שטייענדיג אין די יעצטיגע פארכטיגע טעג, ווען מען גרייט זיך אויפן יום הדין, האבעך געטראכט צי עפענען אן אשכול, ווי דערוילעם זאל קענען אריינשרייבן אלע לימודי זכות וואס מען זעהט, הערט, אויף כלל ישראל.
און מיט דעים וועלעך אנפאנגען.
היינט צופרי, (אקטואלי נעכטן נאכט) ווען איך בין אויפגעשטאנען צו סליחות, האבעך געקלערט אז כ׳וועל אויפשטיין אביסעלע פריער, כ׳מיין מען מוז דאך זאגן אביסל תהלים אויך, נישט אזוי?..
האבעך כאטשיג געמיינט אז איך וועל האבן א רואיגע געשמאקע מקוה, זיך צי קענען געהעריג מטהר זיין פאר אזא הייליגע תפילה.
אבער וואס?! ווי?! ווען!?..
איך שפאציר מיר אזוי אריין אין מקוה, און איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהן, א פולע געשטאפטע מקוה, פונקט ווי פרייטאג נאכמיטאג א שעה פארן זמן!, און דאס איז געווען מיט א שעה פארן זאגן סליחות אין רוב מקומות!.
האבעך געטראכט צו מיר, רבש׳ע קוק וואס פאר א פאלק דו פארמאגסט, יא מען פאלט טאקע אדורך אינמיטן יאר, מען זינדיגט דא און דארט, אבער ווען דער אייבירשטער פארלאנגט עפעס פון אונז, נישט נאר וואס אונז שטייען אויף מוצ׳שבק פארטאגס, וואס איז גענוג א שווערע זאך, נאר אונז טוען לפנים משורת הדין, און מען שטייט אויף נאך פריער זיך אויסציוויינען דאס הארץ ביים תהלימל, אז דער רבש׳ע זאל אונז מוחל זיין אויף אונזער זונד.
זאל דער אויבירשטער טאקע העלפען, אז אונז זאלן אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, און אונז זאלן זיך אלע אויסבעטן א זיס לעכטיג יאר וכט׳וס, און זאל שוין דאס יאר זיין די שנת גאולה וישועה בב׳א!.
מי כעמך ישראל!
לימודי זכות פאר די ימי הרחמים והרצון
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
זיצנדיק נעכטן אויף דער נאכט אזוי ווארטנדיק פאר דעם זייגער צו קלאפן נאנט צו חצות, העריך א שופר צובלאזט זיך אויפ'ן גאס! ערשטוינט ווי קומט דאס א מענטש (אוממענטש?!) זאל אזוינס אפארבעטן אזוי שפעט אויף דער נאכט אן קיין גערעכנטקייט פאר שלאפענדע פרויען און קינדער, האביך געכאפט אז דער איד האט זיכער פארפאסט איין צופרי פון הערן שופר בלאזן נאכ'ן דאווינען! און קוקט נאר ווי א מנהג ישראל גייט אזוי אין לעבן אריין פאר דעם דאזיגן אידן! עד כדי כך האט עם געבאדערט דאס פארפאסן שופר בלאזן אז ער איז גרייט אויפצווועקן דעם גאנצן גאס און גיין אין גיהינום אריין לדראון עולם אבי ער זאל משלים זיין דעם שופר בלאזן צו די מנין התקיעות וואס האטזיך עם פארלאנגט פאר דעם ערשטן סליחות נאכט!
מי כעמך ישראל!
מי כעמך ישראל!
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
דאס גאנצע עצם חודש תשרי איז איין שטיק לימוד זכות פארן עם ישראל. שטעלט אייך פאר צווינג א גוי צו דורכמאכן איין מאל אין זיין לעבן אזא חודש ער זאל אויפשטיין סליחות דערנאך ראש השנה גאנצע טעג אין שוהל מיט צום גדליה אין די עשי"ת דערנאך די כפרות פאר די קינדער מיטן ווייב, ערב יום כיפור פארטאגס שטיי מיט א טשיקען אין די ליין כל נדרי ביינאכט און פאסט און זינג אגאנצן טאג איי איי איי אוי בוי בוי בוי. בוי א סוכה און שלאף דארט. קוק אויף די הימלען אגאנצן יום טוב אפשר דארף מען צומאכן דעם שלאק. קומט הושענה רבא זיי אויף דריי פערטל נאכט גיי שלאפן אין די קאלטע סוכה און נאך אלעם גיי טאנץ הקפות טאנץ טאנץ לוסטיק און לעבעדיק. איך וועט אייך איר טרעפט דעם גוי הענגען אויפן טאפענזי בריק פאר דער חודש איז אריבער. מיר אידן טוען די עבודה יאר נאך יאר ואין פוצה פה ומצפצף. וואס א פאלק מיר זענען מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אין א דעספערט אטעמפט צו זוכן אביסל זכותים פאר'ן יום הדין, אימיר בייגעפאלן צו טוהן א גרינגע מצוה. איך האמיר גענומען פריער שיסן "לייקס" רענדאמלי רעכטס און לינקס. כ'בין אריין אין עטליכע אשכולים און געגעבן א לייק פאר יעדן ניק. איז עס אזוי שווער? -- אבער נעמט עס נישט אן אלץ אן אגרימענט צו וואס איז געשריבן געווארן אין יענע ספעסיפיק תגובה... -- אויב איינער האט נישט באקומען ביטע מעלד אין אישי.
זאל מיר די זכות ביישטיין.
זאל מיר די זכות ביישטיין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט