דער מאמענט און די וואך...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער מאמענט און די וואך...!
ביידע מעגעזינס (צווישן מערערע אנדערע וועכנטליכע צייטשריפטן) זענען אויסגעצייכנטע און אינפארמאטיווע זשורנאלן. ספעציעל די זייטיגע ביילאגעס פון פאר א יו"ט אדער אנדערע געלעגנהייטן.
דער חילוק איז, אז בשעת ..."דער מאמענט"...איז געשריבן מער ווייניגער לויט די כללים פון אידיש גראמאטיק, דארף ..."די וואך"... נאך א השלמה אויף דעם חלק.
איך האב יעצט געענדיגט ליינען אן אינטרעסאנטן ארטיקל אין די ..."שריפט"...ביילאגע. נאר די אחראים ( שרייבער, עדיטארס, וכו') האבן נישט מדייק געווען צווישן די מושגים ..."אין"... און..."און"...! אויך לשון יחיד אדער לשון רבים. לשון זכר און לשון נקיבה. א סאך מאל זענען די הפיכים אין די זעלבע סענטענס. לשון עבר אדער לשון עתיד. און דער מאמענט איז יא מדייק.
נישט א יעדער ווערט געשטערט פון דעם. מחמת חיסרון ידיעה.
דער איד בימי ר' סענדער דייטש איז געווען געשריבן אויפ'ן העכסטן גראמאטישן סטענדערד. לעומת דער בלאט בראשית ימי ממלכתו האט געהאט א משוגעת איבערצודרייען אלעס אויף לשון זכר...למשל אזעלכע פשוט'ע אידיש ווערטער ווי ..."די תורה"...האבן זיי געשריבן ..."דער תורה"...! "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !
נאך א תיקון גדול וואס דער/ די וואך וואלט געמעגט אדורכגיין. און איך וועלל זיי שטארק מכיר טובה זיין. ווען זיי לייגן אריין בילדער פון א שמחה אדער אן הכנה צו א מצווה בחצרות האדמורי"ם שליט"א זאללן זיי לייגן א ביסל גרעסערע בילדער. אזוי אז דער עולם זאלל הנאה האבן. נישט די גאנץ קליינע "טהאמב נעילס" וואס זיי לייגן יעצט אריין...!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
די ליפטיגקייט פון די וואך איז א שטיקל חידוש, ווייל זיי האבן דאך א קאמפעטישען (הגם זייער קאמפעטישען איז אויף נאך א שוואכערע לעוועל). און מאידך גיסא די מאמענט האט נישט קיין שום קאמפעטישען און איך גלייב נישט אז זיי גייען פארלירן צופיל קאסטומערס אויב זייער שרייבן וואלט געווען א שוואכערער קאליבער, און עם כל זה זענען זיי זייער פראפעשינאל (אויף וויפיל ס'שייך אין זייער מצב).
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
די ארויסגעבער פונעם וואך זענען אין די לעצטע יאר צוויי אריין אין מארקעטינג, גראדע מיט א שטוינענדע סוקסעס, די 'פיוואט גרופ'. זיי טוהן פול-פלעדזש מארקעטינג און ברענדינג, איווענט קא-ארדינעטינג און די גאנצע ניין אמות (whole nine yards).
זייט דעמאלטס איז די תוכן און ניווא פונעם אויסגאבע זיך אסאך געטוישט צו לופטיגע העדליינס און קאווערס, דראמאטישע לייבוש ליש מעשיות. זיי פאקוסען גאר שטארק אויף די חיצוניות.
אזוי זעהט מיר עס אויס.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: דער מאמענט און די וואך...!
בכלל באמערק איך לעצטנס אין די אידישע מאגאזינען אז מ'מישט אויס דאטומען.
מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!
דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).
מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!
דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- מיד ווי א בוים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2020 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
דער בליץ איז פשוטע וויקיפידיע איבערגעטייטשט אין אידיש.פאליטיקאנט האט געשריבן:בכלל באמערק איך לעצטנס אין די אידישע מאגאזינען אז מ'מישט אויס דאטומען.
מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!
דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).
אינטערעסאנטע נושאים אבער פחד'דיג שלעכט געשריבען.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: דער מאמענט און די וואך...!
קען זיין אז וואס מ׳מיינט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט(...) נעמט מען מער אן אז Earth איז מער א לשון נקיבה, ווי מ׳רופט דאס ״מאמע ערד״ (ווי אויך בכלל ״מאמע נאטור״). דאס איז אביסל מיוסד אויף (למשל) די ע״ז פון גריכישע מיטאלאגיע וואו גייאַ איז די נקיבה אפגאט הממונה אויפ׳ן ערד. אסאך אנדערע אור-אלטע רעליגיעס האבן אויך געהאט אין זייערע מיטאלאגיעס א נקיבה אפגאט הממונה על זה. נו, אויב אזוי מוז׳ן אפשר די חרדי׳שע צייטונגען דאס דוקא רופן בלשון זכר להוציא מזה...רימון האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !
וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.
פון וואו נעמסטו דאס?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
מי אני האט געשריבן:קען זיין אז וואס מ׳מיינט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט(...) נעמט מען מער אן אז Earth איז מער א לשון נקיבה, ווי מ׳רופט דאס ״מאמע ערד״ (ווי אויך בכלל ״מאמע נאטור״). דאס איז אביסל מיוסד אויף (למשל) די ע״ז פון גריכישע מיטאלאגיע וואו גייאַ איז די נקיבה אפגאט הממונה אויפ׳ן ערד. אסאך אנדערע אור-אלטע רעליגיעס האבן אויך געהאט אין זייערע מיטאלאגיעס א נקיבה אפגאט הממונה על זה. נו, אויב אזוי מוז׳ן אפשר די חרדי׳שע צייטונגען דאס דוקא רופן בלשון זכר להוציא מזה...רימון האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !
וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.
פון וואו נעמסטו דאס?
דאס איז סתם דאמירן בעלמא (פאן אינטענדעד) איך רעד פון א גראמאטישן קוק ווינקל איז זיכער וועלט נקיבה און אויב ווייסט ער פון א מחלוקת זאל ער ברענגען א ראי'.
אבער אפן גערעדט, שרייבן "דער גאנצער וועלט" איז א קליינער גרייז (ווילאנג מ'איז קאנסיסטענט און מ'שרייבט נישט "די גאנצער וועלט" אדער "דער גאנצע וועלט", ווי ס'פאסירט גאנץ אפט) דער פראבלעם איז אז אין טייל מאגאזינען טרעפט מען ערגערע גראמאטישע פראבלעמען צווישן אנדערע פראבלעמען.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:דער בליץ איז פשוטע וויקיפידיע איבערגעטייטשט אין אידיש.פאליטיקאנט האט געשריבן:בכלל באמערק איך לעצטנס אין די אידישע מאגאזינען אז מ'מישט אויס דאטומען.
מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!
דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).
אינטערעסאנטע נושאים אבער פחד'דיג שלעכט געשריבען.
און דער שטערן איז??
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: דער מאמענט און די וואך...!
דער שטערן שרייבט מער דראמאטישע אבער הוילע מעשיות ליידיג פון תוכן ווי צום ביישפיל מיליטערישע אפעראציעס, אבער זיי שרייבן גאנץ גוט און לויט די גראמאטישע פרינציפן.
די בליץ שרייבט מער תוכנ'דיג ווי סייענטיפישע פארשונגען, אבער גאר אומאינטערסאנט אראפגעלייגט און שוואכע גראמאטיק.
די בליץ שרייבט מער תוכנ'דיג ווי סייענטיפישע פארשונגען, אבער גאר אומאינטערסאנט אראפגעלייגט און שוואכע גראמאטיק.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:קען זיין אז וואס מ׳מיינט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט(...) נעמט מען מער אן אז Earth איז מער א לשון נקיבה, ווי מ׳רופט דאס ״מאמע ערד״ (ווי אויך בכלל ״מאמע נאטור״). דאס איז אביסל מיוסד אויף (למשל) די ע״ז פון גריכישע מיטאלאגיע וואו גייאַ איז די נקיבה אפגאט הממונה אויפ׳ן ערד. אסאך אנדערע אור-אלטע רעליגיעס האבן אויך געהאט אין זייערע מיטאלאגיעס א נקיבה אפגאט הממונה על זה. נו, אויב אזוי מוז׳ן אפשר די חרדי׳שע צייטונגען דאס דוקא רופן בלשון זכר להוציא מזה...רימון האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !
וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.
פון וואו נעמסטו דאס?
מי אני: ייש"כ.איך בין נישט חושד די שרייבערס אין דער איד אדער בלאט אז זיי זענען אזוי אינטעליגענט אז זיי קענען זיך אויס אין גריכישע מיטאלאגיע. דאס קומט נאר פון דעם היינטיגן טרענד פון פאלשע פרומקייט וואו אלעס מוז איבערגעדרייט ווערן צו לשון זכר.וואו אפילו ..."די תורה"... איז אויך געווארן איבערגעדרייט צו א לשון זכר..."דער תורה(ער)"...!
איי, די גמ', אופס. דער געמארע'ר רופט דאך אן די תורה בלשון נקיבה (רח"ל)..."תורה מונחת בקרן זווית"...דארף טאקע שטיין..."תורה'ער מונח בקרן זווי"...! אדער..."תורה, חגרי שק"...דארף שטיין תורה'ער חגר שק. (נאך א מזל שק איז לשון זכר)...לאל...!
די טעראפיסטן דארפן דאך פרנסה. ס'איז דא ב"ה יונגעלייט וואס זענען עוסק אין דעם. אנישט וועט דער מאמענט נישט האבן וואס צו שרייבן..!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
רימון האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !
וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.
פון וואו נעמסטו דאס?
אזוי האב איך אמאל געליינט, ס'איז פונקט ווי אין לשון קודש. אין חז"ל געפינט מען שוין ביידע לשונות אויף עולם, עולמות און עולמים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
איך מיין זיי זענען ביידע גוטע אויסגאבעס, וואס לייגן אריין אסאך ארבעט צו אהערשטעלן גוטע ארטיקלעך.
איך קויף כמעט יעדע וואך ביידע, און איך האב שטארק הנאה.
פאר מיר איז בעסער די וואך, ווייל דארט טרעף איך יעדע וואך מיינע פאר קאלומס וואס איך האב ליב און איך ליין עס מיט דורשט, אנדערש איז ביי די מאמענט וואס אפילו איך האב ליב עטליכע פון די וועכענטליכע קאלומס, ווי למשל אליהו יואל גליק, אדער מאמענטעלעך, דארף איך אבער א זאפטיגע קאווער-סטארי כדאי עס זאל זיין עכט אינטערעסאנט פאר מיר, און נישט יעדע וואך קען א אויסגאבע אהערשטעלן עפעס מעכטיגס. למשל די פארגאנגענע וואך איז עס געווען ממש ליידיג פאר מיר.
קאמענטס האב איך פאר ביידע, עס איז דא אסאך וואס זיי קענען נאך ארבעטן אויפצוהייבן זייער קוואליטעט און רייכקייט, אבער מען זעהט אז זיי לייגן אריין כוחות דערין און עס קומט זיך זיי קרעדיט.