קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
מיינע דעתי העניה איז אז ק"ש איז די לעצטע פאר יאר צופיל געווידמעט אויף די סיסטעם,
ווען מ'געט ווען אוועק די מחשבה און די מח וואס מלייגט אריין אין דיע לאנגע אשכולות וואס טוען אדורך די סיסטעם, און מ'לייגט אריין כוחות און אשכולות וואס באהאנדלען פאזיטיווע מעגליכקייטן, חינוך אשכולות, אשכולות פון סעלף העלפ, מעדיטעישין, ספריטשואליטי, אמת'ע יודישקייט, מיינדפולנעס, יודישע היסטאריע,
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, אויב אונז וועלן זיך פארבעסערען און ווערן מער אמתע מענטשן, אונז וועלן אויפברענגען אמת'ע עהרליכע קינדער, אונז וועלן אויפברענגען קינדער וואס לעבן אין זייער אייגענע וועלט,
לאמיר נישט פארגעסען איינער פון די הויפט פארפוילטקייטען פון די סיסטעם, איז בלעימען און מוחה זיין אויף אנדערע פרצות. אנשטאט זיך נעמען אין די האנט אריין,פארוואס זאל מען אנהאלטען דיע שטריק אין דיע פעטטערן, פארוואס זאל מען נישט אריינלייגען כוחות אין אונזערע שטארקייטען און אונזערע כוחות און מוחות.
קאווע שטיבעל קען ווען זיין א מיטל און א הילף און חיזוק פאר דיע אלע וואס ווילן אנפאנגען לעבן אן אפענע אויפריכטיגע עהרליכע לעבן, און מ'זאל קענען דיסקוסירען אפן אלעס וואס איז נוגע פאר אונזער נייע בליק און לעבן.
פארוואס אבער צוריקקוקען צו די חשכות,
ס'איז אויכעט דא פארשידענע מענטשען וואס איך וואלט גערופען מיטל קלאס, נישט פארשטעקט מיט די סיסטעם קרענק, אבער אויכט נישט פארנומען מיט אטאקירען, אזעלכע מענטשן וואלטן ווען געקענט זיין קאווע שטיבעל מיטגלידער, און ברענגען אסאך טאלאנט דא, ווען ס'איז ווען נישט אזוי אוועקגעשטעלט אויף נגד הסיסטעם.
אונזער קאמיוניטי איז נאר אזוי גוט, ווי די מענטשען וואס אונז האבן,
די שאלה איז, צו העלפט די פלאטפארמע די מענטשן צווישן אונז צו זיין בעסערע און מער אמת'ע מענטשן? העלפט די פלאטפארמע מענטשן גיין ווייטער און טיפער אין זייער לעבן? צו איז די פלאטפארמע בלויז א פלאץ צו שטיין און צוריקקוקען און שרייען?
לא בקול ולא ברעש ולא ברוח. די אמת שווימט ארויף פונעם ריינעם אמת, און ווער ס'איז אויפריכטיג דארף מען נישט קאנווינסען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אספקלריה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך האלט אויך זייער פון די מהלך פון שטופן נארמאלקייט און פאזיטיוויטע אנשטאט אטאקירן משוגעת'ן און נעגעטיוויטי, די פראבלעם איז נאר אז מיט די חברה וואס הערן נישט אויף מוסר'ן דערוועגן קען מען קיינמאל נישט יוצא זיין, אין יעדע זאך טרעפן זיי העיט, נעגעטיוויטי, וכו' וכו'. אט האב איך געעפנט אן אשכול איבער די השתלשלות פון כיסוי ראש לנשים, איז שוין איינער פון די בעלי מוסר געקומען פארדרייען אז איך פארקויף העיט. כ'האב שוין אויפגעהערט זיך צו ברעכן קאפ וואו ער האט געזעהן העיט, איך פרוביר נישט צו פארשטיין ווייל ס'טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין. דאס זענען מענטשן וועלכע האלטן נישט ביים אריינגיין אין יסודות'דיגע מוסכמות און טאבוס פון אונזער געזעלשאפט, די גאנצע פאזיטיוויטי ביזנעס זעהט מיר פשוט אויס ווי נאך א ספין צו קענען אוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פאר א נארמאלן דיאלאג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
שרייבען א אשכול וועגען גיין אויפגעדעקטע האר איז באמת נישט עפעס וואס איז נוגע יום יומיות, היות בא אונז דעקט א יעדער צו די האר אויפען גאס, מילא קען איך פארשטיין אז סוועט זיין מענטשען וואס זענען געבאדערט ביי דעם.
ווען משרייבט וועין וועגען גילוח, צו אורך השייטעל, צו וועגען ביי האר,רעדט מען וועגען זאכען וואס איז בכדי שיעשו, אבער רעדן וועגען האר אויפען גאס אן קיין שום כיסוי וואס סאיז נישט דא אזא מציאות און אונזערע היימישע קאממיונוטי, אפילו כמעט נישט און די היימישע פלעטבוש, און אפילו און די פייב א טאונס איז שוין כמעט נישט דא אזא זאך, איז אוודאי וועלען זיין אטאקירער.
נישט אז סאיז נישט קיין זאך דורכצוטוהן אבער מקען פארשטיין אז סוועלען זיין אטאקירער.

- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ברענגט ארויף א ריכטיגע טענה, עס ווענדט זיך אלעס אין די אודיענץ.
מ'קען נישט ארויפצווינגען אינטערעסע אין נושאים פאר מענטשן וואס זענען נישט אינטרעסירט דערין, ייתכן אז דער טויש פון די דורות האט געטוישט די אינטערעסע פון דעם עולם.
אבער איך מיין אז פאר יעדער נושא קען מען שרייבן מיט מער אדער ווייניגער קוואליטעיט.
קוק למשל, איינע פון די אשכולות וואס האט אמאל באקומען די מערסטע לייקס, איז "מבשר בחסד עליון", די נושא אליינס איז מיר פערזענליך נישט אזוי אינטרעסאנט. אבער עס איז קלאר אז דער שרייבער האט אינוועסטירט זייער אסאך ארבעט דערין, און איך פארשטיי אז עס איז יושר מ'זאל לייקן און נאגלען אזא שיינע ארבעט.
ווידער, אן אשכול פון ידידי החכם [tag]תחכמוני[/tag] איבער "ידיעות חז"ל און דער מציאות", לדעתי איז עס א געוואלדיגע ארבעט, (עס וואלט געמעגט באקומען מער לייקס), בימים ההם, האט מען אפגעגעבן דעם כבוד הראוי פאר אזא ארבעט, איך וואונדער זיך אויב היינט וואלט עס נאך געקענט געשעהן.
כמובן, איך זאג נאר מיין אינטערעסע, איך האב נישט קיין שום תביעה אויף קיינעם צו זיין אינטרעסירט אין די זעלבע נושאים ווי מיר, אבער מיר אלע קענען מבחין זיין צווישן איכות'דיגע און ליידיגע אשכולות.
עס קען אויך זיין אז עס האט צוטוהן מיט די רעליגיעזע נויטונגען פון די לייענער, ווי עס שיינט, אמאל האט מען זיך מער געטרויט צו דן זיין אין נושאים וואס אנדערע וואלטן עס אנגעקוקט קאנטרעווערסיאל, אדער גאר שנאה.
כאטש איך זעה נישט וואס קען זיין שלעכט מיטן דן זיין סענסיטיווע שאלות, אויב נישט אין קאווע שטיבל, וואו דען איז דער פלאץ פאר דעם?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אספקלריה האט געשריבן:שרייבען א אשכול וועגען גיין אויפגעדעקטע האר איז באמת נישט עפעס וואס איז נוגע יום יומיות, היות בא אונז דעקט א יעדער צו די האר אויפען גאס, מילא קען איך פארשטיין אז סוועט זיין מענטשען וואס זענען געבאדערט ביי דעם.
ווען משרייבט וועין וועגען גילוח, צו אורך השייטעל, צו וועגען ביי האר,רעדט מען וועגען זאכען וואס איז בכדי שיעשו, אבער רעדן וועגען האר אויפען גאס אן קיין שום כיסוי וואס סאיז נישט דא אזא מציאות און אונזערע היימישע קאממיונוטי, אפילו כמעט נישט און די היימישע פלעטבוש, און אפילו און די פייב א טאונס איז שוין כמעט נישט דא אזא זאך, איז אוודאי וועלען זיין אטאקירער.
נישט אז סאיז נישט קיין זאך דורכצוטוהן אבער מקען פארשטיין אז סוועלען זיין אטאקירער.
כ'האב פארשטאנען פון דיר אז דיין פראבלעם איז אז מ'איז פארנומען אטאקירן משוגעת'ן, זעהט אויס אז איך האב שלעכט פארשטאנען. דיין פראבלעם איז אז מ'רעדט פון זאכן וואס זענען נישט נוגע צו טאג-טעגליכן לעבן, הגם איך קען פארשטיין פארוואס נישט יעדער איז אינטערעסירט אין טעארעטישע זאכן, איך קען אבער נישט זעהן פארוואס מ'זאל אטאקירן. בכל אופן האב איך גארנישט געזאגט ווייל כנראה האסטו געמיינט גאר עפעס אנדערש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אט האב איך געעפנט אן אשכול איבער די השתלשלות פון כיסוי ראש לנשים, איז שוין איינער פון די בעלי מוסר געקומען פארדרייען אז איך פארקויף העיט. כ'האב שוין אויפגעהערט זיך צו ברעכן קאפ וואו ער האט געזעהן העיט, איך פרוביר נישט צו פארשטיין ווייל ס'טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין. דאס זענען מענטשן וועלכע האלטן נישט ביים אריינגיין אין יסודות'דיגע מוסכמות און טאבוס פון אונזער געזעלשאפט, די גאנצע פאזיטיוויטי ביזנעס זעהט מיר פשוט אויס ווי נאך א ספין צו קענען אוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פאר א נארמאלן דיאלאג.
דיין אשכול איבער כיסוי ראש איז זייער שיין אין אינהאלטסרייך אין מיינע אויגן.
אויב איינער רעאגירט שלא מן הענין, צוליב זיינע אייגענע פחדים אדער חשבונות , מוזטו אפילט נישט ענטפערן. עס איז א שאד אז די נושא פון דיין אשכול זאל דארפן פארפארן.
דו קענסט אפילו יענעם מסביר זיין אין אישי, אז דער נדון איז נישט קיין למעשה'דיגע שאלה, עס איז פשוט א טעארעטישע נושא וואס עס איז פאסיג צו דיסקוסירן פאר ווער עס איז אינטרעסירט דערין.
בכלל, די פערזענליכע אטאקעס (בין איך משער) איז היינט מער מצוי ווי אמאל, ויש לעיין בזה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פערזענליכע אטאקעס אמאל זענען געווען אסאך מער ווי היינט. עס האט אבער נישט מיט די צייטן, נאר מיט די נושאים. ווען דער וועלט טומולט זיך וועגן א גאר וויכטיגע נושא, כגון ביינער אין בית שמש ימ"ש, וועט קומן א ניק פון יענער פארטיי און ליארמען וכו' וד"ל ואכמ"ל עכשיו בכל אלה. ובלצ"ג.
בקיצור, עס האט מיט די נושאים נישט די צייטן.
האקעלע רעליגיעזע נושאים דארפן א געוויסע גוסטע, ווען איינער קומט אריין מיט א נארישע וויץ אינדערמיט, קען עס אלס פארהרגנ'ן. און ווען עס דערקענט זיך א געוויסע אדזשענדע אין די שרייבן, נעמט עס צו די אפעטיט. למשל, איך האב הרהורי דברים אויף געוויסע נושאים, ווי עוואלוציע וכדו'. און ווען איך האב אביסל געאישי'ט מיט איינער דא, האט ער מיר צוגענומן די אפעטיט דורך א ווארף 'עס זעט מיר אויס ווי רעליגיעזע אפאלאדזשעטיקס', און בכלל נישט אריין געגאנגן אין די טענות מיינער (אגב, מיין טענות אויף עוואלוציע האב איך קיינמאל נישט געזען אין קיין ארט וועגן עוואלוציע, און איך האב דורכגעליינט די פשוט'ע ביכער דערויף, ווי evolution for dummies)

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
איך זע אז מען האט שוין אנגעהויבן אימפלימענטירן די געדאנק פון פארשפארן אן אשכול!
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app
@מנהל אויב דארף מען הילף קען איך שטיין צו דער האנט.
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app
@מנהל אויב דארף מען הילף קען איך שטיין צו דער האנט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
קאווע שטיבל איז אויסגעשטעלט אזוי ווי א פארום, יעדער אשכול געהערט צו א געוויסע נושא, אין געווענליך, יעדער באניצער קוקט אין די פארומס וואס זענען איהם אינטרעסירט.מאטי האט געשריבן:ק"ש זאל עפענען א טעלעגראם גרופע פאר טשיט-טשעט מ'מוז נישט אנגעבן א נאמען אדער א נומבער צו זיין א מעמבער. מ'קען ווייטער פיגורירן דא פאר אשכולות.
איך בין נישט זיכער אז אלע באניצער פון ק"ש זענען געאייגנט צו זיך באטייליגן אין איין לאנגע טשעט,
אבער עס איז א גוטע עצה, פאר מעמבערס וואס האבן ענליכע אינטערעסן צו עפענען טשאטס. (און איך גלויב אז עס איז שוין פארהאן אזעלכע).
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
איך למשלרביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האלט אויך זייער פון די מהלך פון שטופן נארמאלקייט און פאזיטיוויטע אנשטאט אטאקירן משוגעת'ן און נעגעטיוויטי, די פראבלעם איז נאר אז מיט די חברה וואס הערן נישט אויף מוסר'ן דערוועגן קען מען קיינמאל נישט יוצא זיין, אין יעדע זאך טרעפן זיי העיט, נעגעטיוויטי, וכו' וכו'. אט האב איך געעפנט אן אשכול איבער די השתלשלות פון כיסוי ראש לנשים, איז שוין איינער פון די בעלי מוסר געקומען פארדרייען אז איך פארקויף העיט. כ'האב שוין אויפגעהערט זיך צו ברעכן קאפ וואו ער האט געזעהן העיט, איך פרוביר נישט צו פארשטיין ווייל ס'טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין. דאס זענען מענטשן וועלכע האלטן נישט ביים אריינגיין אין יסודות'דיגע מוסכמות און טאבוס פון אונזער געזעלשאפט, די גאנצע פאזיטיוויטי ביזנעס זעהט מיר פשוט אויס ווי נאך א ספין צו קענען אוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פאר א נארמאלן דיאלאג.
(יא אויפן גנב ברענט דאס היטעל )
האב דיר נישט אטאקירט וועגן העיט, מיר באדערט ווען די ביזט טאקע א בר הכי די רעדטסט היפש צו די זאך אין אלגעמיין ,אבער פארוואס פעלט אויס אריינצווארפען שקרים און דמיונות, און אפ פאטשקענען דיינע ארטיקעלן און דיר אליינס זעלבסט , סא די ברענגסט דיר אראפ, עס ווייזט אז די ביזט זייער אנגעווייטאגט און די שיסט פעך און שוועבל אזש אז די שרייבסט לגיונות, איך זע נאך איינער האט דערמאנט דא אז שומרי תורה ומצוות מיט אייגענע האר איז כמעט נישט בנמצא היינטיגע טעג , קענסט שרייבן העיט , נאו פראבלעם,העיט אשכולות ליין איך ניטאמאל ,עס איז דא גענונג און נאך העיט עס איז , אבער ביטע נישט מגזם זיין מיט דמיונות, כסדר זע איך דא גוטע שרייבערס מיט גראבע ליגענט בעיני השמש , איך גלייב אז סאיז דא נאך זייער אסאך וואס שרייבן נישט דא אדער קומען נישט דא וועגן דעם, אז מען עס זיך מתווכח מיט ליגנערס און בעלי דמיונות קען מען נישט פירן קיין שמועסן, אייוועלט זענען טאקע דא עקסרימיסטען אסאך אבער נישט אזויפיל גראבע ליגענט ווי דא,וואס ממש יעדע נייעס ווערט איבערגעטריבן נאך ערגער ווי גויעשע מידיע מאלט אונז אראפ
א דאנק
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
שבת אחים עקזיסטירט נאך?קאצקע ציקער האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ק"ש זאל עפענען א טעלעגראם גרופע פאר טשיט-טשעט מ'מוז נישט אנגעבן א נאמען אדער א נומבער צו זיין א מעמבער. מ'קען ווייטער פיגורירן דא פאר אשכולות.
א גיטע עצה און די לינק דערפון זאל מען נאר לייגן אין שבת אחים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
נו, קען זיין אז דאס ליגט אויך אין וואס [tag]יידל[/tag] האט זיך געהאט אפגערעדט אויף דא, ונשנית בוועקער 16...ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ממש אזוי!
איך דארף דען וויסען וואס מיינט 'קללה פון מדע'?! איך בין נישט דא צו לערנען נייע טערמינן אין אידיש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
איך האב היינט באמערקט א וויכטיגע נקודה וואס איך מיין קען ארויסברענגען דעם שוועריגקייט מיט דעם פארום מאדעל.
עס איז דא אזעלכע סיסטעמס ווי בלאגס, פייסבוק און טוויטער ווי א שרייבער שרייבט זיין מיינונג און מענטשן שרייבן תגובות דערויף, דערנאך איז דא טעשטס (ווי טעגלגראם און וואטסאפ) ווי א נושא ווערט דיסקאסירט צווישן אלע מעמבערס.
ביידע מאדעלס האבן מעלות און חסרונות, אבער מקען זאגן אז עס ווערט געווענליך גענוצט לויט די מאדעל וואס איז געאייגנט.
די פארום מאדעל דא אין שטיבל איז אביסל לכאן ולכאן, מקען עס אנקוקן ווי א בלאג, די ערשטע תגובה איז ווערדפול און די איבעריגע זענען נאר תגובות אויף די ארגינעלע תגובה. פון די אנדער זייט צומאל איז עס ווי א טשעט ווי יעדע תגובה איז די זעלבע ווערד.
א טשעט איז נישט געמאכט צו נוצן אלס א מקור פון אינפארמאציע, עס איז מער פאר אינסטענט מעסעדזשינג. ווידעראום קאווע שטיבל איז געאייגנט למען יעמוד ימים רבים.
פון איין זייט איז נישט קיין גוטע עצה צו עפענען אן אשכול פאר יעדע בויכוויי, פון די אנדערע זייט א תגובה אינמיטן אן אשכול האט אסאך ווייניגער טשענסן צו ווערן געלייענט, בפרט אויב אין צווישן זענען דא תגובות וואס זענען אויף א טשעט נוסח.
עס איז דא אזעלכע סיסטעמס ווי בלאגס, פייסבוק און טוויטער ווי א שרייבער שרייבט זיין מיינונג און מענטשן שרייבן תגובות דערויף, דערנאך איז דא טעשטס (ווי טעגלגראם און וואטסאפ) ווי א נושא ווערט דיסקאסירט צווישן אלע מעמבערס.
ביידע מאדעלס האבן מעלות און חסרונות, אבער מקען זאגן אז עס ווערט געווענליך גענוצט לויט די מאדעל וואס איז געאייגנט.
די פארום מאדעל דא אין שטיבל איז אביסל לכאן ולכאן, מקען עס אנקוקן ווי א בלאג, די ערשטע תגובה איז ווערדפול און די איבעריגע זענען נאר תגובות אויף די ארגינעלע תגובה. פון די אנדער זייט צומאל איז עס ווי א טשעט ווי יעדע תגובה איז די זעלבע ווערד.
א טשעט איז נישט געמאכט צו נוצן אלס א מקור פון אינפארמאציע, עס איז מער פאר אינסטענט מעסעדזשינג. ווידעראום קאווע שטיבל איז געאייגנט למען יעמוד ימים רבים.
פון איין זייט איז נישט קיין גוטע עצה צו עפענען אן אשכול פאר יעדע בויכוויי, פון די אנדערע זייט א תגובה אינמיטן אן אשכול האט אסאך ווייניגער טשענסן צו ווערן געלייענט, בפרט אויב אין צווישן זענען דא תגובות וואס זענען אויף א טשעט נוסח.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
ממש ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אפט.
נעמט א ביישפיל פון א תגובה וואס איך האב היינט געשריבן אין אשכול "חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!", פון ידידי [tag]פארוואס?[/tag].
די תגובה איז לכאורה לענגער פון די פתיחת האשכול, און דאכצעך אז די פונקטן זענען וואליד. פארט אבער גלייב איך אז רוב באזוכער אינעם אשכול האבן ניטאמאל געליינט מיין תגובה, נאר האבן אפגעליינט די הערליכע ווערטער פון פארוואס? און זענען זיך געגאנגען ווייטער (געווענליך ליינט מען יא די תגובות וואס געפונען זיך שוין אינעם אשכול, ווען דער לייענער ליינט דעם אשכול זעלבסט. אבער די תגובות וואס קומען צו שפעטער, וועט מען זיך נישט באמיען צו עפענען דעם אשכול א צווייט מאל פשוט כדי צו לייענען דעם תגובה. ומבשרי אחזה).
דאס אנטמוטיגט אסאך מאל פון שרייבן א נארמאלע לאנגע תגובה, וויבאלד מ'ווייסט אז רוב לייענער וועלן דאס ניטאמאל זען, און ס'איז א שאד די טינט.
גראדע פלעגט אדנירם ז"ל האבן א וועג ארויס, דורכן עפענען א נייעם אשכול אויפן זעלבן נושא, און דארטן ארויסברענגען זיינע אייגענע נקודות מיט א לאנגס און ברייטס, און וויבאלד ס'איז געווען א נייע אשכול (און כמובן מיט נייע געדאנקען) האט מען עס טאקע יא געליינט. אבער געוויסע ניקס זענען נישט געווען צופרידן מיט דעם, און דערווייל זע איך נישט קיין אנדערע מהלך וויאזוי צו פארזיכערן אז ווען איינער שרייבט א גוט געראטענע תגובה, זאל עס אנקומען צו פאטענציעלע לייענער'ס אטענשאן.
אזוי אויך זענען אפטמאל ניקס נישט אויסן צו עפענען א נייע אשכול, צי ווייל זיי טראסטן זיך נישט צי ווייל זיי האבן נישט גענוג א גוטע שפראך א.א.וו., אבער זיי שפירן זיך גענוג באקוועם מיטן שרייבן א לענגערע תגובה אין אן עקזיסטירנדע אשכול.
נאר כאמור, וויבאלד ס'איז נישטא קיין סיסטעם וויאזוי צו ראנגירן וכדו' א "תגובה" - זאל זיין די מערסט תוכנ'דיגע און ווערדפולע, ברענגט דאס אויטאמאטיש צו אז מ'זאל זיך נישט באמיען זיך ארויסצוברענגען כראוי אין אן אשכול בתורת תגובה, און דאס ברענגט א קייט רעאקציעס - אז דער פותח האשכול זעט נישט גענוג תוכנ'דיגע שמועסן אהין און צוריק, און דאס נעמט אוועק זיין אפעטיט פון עפענען א גוטע תוכנ'דיגע אשכול, וחוזר וחלילה...

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
כוכב האט געשריבן:אזוי צי אזוי, [tag]פארוואס?[/tag] האט אנגעהויבן זיין שמועס אז דא איז פארהאן אלערליי מענטשן און יעדער קומט זיך דא פאר זיינע אינטערעסן, וויל איך מגלה זיין, איך קום נישטא פאר קיין נייעס און ניטאמאל פאר קיין דבר חכמה, יא, ס'איז געשמאק צו ליינען און ווען איינער שרייבט צו דער זאך וועל איך עס בדרך כלל ליינען, אבער מעינלי קום איך פאר די אנטי-סיסטעם שטאף, כ'מיין נישט דוקא פון א נעגאטיוון פערספעקטיוו נאר פאר די סאציאלאגישע אבזערוואציעס אויף אונזער קאמיוניטי און די איבערזיכטן וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט און געוויס וויאזוי אונזער פירערשאפט אפערירט, און פארשטייט זיך ווי טונקעלער איינער שרייבט און ווי מער איינער רענט איז אלץ בעסער, ווייל סארי, אבער איך בין דערביטערט. איך ווייס איך קען גארנישט טון אדער איך וויל גארנישט טון ווייל איך בין פויל, אבער עטליעסט פארגינט מיר דאס און נעמט מיר נישט צו די רעכטן צו זיין כעס'דיג און דערביטערט.
אזוי צו אזוי, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אור-אלטע ווערטער פון ידידינו היקר [tag]כוכב[/tag] מיט אריבער פיר יאר צוריק, ביי מיין צווייטער אשכול זינט כ'האב מיך איינגעשריבן אין ק"ש. איך האב דארט געהאט אסאך כעס אויסצוגעבן, וכתבתי אשכול בשם "זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער", אראפרייסנדיג אונזער סיסטעם.
די ערשטע תגובה, היבש אנגעבלאזן אויפן "אנטי" שפראך, איז געווען פון כוכב.
אט איז דער אינהאלט:
כוכב האט געשריבן:בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס נאך איז נייעס?
איינער האט עפעס א גוט ווארט אויף יום טוב?
אצינד וועלן מיר איבערלאזן פאר אנטראפאלאגן צו אנטשיידן די מיסטעריע פון כוכב, בילדותו מאי קסבר ובזקנותו מאי קסבר.
ותו, אז מיר ווייסן געווענליך ארבעט עס פארקערט. צוערשט איז מען פארביטערט און אנגעבלאזן, און צוביסלעך בארואיגט מען זיך און מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו דיעלן דערמיט. ווידער כוכב ווייזט אז צומאל גייט עס פארקערט...
סאררי כוכב, כ'האב געמוזט!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ארי נוהם האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:אזוי צי אזוי, [tag]פארוואס?[/tag] האט אנגעהויבן זיין שמועס אז דא איז פארהאן אלערליי מענטשן און יעדער קומט זיך דא פאר זיינע אינטערעסן, וויל איך מגלה זיין, איך קום נישטא פאר קיין נייעס און ניטאמאל פאר קיין דבר חכמה, יא, ס'איז געשמאק צו ליינען און ווען איינער שרייבט צו דער זאך וועל איך עס בדרך כלל ליינען, אבער מעינלי קום איך פאר די אנטי-סיסטעם שטאף, כ'מיין נישט דוקא פון א נעגאטיוון פערספעקטיוו נאר פאר די סאציאלאגישע אבזערוואציעס אויף אונזער קאמיוניטי און די איבערזיכטן וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט און געוויס וויאזוי אונזער פירערשאפט אפערירט, און פארשטייט זיך ווי טונקעלער איינער שרייבט און ווי מער איינער רענט איז אלץ בעסער, ווייל סארי, אבער איך בין דערביטערט. איך ווייס איך קען גארנישט טון אדער איך וויל גארנישט טון ווייל איך בין פויל, אבער עטליעסט פארגינט מיר דאס און נעמט מיר נישט צו די רעכטן צו זיין כעס'דיג און דערביטערט.
אזוי צו אזוי, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אור-אלטע ווערטער פון ידידינו היקר [tag]כוכב[/tag] מיט אריבער פיר יאר צוריק, ביי מיין צווייטער אשכול זינט כ'האב מיך איינגעשריבן אין ק"ש. איך האב דארט געהאט אסאך כעס אויסצוגעבן, וכתבתי אשכול בשם "זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער", אראפרייסנדיג אונזער סיסטעם.
די ערשטע תגובה, היבש אנגעבלאזן אויפן "אנטי" שפראך, איז געווען פון כוכב.
אט איז דער אינהאלט:כוכב האט געשריבן:בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס נאך איז נייעס?
איינער האט עפעס א גוט ווארט אויף יום טוב?
אצינד וועלן מיר איבערלאזן פאר אנטראפאלאגן צו אנטשיידן די מיסטעריע פון כוכב, בילדותו מאי קסבר ובזקנותו מאי קסבר.
ותו, אז מיר ווייסן געווענליך ארבעט עס פארקערט. צוערשט איז מען פארביטערט און אנגעבלאזן, און צוביסלעך בארואיגט מען זיך און מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו דיעלן דערמיט. ווידער כוכב ווייזט אז צומאל גייט עס פארקערט...
סאררי כוכב, כ'האב געמוזט!
די לייק איז פאר מיר אליין. כ'האב הנאה געהאט צו זען מיין שיינע ניגון ציטירט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
דאס פנים פלאמט מיר פון בושה צו זען אז מען האט מיר מכבד געווען מיט עפעס א שיינעם סימבאל אוו האנאר נעבן מיין נאמען, בזמן וואס כ'האב גאר ווייניג געשריבן דא ביחס צו רוב חברים און אסאך זענען דברים של מה בכך, אבער אולי איז עס אין זכות פונעם וועקער וואס מיט די ארטיקלען פון דארט וועל איך זיך אויפטון פארן בי''ד שלמעלה.
אחר הקדמה זו, איז געווען א געוואלדיגע דערפרישונג צו זען ידידינו הגאון המפורסם פארוואס-? (מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר) איז דא צוריק מיט א פרישקייט וואס מען האט נאכנישט געזען מימות קאווע שטיבל לייבן וואס האבן זיך פורש געווען זאלן צוריקקומען מיט אזא התחדשות אן קיין אראפקוקן אויפן נייעם דור פון שרייבער. און ער קומט נאך מיט פרישע עצות און געדאנקען איז דאך ממש געוואלדיג.
אלע פריערדיגע עצות און זאכן זענען געוואלדיג, איך וויל נאר צולייגן א נארישע הוספה וואס שטערט מיך שוין לאנג, ביים שרייבער'ס פראפייל אויב מעגליך זאל מען אראפנעמען דעם מספר פון געגעבענע לייקס. למאי נפקא מינה וויפיל מ'האט געגעבן? אויב איינער ווייסט אז יעדעס מאל ער גיט א לייק לחיזוק וועט דאס פארצייכנט ווערן נעבן זיין נאמען לדראון עולם מאכט דאס טראכטן צוויי מאל איידערן דרוקן. לאז דעם עולם טיילן בריוח אן קיין קאנסעקווענצן. א לייק גיט א שטיקל חיזוק ווי נישט ווי פאר יעדן איינעם. כ'האב אפילו געטראכט צו גיין נאך ווייטער און מאכן מ'זאל נאר קענען זען וויפיל לייקס א תגובה האט און נישט ווער ס'לייקט (נאר דער נותן ומקבל זאלן קענען זען) אזוי זאל עס בלייבן קאמפליטלי קאנסעקווענצן פריי. איי דער עולם וועט מאכן זיבעציג ניקס און זיך אליין לייקן? וועם גייט עס אן, יגדיל תורה ויאדיר, דער עיקר ס'גייט אן די זאך. נאר איך וועל נישט גיין אזוי ווייט. עכ''פ קען מען עס אראפנעמען פונעם נאמען נישט צו בלייבן צוגעטשעפעט פאר אייביג. (כעלמ'ר מגיד קען דערויף עדות זאגן...).

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פייסיס האט געשריבן:מיט'ן טשעפן יענעם האט מען זיכער נישט קיין הצלחה
נו, פארוואס טוסטו עס...?!נוצן וואולגארע לשונות ווייזט אויף אומאיידלקייט און גראביאנישקייט.
דו מיינסט אז דו טוסט א טובה פאר'ן רבי'ן מיט אפגיסן דיינע קעגנערס מיט א קיתון של שופכין. נוצנדיג דערביי אלע מיני אומאיידעלע און וואולגארע אויסדרוקן און קללות.ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פייסיס האט געשריבן:מיט'ן טשעפן יענעם האט מען זיכער נישט קיין הצלחה
נו, פארוואס טוסטו עס...?!נוצן וואולגארע לשונות ווייזט אויף אומאיידלקייט און גראביאנישקייט.
דו מיינסט אז דו טוסט א טובה פאר'ן רבי'ן מיט אפגיסן דיינע קעגנערס מיט א קיתון של שופכין. נוצנדיג דערביי אלע מיני אומאיידעלע און וואולגארע אויסדרוקן און קללות.ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
ערעב בערל שוין די צווייטע פלאץ ווי איך זעה מען אטאקירט ר' פייסיס אז ער איז גאר ש.. איך בין נייגעריג וויאזוי ווייסט מען דאס אויף זיכער ?