![פראגע צייכן :?:](./images/smilies/icon_question.gif)
אדער עס אנזעצן אפאר אלפים ווייל ער קען עס מימילא נישט באצאלן אין מוועט אים צונעמען וואס ??(די פראגראמן)
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
דעינעש האט געשריבן:רוף אן די חברה פון די ליין, וואס טוען אין די זאכן פון סעטלען פאר סענס אויפן דאללער. זיי וועלן זיין מאאר דען העפפי אייך צו סערווירן אבאמא'ס פראגראמען פון רעיזן די דעפטה סילינג פון בארגן פאר אמעריקע פון אויסלאנד'ישע רעגירונגען. פאר דעם צוועק אז קיינער זאל נישט אונטערברעכן חלילה.
(ווען אלעס איז שוין בערך גרייט, פרוביר צו ארויסציען שוין ס'מערסטע וואס שייך.)
הירשל ציג האט געשריבן:זיי בעטן 10% פון די סעיווינגס
און פון קלענערע קארדס, ווי למשל 2000 דולר, וועלן זיי נעמן 350 טאלער
איך האב געהאט זייער א גוטע עקספיריענס מיט איינער פון די היימישע פירמעס ווי איך בין פטור געווארען פון 70 אלפים קארדס פאר 25 סענטס אויף די דאלער. דאס איז נאך אלע FEES פון יענע פירמע
אז נישט פאר זיי וואלט איך געצאלט לעולם ועד
ירושלים האט געשריבן:א גרויסער באקאנטער אונגענומענער רב שליט"א, האט אמאל געשטורעמט ביי זיין שובבים דרשה, וזה לשונו:
א יונגערמאן פרעגט מיר צו ער מעג מאכן א קרעדיט קארד אויף אנצוזעצן, איך האב אינגאנצן נישט באגרייפט פון וואס ער רעדט, אבער נאכן מיר דאס מסביר זיין בין איך אויפגעשפרינגען, דאס זענען אידישע קינדער? פאלנע גנבים? ווען איינער פאלט ליידער אריין, איז ער דאך נישט שולדיג (אפי' ס'איז נישט ממש אזוי) אבער בידים ממש גיין אנזעצן בכוונה תחילה!!!!
בקיצור, דער רב האט נישט געקענט זיך בארואיגן.
קלאר האט געשריבן:אנזעצן לכתחילה איז פשוט גזילה, גזל עכו''ם איז אויך אסור
נאכדערצו קען אמאל זיין אז אידן אפי' נישט שות''מ האבען דארט שעירס וכו'
אין מיינסט טאקע אז די קרעדיט קארד קאמפעניס זעהן נישט אז פין אינזער זיפ קאוד קומט די מערסטע אנגעזעצרייען? (אויב ס'וואלט ווען געווען אזוי)
אבער, אויב קענסט עס באמת נישט באצאלען פארוואס זאלסטו נישט ניצן דיינע רעכטן?
מ'דארף נישט ניצן אייביג קיין קאמפעניס פאר דעם, צומאל קען מען עס אליין מסדר זיין
ווען זיי זעהן אז זיי האבען נישט אפשען צו באקומען א פעימענט נאכדעם וואס איר קענט זיי נישט באצאלען פאר א לענגערע צייט
וועלן זיי מסכים זיין צו סעטעלן אויף פעניס אויב וועט איר רעדן צו זיי ווי א 'איד'
איך אליין האב אמאל געהאלפן מיינס א קרוב, ער האט געהאט א ק''ק בילל פין עטליכע טויזענט דאללער
איך האב גערופן די קאמפעני וועלכע האט נישט געזעהן קיין פעימענט פאר גאר א לאנגע צייט, אין זיי האבען זיך אנפאנג געהאלטן זייער שטרענג
האב איך זיי געזאגט הער מיך צו, אז די ווילסט רעדן צו מיר נארמאל איז גיט
די אקאונט איז נישט מיינס, איך וויל דא העלפן מיין קרוב
אויב וועסטו צולייגן א פלייצע וועט ער קענען געהאלפן ווערן אין די וועסט כאטשיג עפעס באקומען
אין אז נישט זיי מיר געזינט אין איך ווייס אז ער קען דיר קיין דאללער נישט געבן (יענער האט נעבעך טאקע נישט געקענט)
ער לייגט מיך אויף האלד אין קומט צירוק, מיט אינגאנצען א אנדערע שפראך,
ער זאגט מיר ווייזטו וואס, די ווילסט אים העלפן איך וויל אים אויך העלפן איז די גיבסט מיר יעצט ארום 10% (איך געדענק נישט פינטקליך אבער אזויפיל איז עס אויגעקומען) וויש איך אפ די גאנצע חוב,
איך בין געווען סורפרייזד, זאג איך אים איי עפרישיעיט דיס אבער שיק מיר אריין א קאנטראקט ווי די ביזט זיך מתחייב אפצווישן די חוב פאר דעם סכום
ביז אפאר מינט האב איך באקומען אין פעקס אזא צעטיל
איך האב געשיקט א פעימענט אין אפגעווישט די חוב ב''ה
אבער מ'דארף זייער אכטונג געבן
זיי קענען אויך שיקן א זשאזשמענט, וואס מען טאר נישט איגנארירן
בקיצור מ'דארף וויסן וואס מ'טוט
אין פראבירן נישט צו דארפן צוקימען צו די זאכען
אלזא האט געשריבן:הירשל ציג האט געשריבן:זיי בעטן 10% פון די סעיווינגס
און פון קלענערע קארדס, ווי למשל 2000 דולר, וועלן זיי נעמן 350 טאלער
איך האב געהאט זייער א גוטע עקספיריענס מיט איינער פון די היימישע פירמעס ווי איך בין פטור געווארען פון 70 אלפים קארדס פאר 25 סענטס אויף די דאלער. דאס איז נאך אלע FEES פון יענע פירמע
אז נישט פאר זיי וואלט איך געצאלט לעולם ועד
נאמען ? נאמבער?