(קרעדיט: פלויניש'ל)
איי די עלטער פעטער.....
דאס איז מער ווי דיין טאטנ'ס פעטער, דאס איז א מהות. איך (און דו) קען א טוץ פון אידן וואס רעכענען זיך צו צום דאזיגן ראסע, אנע זיין בכלל א קרוב מיינס.
העמיר זיךַַ א ביסעלע מסביר'ן.
א קינד שפילט זיך מיט פייער ביי די מעטאלענע טרעפ פון די יארצייט ליכט אין ביהמ"ד כשטייגער העולם. [געדענקסט נאך ווען דער שמש האט געמאכט אזאנע קולות...] הקיצור, שטייט ער דארט ביי זיין מדירה'לע, ווען מיטאמאל פילט ער א קיצל אין אויער, ער דרייט זיך ספאנטאניש אויס, און טרעפט נישט מער ווי עלטער פעטער חיים יחזקאל'ען וואס שטייט נאך דארט מיטן ציצית בענדל אין האנט תיקף נאכן פארענדיגן דאס צוועקלאזן וויץ.
- "אין וועלכע חדר לערנסטע פאליטיקאנט?"
- "אין תורת פאליטיק".
- "אין כתה זויען?"
- "שוין אין כתה ח'!"
- "פשי... שוין באלד גרעסער פון מיר. וויזוי הייסט דיין מלמד?"
- "רעבע שווארץ".
- "איך קען אים! ער זאגט מיר אז דו ביזט דאס בעסטע אינגל פון די גאנצע חדר!"
- "עה!... לוגענער! יא? וויאזוי קוקט ער אויס?"
- "ער האט א בארד אזא, צוויי אויגן אינמיטן זיין פנים".
פאני. . .
ער קען אויך צוריקן ס'קינדס קאפל אויף פארנט, און צולייגן מיט ציניע: "דיין קאפל איז שווארץ". צולייגנדיג א קניפ אין בעקל....
ביי א באווארפן וועט ער צוגיין צו א רענדאם אינגל און מאנען: "וואו איז מיין פעקל? מיינסט אז זיידעס האבן נישט ליב קיין פעקלעך?"
דערנאך ביי די חתונה העט ער קיצלען דיין האנט ביים וואונטשן א לאנגן מזל טוב.
וועסט אים געפונען ביים ארויסקומען פון מקוה, צאמדרייענדיג א גרויען קנאבל (אגב, איך האלט אז 'קנאבל' איז נישט קיין כבוד הבריאות, מ'ברויך עס אנהויבן רופן 'דיימאנט'), הכלל, צוזאמדרייענדיג א בארדיגן דיימאנט, און ער וועט זיך אנרופן זיין שוה פרוטה: "די מקוה איז נאס".
ביים שבע ברכות וועסטו אנמערקן אן אינטרעסאנטער זאך, דער תושב וועט דארט אפזיצן ווי אן איינוואוינער, זאגן "לא איש דברים אנוכי" און "איך וועל מסיים זיין מיט א ווארט וגו'" פשוט מיט זייער אסאך ווערטער אינצווישן. צום סוף ווען דער מוזיקאנט וועט שפילן סימן טוב וועט ער גלייך אנהויבן אויף טעמפא 115 שמח תשמח מיט א גאר נידריגן אקטיוו, איבערשרייענדיג דר'עולם.
וואס נאך שטימט מיט'ן עלטער פעטער'ס כאראקטער? לייגט צו....
די עלטער פעטער כאראקטער...
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
די עלטער פעטער כאראקטער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאליטיקאנט: כ'האב פונקט געוואלט זאגן נאך א מזל דער עלטער פעטער האטציך נישט אוועקגעשטעלט אונטער דיר ביי נקדישך אדער כתר און דיר אריינגעריקט א פוס אין חלק אחוריים. און ווען דו האסט דיך אויסגעדרייט האט ער אנגעשטעלט א תמ'עוואטע פנים. כאילו ער ווייסט נישט ווער ס'האט עס געטון. אדער געקיצלט דיין אויער מיט א ציצית...! ווייל דער גבאי אין מיין ביהמ"ד האט עס געטון ווען איך בין געווען א יונגל...!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: די עלטער פעטער כאראקטער...
מיין עקספיריענס מיט'ן גבאי פלעגט געווענליך זיין זיך אויסבאהאלטן פון עם נאכן אפטוען נזק.....
אבער די עלטער פעטער האט זיך יא געהאלטן טשיקאוו.......
אבער די עלטער פעטער האט זיך יא געהאלטן טשיקאוו.......
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל