כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הגם אז די טעמע ווערט שוין דערמאנט אין אנדערע ערטער אויך אין שטיבל, פון דעסטוועגן האלט איך אז עס פארדינט אן עקסטער אשכול.

די יו"ט האב איך גע'עפענט אן עוז והדר משנה ברורה חלק ב', ומה רבתה הפתעתי אז סי' ר"מ און רמ"א האט מען גענצליך אויסגעשניטען. עס איז באקאנט אז פסקי תשובות האט געמאכט אן עקסטער קונטרס אויף די סימנים, אבער דא עגזיסטירט עס אין גאנצען נישט.
האב איך גע'עפענט א משנה ברורה מהדורת דרשו, און דארט האבען זיי געדרוקט די משנה ברורה, אבער אן קיין שום תוספת. אין אלע אנדערע סימנים האבען זיי פסקים שונים מפי רבנים שונים, ריכטיג און נישט ריכטיג אראפ געברענגט, אבער אויף די סימן איז עס שא שטיל.

הערסט הרב קארו? האסט געמאכט א מיסטעיק מיט'ן שרייבען די סימנים, און באמת דער מיסטעיק האט ער געלערנט פון דער טור וואס האט שוין געשריבען די סימנים. אשרי חלקינו אז מיר האבען פארזארגערס וואס צענזורירען די תורה, און אזוי קען יעדער טון וואס ער וויל, אין די עניינים האט ער נישט וואס צו זוכען אין די תורה ואיש הישר בעיניו יעשה. ממש כ'ניאקישקייט אין די סערוויס פון ליבערליזם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אלץ האט זיך אנגעפאנגען מיטן פארדרייען ישגלנה אויף ישכבנה, און פון דארט איז עס געגאנען אין ווייטער ביז וואו מיר האלטן היינט, ועוד היד נטויה...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

עוז והדר איז א קאמפאני מיט א מצומצםדיגער אגענדא באיצטלא פון מחקר. ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. סאיז א חוצפה און א פגיעה ארויסצונעמין סימנים שלימים פון שו״ע. ואין פוצה פה.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אויף וויפיל איך בין מסכים אויף דער חוצפה פין אויסשניידן סימנים צוליב אזעלכע שטותים, אבער דא בין איך גראדע צופרידען, ווייל איך דארף נישט אז די הלכות וויפיל גער און תולדות אהרן זענען גערעכט, זאלען זיין אויבגעפסקנט פאר יעדער. נאכדעם וועט מיין טאכטער אדער אייניקעל קיינמאל נישט הנאה האבן אין לעבען.

ואם תאמר, פין ווי ווייס איך אז זיי וועלען אויסארבעטן די הלכה ווי גער? חזקה שליח עושה שליחותו, און כידוע איז המחמיר האט זה משובח.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?

**

הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..
I have a dream
Martin Luther King ~
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אסאך האבן געהאלטן אז עס איז בעסער בחורים זאלען אויסגעפינען פין דער נודע ביהודה ווי פין מאגאזינען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לעיקוואד האט געשריבן:פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?

**

הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..

איך האב טאקע געמיינט די משנה ברורה המבואר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אין דער בית יהודה חומש לאזט ער גארנישט אויס.ַ די היינטיגע אידיש חומשים צענזורירען אין גרויסען
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

piskei.jpg
יהורם דעם איידעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה

שליחה דורך יהורם דעם איידעלע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אלץ האט זיך אנגעפאנגען מיטן פארדרייען ישגלנה אויף ישכבנה, און פון דארט איז עס געגאנען אין ווייטער ביז וואו מיר האלטן היינט, ועוד היד נטויה...
וואלסט אפשר געווען גערעכט אויב דעם ווארט "ישגלנה" ווערט געטיישט אזוי ווי דו מיינסט. מיר דאכט זיך אז עס איז א מחלוקת אויב עס מיינט טאקע די מעשה פון באהעפטיגען "כמכחול בשפופרת", אדער כפרש"י אז את איז די זעלבע לשון פון "פלגש" און עס האט א מיינונג ווי "מיוחדת לו". אויב איך האב נישט קיין טעות, ס'דארף זיין א רמב"ן אין חומש אז געוויסע זאכן (און די מעשה זיווג איז איינער פון די משלים) האבען נישט קיין פונקטליכען ווארט אין לשון הקודש זיי אויסצוזאגען.

בכל אופן, ווערטער וואס זענען כתיבן ולא קריין האבען מיר פון חז"ל. ס'איז זייער ווייט פון שכל צו זאגען אז זיי זענען שולדיג פאר די צודרייטקייט (אדער "כ'ניאקישקייט" כלשון ליטוואק) וואס געפונט זיך ביי די דערמאנטע מו"ל פון די ספרי הלכה. וואלט'ן די מענטשען געהאט זייערער וועג וואלט'ן זיי אויסגעמעקט די סימנים אין גאנצען פון שו"ע.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארשטייט זיך אז איך האב גערעדט לויט'ן פשוט'ן פשט אז די תיקוני "סופרים" האבן געמאכט עזרא "הסופר" וחבריו, כמבואר במדרש תנחומא פרשת בשלח סי' ט"ז, ולפיכך נקראו ראשונים (עזרא הסופר וחבריו) סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה. כ'האב נישט געזאגט אז זיי זענען שולדיג אין די מצב וואו ס'האלט היינט, אבער זיי האבן עס אנגעפאנגען, און די דאזיגע זאכן האבן א טבע צו ווערן מער עקסטערם ווי די צייט גייט פארביי, ועוד היד נטויה. הדא הוא דכתיב פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.

האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

אין א''י רודערט זיך לעצטנ'ס היתכן די רעגירונג האט ארויסגענומען עקידת יצחק פון די דעי קעיר קריקעלעם זאגנדיג אז עס איז צו שרעקעדיג פאר יונגע קינדער, עפ''ל. וויל איך פארשטיין וואו זענען די קנאים געווען ווען מהאט ארויסגענומען געוויסע פרשיות פאר קינדער זאגנדיג אז עס וועט זיי נאר צומישן? (דאכט זיך אז כהאב אמאל געזען א בריוו פונעם מהרש''ם אנטקעגן דעם עס אנריפנדיג א משכילישע געדאנק.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

כרם זית האט געשריבן:אין א''י רודערט זיך לעצטנ'ס היתכן די רעגירונג האט ארויסגענומען עקידת יצחק פון די דעי קעיר קריקעלעם זאגנדיג אז עס איז צו שרעקעדיג פאר יונגע קינדער, עפ''ל. וויל איך פארשטיין וואו זענען די קנאים געווען ווען מהאט ארויסגענומען געוויסע פרשיות פאר קינדער זאגנדיג אז עס וועט זיי נאר צומישן? (דאכט זיך אז כהאב אמאל געזען א בריוו פונעם מהרש''ם אנטקעגן דעם עס אנריפנדיג א משכילישע געדאנק.)

איינער הייבט אן פרשת תזריע פון שני און א צווייטער האט א פראבלעם מיט עקידת יצחק, הא לן והא להו.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.

האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח

באותו ענין. עס איז אמאל געווען א רבי וועלכע פלעגט פאסטן יעדן שני וחמישי און דערנאך פלעגט ער זיך איינשפארן אין צימער. די חסידים פלעגן רעדן אז דער רבי איז דאן זוכה צו גאר גרויסע גלוים. ויהי היום איינער פון די שוואנצן האבן מחלט געווען אז ער מוז זען ווי דער רבי איז זוכה צו די גרויסע גלוים. איז ער איז געגאנגן און זיך באהאלטן אינעם צומער. זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער ווי אויפן טיש איז צוגעגריייט אן אפגעבראטן עוף, ממש די גאנצע גוף אחוץ די פיסלאך און די קאפ. דער רבי קומט אריין, גייט צו צום עוף און פארוואנדלט אים אין א גל של עצמות...
האט דער חאסיד געזאגט אז ערשט יעצט האט ער פארשטאנען פשט אין צעטל קטן ''ולא יסתכל בשעה שבהמה ועוף מזדוגן זה עם זה'', ודברי פי חכם כריין.
(מקור:כ''ק אדמו''ר מטאלנא שליט''א בוויקיליקס שלו)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כרם זית האט געשריבן:

א לינק צום יומן פון די הייליגער טאלנער קענט איר אפשר אהער שטעלן?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאשמועסט מען עס ארום
דא קען מען עס באקומן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דא האב איך געטראפן ווי מען קען דאס אראפלאדענען
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאשמועסט מען עס ארום
דא קען מען עס באקומן

איך האב נישט אן אקאונט דארט קען עס איינער אהערשטעלן?
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

כרם זית האט געשריבן:פשט אין צעטל קטן ''ולא יסתכל בשעה שבהמה ועוף מזדוגן זה עם זה''

ס'איז א גמרא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמעזאן האט געשריבן:דא האב איך געטראפן ווי מען קען דאס אראפלאדענען
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאשמועסט מען עס ארום
דא קען מען עס באקומן

איך האב נישט אן אקאונט דארט קען עס איינער אהערשטעלן?

די יומן וויאזוי עס איז נתפרסם געווארן
https://tlgur.com/d/8ekvXZzg

אנגעבליכע צענזור
https://tlgur.com/d/GdBZvmj4
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

איך האב עס אמאל געבארגט פון מיינעם א באקאנטן און איך האב עס נישט. יישר כח הרב ריכטיג פארן טון די ריכטיגע זאך און עס ארויפלייגן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

לכבוד שבועות איז כדאי אנצומערקן באותו ענין, איבער די ניגון פון החזון יוסלע רוזנבלאט ז''ל ''וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען'', וואס אונזערע קינדער וואלטן אין א געווענטליכע יאר יעצט געלערנט אין חדר. אז אויך דא האט ידי הצענזור שולט געווען. בתוך הדברים פרעגט ער, ''ווער וועט אינז נביאה זאגן אויפן סעודוניו?'', און ער ענטפערט ''מרים הנבואה!''. וויינג ווייסן אז אויפן רעקארדירונג הערט זיך עס גאנץ אנדערש, קענטיג נשפע פונעם יידיש טעאטער, ''ווער וועט אונז טאנצן אויפן סעודניו? מרים הנבואה!''...
בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע רבי האט משנה געווען פונעם ארגינעלעם ניגון.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעיקוואד האט געשריבן:פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?

**

הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..

לעיקוואוד: דו ביסט 100% גערעכט. דער בית יהודא טייטש אויף חומש און רש"י איד געווען עטליכע דורות פריער פון דעם הייליגן עוז והדר שליט"א. ער ברענגט אויך נישט קיין טייטש אויף א סאך פסוקים וואו רש"י איז מפרש א סאבדזשעקט וואס יונגלעך אין חדר דארפן נישט לערנען. די רבי'ס לאזן ממילא אויס די רש"י'ס...!
פארשפארט