דער פראבלעם:
ווי עס האט זיך אפגערעדט איינע פון די שרייבער דא אין שטיבל, אז ער פיהלט אז זיינע ווערק באקומט נישט די אנערקענונג וואס עס וואלט געפאסט, ער פיהלט אז עס איז דא א שוואכע אינטערעסע אין איכות'דיגע מאמרים.
אריינטראכטנדיג דערין, האב איך געטראכט אז עס האט באמת נישט קיין זין, איינער וואס אינוועסטירט צייט, כוח און מוח צו שרייבן א נושא וואס ער פארשטייט באמת דערין, נאך צוויי דריי טעג ווערט עס באגראבן טיף אין שאול אריין, (לעצטנס האט [tag]מי אני[/tag] אנגעפאנגען צו מעלה באוב זיין אלטע רייכע אשכולות, ותשו"ח לו), בשעת ווען מינדערוויכטיגע אשכולות בלייבן שטעקן אויבן אין די "אקטיווע אשכולות".
איך שפאקוליר אז צומאל באקומט א נארישע אשכול מער טרעפיק, ווייל לייענער פיהלן לייכטער צו שרייבן און מגיב זיין, צוליב די לייכטקייט פונעם נושא, אנדערש ווי א נושא וואס זעהט אויס מער קאמפליצירט. נאך ערגער איז, ווען אן אשכול וואס דער פותח האשכול האט משקיע געווען, און דערנאך קומען מגיבים און פארפיהרן די נושא שלא מן הענין, און לייגן צוגרינד דאס ווערד פונעם אשכול.
איך האב א געוויסע הצעה, אבער בעפאר דעם איז מיר זייער וויכטיג צו מקדים זיין:
איך בין חלילה נישט מזלזל אין קיין איין באנוצער דא, כולם שווים לטובה, יעדער קען און זאל באשרייבן לויט זיינע אייגענע כללים און אינטערעסע, ווי לאנג עס איז איינשטימיג מיט די חוקי המקום.
זעלבסטשענדליך אז קאווע שטיבל מיינט נישט פאר יעדעם די זעלבע, אנדערע קומען דא פאר חכמה אין איינפאכע יידיש, אנדערע קומען דא זיך צו אויסלופטערן אדער איינלופטערן און פאר אנדערע איז עס א פלאטפארמע צו טרעפן ענליך-טראכטנדע פריינט. מער פון דעם, דער זעלבער באנוצער קען אמאל אריינקומען פאר לייכטערע נושאים, צומאל סתם צו סאציעלאזירין און אמאל אויך צו שטופן א געוויסע אגענדא. יעדע איינציגער באנוצער איז פיין וועלקאמד דא אין שטיבל, און עס הערשט נישט קיין דיסקרימינאציע ח"ו.
די שיינקייט פון דער דאזיגער פלאטפארם איז די פרייהייט פון ווארט, די מינימאלע צענזור וואס איז דא איינגעפיהרט בחכמה ובמדה, דאס איז זייער א הייליגע ווירד און טאר נישט פארשוועכט ווערן. ספעציעל ווען דא איז די איינציגסטע אידישע פלאטפארם פאסיג פאר יעדן איינעם.
די הנהלה האט יעצט צוגעלייגט א נייע פיטשער, אז מ'קען זעהן "נייע אשכולות", ד. ה. אשכולות ווערן סארטירט לויט די צייט פון וואס עס איז געעפנט געווארן, דאס איז זייער העלפפול, אז נייע אשכולות זאלן נישט גיין צום אפגרונד, אבער לדעתי - איז עס נאך נישט א פולע סאלושן.
מיינע הצעות
איך וועל מציע זיין עטליכע הצעות, און איך וויל הערן דעם דעת המקום, צו מ'איז מסכים מיט מיר אדער קען מען עס פארבעסערן.
- ווען איינער שרייבט א לענגערע באהאנדלונג, וואס ער האט אינוועסטירט דערין גענוג מחשבה, און ער וויל אז עס זאל אנהאלטן אן איכות'דיגן שמועס, זאל ער האבן די מעגליכקייט צו בעטן א בקשה פון די הנהלה עס צו פינען פאר עטליכע טעג (כפי ראות עיניהם) אז עס זאל בלייבן אויבן און עס זאל מעורר זיין א נושא.
מ'קען אפשר מאכן א תנאי, אז פון א געוויסע צאל פון לייקס וואס אן ערשטע תגובה אינעם אשכול באקומט, זאל עס זיין קוואליפיצירט צו בלייבן גענאגלט פאר עטליכע טעג. - אויב איינער וויל באשרייבן א לענגערע נושא, מיט נאכפאלנגדיגע פרקים, זאל ער האבן די מעגליכקייט צו פארשפארן די אשכול, אז זיינע תגובות זאל נישט ווערן פארוואסערט ווערן צווישן אנדערע. אזוי אויך, זאל ער (קענען/מעגן) עפענען א באזונדערע אשכול ספעציעל פאר תגובות אויף די ארגינעלע אשכול, אז באנוצער זאלן קענען פרייערהייט דיסקאסירן די נושא.
דאס קען ווערן אינפארסירט אין די סיסטעם, אויב מאכט מען א ספעצילע סארט אשכול מיט דעם באגרעניצונג, און די סיסטעם וועט נישט לאזן מגיב זיין פאר א באנוצער וואס איז נישט דער פותח האשכול, אדער שטעלן די תגובה צו די אנדער אשכול.
אבער אפילו בעפאר די הנהלה וועט קענען צושטעלן אזא פיטשער, קען מען עס טוהן בדרך הסכמה, אז די חברי המקום זאלן וויסן דעם כלל. - "בעסטע אשכולות" - מ'זאל קענען סארטירן אשכולות לויט די צאל פון לייקס וואס די ערשטע תגובה האט באקומען. (כאטש וואס לאו דוקא אייביג אן אשכול ווערט געמאסטן לויט די ערשטע תגובה, אבער צום מערסטנס איז עס אזוי).
- א רעיטינג סיסטעם - אויסער לייקס זאלן באנוצער קענען ראנקן א תגובה אדער אשכול, דאס וועט געבן א בעסערע בליק אויף די מיינונג פונעם קהל איבער די איכות פון אן אשכול. און דערנאך וועט מען קען סארטירן אשכולות לויט זייער קוואליטי. (איך קען מיר נישט אויס מיט phpBB פארומס, אבער א שנעלע גוגל ווייזט אז עס מעגליך דאס צו טוהן).