הרה''ח ר' אהרן משה שווארץ ז''ל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 238
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
- האט שוין געלייקט: 89 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
הרה''ח ר' אהרן משה שווארץ ז''ל
היינט איז נפטר געווארן אין ארה''ק הרה''ח ר' אהרן משה שווארץ ז''ל וואס האט יארן לאנג געהאנדעלט מיט אנטיקס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מחצה"ק": שלום עליכם. ילמדנו רבנו. פשט אין דיין ניק. צי מיינט עס ..."מחצר הקודש"...אדער גאר "מחצית השקל"...!
אז הרה"ח ר' אהרן משה זכר צדיק וקדוש לברכה לבית שווארץ האט געהאנדלט מיט אנטיקס. איז א קלענערער חידוש וויאזוי ער האט געהאנדלט. נאר דאס לאז איך שוין פאר'ן בית דין של מעלה ווייל למשל פאר מיר קענסטו נעמען א בעכער וואס מ'האט נישט געפוצט א האלב יאר, און איינרעדן אז ס'איז נאך פונ'ם קאזשניצער מגיד...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]פאסירט האט אמאל אז עטליכע סאטמארע בחורים האבן אנגעווירטשאפט אן אנגעבליכער מעשה קנאות אין קעמפ. דער רבי זי''ע האט דאס זייער זייער פארדראסן. ער האט באאויפטראגט רבי עזריאל גליק ע''ה ארויסצופארן אין קעמפ און אויספארשן גענוי וואס ס'האט זיך ווירקליך אפגעשפילט. איידער זריאל האט זיך געלאזט אין וועג אריין האט אים רבי צוגערופן און אים אנגעצייגט די ווערטער אין ספר תהילים: הלוא משנאיך השם אשנא ובתקוממיך אתקוטט: תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי: חקרני אל ודע לבבי בחנני ודע שרעפי: וראה אם דרך עצב בי ונחני בדרך עולם. האט די רבי געזאגט פשט אין פסוק ווי פאלגענד: דוד המלך זאגט פארן אויבישטן, דיינע פיינט באשעפער האב איך פיינט, און מיט דיינע אויפשטענדלער וועל איך מיך קריגן. כ'האב זיי פיינט מיט אן אייביגע פיינטשאפט, זיי זענען ווי מיינע פערזענליכע פיינט. דא קומט אבער דעם גרויסער אבער... דוד המלך זעצט פאר: אבער פארש מיך באשעפער און ווייס מיין הארץ און מיינע געדאנקן, און אנעליזיר צי איך פארמאג א ביטערער נאטור, און בלויז דאס וועט מיך פירן צום אייביגן וועג...
דער רבי דער ברך משה פלעגט ביי די פתיחה אלעמאל נאכזאגן פאר די בחורים, וואס ער האט געהערט פון זיין הייליגן פעטער: יהודה בן תימא אומר, הוי עז כנמר, וקל כנשר, ורץ כצבי, וגבור כארי לעשות רצון אביך שבשמים – א מענטש דארף זיין פרעך ווי א לעמפערט ווען עס קומט צו טאן די ווילן פון באשעפער. און טאקע אט דער זעלבער יהודה בן תימא זאגט גלייכצייטיג אז עז פנים לגיהנם.
עס איז באוויסט האט דער הייליגער קדושת יו''ט געפירט א פייערדיגע מחלוקות מיטן הייליגן בני שילישים, דער קאסאנער רב זי''ע. זיי האבן ביידע זיך אמאל צוזאמגעטראפן אין די שטאט אוהעל, ביים יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע. האט די בני שילישים דאן געפרעגט דעם קדושת יו''ט: סיגוטער רב, זאגט מיר דעם אמת, איז אייער מחלוקה קעגן מיר ריין לשם שמים צי נישט? דער קדושת יו''ט האט זיך פאר א וויילע פארטראכט און זיך דערנאך אנגערופן: גלייבט מיר באמת אנהייב האב איך געמיינט לש''ש, אבער היינט ווייס איך שוין נישט...
רבי אברהם משה איז געווען א פייערדיגער קנאי וואס האט זיך נישט דערשראקן פאר גארנישט און פאר קיינעם אויף די וועלט. אנהייב מ' יארן האט ער געפירט א מלחמת קודש קעגן דער היינטיגער בעלזער רב זז''ג. וועם ער האט אים געהאלטן פאר א פאלנער אפיקורות רח''ל... צו זיין לויב קען מען זאגן אז ער האט דאס ווארשיינליך געמיינט לש''ש. ווארים ער איז אין אלגעמיין געווען א ווארימער צוגעלאזענער מענטש. זאל אים דאס אוודאי ביישטיין דארט אויבן אויפן עולם האמת...[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ליידער היינט זעט מען באשיינפערליך, אז די אלע אנגעבליכע קנאים, זענען בלויז ביטערע און אנגעווייטאגטע לייט. זיי האסן יעדעם און אלעם צום טויט, און אפילו זיך זעלבסט רח''ל. די דאזיגע קנאות האט גארנישט צו טאן מיט קיין אידישקייט אדער מיטן באשעפער, ס'איז בלויז פרוכט פון פארדארבענע מידות. און ווען איר זעט ווי אזא איינער איז אין מיטן די ארבייט... זאל דאס הארץ אייך נישט קלאפן ווען איר לאזט אראפ א הילכיגער פראסק אין פרצוף אזש די ציינער זאל זיך אים ארויסקוילערן פון פיסק...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז נישט געגאנגען צו כמעלניצקי און זיינע מערדערישע קאזאקן ימ"ש און זיי געגעבן חיזוק. און געזאגט. עטץ האטץ גוט געטון אויסהרג'ענענדיג מיינע ברודער...!
משא"כ די שטינקעדיגע (פון שווייס און אנדערע מרעין בישין שאין כדאי לפורטם כאן) שמוציגע (בגשמיות וברוחניות) בריאים שפלים ונבזים וועלכע שטייען אויס געמישט מיט שיקסעס בתלבושת פריצות ביי זייערע דעמאנסטראציעס וואו זיי שפייען שנאת ישראל. און זיי געבן זיי חיזוק...!
לידיעתך הרב שמעקעדיג שליט"א. דו קענסט מיך פרעגן אין אישי אויף וואס איך באזיר מיינע סטעיטמענטס. ס'נישט סתם גערעדט אין די וועלט אריין...!

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז נישט געגאנגען צו כמעלניצקי און זיינע מערדערישע קאזאקן ימ"ש און זיי געגעבן חיזוק. און געזאגט. עטץ האטץ גוט געטון אויסהרג'ענענדיג מיינע ברודער...!
משא"כ די שטינקעדיגע (פון שווייס און אנדערע מרעין בישין שאין כדאי לפורטם כאן) שמוציגע (בגשמיות וברוחניות) בריאים שפלים ונבזים וועלכע שטייען אויס געמישט מיט שיקסעס בתלבושת פריצות ביי זייערע דעמאנסטראציעס וואו זיי שפייען שנאת ישראל. און זיי געבן זיי חיזוק...!
לידיעתך הרב שמעקעדיג שליט"א. דו קענסט מיך פרעגן אין אישי אויף וואס איך באזיר מיינע סטעיטמענטס. ס'נישט סתם גערעדט אין די וועלט אריין...!
ר' בערל קאלם דאון!
ווען זיי שטייען אין מאנהעטן מיט א טאוול שרייען זיי פונקט ווי דו מעגסט שרייען אויפן עירוב אין ווילי, עס איז א פרייע פלאץ דא, טאמער ווילסטו קענסטו דינגען די זייט פון אנטקעגן איבער זיי און דעמאנסטרירן מיט קעגנזייטיגע טאוולען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אלעס פיין און וואויל... אבער וואס פאר א שווארץ פעפער האט דאס אלעס מיטן מנוח רבי אהרן משה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאך זיכער: דו ביסט 100% גערעכט. אבער אפילו אין קנאות דארף מען אויך וויסן וואס מ'מעג יא טון און וואס נישט. און אויב מ'גייט ארויס פון די גבולים איז יצא שכרו בהפסדו. דער הייליגער סאטמאר'ע רב זצ"ל איז נאך געווען אזא קנאי ווי די ברואים וועלכע שטייען צוזאמען מי די פאלעסטינער און אנדערע רוצחים און אנטיסעמיטן. און דעמאנסטרירן זייער התנגדות צו די ציונים. און ער האט עטליכע מאל אפגערופן (געקענסלט) א געפלאנטע דעמאנסטראציע ביי די עמבעססי פון מדינת ישראל ווייל די אראבערס זענען אויכעט דארט געווען...!
חוץ דעם. איז דא אויף א סאך פיקטשערס פון דעמאנסטרעישן'ס וואו די אנשי נטורי קרתא שטייען זייער נאנט צו א פאלעסטינער שיקסע בלבוש פריצות. וואס נעבן א פרוי וואס איז אנגעטון צניעות'דיג וואלט ער נישט געשטאנען. אלעס האטציך אויפגעהערט ווען מ'גייט אקעגן ציונות...?!
חוץ דעם. איז דא אויף א סאך פיקטשערס פון דעמאנסטרעישן'ס וואו די אנשי נטורי קרתא שטייען זייער נאנט צו א פאלעסטינער שיקסע בלבוש פריצות. וואס נעבן א פרוי וואס איז אנגעטון צניעות'דיג וואלט ער נישט געשטאנען. אלעס האטציך אויפגעהערט ווען מ'גייט אקעגן ציונות...?!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאך זיכער האט געשריבן:פון אהרן משה צו אברהם מרדכי איז א קאצנשפרונג...
בערל רעגט זיך ווייל ער איז געווען א קנאי נוסח נטורי קרתא.
מאך זיכער: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער.
איך האב שוין א סאך מאל פאנטאזירט. וואס וואלט געווען אויב איך בין א נטורי קרתא. און איך באגעגן אראפאט אדער אכמעדינידזשאד. ווען איך האלז מיך מיט זיי וואלט איך זיי אריינגערוקט א פוס כ'ווילל נישט זאגן וואו...לאל...!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
זיינע דרשות זענען געווען מיט א שטארקע קלארקייט קולע אל השערה. ער האט פארשטאנען וויאזוי אויפצוהייצן דעם עולם און דריקן אין פינטל. די בעלזע האבן געשפירט אז די איינציגסטע אפשען איז אים אראפצורוימען פון וועג, כפשוטו.
איך דערמאן מיך די סעודות שבת וואס כ'האב געגעסן ביי אים. די אטמוספרי דארט פלעגט זיין מורא'דיג ערענסט, און אפילו זיינע קינדער האבן געטראכט 3 מאל פאר'ן ארויסזאגן א ווארט. די זמירות - א געמישאכץ פון סאטמאר, וויזניץ און נאך, זענען געזינגן געווארן שטייט און הויך. דערנאך די דברי תורה און שמועסן פון פריערדיגע צדיקים און סתם אידישע היסטאריע. ער איז געווען א איד מיט אסאך תוכן און א ידען גדול.
יהא זכרו ברוך

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עס איז זיס צו ליינן די אבסורד פון א פאשקעוויל קעגן איינעם פאר'ן זיין א מחרח ריב.....
ווי אויך די פרשה סימן פון אונטן 'וירק את חניכיו'.
טאמער מחלוקת גייט דיר אזוי אן, וואס האלטסטו עס אן? און דאס איז דער אמת'ע מכוון פון דאס
ווי אויך די פרשה סימן פון אונטן 'וירק את חניכיו'.
טאמער מחלוקת גייט דיר אזוי אן, וואס האלטסטו עס אן? און דאס איז דער אמת'ע מכוון פון דאס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האלט דיר נישט פאר אזא תמים. קיינער וועט נישט מודה זיין..."יא. איך האב דיר אנגעריסן ווייל דו האס בארעדט אדער חוזק געמאכט פון מיין רבי אדער פון מיין גדול"... מ'וועט עס אייביג תולה זיין אז יענער איז א רשע א מחרחר ריב. און ממילא איז א מצווה איהם אנצורייסן די ביינער....ובערת את הרע מקרבך...גאר.