מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעת תורה האט געשריבן:דוכט זיך אז די מחלוקת צווישן די קאהן'ס און די קולף'ס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך בעפאר די מחלוקה קעגן ר' יונתן.

יא יא, פונקט ווי אסאך מחלוקת'ן וואס ס'שפאלט זיך אויפ'ן שוואכער פונקט, וואס ס'הייסט אויף ענגליש fault line. אבער ווי נישט ווי, ס'האט געהאט אן אחיזה און א קיום מיט דעם אז מ'האט עס געקענט איינוויקעלען אין א לשם שמים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס גאנצער רעדען וועגען דער 'כת' און די פערזענליכע נערווען קראנקייטען פון ש"צ איז מער א פראדוקט פון היינטיגע פאליטיק ווי א מחלוקת הראויה לשמה פון גדולי עולם. און אז מ'ליינט די כתבים פון דער ליעמאן, וואס האט קיין שום פראבלעם נישט צו באשולדיגען גדולי עולם אין קאווע"ר אפ"ס פאר'ן פערזנעליכע כבוד (ער וויל זאגען אז דער נוב"י האט מורא געהאט פאר זיין פאסט'ן אין פראג, דעריבער האט ער געשטיצט ר' יונתן!), אן קיין עכטע ראיות (ווער קען וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם אין הארצ'ן) איז נישט מיט די ריכטיגע בליק אויף מענטשען וואס אז מ'נעמט ארויס דער לש"ש בלייבט מען מיט גארנישט.

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], דו מאכסט א טעות, דוקא הרב ליימאן (אין דער ארטיקל) טענה'ט (מיט ראיות!) אז דער נו"ב האט אין דער אפן געשטיצט דער רבי ר' יהונתן צוליב טעמים פון חילול ה' וכבוד התורה, נאר צום סוף דערמאנט די וואס האבן אנדערש געהאלטן. זיין ראי' דארטן מיט דער הספד האב איך טאקע ניט פארשטאנען.

דברים מפליאים וחריגים בעניינו של ש"צ בשמם של הבעש"ט ור' חיים פלאג'י ראה כאן בהע'
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

עוד בענין הרבי רבי יונתן

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

ווי זיכער איז דאס אז ר' יהונתן האט מחבר געווען דעם 'ואבוא היום אל העין'?
מענטשאלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:59 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מענטשאלע »

זע אין תשובות מהרי"ץ ח"א סי' קג, באריכות וועגן דעם ענין, וכה דבריו: ומה שיש לנו ללמוד ממחלוקת הגאונים זי"ע שלא ליתן פתחון פה חלילה לחיצונים, והאי תיגרא לבידקא דמיא דמי, תחילתו אנוס ע"י אהבת האמת וסופו רצון ע"י מעשה ולבוש האמת, וראוי ללמוד איך לא נשאו פנים אם היה נראה להם נגד האמת אם גם כארזים גבהו בוש לא יבושו וממש במסירות נפש, ולעומת זה נוכל ללמוד לקיים דברי חז"ל ויתד תהיה לך שלא לקבל שמועות, וכו', הוא הדבר אשר גרם גם בעת ההוא אשר הגאון היעב"ץ ז"ל ברוב קנאתו ולרוב אשר רצה לדמות לאביו הגאון ז"ל המקנא קנאת ה' באמסטרדם לגדור נגד כת הארורה ימ"ש, גם הוא רצה למצוא מקום לגבות לתלות ולהתגדר בו, וקיבל כל מה שנאמר לו בענין זה, הכל ועל הכל, ולא נשא פנים, וכשגגה מלפני השליט, וכו', ולעומת זה נוכל ללמוד איך הגאון ר"י ז"ל ברוב גאונו לא ענה דבר בענוות צדקו, ובכל ספריו אין רמז ואין רמיזא נגד שונאיו, ואף בהקדמת הפלתי ג"כ הטמין עט בלשון קל, ואף בספרו לוחות העדות לא בקול חירופין וגידופין יצא, והיינו יחוסו וזכותו כי האמת מדבר בעד עצמו. ולנו אין נפקותא תרוויהו צדיקי גמורי הוי ובוודאי שלמא עבדו בהדייהו בעולם האמת והשלום, ואין לנו רק ללמוד מוסר היצוא מזה, וכו'.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

רוסישער האט געשריבן:ווי זיכער איז דאס אז ר' יהונתן האט מחבר געווען דעם 'ואבוא היום אל העין'?

כמדומני שהוא מילתא דפשיטא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז שוין געוועהן וועגן דעם געשפרעכן דא אין ק"ש.ַ
ווער עס קען זאל מלנקק זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: מחלוקת ר' יעקב עמדין און ר' יהונתן אייבשיץ

שליחה דורך נעגעל וואסער »

סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך סדרן »

צוזאמגעשטעלט
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

אפגעזען וואס די טעם אין די מחלוקת צווישן די צוויי גדולי עולם זכותם יגן עלינו, איז געווען. איז אבער זיכער אז די דתן ואבירם'לעך פון יענעם דור האבן געשפילט א גרויסע ראלע דערין. איך האב בסייעתא דשמיא געטראפן אן אינטערסאנטן זאך אין די ענין, וואס איז לפע''ד כדאי אראפצוברענגן.
אין ספר ''שמוש'' פארפאסט דורכן יעב''ץ אנטקעגן כת ש''ץ, צום סוף פונעם ספר ברענגט ער אראפ א בריוו פון זיין ידיד ליפמן כהן מהנובר וואו ער פארציילט אים די השתלשלות פון די מסירה און ויכוח מיט די פראנקיססטן. סוף פונעם בריוו שרייבט ער:
וכאן נמצא כאן היה ס' תפארת צבי על פשטים. ובפתיחה שו''ת לאותו רשע. והשיב מה שהשיב לו. וקודם סיום התשובה מסיים בזה''ל למרום שבתי יעלה ויבוא בנפש יהונתן. בודאי כונתו על האי רשע שחיק טמיא צבי שבור.

Annotation 2020-05-24 235947.jpg
אין אנדערע ווערטער דער בריוו שיקער ליפמן כהן דערציילט פארן יעב''ץ אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר ר' יונתן שרייבט קלאר אין א תשובה אז ער אינדנטעפצירט זיך מיט ש''ץ, און איז גאר א גלגול פון אים.
לאמיר זיך נישט פוילן אן לאמיר אפירנעמען די ספר ''תפארת צבי''. יאפ! גלייך אנהייב איז טאקע דא א תשובה געשריבן דורכן ר' יונתן. אבער די ציטירטע באמבאסטישע ווערטער זענען בכלל נישט ווי ליפמן כהן האט ציטירט. אט ליינט:
ראיתי לפנות עצמי מעמלי להודיע לו דעתי בקצרה דברי שוחר טובתו. וה' ינחני בדרך אמת ושלום לכל ישראל ושלומו דמר יסגה וירבה ויחזירה למקום איתן מושבו במהרה ולמרום שבת יעלה ויבוא כחפץ אוהבו הטרוד יהונתן

Annotation 2020-05-25 173344.jpg

ווי מיר זען איז טאקע דא א תשובה פון ר' יונתן. אבער די ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן פארן יעב''ץ, אז ר' יונתן האט כלומפרשט געלאזט פאלן, איז נישט געשטויגן און געפלויגן. ס''ה איז עס א ברכה פון ר' יונתן פאר א רב אז ער זאל זיך שטארקן וכו' ווי עס איז איינגעפירט זיך צו ווינטשן. און איז במזיד פארדרייט געווארן דורך ליפמן כהן. זען מיר דאך קלאר ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן די מחלוקת. דער יעב''ץ איז אנגעהעצט געווארן דורך געמיינע יונגן.

עס ווערט אבער נאך מער אינטרעסאנט ווייל ווארשיינדלך קען איך אייך פארציילן פארוואס טאקע דער ליפמן כהן פון הנובר האט געשפירט פאר וויכטיג אנצוהעצן א מחלוקת צווישן צוויי גרויסע.
א זוך אין ''אוצר החכמה'' דערציילט אז דער גאון ר' דוד אופנהיים זצ''ל איז געווען אן איידעם ביי... יאפ! ליפמן כהן מהנובר.
נא איז וואס?
אויב אזוי איז פארשטאנדיג פארוואס ליפמן כהן האט געטראגן א שנאה כלפי ר' יונתן (פארשטייט זיך בגדר השערה). ווי באקאנט איז צווישן די צוויי גדולים ר' דוד ור' יונתן גארנישט געווען אהבת דוד ויונתן. אויב אזוי קען מען גוט פארשטיין פארוואס ליפמן כהן, זאל וועלן צוגיסן אויל צום פייער און פיטערן דער יעב''ץ מיט ליגנטס, נישט לאזן די צוויי זייטן קומען צו א פארשטענדיגונג. ועל הכלל כלו יצא, ווער ווייסט וויפיל אזעלכע אנגעווייטוגטע שווערס און איידימער זענען געווען, ביי די מחלוקה און ביי יעדע אנדערע מחלוקה צווישן גדולי עולם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.

תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

אישתישבי האט געשריבן:שיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.

תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.

זעט אויס כהאב מיר נישט גענוג ארויסגעברענגט.
נישט קיין חילוק צי ר' דוד אפנהיים האט נאך געלעבט דעמאלטס, געט עס נאך אלס א שיין פארוואס דער ליפמן כהן איז געווען אנגעווייטאגט אויף ר' יונתן. נאך מער ר' דוד אופנהיים איז נאר געווען אן איידעם ביי אים א קורצע תקופה, ביז זיין רעביצן איז געשטארבן. מיט דעם אלעמעם קען מען זאגן אז ליפמן כהן איז געוארן אנגעווייטאגט אויפן ר' יונתן, וויבאלד סוף כל סוף האט ער געהאט א געפיל פאר זיין געוועזנעם איידעם.
בדרך אגב, איך וויל צולייגן בילדער צו מיין ארטיקל (נישט פון די נעט נאר פון מיין קאמפיוטער,) אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. קען מיר איינער העלפן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כרם זית האט געשריבן:בדרך אגב, איך וויל צולייגן בילדער צו מיין ארטיקל (נישט פון די נעט נאר פון מיין קאמפיוטער,) אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. קען מיר איינער העלפן?

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=3608#p3608
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

יישר כח ריכיטיג פארן ארויסהעלפן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

כרם זית האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:שיינע פשט'ל, אבער שטימט נישט מיט די יארן.

תצ"ז איז ר' דוד אפנהיים אוועק, און ר' ר' יונתן איז געקומען צו אלטונא תק"י און דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה וועגן די קמיעות.

זעט אויס כהאב מיר נישט געאנוג ארויסגעברענגט.
נישט קיין חילוק צי ר' דוד אפנהיים האט נאך געלעבט דעמאלטס, געט עס נאך אלס א שיין פארוואס דער ליפמן כהן איז געווען אנגעווייטאגט אויף ר' יונתן. נאך מער ר' דוד אופנהיים איז נאר געווען אן איידעם ביי אים א קורצע תקופה, ביז זיין רעביצן איז געשטארבן. מיט דעם אלעמעם קען מען זאגן אז ליפמן כהן איז געוארן אנגעווייטאגט אויפן ר' יונתן, וויבאלד סוף כל סוף האט ער געהאט א געפיל פאר זיין געוועזנעם איידעם.
בדרך אגב, איך וויל צולייגן בילדער צו מיין ארטיקל (נישט פון די נעט נאר פון מיין קאמפיוטער,) אבער איך ווייס נישט ווי אזוי. קען מיר איינער העלפן?

עס דארף אביסעל מער ארבעט, דער ספר תפארת צבי ווען איז עס געדרוקט?
איך זעה אז רד"א האט חתונה געהאט אין תמ"א מיט זיין טאכטער, איז פשט אז ער איז געווען היבש עלטער פין יעב"ץ, און ער רופט אים ידידי, נישט געפערלעך אבער דאך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

אישתישבי האט געשריבן:

די ספר תפארת צבי איז געדרוקט געווארן בשנת למען תהיה לבני ישראל לתפארת צבי.אין אנדערע ווערטער בשנת תקט''ו - 1755.
אין בנוגע דיין אנדערע שאלה האב איך נישט פארשטאנען ווער ריפט וועם ידידי, זיי דיך מער מסביר.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

סא פרעג איך אייך, קען דען זיין אז דער זעלבער מענטש וואס זיין טאכטער האט חתונה געהאט תמ"א, האט נאך תקט"ו געשריבען א בריוו צו דער יעב"ץ? עס קען זיין, עס קומט אויס ער איז געוועהן פינף און ניינציג בערך. אין יענע צייטן א פינף און ניינציגער יעריגער איד זאל שרייבן בריוו, וואלט מען געהערט אז ליפמאן כהן פין הנובר האט מאריך ימים געוועהן גאר לאנג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

שליחה דורך כרם זית »

אישתישבי האט געשריבן:סא פרעג איך אייך, קען דען זיין אז דער זעלבער מענטש וואס זיין טאכטער האט חתונה געהאט תמ"א, האט נאך תקט"ו געשריבען א בריוו צו דער יעב"ץ? עס קען זיין, עס קומט אויס ער איז געוועהן פינף און ניינציג בערך. אין יענע צייטן א פינף און ניינציגער יעריגער איד זאל שרייבן בריוו, וואלט מען געהערט אז ליפמאן כהן פין הנובר האט מאריך ימים געוועהן גאר לאנג.

לכאורה ביזטו גערעכט בפרט אז ליפמן כהן שרייבט זיך אונטער אלס ''תלמידו'', איז משמע אז ער איז געווען יונגער פונעם יעב''ץ (הגם דאס אליין וואלט מען נאך געקענט פארענטפערן). איך וועל בעזרת ה' מעיין זיין מער בספר ''שמוש'' (עס איז אן אלטע דרוק ממילא דארף איך האבן די נערווען דערפאר,) און דא מעלדן אויב איך האב עפעס נייעס בענין זה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

דער פולמוס איבער די מצבה

שליחה דורך זוכער »

שניאור ז. ליימאנס באשרייבונג איבער די מציבה פון הרבנית עלקלי אייבשיץ - אשת רבי יונתן - איז מבהיל הרעיון.

אינטרעסאנט אז קיינער האט עס נישט נישט צוגעברענגט. אין מיינע אויגן ווארפט די מצבה א ליכט אויף די גאנצע פרשה.

מ׳האט געמאכט א פאבריקאציע אז די מצבה איז אויסגעשטעלט אויף די אקראסטיק פון שבתי צבי!
ווען יעדער האט געקענט זעהן אז לא דובים ולא יער!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

מצבה

8FFB3A41-A669-4F3B-97D0-F2C6891B7C4B.jpeg

דע פיקטשע פון די מצבה

berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז זייער שווער, אויב נישט אוממעגליך פאר אונז אנשים פשוטים מכריע צו זיין ווער פון די צוויי גדולי ישראל זענען גערעכט. דעם חלק פון די אמת'דיגקייט פון ר' יהונתן אייבשיץ'ס אנעהנגיגקייט אין שבתי צבי איז נאכנישט גענוג אויסגעפארשט געווארן. דער אנדערע חלק פון ר' יעקב עמדין'ס מחלוקה אויף איהם איז יא ברייט באריכטעט געווארן. נאר ווי ס'זעהט אויס האט ר' יעקב עמדין א סאך מאל איבערגעטריבן אין זיין גרויס קנאות. ער האט געזעהן און אריינגעטייטשט זאכן וועלכע זענען בכלל נישט געווען.

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז טראץ ר' יעקב עמדין'ס באהויפטונג אז דער ספר הזוהר, אזוי ווי פרעזענטירט דורך משה די-ליאון איז נישט אויטענטיש פון ר' שמעון בר יוחאי האט ער דאך אריינגעלייגט די תפילה בריך שמיה אין סידור. (וואס איז א זוהר פ' ויקהל). אויך. א תפילה לכוונת הטבילה במקוה מיט שמות עפ"י קבלה איז אויך פארהאן אין דעם עמדין סידור. נאר דאס איז שוין מעגליך אריינגעלייגט געווארן שפעטער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עס איז דא אסאך קבלה אין סידור. פין אים אליין. דער יעב"ץ האט געגלייבט אין קבלה הונדרעט פראצענט. ער האט געהאלטן אז זוהר איז אוטענטיש. נאר אז אסאך דערפין איז הוספות און איז געווארן אויסגעמישט מיט דער אריגינעלער ספר. איך געדענק נישט אז דער יעבץ זאל אמאהל האלטען אז דיליאון איז געוועהן אינוואלווד. איר מישט א קאשע.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
פארשפארט