מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@רויטע וואנצעס האט דאס ברייט באשריבן אין די אסיף ( וועקער #6 ) פראיעקט מקום
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב איך קען עס זאגן אין איין ווארט איז די חילוק צווישן ווילי און ב"פ אזוי, ווילי אידישקייט איז א קולטור, ב"פ אידישקייט איז א רעליגיע, וועלכע איז בעסער? ווענדט זיך וויאזוי דו קוקסט עס אן. א ב"פ פרוי איז מער אפן צו זאכן וואס זענען נישט בעצם קיין סתירה מיט אידישקייט, אבער אין די ראמען פון אידישקייט זענען זיי געפערליך ברעינוואשד. ס'פשוט נישט דא צו וועם צו רעדן, דער באשפער לאזט נישט און פארטיג! א ווילי פרוי - פון די אנדערע זייט - אינטערעסירט גאנץ ווייניג דעם באשעפער און וואס שטייט אין זיין תורה, זי ווייסט נאר אז "אזוי טוט מען", אונז זענען אזעלכע סארט איידעלע באשיידענע אמיש מענטשן וואס טוען נישט אזעלכע זאכן, איינמאל אבער זי זעהט אז מ'קען טוהן אנדערש וועט זי זיך צוכאפן דערצו.
...
(אוודאי ווילן די ב"פ אידן אויך אנהאלטן די אמיש קולטור אויף א געוויסע פארנעם, און אוודאי גלייבן די ווילי אידן אויך אין באשעפער, און בכלל איז די גאנצע מעשה נישט מער ווי א סטיריאטיפ, אבער אין יעדע סטיריאטיפ ליגט היבש אמת.)

איך מיין דאס קימט אויך דא אריין צי פארשטיין אביסעל די מהלך המחשבה
ווען מען רעדט פין א סערווייויל אידישקייט רעדט מען פין די סערווייוועל פין די קאלטאר
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re:

שליחה דורך בונה של טוב »

במדבר האט געשריבן: איך האב מיר גע'חלום'ט.

מיין מאמע: דו ווייסט @במדבר'ל, א פרענד האט מיר נעכטן געגעבן צו הערן עפעס א ''מיסעס לאנדא'' ... איך ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע לאנדא פון... דו ווייסט, אונזער נעיבאר שווארטץ'עס שוועסטער... יא! די ווייסט דעי וואס האט נעבעך א דאון סינדראם, איך ווייס נישט צו זי איז פעמעלי, באט עניוועי...

זי האט געהאט א אינטערוויאו מיט, יו נאו, עפעס ''א עכט מאדערענע פרוי''...

נעבעך! זי האט אזוי אפאר קינדער וואס זענען נעבעך אראפ פון וועג, נעבעך, שוין זי פארציילט ווי שווער ס'איז איר קודם געווען...

באט אינטרעסטינג, זי איז א ''אהרוני'', סאוי זי איז געגאנגען צו ''ר' אהרן'', און ער האט איר געהייסן גיין צו א פראפעשענעל, סאוי... זי וואוינט היינט אין מאנסי... און... אבער היינט ''שי טעיקס איט דיפרענטלי'', זי האט א טאטעל דיפרענט עפראוטש...

באט! ווייסט זי רעדט דארט וועגן אידישקייט נאך די קריג... טאדעיס פרויען זיי מיינען זיי פארשטייען אלעס... באט שי טאלק ווערי קיוט, ''זי זעהט נישט אויס ווי קיין נאר'' זי נעמט עס, ''אעז איט איזז'', ''זי האלט אז קינדער קענען נעמען א דיפערענט וועג''...

וואס האלסטו, דו האלטסט זי איז גערעכט?! ... ווייסט אונז האבן אזוי באנטש מאל ''דיסעגרימענטס און דיבעיטס'' אבאוט עווריטינג, איך פאנג אן טראכטן, ''מעבי שי איזז רייט'', ווייסט ווילאנג מ'האלט זיך... דו ווייסט, די לבוש די היימישקייט... ס'איז אנדערע צייטן, ווילאנג מ'שטויסט נישט... מ'דארף נישט אלעס ארויסשטעלן, אלע נעיבארס זאלן רעדן... באט מ'קען שוין נישט קאנטראלען,
ניין?! וואס זאגסטו?...
דו לייגסט עס אזוי גוט אראפ - ס'דאכצעך מיר ווי איך הער פּערל (די וויליאמסבורגע אידענע וואס פרידא וויזל האט אינטערוויאט)
פארשפארט