איך האב שוין לאאאאאנג נישט געשריבן אין ק"ש, אבער אז ראובן בעט קען מען נישט אפזאגן, און געדענקענדיג אז איך האב אמאל געעפנט אזא אשכול אויף ק"ש און כ'האב געזאגט אז כ'קען עפענען אזא קאלום אינעם וועקער, האט מיר ראובן געבעטן אנצוהייבן אזא סארט קאלום וואס ברענגט אפיר די באהאלטענע אפיקומנ'ס, נעמליך, אלטע פיינע ווארע פון ספרים וסופרים, וואס זענען ווערד פאראייביגט צו ווערן אז יעדער זאל עס קענען זען.
אינעם יעצטיגן קאלום האב איך געברענגט די פאלגענדע געדאנקען:
- 1) א תשובה פון א גדול וואס האט געקריגן סמיכה פון רבי משה פיינשטיין, וואס פסק'נט אז א ת"ח וואס זאגט זאכן וואס זענען אנגענומען אלס מינות, טאר מען אים נישט האלטן פאר א כופר ח"ו.
2) דער ערשטער מקור אז קרח און דתן ואבירם זענען געווען גרויסע לייט, און נישט סתם באנדיטן, איז נישט קיין חסידישער אויסטרעף נאר זאגאר א שטיקל "המספיק לעובדי ה'" פון רבינו אברהם בן הרמב"ם.
3) א מערקווירדיגער בריוו פון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, וואס צוליב א "קנס" וואס זיין זון האט באקומען אין חדר אלס קינד, האט ער אפגעשריבן א שארפע בריוו מיט פינף טענות דערקעגן.
4) א שטיקל מהר"ץ חיות בשם הג"ר צבי הירש לוין אבד"ק בערלין, אז די סיבה פארוואס כהיום מאכט מען נישט יבום נאר חליצה, איז ווייל צוליב די נידעריגע דורות איז מען חושש אז דער פארשטארבענער מאן האט איבערגעלאזט א קינד ערגעצוואו... און ווי דער מהר"ץ חיות פירט אויס איבער זיין טעם: "וטעם זה אמת" און "וראוי לפרסמו"...
5) אן אינטערעסאנטער אנעקדאט ווען דער פאפער רב זצ"ל האט אפגעפרעגט דעם גאון מבהיל החזון איש, ווי ערווענט אין שו"ת ויחי יוסף.
אויב איר האט הנאה געהאט, צי איר האט הערות אדער סיי וואס צוצולייגן, זענט איר מכובד איבערצולאזן אייערע איינדרוקן און אויסשמועסן וואס עס איז דא צוצולייגן צו די אויבנדערמאנטע נושאים.