אז מען האט זיך צו אים אפגערעדט אז דער ברויט איז נישט פריש, האט ער געענטפערט, "אין אוישוויץ איז דאס אויך נישט געווען". און ווען מען האט אים געזאגט, "יקותיאל, געב ארויס דאס פרישע ברויט," האט ער געענטפערט, "דאס איז אויף מארגן...".
שבת שמיני איז געווען א פיינער. פסח איז פאריבער, די זארגן פון א צעשטערטן יו"ט אויך פאריבער, יו"ט אליין מיט אירע באגרענוצנגען איבער עסן, טרונקן, דאווענען, זילבער פאפיר וואו נאר מ'דרייט זיך און לחם עוני אויף יעדער סעודה איז ברוך השם הינטער אונז. לשנה הבאה בני חורין מיינט אז אויף דערווייל האבן מיר א יאר מנוחה. דאס איז אבער מכוח אידישקייט. איינגשלאסן איז מען ווייטער און פון דעם דרייט מען זיך נישט אויס מיט א חסל סידור פסח. ווערט מען אבער צו דעם אויך צוגעוויינט. אמת, מען זארגט זיך איבער דעם זומער הבא לקראתנו, אבער דערווייל איז מען דא. המוציא איז נישט על אכילת מצה, גרינס איז נישט מרור, מען בייסט אריין אין א חלה מיט א סקארינקע וואס קראמפטשעט, מען קייט אן אויסגעבאקענער טייג, און מ'פארגעסט אביסל פון רחם נא.
די פרשיות גייען א גאנג און צום ליינען איז פרשת שמיני. ווען איך האב אנגעהויבן האט מען געהאלטן ביי ויקהל פקודי. ביי יענער סדרה בין איך געווען א פארקערטער נחשון און איך בין ארויסגעשפרינגען און געבליבן אינדערהיים ווען די שולן זענען נאך געווען פול. איצט שרייבנדיג האלט מען שוין בהר־בחוקותי, מ'גייט זאגן צום צווייטן מאל חזק אין דעם היים־"מנין" און ס'איז גארנישט אזוי שלעכט. די ווערטער פון ולומר... את דיקא דא שבת... דא אפיקו... זענען שוין אויך נישט פרעמד און מ'דארף מער נישט אנשטרענעגן זיך די אויגן, און פארשטיין פארשטייט מען בערך ווי כגוונא. איך וואלט געזאגט, איזהו עשיר כל שיש לו בית הכנסת סמוך לשולחנו. מ'דאוונט אפ אן צו דארפן אהין און צוריק גיין, אנע שלעפערייען, מ'פארטיגט, ושמו אחד און תוך כדי דיבור זינגט מען שלום עליכם, אינדערפרי געניסט מען פון קידוש איבער וויסקי און הערינג מיט אייער־קיכל און קיינער לאזט נישט איבער בלויז די ציבעלעך. און אויף אמן יהא שמיה רבא איז דא א פינףNשטערן סערוויס וואס מ'ברענגט ביז אין בעט אריין, ווי אויך א לשם יחוד צו ספירה ציילן נאך רבינו תמ'ס זמן. ממש הוד שבהוד.
עד כדי כך, אז ס'דערציילט מיר א יונגערמאן מיט וועם איך האב א שטיקל זום שיעור (ולמה נקרא שמה שטיקל, ווייל ס'קומט אונז אויס צו לערנען בערך יעדער פינפטן טאג) אז אויף יו"ט ביי זיין מנין האט עמעצער פארגעשלאגן אז מ'זאל פארקויפן די עליות. פרעגט איינער, וואס וועט מען טון מיט דער געלט, דער שול איז דאך אינדרויסן און ס'קאסט קיינעם גארנישט. ענטפערט ער, ס'איז דאך דא אזוי גוט, איז ווען דאס איז פאריבער לא'מיר צובויען ביי איינס פון די הייזער א שטיבל, און מיר בלייבן אלע דא דאווענען.
האלט איך דאך אבער ביי פרשת שמיני. אין דער פרשה שטארבן נדב און אביהו און משה רבינו זאגט פאר אהרנ'ען, בקרובי אקדש, דער באשעפער ווערט אזוי געהייליגט. שטייט דערנאך, וידום אהרן, אהרן האט געשוויגן. אזוי רעדט מען נישט צו א פאר'אבל'טן. אסאך פון אונזערע מגידים און דרשנים וואלטן דאס געמעגט תופס זיין. קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דעם "יד ה'" וואס באווייזט זיך צו אייך ווען מ'האט קוים באגראבן די טויטע. לאזט אייער מוסר השכל'ס איבער אויף פינף יאר ארום און איצט טרייסט, העלפט, און שווייגט.
די הפטרה האט אויך געהאט צו אונז א שייכות. דוד המלך האט געברענגט דער ארון הברית פון גת, דער וואגן פון דער ארון האט זיך אפגעטשעפעט פון די רינדער וואס האבן עס געשלעפט, איז געגאנגען עוזה און האט אנגעכאפט דער ארון און עס צוריק באהאפטן. שטייט אין פסוק, "ויחר אף ה' בעוזה ויכהו שם האלקים" און ער איז געשטארבן. לויט אונזער היינטיגע מושגים, וואלט מען געמאכט באלד א יום־תפילה, און מחילה געבעטן ביי דער תורה, און מן הסתם אויך געפאסט, און דערנאך געטאנצט ווייטער מיט דער ארון, ווייל וואס הייסט? תורה מגני ומצלי און טענק יו האַשעם.
קוקט אבער אין פסוק איז אינגאנצן פארקערט. דוד המלך איז נישט געגאנגען איבערבעטן דעם באשעפער נאר "ויחר אף דוד", דוד האט זיך גאר געבייזערט. נישט אויף עוזה האט ער זיך געבייזערט נאר "על אשר פרץ ה' פרץ בעוזה". הערט איר? ער האט זיך גערעגט אויפ'ן אייבישטער'ן אז ער האט גע'הרג'ט עוזה'ן.
און ווייטער דער ארון, שטייט "ולא אבה דוד להסיר אליו את ארון ה'". דוד האט עס נישט געוואלט. טו מיר נישט קיין טובות מיט שלוחי מצווה אינן ניזוקין און תורה מגני. אז מענטשן שטארבן, זיי מוחל און האלט עס ביי דיר.
ס'איז שוין ווייטער שבת מברכין, זאג איך וואס ס'איז דא צו זאגן און איך דאווען אפ. איך מאך מיר קידוש, א שפאציר צו מיין פאטער און ביי אים איז לעבעדיג. ער זינגט, ער טאנצט, ער דערציילט אז ער פארלעשט אסאך מאל אלעקסא ווייל "ער" דארף נישט אלעס וויסן, ער לויבט דער עסן וואס מיר ברענגען אים, ער זאגט ס'איז אים גוט וויאזוי עס איז. ער זיצט אויף די שטיגן און אונז פון דערווייטנס, מ'דערציילט זיך נייעס, מ'שפעקולירט, מ'לאכט, און מ'גריסט זיך גוט שבת.
אויפן וועג אהיים גיי איך דורך דער זעלבער גאס־מנין פון די שיינע אידן און דער קרעכצנדיגער "כל המחלה". איך גרוס איינעם גוט־שבת, שאקלט ער מיטן קאפ און ער זאגט מיר "כיבוד אב". צו אים האב איך געשמייכלט נאר געטראכט האב איך, געשאלטן זענען די עלטערן וואס די קינדער באזוכן זיי מחמת "כיבוד אב". אז ער איז מיר א פאטער און איך און מיינע קינדער האב אים ליב איז נישט גענוג? נאר געפיל־אינטעליגענץ לערנט מען נישט אויס אין חדר און ליב האבן איז ביי אונז א פרעמד ווארט, ממילא מוז מען אפילו פשוט'ע מענטשליכע געפילן מלביש זיין מיט א מצווה. אפשר דיא מענטשן ווען זיי קושן זייערע קינדער טראכטן זיי, כרחם אב על בנים. און ביי דער ווייב האבן זיי אינזינען, ושימח את אשתו. און טאמער די קינדער און די ווייב קומען אונטער צוזאמען, ווערט שוין א שאלה פון תדיר ושאינו תדיר.
לויפט אבער די צייט און מ'האלט שוין ביי דער שבת פאר ל"ג בעומר. פרייטיג צו נאכטס פאר כגוונא האבן מיר געזווגען בר־יוחאי, און ווי יעדער יאר האב איך געקלערט אז "נעשה אדם, נאמר בעבורך" איז א היפשע גוזמא. אבער זאל זיין. דער ניגון ברענגט צוריק זכרונות, און מ'דאווענט ווייטער. פון זכרונות בריט מען זיך נישט אפ. אמאל שושקעט מען איראניש צון דער "ווייבער שול" וואו מיין פרוי און טאכטער שמועסן, און אמאל קומען זיי אריין אין דער "מענער שול". פארוואס דען נישט? אין דער היים איז אלעס מותר.
נישט נאר איך בין אינדערהיים נאר דער שכן אויך. איך הער זיין שלש־סעודות. דעם רוזינער'ס ניגון קלאפט גאר גוט אויף די ווערטער פון דרור יקרא און מיט דעם "מעטער" פון דעם פיוט. נאר פארוואס ער מוז אזוי קוויטשן, דאס פארשטיי איך נישט.
צו ל"ג בעומר האט מיך יוטיוב אויסגעלרנט וויאזוי זיך שטיצן די בארד און דאס מאל איז פיין געלונגען. מ'האלט דער מאשין אביסל שיף אן מ'פארט נישט אריין אינדערמיט נאר פון אויבן אראפ. איך זע שוין נישט אויס ווי א נזירות שמשון. איבער די פייערס און אנדערע שגיונות מוז איך אייך נישט דערציילן.
באלד גייט ווידער א חזק חזק און די וועלט וועט נאכדעם אויך ווייטער פארן. די פארלירערס זענען די וואס האבן נישט ליב אז דער עולם פארברענגט צופיל אינדערהיים, און די געווינערס זענעס אונז און אונזערע פאמיליעס.
מיר זעען פאר די אויגן א חלוקה וואָס עגזיסטירט שוין לאנג בזעיר אנפין און קומט איצט שארף אין פאקוס. פון איין זייט שטיין די חסידישע טראדיציאנעלע ומצד אחר די סמארטפאניסטן וועם דער סיסטעם האט געהאלטן אין איין רודפ'ן און באקעמפן. די טראדיציאנעלע זענען פארנומען מיט מנינים און מקוואות, זייערע שולן האבן געדארפט בלייבן אפן און זיי קענען נישט ווארטן אויף חדרים און ישיבות ווידער צו עפענען. די עקסטרעמיסטן פון זיי באשולדיגן טעכנעלאגיע און די פרויען אז זיי האבן געברענגט די מגיפה. זיי מיינען אויך אז זיי וועלן מקריב זיין פאר זייער גאט א פרויענישע קאפ אנדערש איינגעוויקלט אדער א טעלעפאן וואס האט עסעמעס אבער נישט וואטסאפ וועט מען אים מפייס זיין ותעצר המגפה.
ווייטער, די סמארטפאניסטן מאכן א חיים טובים. אז דער שול שטייט פארשלאסן קען זיי קיינער נישט אנרופן, "מ'זעט דיך נישט ביי שחרית" אדער "וואו ביסטו געווען ביים שיעור?" די "עקסטרעמיסטן" ביי זיי דעציילן אויף זייער סטאטוס וואס זייערע קינדער האבן היינט מחדש געווען אין "חדר" און "שולע", וואס זיי האבן אפגעקאכט אויף וועטשערע, זיי ווייזן טיקטאקס, זענען מפרסם לינקס, טרייבן ליצנות און העיקר זיי זענען אביסל משמח אידישע הערצער. די גאר עקסטרעמע האלטן אויך חשבון אויף יעדער גאס מנין, שרייען און מסר'ן די שכינים.
ביז היינט זענען די ערשטע געווען שטערקער און איצט מיטאמאל האט זיך דאס רעדל געגעבן א דריי. די סטאטוס־חברה דערהיינטיגן זייערע חידושים פופצן מאל א טאג, בשעת ווען פאר די רבי'ס און גאט'ס פאליציי האט אנגעכאפט א שטומעניש. די סמארטפאוניסטן ברענגען א שמייכל און די אנדערע שרייען ספירת העומר שפעט ביי נאכט און פראווען תיקון חצות מיט יללות אויף דער שטאט'ס טעלעפאנען.
ברם די הייליגע האבן מוסדות און די אנדערע נישט... איז וויאזוי ציען די נייערע אויף זייערע קינדער און ווער וועט זיי פירן? ווער רעדט בכלל פאר זיי? נישט מילך בידערמאן תורה'לעך און מעשה'לעך און ר' ישעיה בן ר' משה סאנגס און פרעס. נאר תכלית. תלמיד תורות, שולעס, ישיבות און סעמינארן אויף א דרך וואס איז איינגלייכיג מיט זייער דרך החיים? ווער וועט זיך פאר זיי פארמיען? דאס איז דער פארמעסט.
ענדיג איך מיר דא. באלד קומט נאך א שבת, א שבת מברכין מיט מחר חודש, און באלד דערנאך דער דריטער ראש־חודש אינדערהיים, און נאכדעם שבועות. אז מ'קען ליינען די שירה אינדערהיים, קען מען אויך קבלת התורה. אקדמות איז אויך נישט א גרעסערער מחותן ווי דער ערשטער נאכט פסח'דיגע הלל. מ'וועט קרעפלען און בלינצן, אזויווי מ'האט גע'מצה'ט און געקניידלט. וואס איז גוט פאר שיר השירים איז גוט פאר רות, און תיקון ליל שבועות קען מען אויך אזוי. אבי מ'זאל לעבן און זיין געזונט.
איך האב שוין נישט צופיל נייעס צו דערציילן איז לאז איך אייך דא איבער. ס'איז נישט הנה ימים באים נאר זיי זענען שוין דא. והשלחתי רעב בארץ איז שוין אויך דא און ס'בעט מ'זאל עס זעטיגן. אז איר זענט פון די אנטוישטע מוזט איר דערצו טון. אייערע קינדער דארפן שולעס און איר פאר אייך א קהילה. מיר דארפן פירער אבער אויך דארף מען זיך לאזן פירן. פארברענגען אויף סטאטוסן איז נישט שלעכט אבער מען דארף אויך עפעס מער.
לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'.
חזק חזק ונתחזק!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
דאס דערמאנט מיך פון א ווארט כ׳האב געהערט נאכזאגן בשם דעם צמח צדק. ״מענטשן ווילן פארשטיין ג-ט, און זיין ביכולת צו לעבן מיט׳ן זעלבסט. און איך זאג אז מ׳דארף דעם זעלבסט פארשטיין און זיין ביכולת צו לעבן מיט ג-ט.״
ולגופו של ענין קען לכאורה דאס וואס כ׳האב געשריבן דא נוגע זיין.
א באקאנט ווארט וואס איך האב געהערט זאגן אויף אזא איינעם, ווען ער האט געזאגט אז ״אין לאגער וואלט מען זיך מחיה געווען מיט די ברויט״. האט מען אים געענטפערט, ״יא. ווייל דעמאלטס איז עס נאך פריש געווען״...
קטלא קניא האט געשריבן:דערנאך וויל ער וויסן איבער גאט. אט אזא חבר האב איך ליב. ער וויל וויסן וואס איך האלט, צי גאט האט דא א חשבון. איך האב אים געזאגט אז מיט גאט איז שווער ארויסצוקריכן. מיר איז לייכטער צו זאגן אז עולם כמנהגו נוהג ווי איידער אריינלייגן אין אים סברות פארוואס ער ברענגט אן אזוינע זאכן. זוכן אים צו פארשטיין און 'מסביר' זיין פארוואס מענטשן ליידן, איז א פיל גרעסערע באליידיגונג סיי צו גאט און סיי צו מענטשן, ווי איידער צו זאגן ער האט אנגעדרייט א וועלט און ס'דרייט זיך.
דאס דערמאנט מיך פון א ווארט כ׳האב געהערט נאכזאגן בשם דעם צמח צדק. ״מענטשן ווילן פארשטיין ג-ט, און זיין ביכולת צו לעבן מיט׳ן זעלבסט. און איך זאג אז מ׳דארף דעם זעלבסט פארשטיין און זיין ביכולת צו לעבן מיט ג-ט.״
ולגופו של ענין קען לכאורה דאס וואס כ׳האב געשריבן דא נוגע זיין.
קטלא קניא האט געשריבן:איך דערמאן זיך פון דער איד'ל ביי אונז אין ישיבה וואס איז געווען ממונה אין דער קאך צו שפייזן די בחורים. אז מען האט זיך צו אים אפגערעדט אז דער ברויט איז נישט פריש, האט ער געענטפערט, "אין אוישוויץ איז דאס אויך נישט געווען". און ווען מען האט אים געזאגט, "יקותיאל, געב ארויס דאס פרישע ברויט," האט ער געענטפערט, "דאס איז אויף מארגן...".