תגלחת נשים

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

איך האב געהערט פון א סאטמארער מיטליעריגער איד וואס האט עס מיר געזאגט מיט א קרעכטץ, אז ער האט געהערט פון איינעם בשם די מקוה אידענע אין קרית יואל אז א דריטל אין קרית יואל גייען ביי האר. הערנדיג דאס האב איך אויך געקרעכטץ, די חברה ווייסן וואס זיי ווילן, און ווי בין איך?...
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

לחיים האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא א איטערסאנטע אינטערוויא בנוגע "תגלחת נשים"

# please
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דאס איז נישט זייער עסק. היינט למעשה איז די מסורה שוין אנדערש. מיר זענען נישט בכוח דן צו זיין די וואס האבן געטוישט די מסורה.

די מיינסט עס אמת'דיג, אדער בלשון סגי נהור?

איך רעד פון די רבנים'ס פערספעקטיוו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

איך האב געהערט אז עס איז דא מקוה פרויען וואס בעטן ביי די פרויען אז זיי זאלען זיך שערן, געהערט פון א יונגערמאן פון א פרומע משפחה אז זיין ווייב איז אמאל געווען. און די מקוה פרוי האט איר געזאגט אהא ב"ה זיך אפגעשוירען, זי האט זיך טועה געווען מיט א שוועסטער וואס קוקט אויס זייער ענדליך
No_name
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך No_name »

איך גיי נישט אריין אין די אידישקייט חלק פון בעטן זיך אפצושערן (איך וואלט ווען געבעטן די מקוה פרוי צו פועל'ן פארקערט, אבער שוין) אבער דאס טון פארטרייבט פרויען פון מקוה, די גאנצע מקוה גיין ביי די פרויען איז גאר א האקעלע זאך ביי די ווייבער - גיי פארשטיי פארוואס זיי קענען זיך נישט אריינזעצן אין בור פאר א שעה און אפקאלעצן אווא אונז, (קען זיין ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט געענדיגט שמועסן, און אונז וואלט'מער געווארט ביז יעצט) - און ווען א מקוה אידענע קריטיקירט וועט זי גאנץ זיכער פארטרייבן די פרוי פון מקוה.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

די גאנצע זאך פון מקוה גיין איז א זאך וואס איז א מורא'דיגע השפלה לכאורה. שטעלט אייך פאר ווען מען הייסט אייך זיך אוועקשטעלן א נאקעטער, פאר א משגיח אין מקוה, וועלכער איז אייך בודק און דערנאך פרעגט ער אייך "האסט זיך אויסגעפיצט אונטער די נעגל פון די פיס? - האסט אויסגעפיצט דעם פי הטבור?" דערנאך קוקט ער אייך נאך ווי איר גייט אריין אין בור, ביז איר ענדיגט זיך טובל'ען, זאגנדיג אז עס איז כשר.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

היות די איינציגסטע טעם פון זיך אפשערן וואס האלט אויס אן קיין הפיכת איז מנהג ישראל, און מאנכע האבן שוין זיך געווינדערט, אם כן, היות די הייליגע באבעס בימי חז"ל און די טייערע מאמעס שרה רבקה רחל לאה האבען זיך גאנץ זיכער זיך נישט געגאלט איז דאך אינזער מנהג הלכה לחתם סופר מאייראפא עט וואן פאינט געווען א געפערליכע הסתה, נאר במשך הזמן איז עס פארהייליגט און פארשמייליגט געווארן, היינט ציטאג מיט היינדסייט איז די חצופה וואס האט דיסיידעד זיך צישערען געווען גאון בישראל
פרעגט הצעיר והזב בישראל, פערינא,
ווער וויל מאכען אן איינמאליגע פורש מן הציבור, למען כבוד ישראל, א עת לעשות, פאר די פיוטשער פון זיינע דורות, א מציל פאר זיין אייגענע עולם מלא, דעפיניטליע פארווארפען ווערען פון אלע עולומת, סאטמערע רבי גייט אים נישט מוחל זיין בזה ובבא, אבער, אבער, איינמאל די דיד איז דאן, איז דאך מפטיר כדאתמול, ווייטער א מנהג ישראל, אינזערע מאמעס און באבעס, רוב כלל ישראל במשך הדורות, א מנהג פון אביי און רב פפא, אני אנגעפירט מקמות דנא, מי לנו, ווער פון אינז קען אריין רעדען, איטסעטרא,

דיין נשמה וועט האבען א טאטאלע רעדעמשאן ווערי סאאן,

ווער וויל זיך אנשליסען? איינס פאר די פעמילי, ווי מ'זאגט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פערינא האט געשריבן:היות די איינציגסטע טעם פון זיך אפשערן וואס האלט אויס אן קיין הפיכת איז מנהג ישראל, און מאנכע האבן שוין זיך געווינדערט, אם כן, היות די הייליגע באבעס בימי חז"ל און די טייערע מאמעס שרה רבקה רחל לאה האבען זיך גאנץ זיכער זיך נישט געגאלט איז דאך אינזער מנהג הלכה לחתם סופר מאייראפא עט וואן פאינט געווען א געפערליכע הסתה, נאר במשך הזמן איז עס פארהייליגט און פארשמייליגט געווארן, היינט ציטאג מיט היינדסייט איז די חצופה וואס האט דיסיידעד זיך צישערען געווען גאון בישראל

דו האסט א פעדער... בעסער געזאגט, א בויך-וויי, פון עסן צו סאך פערינא...
Under influence
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

יידל האט געשריבן:
אגב, אפשר רוקט מען אריין דעם שמועס אין מאחורי?

אפילו מען האט פאר מיר נאך נישט גע'עפענט דעם שלאס צו אונטער די קוליסען, דאך האלט איך שטארק פון דיין הצעה

דער אשכול איז פארקראכען, און עס איז ממש נישט צי דער זאך אז א חסידישע בחור זאל דאס דורך ליינען
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

וויאזוי עפענט מען דעם שלאס צו אונטער די קוליסען?
we will
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך we will »

פערינא האט געשריבן:היות די איינציגסטע טעם פון זיך אפשערן וואס האלט אויס אן קיין הפיכת איז מנהג ישראל, און מאנכע האבן שוין זיך געווינדערט, אם כן, היות די הייליגע באבעס בימי חז"ל און די טייערע מאמעס שרה רבקה רחל לאה האבען זיך גאנץ זיכער זיך נישט געגאלט איז דאך אינזער מנהג הלכה לחתם סופר מאייראפא עט וואן פאינט געווען א געפערליכע הסתה, נאר במשך הזמן איז עס פארהייליגט און פארשמייליגט געווארן, היינט ציטאג מיט היינדסייט איז די חצופה וואס האט דיסיידעד זיך צישערען געווען גאון בישראל
פרעגט הצעיר והזב בישראל, פערינא,
ווער וויל מאכען אן איינמאליגע פורש מן הציבור, למען כבוד ישראל, א עת לעשות, פאר די פיוטשער פון זיינע דורות, א מציל פאר זיין אייגענע עולם מלא, דעפיניטליע פארווארפען ווערען פון אלע עולומת, סאטמערע רבי גייט אים נישט מוחל זיין בזה ובבא, אבער, אבער, איינמאל די דיד איז דאן, איז דאך מפטיר כדאתמול, ווייטער א מנהג ישראל, אינזערע מאמעס און באבעס, רוב כלל ישראל במשך הדורות, א מנהג פון אביי און רב פפא, אני אנגעפירט מקמות דנא, מי לנו, ווער פון אינז קען אריין רעדען, איטסעטרא,

דיין נשמה וועט האבען א טאטאלע רעדעמשאן ווערי סאאן,

ווער וויל זיך אנשליסען? איינס פאר די פעמילי, ווי מ'זאגט

Very good!

Shave the women, it's lowers beauty of women. While old women that adds beauty, not to see their white hairs, and sometimes an older woman looks more beautiful with a wig, but why take the beauty of a young woman who wants to have fun, why take it from the woman?
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:און פארוואס טאר איך נישט האבן 4 פרויען אוואו יעקב אבינו?
ס'עסט מיר.

זר דו קריכסט שוין אריין אין א אנדערע נושא.
אבער דו וואלסט נישט געקענט אויסהאלטן 4 פרויען.
נישט מיט געלט, נישט מיט סופפארט, און אודאי נישט צו אזויפיל שלום בית פראבלעמען.

אוי ווייסטו נישט וואס גוט מיינט די לעבסט אין א גרויסער טעות
פאר וואס מיינסטו טאר מען אין די גוישע וועלט נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער ווייל זיי מיינען דעם מאנ'ס טובה?
אין די אראבישע וועלט ווי פרויען האבן נישט קיין רעכטען האט מען חתונה מיט 5 ווייל דאס איז קעגן די פרוי'ס רעכטען

האבן 2-3 ווייבער איז דאס בעסטע זאך וואס מיר וואלטן געקענט האבן, יעדע ווייב ווערט א צרה פאר די צווייטע און וויל געפעלן דעם מאן ווי מער, יעדער וואלט געקאכט גאר גשמאקע פרישטאג מיטאג נאכטמאל, זיי ואלטן גענוצט ווי ווייניגער געלט אז דער מאן זאל זיין צופרידין פון איר, און דער שלום בית וואלט געווען אין הימל ווייל ווען איין פרוי וואלט עפעס נישט גוט געטוען וואס זי געווארטן אויפן מאן 2-3 חדשים ער האט נאך איינס - צוויי.

אבער אויב פרעגט מען רחל לאה שרה מיט די אנדערע שטותים וואס איז דא געשריבן געווארן קענסטו אויסמעקן האלב ש"ס ווייל רוב גדרים איז צוגעקומען שפעטער, אברהם אבינו האט נישט געוואשן די הענט פאר'ן עסן, יצחק אבינו האט נישט געהאט הלכות מוקצה, און יעקב אבינו האט געגסען פיינע פלייש מיט קעז אן קאכן צוזאמען, (נאר לויט די דרשה אז קיימו אפילו גזרות חז"ל)

לענינינו, שערן האר פון א אשה ס'איז נישט קיין נפק"מ ווען די תקנה איז געווארן און פארוואס, אבער כהיום איז עס א גזירה פאר אלע יוצאי קהילות אשכנז, און ווער ס'פאלגט נישט איז א פורץ גדר, יא היינטיגע צייטן בעיקבתא דמשיחא איז דער הסתר פנים גרויס אבער קיינער זאל דאס נישט נעמען אלס א היתר, אז איינער וויל זאגן איך וויל נישט פאלגן די גזירה ליידער הרשות בידו ס'איז היינט ליידער א דור יתום, אבער קיינער זאל נישט מיינען אז ס'איז א היתר ווייל יענער טוט אזוי.

און פאר די וואס האבן אמונה אין שכר ועונש, איז דא איין ווארט דער גיהנם איז געגוג גרויס פאר יעדען, איי דער ספרדישער איד טוט נישט אזוי, דער ספרדישער איד עסט נישט קיין בישול עכו"ם, ס'איז דא א ווארט אז וויבאלד יעדע שיטה האט זיין תיקון צו מתקן זיין האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט אז ס'זאל זיין עטליכע פראקציעס פון אידן יעדער זאל מתקן זיין דער תיקון, און אז איינער איז מהפך די תיקונים איז נישט די בעסטע זאך, יעדע פראקציע האט זיינע קילות און חומרות דער ספרדישער איד שטייט שוין אויף פון ר"ח אלול פארטאגס און זיין פרוי גייט מיט אייגינע האר. ביז ס'וועט זיין דער תיקון השלם און תורה חדשה תצא און ס'וועט זיין כאיש אחד בלב אחד.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

Well said
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

ישר כח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ראש המדברים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:און פארוואס טאר איך נישט האבן 4 פרויען אוואו יעקב אבינו?
ס'עסט מיר.

זר דו קריכסט שוין אריין אין א אנדערע נושא.
אבער דו וואלסט נישט געקענט אויסהאלטן 4 פרויען.
נישט מיט געלט, נישט מיט סופפארט, און אודאי נישט צו אזויפיל שלום בית פראבלעמען.

אוי ווייסטו נישט וואס גוט מיינט, דו לעבסט אין א גרויסער טעות.
פאר וואס מיינסטו טאר מען אין די גוישע וועלט נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער ווייל זיי מיינען דעם מאנ'ס טובה?
אין די אראבישע וועלט ווי פרויען האבן נישט קיין רעכטען האט מען חתונה מיט 5 ווייל דאס איז קעגן די פרוי'ס רעכטען

האבן 2-3 ווייבער איז דאס בעסטע זאך וואס מיר וואלטן געקענט האבן, יעדע ווייב ווערט א צרה פאר די צווייטע און וויל געפעלן דעם מאן ווי מער, יעדער וואלט געקאכט גאר גשמאקע פרישטאג מיטאג נאכטמאל, זיי ואלטן גענוצט ווי ווייניגער געלט אז דער מאן זאל זיין צופרידין פון איר, און דער שלום בית וואלט געווען אין הימל ווייל ווען איין פרוי וואלט עפעס נישט גוט געטוען וואס זי געווארטן אויפן מאן 2-3 חדשים ער האט נאך איינס - צוויי.

יישר כח פאר דיין הערה, אבער איך האלט מיך ביי מיינס, איך זעה נישט מיין גרויסן טעות.
לעבן מיט עטליכע ווייבער איז שווער נישט נאר פאר די ווייבער, נאר אפילו פאר די מענער.

איך ווייס נישט דעם טעם פונעם חרם פארוואס רבינו גרשום האט פארבאטן עטליכע ווייבער, ווארשיינליך פאר די טובה פון די ווייבער.
איך ווייס טאקע נישט ווי אזוי אמאליגע פרויען האבן אויסגעהאלטן זייערע "צרות" (תרתי משמע)...
מען דארף אויך נעמען אין באטראכט אז בשעת הלכות טומאה וטהרה זענען אנגעגאנגען, און א פרוי איז געווארן טמא, האט זי נישט געקענט קאכן, באקן, אפרוימען, גארנישט אנרירן. האט מען זיך אן עצה געגעבן מיט א צווייטע ווייב.
דער חלק איז שוין היינטיגע צייטן גרינגער אז די הארבע הלכות גייען נישט אן.

אבער מענער, חוץ דעם חלק פון הנאה האבן פון נאך א ווייב, זעה איך נישט קיין מעלה נאר שוועריגקייטן.
קען זיין איך בין זיך טועה, אדרבה, פרוביר מיר צו איבערצייגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

איך דערצייל נישט דא קיין באבע מעשיות איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט א אראבער ער האט מיר דערציילט וויאזוי ס'קוקט אויס ביי עם אין שטוב ווען ער קומט אהיים, די הכנעה דרך ארץ כבוד וואס ער באקומט יעדע פרוי וויל די מערסטע זיין אטענטשען וכו'
זיי קויפן ממש די מינימום ווייל זיי ווילן געפלען דעם מאן, זיי גרייטן יעדע אן פרישטאג מיטאג נאכטמאן דאס בעסטע וואס איז שייך ער זאגט מיר אז ס'איז א גן עדן התחתון, און דערפאר האט די מערב וועלט עס געאסרט ווייל דאס נעמט אסאך אוועק די רעכטען פון די פרוי, און אז א פרוי זאל האבן 2 מענער איז נישט און באטראכט געקומען האט מען עס געאסרט משא"כ די מזרח וועלט ווי פרויען האבן נישט קיין רעכטען איז דאס מותר לכתחילה און אפילו ראטזאם

לגבי די חרם דרבינו גרשון, דאס איז משום מעשה שהיה די זעלבע די אנדערע צוויי חרמים פון גט'ן בכפיה און אויסזאגן א סוד
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביי די אראבערס האט מען דרך ארץ פארן מאן ביג טיים! נישט מחמת אהבה נאר מחמת יראה.
נישט לאנג צוריק איז געווען באריכטעט אז אן אראבער האט דערשטיקט זיין פרוי צום טויט, און עס איז גאנץ א נארמאלע ערשיינונג.
ביי זיי שלאגט מען און מען פייניגט די פרויען, די פרויען זענען אן עם בפני עצמן, און ווערן כסדר דערנידערט און דעגראדירט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

אויך אמת אבער טראכט די אליין וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ביי דיר אין שטוב ווען די האסט ווען 3-4 וואס שלאגן זיך אויף דיין אטענטשען יעדע מינוט, און זענען גרייט אלעס אין די וועלט צו טאן פאר דעם, נעם דיר אפאר מינוט צו דמיון דער וועג פון פירן א שטוב, צו וואלטסו געהאט שלום בית פראבלעמען, און דאס איבעריגע
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Under influence
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ראש המדברים האט געשריבן: לענינינו, שערן האר פון א אשה ס'איז נישט קיין נפק"מ ווען די תקנה איז געווארן און פארוואס, אבער כהיום איז עס א גזירה פאר אלע יוצאי קהילות אשכנז, און ווער ס'פאלגט נישט איז א פורץ גדר, יא היינטיגע צייטן בעיקבתא דמשיחא איז דער הסתר פנים גרויס אבער קיינער זאל דאס נישט נעמען אלס א היתר, אז איינער וויל זאגן איך וויל נישט פאלגן די גזירה ליידער הרשות בידו ס'איז היינט ליידער א דור יתום, אבער קיינער זאל נישט מיינען אז ס'איז א היתר ווייל יענער טוט אזוי.

און פאר די וואס האבן אמונה אין שכר ועונש, איז דא איין ווארט דער גיהנם איז געגוג גרויס פאר יעדען, איי דער ספרדישער איד טוט נישט אזוי, דער ספרדישער איד עסט נישט קיין בישול עכו"ם, ס'איז דא א ווארט אז וויבאלד יעדע שיטה האט זיין תיקון צו מתקן זיין האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט אז ס'זאל זיין עטליכע פראקציעס פון אידן יעדער זאל מתקן זיין דער תיקון, און אז איינער איז מהפך די תיקונים איז נישט די בעסטע זאך, יעדע פראקציע האט זיינע קילות און חומרות דער ספרדישער איד שטייט שוין אויף פון ר"ח אלול פארטאגס און זיין פרוי גייט מיט אייגינע האר. ביז ס'וועט זיין דער תיקון השלם און תורה חדשה תצא און ס'וועט זיין כאיש אחד בלב אחד.

יעדער דור האט זיך זיינע חומרות גדרים וסייגים, דאס זענען נישט קיין מצוה אדער א תולדה פון א מצוה. היינט צו טאג פרעג סיי וועלעכע יונגערמאן אויב האט ער הנאה פון זיין אנגעגאלטע ווייבס קאפ, וועט ער דיר ענפערן ניין, ממיז מודה זיין אז דאס איז עקלדיק אין מאוס.

אין זיך אפשערן, איז דא צוויי זאכען, וואס איינס האט נישט מיט דער צווייטע, במשך די יארען אבער האט מען דאס צוזאמען געקניפט בקשר של קיימא. דער זוה"ק איז זייער הארב לגבי "אויפגעדעקטע האר", דער הייליגע תנא רבי עקיבא'ס רחל האט געהאט שיינע לאנגע האר, רבי עקיבא איז געוועהן דער רבי פון רבי שמעון בר יוחאי בעל הזוה"ק, שלח נא ביד תשלח ביד ר' עקיבא, ר' עקיבא איז אנגעקומען צו נ' שערי קדושה ווען משה רבינו ע"ה איז אנגעקומען נאר צום שער מ"ט, נאר וואס דען, זי האט זיך דאס באדעקט. אבער טראכט אריין א מינוט דער איינציגסטער וואס ווערט דערמאנט לשבח לגבי די האר איז געוועהן באדעקט "בביתה" איז בלויז איין פרוי וואס בשכר זה האט זי געהאט אכט זוהן אלע זענען געווארען כהנים גדולים, (והארכתי בענין זה במקום אחר).

מיט א קנאפע עטליכע הונדרעט יאר צוריק, איז דער ענין פון שערות אשה צוריק ארויף אויף דער טיש, דאס איז געוועהן צוליב צו וויסען דער חילוק ציווישען א פארהייראטע פרוי מיט א מיידעל.

היינט צו טאג, קוק דיר אים אויף דער גאס (מיט א היתר פון א רב) ווי א פרוי גייט אינאיינעם מיט אירע עלעטערע טעכטער, ווערט איהר באמערקן אז די מאמע זעהט אויס סאך שענער ווי די טעכטער, דאס איז צוליב דער שייטל, און אירע לבוש איז בעסער אהערגעשטעלט.

יונגעלייט קוקען אויף גויטעס, וויבאלד ביי זיך אינדערהיים האבען זיי א אפגעגאלטע קאפ, ס'איז עקלדיק, דער יצר הרע איז גרויס, דער תאוה איז גרויס איז דאס גורם ארויס צו קוקען פון זייער ד' אמות, אדער במקומות אחרים. היינט איז דאס א חומרה הבאה לידי תקלה, ווייל מ'ווייסט גאנץ גוט ווער ס'האט חתונה געהאט און ווער נישט, אין מענטשען ווילען האבען א ווייב וואס ס'איז איינגענעם צו קוקען אויף איהר נישט פארקערט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

שמואל שלום שלמה האט געשריבן:איינער האט מיך אמאל געזאגט אז דער חזון איש האט געזאגט אז פאר אונגארישע אידן איז דאס ביהרג ואל יעבור!

נישט חלילה קאלט צו מאכן אדער אפשפעטן, אבער ביז וויפיל דורות ציהט זיך דער זאך "אונגארישע אידן?" מילא פאר אידן וואס וואוינען אין וויליאמ-פעסט, נו. אבער די וואס וואוינען ערגעץ אנדערש, גייט עס ווי די אדומים? מואבים? אדער איז דאס נכלל אין דער "גם דור עשירי - עד עולם?"

אינטערסאנט אויך פאר וועמען דער חזון איש האט עס געזאגט, ווייל די היינטיגע ליטוואקעס זענען מער פון 90% נישט ארגינעל פון דער ליטא, נאר טאקע אונגארישע און יעקעס ועוד. זענען זיי אויך בכלל "אונגארישן אידן?" אדער וויבאלד מען טוהט זיך אן א קנייטש היטל איז עבר זמנו-בטל קרבנו?

איין מינוט, אין אונגארן זענען דאך רוב אידן געגאנגען "קנייטש היטלען!"...
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

איך וועל דיר עס מסביר זיין נאכאמאל, אויב דו ביסט מסכים אז דיין ווייב זאל גיין אין גאס אזוי ווי ר' עקיבא'ס ווייב קען מען רעדן צו דיר, אויב אבער ווילסטו נעמען נאר די קולות פון ר' עקיבא'ס ווייב זיך נישט שערן, אבער אין גאס ווילסטו דיין ווייב זאל גיין מיט א לאנגע שייטל און נישט ווי ר' עקיבא'ס ווייב ביסטו סתם א קל און א בעל תאוה.

האסט א עצה פון די גמרא "ילבש שחורים ויתעטף שחורים ויעשה כל מה שלבו חפץ"

מיר דארפן וויסן א כלל גדול, ביז לערך 500 יאר זענען גוים געגאנגען מיט בערד, פרויען אפילו ביי גוים זענען געגאנגען כמעט ווי ביי די אראבער, קוק אין גמרא שבת לעניני הוצאה, ליידער איז דאס וועלט געווארן מער פרוץ, זייער ווייניג גייען היינט ווי פאר 500 יאר צוריק, ווילסטו האסטו א ברירה אדער גייט דיין פרוי ווי פאר 500 יאר צוריק מיט אירע האר (אין א"י די פרויען וואס גייען שאלן גייען טאקע אזוי), אדער גייט זי ווי היינט אבער מיט די חומרות פון היינט.

אדרבה זיי מחליט, די ברירה איז ביי דיר.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די פוינט איז נישט אשת ר' עקיבא, נאר אפילו אשת ר' עקיבא.
און פון וואו נעמסטו די חידוש אז אויב זע איך א געוויסע זאך ביי אן ערליכע איד מעג איך עס נאר טוהן אויב טוה איך אלעס וואס דער איד טוהט? אויב מיין רבי איז זיך מקיל אז ער שניידט זיך נישט די נעגל בדהג"א מעג איך עס נאר נאכטוהן אויב טוה איך אלעס וואס ער טוהט? אפשר אויב וויל איך נאכטוהן ר' עקיבא'ס א גוטע מידה מעג איך נאר אויב בין איך אן עם הארץ ביז די פערציג יאר.

און ווי אזוי ווייסטו ווי אזוי ר' עקיבא'ס ווייב איז געגאנגען אויפן גאס? דו האסט א בילד?

דאס אז די גויטעס זענען אלעמאל געגאנגען מער צניעות'דיג ווי היינט איז ווייט פון אמת, ווענדט זיך במקום ובזמן, אין געוויסע תקופות און געוויסע מקומות זענען די פרויען געגאנגען סאך מער אויסגעלאסן ווי היינט.

ראש המדברים האט געשריבן:ווילסטו האסטו א ברירה אדער גייט דיין פרוי ווי פאר 500 יאר צוריק מיט אירע האר (אין א"י די פרויען וואס גייען שאלן גייען טאקע אזוי), אדער גייט זי ווי היינט אבער מיט די חומרות פון היינט.

מקור ביטע, פון ווי נעמסטו אזא זאך?
פארשפארט