חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

עס יעצט ארויפגעקומען א העציגע קאמפיין מיטן נאמען "הצלת הילדים", ראטעווען קינדער פון די הענט פון זייער טאטע וואס וויל זיי געבן ליבשאפט. איך וויל אביסל ארומרעדן איבער די נושא, לאו דוקא איבער די ספעציפישע קאמפיין, וויבאלד די נאטור פון אזעלכע קאמפיינען זענען ליידער אן אפטע ערשיינונג. איך שרייב דאס מדם לבבי, היות דער דאזיגער נושא איז קרוב ללבי.
במה דברים אמורים? א פאר פאלק האט חתונה, דאס איז מעשים בכל לילה, אונז - אלס א קאמיוניטי - טראסטן יעדער 17 יעריגער בחור און 18 יעריגער מיידל צו לעבן צוזאמען און ברענגען קינדער אויף דעם וועלט, מיר מישן זיך נישט אריין אין זייער פריוואטן לעבן, און מיר לאזן זיי אויסשטעלן זייער פריוואטן לעבן לויט זייער אייגענע פאשטאנד.
מאכט זיך אמאל אז עס ארבעט זיך נישט אויס, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג - עס איז קיינמאל נישט קיין באטעמ'טע אדורכגאנג, בפרט אין א געזעלשאפט וואס אזא זאך ווערט זייער שלעכט געדזאדשזט און אראפגעקוקט. אויב עס איז דא קינדער, דארף מען אויסארבעטן א פלאן אז די קינדער זאלן קענען זעהן ביידע עלטערן. צומאל איז עס גרינג צו אויסארבעטן און צומאל דארף מען גיין אין קאורט, עס איז נישט קיין באטעמ'טע עקספיריענס פאר קיינעם, אבער ההכרח לא יגונה, פאמיליע געריכט איז געמאכט געווארן פאר קעיסעס וואס איז שווער אליינס צו אויסארבעטן.
דאס איז אלעס גוט ביז עס ווערט אריינגעמישט א זעלבסט געקרוינטער עסקן, און געווענליך פון די סארטן עשקנים וואס זענען ספעציעל פארנומען נאר מיט אזעלכע קעיסעס, זיי וועלן נישט קומען צו הילף פאר פשוט'ע חסד פון פשוט'ע לאו-פראופייל נצרכים, די עשקנים קומען געווענליך אריין אין בילד ווי א מלאך המושיע, זיי קומען צו איינע פון די צדדים און נעמען איבער קאנטראל אויף יענעמ'ס מוח און געפיהלן (כידוע, איז עס זייער גרינג צו טוהן ווען א מענטש איז אין א שווערע זמן), זיי פאנגען אן צו מישן א טאפ, און פאבליצירן א פריוואטע פראבלעם.
ווער רעדט נאך ווען מ'קען אריינמישן דעם באשעפער אין בילד? דעמאלס וואקסן ארויף עסקנים ווי שוואמען נאך א רעגן, זה אמר בכה וזה אמר בכה. א קלייניגקייט? מ'דארף דאך ראטעווען קינדער פון די נעגל פון שמד! מ'גייט אריבער צו אפאר תמימות'דיגע רבנים מ'דרייט זיי אראפ דאס קאפ, און מ'קערט איבער א שטאט.
איך וויל מיטטיילן מיט אייך איין אזא סארט קעיס וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט, ווי עסקנים האבן זיך אריינגעמישט אין א פארפאלק'ס לעבן, ווען דער יונגערמאן האט ביי די צוואנציג געטוישט זיין אכצן-יעריגע מיינונג און דאס פרוי האט עס שווער אנגענומען. נאך בעפאר עס איז געווען א טשאנס צו זיך צוזאמרעדן ווי נארמאלע מענטשן האבן די אזעלכע כלל-טוהער זיכער געמאכט אז די חבילה זאל נפרד ווערן, און דערנאך אנגעפאנגען א שמוציגע מערכה קעגן דער יונגערמאן. ארומגעלאפן צו יעדן איינעם וואס איז געווען אינטרעסירט צו אריינקריכן אין א צווייטנ'ס אונטערוועש, (און ב"ה לא אלמן ישראל, כלל ישראל פארמאגט אסאך אזעלכע). אלעס מיטן בלויזן ציהל צו ראטעווען די קינדער פון זייער טאטנ'ס נעגל.
דער טאטע האט געוואלט באקומען צוטריט צו זיינע קינדער און ער איז געווארן בלאקירט דורך אזא אויבנדערמאנטער עשקן, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז ער וויל נישט האנדלען מיט איהם בטענת "לאו בעל דברים דידי את" (וויסנדיג אז ער איז די מקור פון דעם פראבלעם), אבער דער עשקן האט באוויזן צו איבערנעמען פול קאנטראל אויף די מאמע'ס מוח (דורך איהר געבן פאלשע האפענונג וכדומה), דער טאטע האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט נאר צו קאמיוניקירן דורך איהם. דער עסקן האט זיך געפריידט צו דעם געלעגנהייט, געשלעפט די צייט און אויסגענוצט געלט פון ביידע צדדים, האלטנדיג האסטעדזש צוויי עלטערן מיט זייערע קינדער.
דער טאטע האט פראבירט צו בייפעסן דעם עשקן, אבער ער האט איהם בלאקירט פון אלע זייטן. עס איז גאנץ שנעל נתברר געווארן, אז ער האט פשוט מורא אז אויב וועט ער ארויסגיין פון בילד וועט זיין ח"ו שלום, מ'וועט קענען אויסארבעטן א הסכם בדרך השלום רח"ל, און די גאנצע מערכה און הצלת השמד וועט גיין לטמיון. אזוי האט ער געצויגן צייט, צוזאמגענומען געלט פון תמימות'דיגע אידן, אוועקגעווארפן טויזנטער דאלארן ביי אבנארמאל טייערע לויער קאמפאניס וואס האבן גארנישט געקענט טוהן חוץ פון אינטימידעיטן דעם טאטן, בשעת די מאמע פון די קינדער האט זיך געמוטשעט צו ברענגען ברויט אין שטוב. לא עברו ימים מועטים און דער טאטע האט מצליח געווען צו בייפעסן די עסקנים, און זעלבסט-פארשטענדליך אז א נארמאלע הסכם איז אויסגעארבעט געווארן תיכף מיד בדרכי נועם ושלום.
אט די עשקנים, קומען געווענליך צו לויפן ביי היי-פראפייל קעיסעס, (וואס מער מענטשן רעדן פון די קעיס, אלס מער קרעדיט באקומען זיי), זייער אינטערעסע איז צו שלעפן צייט און שפענדן געלט. דאס איז פאר זיי א געווינס, ווייל וואס מער צייט די קעיס שלעפט זיך אלס מער כבוד המדומה באקומען זיי דערפאר, ביזדערווייל, אומשולדיגע קינדער ליידן אומזינסט ווען זיי קענען נישט זעהן זייער טאטע אדער מאמע. דאס הארץ בלוטיגט צו קוקן ווי אלע באטייליגטע אין די מערכה שפייען בלוט, אריינגערעכנט די צד וואס די עסקנים מיינען מ'כלומר'שט זייער טובה.
יעדער רעכטזיניגער טאטע אדער מאמע וויל דאס בעסטע פאר זייער קינד, און אפילו נאך די כעס און שלעכטע געפיהלן וואס מ’קען צומאל האבן קעגן דער אנדערע פארטנער, צום סוף וועגט איבער די טובה פון די קינדער, א נארמאלע מאמע וויל אז איהרע קינדער זאלן האבן א טאטע, און א נארמאלער טאטע וויל אז זיינע קינדער זאלן האבן א מאמע.
ווען די עסקנים מישן זיך אריין אין אזעלכע קעיס, איז זייער סטראטעגיע זייער נידריג און שמוציג. ווייל אויב האנדלט מען פון געזונטע עלטערן, איז נישטא כמעט קיין לעגאלע האפענונג צו צונעמען די רעכטן פון די עלטערן. סא וואס טוהט מען? זייער פשוט. מ'פראבירט צו איהם/איהר אויסמוטשען און מיהד מאכן. מ'נעמט צוזאם געלט פון נדיבי ישראל און מ'שפענדט עס אויס פאר לויערס נאר צו שלעפן צייט. וואס מער א טייערע פירמע - וועט עס האבן א שטערקערע פסיכאלאגישע עפעקט אויפן וויקטים.
צומאל ווען דער וויקטים קען שוין מער נישט, ער איז שוין דערשטיקט פסיכאלאגיש און פינאנציעל, וועט ער זיך בייגן און אויפגעבן אויף אלע אדער רוב פון זיינע רעכטן, אדער חתמנ'ען אויף אן אגרימענט וואס האט אונטערגעשטעלטע לעכער וואס וועט געבן שפעטער פלאץ פאר נאך מריבות און געלט-שפענדעריי. א געווינס פאר דער עשקן! ער וועט קענען צוזאמנעמען נאך געלט פון נדיבי ישראל פאר רשעות'דיגע צוועקן און דערמיט צולייגן נאך פוינטס צו זיין רעזומעי.
דאס איז די מטרה פון די יעצטיגע מערכה, די אלע געלט וואס ווערט געגעבן גייט ווערן אויסגענוצט פאר לויערס צו פארשלאגן שטרויענע אגרימענטס און שלעפן צייט אין קאורט, ווען אין די זעלבע צייט וועלן זיי פראבירן צו אויסלעשן יעדע ביסל האפענונג אין דעם וויקטים. דאס איז בכלל נישט קיין לעגאלע פראנט, ווייל עס איז כמעט נישטא וואס צו טוהן אויף די לעגאלע פראנט אין אזעלכע פשוט'ע קעיסעס. עס איז א פסיכאלאגישע מלחמה באגלייט מיט אלערליי סטראשונגען, ווען אלע מיטלען הייליגן דעם ציהל, אריינגערעכנט אויסנוצן אומשולדיגע קינדער און זיי אריינלייגן אין א קאנפליקט וואס זיי קענען נישט דערהייבן.
עס איז יעצט אזעלכע שווערע זמנים אין די וועלט, אזויפיל אידן קענען נוצן הילף, לאמיר מאכן זיכער אז די צדקות גייען צו די ריכטיגע מקומות, לאמיר העלפן סטאפן די אכזריות'דיגע טעראר און לאמיר ווייזן אונזערע סימנים פון רחמנים בני רחמנים, להציל עשוק מיד עושקו.
לסיום, איך וויל קלארשטעלן, איך נעם נישט קיין שום מיינונג און קיין צד, איך האלט נישט אז איינע פון די צדדים דארף אויפגעבן אויף זייערע רעכטן, און איך רעד נישט אריין אין פריוואטע געפעכטן. איך רעד נאר פון אזעלכע פעלער ווי עס איז נישט קיין פריוואטע פראבלעם נאר א כלל-פראבלעם. און מיין מיינונג איז, לאז דאס פארפאלק זיך אליינס אויסקומען, אויב האט מען זיי געקענט טראסטן צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט זייענדיג צוזאמען, קען מען זיי טראסטן זיך צו אויסקומען צווישן זיך, און אויב קענען זיי נישט, איז דא א קאורט סיסטעם.
אזוי אויך, איך רעד נישט פון עקסטרעמע קעיסעס, ווען איינע פון די עלטערן איז מסוכן פאר די קינדער, אין אזעלכע פעלער דארף מען נישט צוזאמנעמען קיין איינציגע פעני עס צו מסדר זיין, עס איז דא ב"ה א לעגאלע סיסטעם אין יעדע מאדערנע לאנד און עס זענען דא נארמאלע כללים ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
עס איז איבריג צו מגיב זיין נאך אזוינע קלארע דיבורים.
ענליכס צו דעם האב איך געשריבן אין מיין ערשטן אשכול דא אין שטיבל.
viewtopic.php?f=4&t=11849

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
אויב בשעת׳ן גאולה וועט זיין והשיב לב אבות על בנים, איז דאך בשעת׳ן חורבן לכאורה געווען אן ענין פון פארקערט. איז דעריבער קען מען זאגן אז אונז טרעפן מיר טאקע ווי ירמיה הנביא האט געזאגט אז בשעת׳ן חורבן זאל מען נכשל ווערן אין געבן ״צדקה״ למקומות שאינם מהוגנים, עיין בב״ק טז:, וואס טוהן ליידער פאר אזא סארט פעולה. 

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]די גאנצע סוגיא פון עסקנים איז א אפגעפרעגטע זאך פון אנהייב ביז צו די ענדע. פון עסקנים איז נאך קיין גוטס קיינמאל נישט ארויסגעקומען. דער בעסטע עסקן איז דער טעלאפאן בוך! איר דארפט מעדיצינישע ראט? גייט צו אייער דאקטאר! איר דארפט לעגאלע ראט גייט צו אן אדוואקאט! איר נויטיגט זיך אין פּסיכאָלאָגישע הילף? גייט צו א פּסיכאָלאָג! עס איז ראטזאם נישט צו נעמען קיין הילף פון עמיצען וואס מען קען נישט קלאגן אין געריכט פאר שאדן! מען דארף נוצן דעם אייגענעם ראציאנאל און אוועק שטיין מיילן ווייט פון עסקנים וואס אין אלגעמיין ווייסן זיי נישט וואס טיט זיך מיט זייער לעבן. זיי זענען בלויז דא צו שטילן זייער נייגער און צו נישטערן אין די קישקעס...
איך בין אמאל געווען פארמישט אין א אומאנגענעמנע סיטאציע. ס'האט זיך געהאנדלט אז א יונג מיידל איז ליידער פארגעוואלדיגט געווארן דורך א נאנטע משפחה-מידגליד, ס'זאל זיך נישט מאכן ביי קיינעם. איך האב מיך דאן פארבינדן מיט א געוויסע טיכטיגער עסקן פאר אינפארמאציע איבער א געשולטע טעראפיסט וואס איז באהאווענט זיך צו ספראווען מיט אזעלעכע האקעלע פעלער. יענער האט בלויז געוואלט הערן אלע איינצעלהייטן און די קלענסטע דעטאלן איבער די געשענעניש. ער האט נאכאנאנד ווידערהאלט אז מיר צו קענען העלפן מוז ער גענוי וויסן יעדע איינציגסטע דעטאל. איך האב מיך געהאלטן פעסט און ארגומענטירט אז ער דארף נישט אלעס וויסן. גיב מיר די אינפארמאציע איבער א טעראפיסט און דער טעראפיסט וועט דאס נעמען צו די נעקסטע שטאפל, האב איך מיך צו אים געבעטן. אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס... אז אן וויסן אלע איינצעלהייטן זעלבסטפארשטענדליך מיט די נעמען פון די פארמישטע.... קען ער מיר נישט העלפן...
נישט איז נישט! איך ארבייט נישט פאר די נייגעריג דעפארטמענט, און איך בין נישט דא צו שטילן קיינעמס נייגער! כ'האב גענומען א טעלעפאן בוך אן אנגעהויבן אליינס צו רופן טעראפיסטן. כ'האב זעלבסט נאכגעפארשט און געבעטן רעקאמאנדאציעס, ביז כ'האב ענדליך אנגעטראפן א גוטע טעראפיסט אין מענהעטטן. יעדער האט טאקע געבעטן די הויזן, כ'האב געשאפט דאס געלט, און דאס מיידל איז געגאנגן פאר הילף... און זי האט זיך ב''ה עטוואס אויסקורירט... לויט ווי איך ווייס האט זי שוין אפילו געהייראט אויך...
נאך ביז היינט מוסר'ט נאך מיר דער פארשאלטענער עסקן, אז כ'האב בלוט אויף מיינע הענט, ווייל כ'האב אים נישט געלאזט באהאנדלן די סיטואציע. און ער וויל נאך אלס וויסן די נעמען און די גענויע אנצעלהייטן... דער ים חזיר וואס ער איז... ב''ה אז כ'האב אים טיף טייער אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הגדול...
צום שלוס: דער שפע חיים פון צאנז האט אמאל געפרעגט, ווי אזוי איז דאס מעגליך, אז ווען אהרן האט געבעטן גאלד פון די אידן צו באשאפן דעם גאלדענעם קאלב, איז בלויז ארויסגעקומען אזא קליין קעלבל? האט איר אמאל אריינגעטראכט? מער ווי א האלב מיליאן מענטשן שענקן גאלד, און בלויז א קליין קעלבל קומט ארויס? א שטאט פון גאלד וואלט ווען געדארפט באשאפן ווערן. האט דער קליגער צדיק אויסגעפירט, נאר וואזשע דען? באשיינפערליך זענען עסקנים געווען פארמישט...[/justify]

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דיין לעצטע מימרא קומט פון הרב אלחנן וואסערמאן, וואס האט געזאגט "דער תירוץ ליגט ביי די עסקנים אין קעשענעס'. עס איז געדרוקט געווארען אין די נייע קובץ מאמרים ואגרות.
און דאס איז די מקור, מיט די נוסח פון ר' שמחה וואסערמאן זצ"ל

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
- האט שוין געלייקט: 256 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:עס איז איבריג צו מגיב זיין נאך אזוינע קלארע דיבורים.
ענליכס צו דעם האב איך געשריבן אין מיין ערשטן אשכול דא אין שטיבל.
viewtopic.php?f=4&t=11849
אומפארענדיגט
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
מ'דערציילט עס אויפ'ן פריערדיגע קלויזענבורגער רב.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין לעצטע מימרא קומט פון הרב אלחנן וואסערמאן, וואס האט געזאגט "דער תירוץ ליגט ביי די עסקנים אין קעשענעס'. עס איז געדרוקט געווארען אין די נייע קובץ מאמרים ואגרות.
און דאס איז די מקור, מיט די נוסח פון ר' שמחה וואסערמאן זצ"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
[tag]פארוואס?[/tag] שנעל פין דעם אשכול.
איך וויל פארשטיין די לאגיק פון אזא קאמפיין ווי אין לאנדאן, מיט דעם מהלך דארף מען פשוט גיין קידנעפן אלע קינדער וואס זענען געבוירן געווארן צו פרייע עלטערן, אדער צו נישט אזעלכע פרומע עלטערן וואס גייען צום כותל אדער וואס טרונקען קאקא קאלע, ווייל מיר זענען דאך אחראי אויף די קינדער זיי צו ראטעווען פון שמד ווי דאס צעטל זאגט קלאר עדות מיט באלד און אייטאליק אותיות.
אלא מאי, עס פארשטייט יעדער איינער אז א טאטע און א מאמע האבן אן עלעמענטארע רעכט אויף זייער קינד און ס'איז נישט אונזער אחריות צו מחנך זיין די קינדער? איי זיי ווערן אויפגעצויגן פריי אדער נישט אזוי פרום ווי דיר גלוסט, נו, דאס איז נישט דיין געשעפט, בהדי כבשא דרחמנא למה לך, דער אויבערשטער האט זיי געמאכט האבן קינדער און דאס איז זיין דאגה, ווען ער וויל ווען וואלט ער געקענט מאכן אז אלע נישט ערליכע עלטערן זענען קינדערלאז, אז ער טוט עס נישט איז פשט אז ער וויל עס נישט און פארוואס איז שוין נישט אין אונזער פעי גרעיד צו פארשטיין, דאס האט מיט זיינע הימלישע חשבונות פארוואס ס'איז אים גוט אזוי.
השתא דאתית להכי איז פארשטענדליך פאר יעדן יומען ביאינג וואס האט א מח בקדקדו אז ס'איז נישטא קיין שום מקום און אויף קיין שום פאל וואס דו האסט א רעכט צוצונעמען קינדער פון א טאטע אדער מאמע,\. און קידנעפינג ווערט נישט מותר אויף קיין שום פאל, איי דו ביזט באזארגט פאר'ן וואוילזיין פונעם קינד און האסט מורא אז טאמער זיי וועלן זען ווי דער טאטע גייט א 4 סלייס קאפל און קורצע ערמל וועט דאס קינד אפפארן, נו קענסט זאגן תהלים און מתפלל זיין פאר'ן קינד.

יוסלע שוכמאך דערמאנט אייך פון עפעס?
מ'האט געקערט וועלטן אים צו פארכאפן און צו אים האלטן פארכאפט! אזש די מוסד און די שב''כ זענען געווען געצווינגן זיך ספארעווען מיט די חרדישע קאנטעניסטן.
איין גוטע זאך איז דאן ארויסגעקומען פון די סמוטאכע, אז רבי עמרם בלוי ז''ל האט ענדליך געפונען די ליבע פון זיין הארץ און איר געהייראט אין פריידן, אין אויסטויש פאר איר העראאישע ראלע אין די העכסט-געוואגטע פארכאפונג.
מ'האט געקערט וועלטן אים צו פארכאפן און צו אים האלטן פארכאפט! אזש די מוסד און די שב''כ זענען געווען געצווינגן זיך ספארעווען מיט די חרדישע קאנטעניסטן.
איין גוטע זאך איז דאן ארויסגעקומען פון די סמוטאכע, אז רבי עמרם בלוי ז''ל האט ענדליך געפונען די ליבע פון זיין הארץ און איר געהייראט אין פריידן, אין אויסטויש פאר איר העראאישע ראלע אין די העכסט-געוואגטע פארכאפונג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
Re: חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
פרעגסט גוט, לאמיר ערקלערן מיין שטעלונג. (@כוכב האט עס זייער שיין ערקלערט).אישתישבי האט געשריבן:@פארוואס
איך וויל פארשטיין אביסל קלארער, זיי זאגן אז דער טאטע וויל נישט די קינדער זאלען זיין פרום, און די זאגסט;
א. אמת, אבער זיי האבן נישט צו זאגן קיין דעה.
ב. נישט אמת, זיי זאגן עס נאר כדי צו שאפען געלט.
לאמיר זאגן א פארפאלק מוטשעט זיך מיט שלום בית, דער מאן וויל אנהאלטן די מסורה פונקט ווי זיינע זיידעס אבער די פרוי וויל זיין ווייניגער טראדיציאנאל (אפגעזעהן ווי ווייט עס איז), זיי גייען צו הילף צו אויסארבעטן זייער מערידזש, היעלה על הדעת צו אריינמישן גאנץ כלל ישראל אין זייער בעדרום?
יעדער רעכטזיניגער מענטש פארשטייט אז דאס איז א פריוואטע ענין וואס מ'וועט זיי אליינס לאזן אויסארבעטן, ביז זיי וועלן קומען צו אן עמק השווה אדער מחליט זיין צו ענדיגן די מערידזש.
נאך וואס זיי זענען גע'גט איז גארנישט אנדערש, עס איז נישט קהל'ס עסק, זיי דארפן און קענען זיך אליינס אויסקומען.
די קאנסערנס פון צומישן די קינדער איז אן אנגענומענע ארגומענט אינעם אמעריקאנעם געריכט סיסטעם און אביסל אויך אינעם בריטישן. מ'דארף נישט קיין שום עסקן דערפאר, און אן עסקן קען נישט העלפן דערמיט.
אויב דער טאטע פיהלט ער וויל פראטעקטן זיינע קינדער פון איבעריגע קאנפיוזשן, קען ער גיין אין געריכט צו לייגן געוויסע רולס, אבער נישטא קיין שום סיבה צו באראבאווען די קינדער פון זייער מאמע דערפאר.
און ווי כוכב טענה'ט. דאס איז א סליפערי סלאופ, די מינוט וואס עס ווערט קהל'ס עסק, ווער איז מכריע ווען מ'דארף ראטעווען און ווען נישט? וויפיל לא-תעשה'ס דארף די מאמע עובר זיין אז עס זאל שוין בארעכטיגן? און וואס איז מיט א מנהג ישראל אדער א חומרא?
אליבא דאמת, קען מען אריינגיין מער אין דעם נושא פון *קאנפיוזן די קינדער*, אבער דאס איז נישט די נושא פון דעם אשכול.
איך האלט נישט אפ קיינעם פון גיין אין געריכט צו פראטעקטן זייערע קאנסערנס, מיין טענה איז אז עס האט גארנישט מיטן כלל, עס איז א פריוואטע נושא.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
Re: חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
איך האב גראדע געטראכט דערפון, איך געדענק נישט אויב מ'האט שוין אמאל דא געשמועסט דערפון, אבער עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו איבערגיין די דעטאלן.קאך_לעפל האט געשריבן:יוסלע שוכמאך דערמאנט אייך פון עפעס?
מ'האט געקערט וועלטן אים צו פארכאפן און צו אים האלטן פארכאפט! אזש די מוסד און די שב''כ זענען געווען געצווינגן זיך ספארעווען מיט די חרדישע קאנטעניסטן.
איין גוטע זאך איז דאן ארויסגעקומען פון די סמוטאכע, אז רבי עמרם בלוי ז''ל האט ענדליך געפונען די ליבע פון זיין הארץ און איר געהייראט אין פריידן, אין אויסטויש פאר איר העראאישע ראלע אין די העכסט-געוואגטע פארכאפונג.
ווי באקאנט, רוב חרדישע רבנים זענען געווען קעגן די מערכה.
למעשה, ווי דער סוף האט געוויזן, עס איז געווען א גרויסע דורכפאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
כוכב האט געשריבן:איך וויל פארשטיין די לאגיק פון אזא קאמפיין ווי אין לאנדאן, מיט דעם מהלך דארף מען פשוט גיין קידנעפן אלע קינדער וואס זענען געבוירן געווארן צו פרייע עלטערן, אדער צו נישט אזעלכע פרומע עלטערן וואס גייען נישט צום כותל אדער וואס טרונקען מים חיים, ווייל מיר זענען דאך אחראי אויף די קינדער זיי צו ראטעווען פון שמד ווי דאס צעטל זאגט קלאר עדות מיט באלד און אייטאליק אותיות. ווי אויך מענטשן וואס ס'איז מעגליך אז זיי וועלן דאווענען מנחה נאך די שקיעה, אדער גאר שיקן די קינדער צו מוסדות וואס לערנןן נישט קיין ענגליש, אדער לערנן בקיאות אנשטאטס בעיון, אדער זינגן א-ל אדון ביי שחרית יעדער שבת
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
הערליכע - הגם ביטער ווייטאגליכע - אשכול, ותשוח"ח לידידי היקר באלקים ואנשים רבי [tag]פארוואס?[/tag] שליט"א.
כ'וויל צולייגן עטליכע פונקטן צום נושא האשכול (געוויסע זאכן האט ער נישט אויסגעשמועסט גענוג קלאר און דערפאר האבן שפעטערדיגע חברה געהאט פראגעס):
1. די נושא פון חתונה האבן יונג איז א שטארקער פאקטאר ווען עס קומט צו "באשלוסן" וואס זיי מאכן. פונקט ווי אין די גוי'אישע גאס קען מען נישט הייראטן ביי די פופצן, ווייל א פופצן יעריגער יונג איז נאכנישט גענוג אנטוויקלט צו קענען מאכן אזעלכע וויכטיגע באשלוסן אין לעבן, אזוי אויך זענען דא געוויסע באשלוסן וואס אפילו אן אכצן יעריגס איז נאכנישט גענוג רייף דערצו.
אויב מיר ווייסן פון געוויסע שטאטן וואו עס איז פארבאטן צו פארקויפן אלקאהאל פאר מענטשן אונטער די 21 יאר, הגם ער קען שוין טעכניש פירן א קערידזש פון דריי קינדערלעך, דאן באדייט דאס אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "ביי-די-אכצן-יאר-איז-מען-גענוג-רייף-צו-מאכן-אלערליי-סארטן-באשלוסן-אין-לעבן".
אצינד דארפן מיר נאר צולייגן איין וויכטיגן פונקט: ליידער, בעוה"ר ובטפשותינו הרבים, איז אונזער עם הנבחר'דיג חרדישער פאלק געבענטשט געווארן מיט אן איבערפלוס פון קינדערישקייט. מיר האבן חתונה אן האבן די מינדסטע אנונג וויאזוי מ'לייזט א דאלער קומענדיגן חודש רענט (אין די צייט וואס יעדער אנשטענדיגער גוי לייגט אוועק א ים מיט געלט, פלוס זיין מסודר מיט א נארמאלע דזשאב, איידערן קלערן פון הייראטן. וכ"ש איידערן קלערן פון באשאפן א פיצל קינד), מיר האבן נישט קיין השגה וואס דאס איז גאט און צי ס'איז דא אזא זאך און וואס ער וויל פון אונז (נארמאלערהייט הייבט מען אן צו טראכטן דערפון אפאר יאר שפעטער, ווען מ'איז שוין סטאק מיט פיצלעך), און מיר טאנצן אריין אין באשאפן א קינד איידער מיר ווייסן בכלל צי מאן און ווייב האבן בכלל סיי וואספארא טיפע פארבינדונג צווישן זיך. אויב דאס איז אלעס נישט גענוג, איז א בחור [כלומר'שט] אפגעזונדערט פון אינטערנעט וכדו', און דערפאר קומט ער נישט אן צו געוואויר ווערן זאכן וואס זאלן אים טוישן זיין אלטמאדישער מיינונג אויף אידישקייט, און נאכן חתונה ווען ער לייענט און וויל טוישן - איז ער דאך שוין "סטאק".
היוצא מזה, אז מיר זענען באמאכט מיט א ווייב און קינדער ביי די 22, ווען דער רעגולערער יונגערמאן עפנט די אויגן און זוכט א טויש, קומט מען שרייען אויף אים אז ער האט חתונה געהאט ביי די 18 מיט אזא און אזא מיינונג, און ער זאל זיך יעצט שטיקן מיט זיינע נייע אויפגעקלערטע מיינונגען. דאס איז אן עוון בל יכופר, ווייל מ'האט אים דאן נאכנישט געגעבן די כלים אליינס צו מאכן עכטע באשלוסן, און ס'איז פונקט ווי מ'זאל חתונה מאכן א שיקסע ביי די צען אדער געבן אלקאהאל פאר א פערצן יעריגס.
2. היימישע אנ"ש האבן די זעלבע מאס רשעים און פארביסענע מענטשן ווי אין יעדן קולטור, מיר האבן נאר [שווארץ] מזל אז זייער רשעות געבן זיי ארויס מיט א פאלשער מעטה פון צדקות. זיי טוען אן א מאסקע אויפן געזיכט, פארגלייזן זיך די אויגן, פראווען הייליגער ווי דיר, און אצינד זענען זיי בארעכטיגט פאר יעדע סארט רשעות. און ווי ר' יאנקעלע פשעווארסקער האט געזאגט אויפן לשון השו"ע אז די וואס רעדן ביי דאווענען "וגוערים בו", אז דער באשעפער האט זיך שוין זיינע רשעים וואס זוכן אזעלכע "מצוות" ווי צו בא'שגצ'ן אנדערע.
ערגער פון דעם איז, אז אנדערש ווי דער אלגעמיינער רשע וואס ווייסט כאטש אז ער האט א גרעסערע מאס פארדארבנקייט ווי א צווייטן, איז אונזער היימישער רשע גענצליך מטומטם און אומבאוואוסט צו זיין אייגענעם גרוילהאפטן פערזענליכקייט. נישט נאר דאס, נאר ער קלאפט זיך זעלבסט אין רוקן קלערנדיג אז ער איז עוסק במצוות, אין די צייט וואס זיין רשעות שאקלט עולם ומלואו און מלאכים גיסן טרערן. ער קניפט זיך אין בעקל ביים נישט אריינלאזן א קינד אין מוסד, ווייל דאס קינד'ס מאמע גייט מיט א לענגערע שייטל ווי זיין ווייב'ס, און ער קושט זיך זעלבסט אין געזיכט ביים באוואשן א איד אין שול פארן ארויסנעמען א [געפילטערטע] סמארטפאן, ווייל ער האט לויאליינע נישט קיין ארבעט וואס בארעכטיגט אים זעלבסט צו פארמאגן א סמארטפאן.
די סארט מענטשן זענען נאכמער געפארפול ווי סתם א רשע, וויבאלד ער האט נישט קיין שאנס זיך צו קוקן אין שפיגל און אנערקענען זיין שלעכטס, און האפנטליך זיך טוישן. ער איז א דורכגעברענטער סאדיסט וואס איז איבערצייגט אז גאט זעלבסט שעפט און קוועלט נחת פון זיין זיך זעלבסט דערקלערן אלס גאטס פאליציאנט, און דערפאר איז נישטא קיין האפענונג פאר טויש אויפן האריזאנט.
פארוואס? רעדט פון געלדגייציגע עסקנים, צי פון כבוד שמעקערס אדער סתם אידן וואס ווילן שפירן מאכטפול, און צומאל איז עס א צוזאמשטעל פון עטליכע אורזאכן. אבער מ'דארף קלארשטעלן אז רוב פון זיי זענען בעיקר געבויט אויף מיין אנאליז, אז זיי זענען סתם פארדארבענע פארשוינען וואס האבן ליב צו צאפן בלוט, און מיט אן איינגעהילטן מאנטל פון רודפ'ן איינער וואס איז נישט אזוי פרו"ם (עם הר"ת הנודעים) ווי אים - שפירט ער פריי פון סיי וואספארא געוויסנביסן. האט דאך שוין אויף דעם ידידינו הבלתי נשכח אדנירם זצ"ל אפגעשריבן איינע פון זיינע שענסטע אשכולות: "רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker", עיי"ש ותמצא נחת.
היוצא לנו מזה, ווען איר זעט א מערכה "קעגן" סיי וועם, זייט וויסן אז על פי רוב באשטייט עס פון מושחתים מיט זיטן וואס פארשעמען נישט די מערסט אויסגעשפיגענע באנדיטן פון יעדן קולטור, וואס ביי אונז באווייזן אנצושטעלן א פנים ווי אן איש ת"ם וואס שטויסט ווי א מועד. כ"ש ווען די מדובר איז שלום בית, וואס איז א פערזענליכער אנגעלעגענהייט בין איש לאשתו, וואס "יעדער" פון אונז ווייסט אז ווען עסקנים ריקן זיך אריין דערינען - ענדיגט זיך עס אייביג פאטאל.
3. ווי פארוואס? האט זעלבסט געשריבן אז ער קען אזעלכע טרויעריגע געשיכטעס, וויל איך אויך צולייגן אז גם שאול בנביאים ויהודה ועוד לקרא, אז איך קען אויך פערזענליך עטליכע אזעלכע סארט האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס, ווען עסקנים האבן זיך אריינגעשטעקט זייערע לאפעס פאר זייער אייגענעם צוועק, און געלאזט מאן און ווייב בלוטיגן - טראצדעם וואס זיי ביידע פאר זיך אליינס וואלטן קיינמאל נישט געוואלט פארזעצן אזא שמוציגע און זינלאזע מערכה.
צו מיין שאק - אדער אפשר נישט, האבן זיך צווישן די סארט געשיכטעס געציילט עטליכע וואס האבן אריינגענומען א.ג. חשוב'ע פערזענליכקייטן. כרגע ליגט מיר אין קאפ פיר קעיסעס פון פערזענליכע באקאנטע: איינער אן איידעם ביי א כלומר'שטע חשובער רב ודרשן, און א צווייטער אן איידעם ביי א גרויסע ליטוויש-געשטימטע ראש ישיבה וראש כולל, און א דריטער אן איידעם ביי א בארימטער עסקן וואס העלפט אידן בעת צר, און א פערטער אן איידעם ביי א בארימטער רב פון הונדערטער מתפללים, און א ראש ישיבה וראש הכולל.
האט איר געקלערט אז לכבוד דעם וועלן זיי זיך באציען אנדערש צו די שמוציגע גט ביי זייער טאכטער? אויב יא, זענט איר סופרייזינגלי גערעכט, אבל לאו מטעמיה. זיי האבן זיך באצויגן אנדערש נישט מרוב צדקות, נאר מיט די גרויזאמקייט און בארבארישקייט וויאזוי זיי האבן באשלאסן זיך אומצוגיין מיטן פרשה. פארטעמפט צו די געפילן פון א צווייטן איד, פארשלאסן צו הערן א זעקת עניים, און מיט א דיקטאטורישע פויסט האבן זיי פארשמאכטעט אלע ארום זיי צוליב זייערע קאפריזן. איינער האט באשלאסן אז דער יונגערמאן איז א מחלל שבת, דער צווייטער האט באשלאסן אז ער אביוזד זיינע קינדער, אן אנדערער האט געהאלטן אז מ'דארף אים צאלן א ריזן סומע געלט, און דער פערטער האט געהאט פראבלעמען מיט זיין איידעמ'ס פרומקייט.
וועלכע סארט עסקנים זענען געווען פארמישט? איר פארשטייט שוין אליינס, אויב נאר צוליב די ווערטער פון חז"ל אז לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב. מצא מין את מינו. דער רב מיטן עסקן, ביידע הייליג און פראסקענען מיטן מלקות-בייטש.
4. ידידי היקר החכם באנשים ר' [tag]כוכב[/tag] שליט"א האט דא ארויסגעברענגט א געוואלדיגער פונקט, וואס איך בין מודה אז ביזן היינטיגן טאג האב איך קיינמאל נישט געטראכט דערפון. אויב מיר האלטן נישט אז עס איז אונזער פליכט צו גנב'ענען פרייע קינדער פון זייערע עלטערן, צוליב די שרעקליכע "שמד" פראצעדור וואס זיי וועלן עווענטועל אדורכגיין, דאן פארוואס קלערן מיר אז עס איז יא אונזער פליכט דאס צו טון ווען איינער פון די עלטערן איז געווארן פריי? ווי ער דרוקט זיך אויס: בהדי כבשי דרחמנא למה לך. דאס איז אזא שטארקע פונקט, אז מ'דארף דאס ווען הענגען אויפן בילבאורד למען ישמעו ויבינו ולא יזידון עוד.
איך וויל נאר צולייגן נאך איין פונקט. רוב פון אונז האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין פאמיליעס וואס זייער שטוב פארט אויף רעדער, און די קינדער גייען בלי שום ספק כלל אויסוואקסן נעבעכ'ס, ארויסגעפאלענע, מלא פראבלעמען, און די קומענדיגע דור פון "הצילו" קאמפיינען. צומאל דערוויסן מיר זיך פון אביוסיוו שטיבער, צי פארנאכלעסיגטע און דיס-פאנקשינעל שטיבער, צי ענליכעס, וואס אין די גוי'שע גאס וואלט מען שוין לאאאאאאנג גערופן די שטאטישע אינסטאנצן זיך אפצוגעבן מיטן קעיס. מיר האבן דעם (אומריכטיגן און אפילו היבש פארדארבענעם) מענטאליטעט אז מ'טאר קיינמאל נישט לאזן "די שטאט" איבערנעמען קאנטראל פון אזא פרשה, אבער מיר האבן אויך נישט די יכולת זיך אליינס אפצוגעבן דערמיט, און דערפאר שווייגט מען און מ'קרעכצט אונטער צו זייער ביטערן שיקזאל.
וואו ווערט מען יא אויפגעהייטערט און מ'נעמט זיך יא "ארויסהעלפן" א צובראכענע משפחה? אויב איינער פון די קאפל ציט אביסל לינקס, לפחות לינקער פונעם ספאוס, דאן ווערן מיר אלע איינגעשפאנט און מ'הייבט אן צו "ראטעווען נפשות", דורכן צושמעטערן און טרעטן אויף א מענטש מיט געפילן, רצונות און האפענונגען, וואס איז ב"ה יא סטאביל, אבער דא קען מען פארדעקן די רשעות - און אפילו די פאסיווע רשעות פון נישט ארויסהעלפן ווען דו זעסט א דיספאנקשענד שטוב גייט אונטער - מיטן מוסיף זיין רשעה על רשעתו, און פייניגן איינעם ווייל כ'בין יעצט גאטס פאליציאנט.
אמת, מענטשן מיינען נישט קיין שלעכטס, אבער מ'דארף שטענדיג געדענקן אז דאס וואס מיר זעען ביים פארדארבענעם עסקן מיט א פארגרעסערונג גלאז, ליגט אייגנטליך באהאלטן ביי יעדן איינעם תוך תוכו, און צומאל קומט אביסל ארויף צום אויבערפלאך, און ער כאפט פשוט נישט. בבחינת דברי הבעש"ט אז א חסרון וואס מ'זעט ביי יענעם איז א סימן אויף זיך, וואס די כוונה איז אז יבוא ויקח מוסר לנפשו וואו ס'ליגט באהאלטן ביי אים. אצינד, ווען איינער ווערט ווארעם ארויסצוהעלפן ביי אזא פרשה, דארף ער איבערטראכטן הונדערט מאל צי ליגט דא נישט די זעלבע געפיל וואס עס ליגט ביים מנהל המוסד וואס טראסקעט ארויס א קינד ווייל זיין קאפל איז נישט גענוג גרויס, אדער ווייל זיין מאמע'ס שייטל איז יא צו גרויס.
ריכטיג, מיר זענען נישט רשעים און מיר זוכן נישט צו טון שלעכטס, אבער מ'דארף כסדר זיכער מאכן אז מיר זענען אויפן ריכטיגן טרעק און נישט א באהאלטענע וועג וויאזוי צו מקיים זיין מצות "וגוערים בו" ווען בסך הכל זוכן מיר איינעם אנצושרייען.
א דאנק פארן אויסהערן אביסל ברומערייען פונעם לייב.

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 5:49 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
חסידים הראשונים ווער ביסטו...
חסידים הראשונים... יעדער איז פארנומען מיט דעם חסידים הראשונים, און מ'געבט שוואך אראפ א דעטאלירטן פיגור, וואס כזה ראה ועשה! כאילו אין חסידים הראשונים זענען נכלל אלץ און אלעמען וואס זענען שוין איינגעהילט אין וואלקענעס.
אבער יעך האב דווקא יא גענומען די צייט צו שטודירן דעם טערמין 'חסידים הראשונים', און עס צעלייגט אויף טעלערלעך – ביי מיר אין מחשבה, און אצינד אויף פאפיר.
ס'דארף צו הייסן אז אמאל אינדערהיים איז געווען א העכערע וועלט, עפעס וואס מיר גרייכן נישט זייער גדלות אפילו מיט טאטש! און ס'דערמאנט זיך מיר דאס ווערטל; אז אמעראצעם און רשעים האבן נישט איבערגעלאזט קיין דורות... והא ראיה, אז וועסט קיינמאל נישט געפונען א מציבה ערגעץ וואו, וואס זאל צייגן אז דארט ליגט דער עם-הארץ פון פולין, אייניקל פונעם באקאנטן מסור פון ליטא, צו, בן אחר בן פונעם אויסגערופענער ליידיגייער פון סלאוואקיע... מוז זיין אז נאר צדיקים וחסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעלאזט נאך זעך דורי דורות.
עפעס די אלע שייגעץ שטיק וואס מ'וויל נישט פארציילן – פון אמאל, איז געווען דורך יענע אמעראצים וואס האבן געקריגן כרת וערירי... און ס'נישטא היינט קיין אפשטאם כאטש פון א שטיף טאכטער, גארנישט.
אלא מאי אז איך ווייס דאך יא נעמען און יענעמס אייניקלעך אויך... הייסט עס אז עפעס שטימט נישט דא.
יעדער האט צו פארציילן פון זייערע אבות און אלטע היים פיגורן; ס'געווען די בעלזע און ראדאמסקע יושבים, די גערע קעפ און לובלינע עילוים, קעשעניווער בעלי תלמוד, די פרעשבורגע תלמידים און חברים, די בראדע חכמים און קלויזניק'ער און ליטווישע גדולים. און דאס איז אלץ גערעדט בלויז אין אייראפע, ווי עפעס דארט זענען עס געווען די חסידים הראשונים... לויטער וואוילע נשמות, ומום אין בם, נישט קיין שמץ ופסול פאר קיין פארדאכט חלילה.
אויך דעם גאון פון ווילנע האט מען גערופן 'חסיד', אזוי די פרושים למיניהם אלעס וותיק וחסיד, אוודאי די כת החסידים ספעציעל די ראשונים – ערשטע, און ס'בלייבט נישט איבער קיין ארט פאר'ן עם הארץ נאר אינעם פארגעסעניש אפגרונד.
איז וואס איז מיט די אלע שפיצלעך און שטיקלעך וואס מ'האט זיך גע'אמפערט צווישן קהילות און הויפן, זענען אלעס געווען בלויז די אפפאל? די ארויסגעפאלענע? און די מזרח יודען – יענע פונעם אויבערשטן פונעם שטייסל, זיי זענען געווען כולו לבן???
כ'מיין אז נישט... כ'ווייס אז נישט... אלא מאי דארף מען לערנען פשט אינעם חסידים הראשונים, אויף א גאר פרטות'דיגע טייטל, און צייגן זייער קלאר, דאס יא דאס נישט, ער יא ער נישט...
ס'געווען הריגות צווישן גער און אלכסאנדער, וואו ס'געפאלן בלוטיגע קרבנות, און מ'הערט נישט דערמאנט אז ס'האט עס אנגעדרייעט איינער פון די יושבי קרנות.
ס'געגאנגן א שטעכעריי – מיט'ן איינציגער מאראסטיגער גאפל וואס האט זיך אפגעפונען אין בעלז, און מ'האט למען השם געציפט און געריסן, געטראסקעט און מסדר געווען... ווער זענען עס געווען, נישט די חסידים הראשונים? נאר ווער? די גרינע קאסקעטן? די שווארצע שווענץ? ווער?...
ס'פארציילט זיך אזוי זיס פונעם יעמערינגער ישיבה, און טעגלאשער טעג עסן, און עיקר חסר מן הספר, די אלע אגדתא'ס וואס זיידי באבי בייסן די ליפן מיט פארבאטענע געלעכטער, און מאכן מיט'ן האנט א ביטול באוועגונג; נו שוין... נישט קיין נאפקעמינע... אקיצער ווייטער... נישט צום רעדן דערפון... איז דאס אויך געווען בלויז יענע? נישט די חסידים הראשונים? ווער איז ווער? וואס איז ער?
ווען מ'האט געווארפן פאשקעווילן און חרמים, פון ווילנע קיין מעזריטש, זענען עס אויך געווען יענע וואס האבן נישט געקענט קיין הלכות לשון הרע? די ריקנים שבך?? אדער גאר די גרעיסע... די סמעטענע... די אויסגעהאלטענע... דעם אייבירשטנס פאליציי... אפשר נישט! אפשר איז עס געקומען פונעם ארעמער וואסער שעפער...
כ'וויל פרטים דא... איז חסידים הראשונים די לומדים, צו די תמימים? די ברייטע קעפ, צו די שמאלע קעפ? די תורה יודען צו די עבודה יודען... און ווי יענער האט פארשריגן איינעם אלץ כופר בעיקר, זאגט דער צווייטער צוריק; ווענדט זיך עס נאר וואס איז ביי אייך דאס עיקר...
אז מ'האט אין בעלץ זעך געפיערט צו ברענען שפענדלען מיט'ן נעגל שניידן, האט מען געבראכן שפענדלען פונעם אייגענעם היים מעבל, צו דעמאלטס איז די קלויז טישל געווען דיין שעיר לעזאזל...
ווען טון א צדקה איז געווען די קאסע פון די לומדים, יענע וואס שלאפן אויף די בענק און בייסן הערינג מיט תוספות, זענען זיי די חסידים הראשונים? אדער די ל''ו-ניקס וואס ווארפן האלץ פאר ארעמע פארפרוירענע נשמות...
ווען כ'קוק מיך צו היינט, אין יעדע קלויז און אין יעדע קהילה, דארף איך נישט קיין גרויסע מר בר רב אשי מיר פושט זיין דעם היסטארישער פראגע, ווייל איך זע גענוי וואס כ'האב זיך געענטפערט אין אנהייב. מ'דארף צונעמען יעדעס פיגור אויף טעלערלעך, און די חסידים הראשונים זענען גאר אנדערש געפארעמט און גערעכענט ווי דאס וואס די עולם גולם שטעמפלט אפ.
יענע וואס דו מיינסט ער איז פון די יסודי עולם, ער איז גאר א צעלייגער וואס זייגט פרישע יונגע בלוט פאר זיין טעגליכע פארציע, און זעט נאר יענעמס פלעקן.
דאקעגן, דער וואס איז ביי דיר א שתי פנים, ווייל ווי די שעפסעלע מיט'ן גע'גנב'טע שטרוי האטסטו עהם געכאפט מיט א עבירה'לע וואס איז בכלל נישט דיין עסק, אבער אין דיינע גראב-געפרעסענע אויגן איז ער א פאפער און גונב דעת הבריות, פונקט ער איז גאר אינעם כלל פון חסידים הראשונים, וואס כל העולם ניזון בשבילו, און עהם איז גענוג א טעלער קאשע משבת לשבת.
יעצט לאמיר ווידער הערן דעם טיטול; חסידים הראשונים... אנשי מעשה וזקנים... ס'צייט אוועקנעמען דעם מייקריפאן און טייטלען, גנבים הראשונים, אנשי מעשה'לעך... וזקני שרצים. דאס אמת'ע טיטול לאזט איבער פאר יענע וואס קלערן נישט דערפון.

[tag]פייסיס[/tag] דו פארדרייסט סתם דעם אשכול און דו רעדטסט שלא מן הענין און איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביזט [tag]שקד[/tag] על דלתי ק'"ש און דו עסט אפעטיטליכע [tag]קוקי[/tag]ס ווי אן ערליכער @ישראל וואס גייט בלויז מיט @גלויבער רעקלעך און דו האסט לחם @משנה יעדן שבת און דו קומסט צוריק איינמאל און נאכאמאל מיט נייע ניקים וואס טונקען איין [tag]כרפס[/tag] אין זאלץ וואסער בלויז צו ווערן אויסגעשפארט ביז א וואך אדער ווייניגער, וכמאמר החכם איז א שוטה איינער וואס טוט די זעלבע זאך איינמאל און נאכאמאל און האפט פאר אן אנדערן אויסקום.
אין אנדערע נייעס, דער חזון איש האט באקומען סמיכה פון ר' אהרן גאלדמינצער צי נישט?

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
פייסיס האט געשריבן:חסידים הראשונים... יעדער איז פארנומען מיט דעם חסידים הראשונים, און מ'געבט שוואך אראפ א דעטאלירטן פיגור, וואס כזה ראה ועשה! כאילו אין חסידים הראשונים זענען נכלל אלץ און אלעמען וואס זענען שוין איינגעהילט אין וואלקענעס.
אבער יעך האב דווקא יא גענומען די צייט צו שטודירן דעם טערמין 'חסידים הראשונים', און עס צעלייגט אויף טעלערלעך – ביי מיר אין מחשבה, און אצינד אויף פאפיר.
ס'דארף צו הייסן אז אמאל אינדערהיים איז געווען א העכערע וועלט, עפעס וואס מיר גרייכן נישט זייער גדלות אפילו מיט טאטש! און ס'דערמאנט זיך מיר דאס ווערטל; אז אמעראצעם און רשעים האבן נישט איבערגעלאזט קיין דורות... והא ראיה, אז וועסט קיינמאל נישט געפונען א מציבה ערגעץ וואו, וואס זאל צייגן אז דארט ליגט דער עם-הארץ פון פולין, אייניקל פונעם באקאנטן מסור פון ליטא, צו, בן אחר בן פונעם אויסגערופענער ליידיגייער פון סלאוואקיע... מוז זיין אז נאר צדיקים וחסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעלאזט נאך זעך דורי דורות.
עפעס די אלע שייגעץ שטיק וואס מ'וויל נישט פארציילן – פון אמאל, איז געווען דורך יענע אמעראצים וואס האבן געקריגן כרת וערירי... און ס'נישטא היינט קיין אפשטאם כאטש פון א שטיף טאכטער, גארנישט.
אלא מאי אז איך ווייס דאך יא נעמען און יענעמס אייניקלעך אויך... הייסט עס אז עפעס שטימט נישט דא.
יעדער האט צו פארציילן פון זייערע אבות און אלטע היים פיגורן; ס'געווען די בעלזע און ראדאמסקע יושבים, די גערע קעפ און לובלינע עילוים, קעשעניווער בעלי תלמוד, די פרעשבורגע תלמידים און חברים, די בראדע חכמים און קלויזניק'ער און ליטווישע גדולים. און דאס איז אלץ גערעדט בלויז אין אייראפע, ווי עפעס דארט זענען עס געווען די חסידים הראשונים... לויטער וואוילע נשמות, ומום אין בם, נישט קיין שמץ ופסול פאר קיין פארדאכט חלילה.
אויך דעם גאון פון ווילנע האט מען גערופן 'חסיד', אזוי די פרושים למיניהם אלעס וותיק וחסיד, אוודאי די כת החסידים ספעציעל די ראשונים – ערשטע, און ס'בלייבט נישט איבער קיין ארט פאר'ן עם הארץ נאר אינעם פארגעסעניש אפגרונד.
איז וואס איז מיט די אלע שפיצלעך און שטיקלעך וואס מ'האט זיך גע'אמפערט צווישן קהילות און הויפן, זענען אלעס געווען בלויז די אפפאל? די ארויסגעפאלענע? און די מזרח יודען – יענע פונעם אויבערשטן פונעם שטייסל, זיי זענען געווען כולו לבן???
כ'מיין אז נישט... כ'ווייס אז נישט... אלא מאי דארף מען לערנען פשט אינעם חסידים הראשונים, אויף א גאר פרטות'דיגע טייטל, און צייגן זייער קלאר, דאס יא דאס נישט, ער יא ער נישט...
ס'געווען הריגות צווישן גער און אלכסאנדער, וואו ס'געפאלן בלוטיגע קרבנות, און מ'הערט נישט דערמאנט אז ס'האט עס אנגעדרייעט איינער פון די יושבי קרנות.
ס'געגאנגן א שטעכעריי – מיט'ן איינציגער מאראסטיגער גאפל וואס האט זיך אפגעפונען אין בעלז, און מ'האט למען השם געציפט און געריסן, געטראסקעט און מסדר געווען... ווער זענען עס געווען, נישט די חסידים הראשונים? נאר ווער? די גרינע קאסקעטן? די שווארצע שווענץ? ווער?...
ס'פארציילט זיך אזוי זיס פונעם יעמערינגער ישיבה, און טעגלאשער טעג עסן, און עיקר חסר מן הספר, די אלע אגדתא'ס וואס זיידי באבי בייסן די ליפן מיט פארבאטענע געלעכטער, און מאכן מיט'ן האנט א ביטול באוועגונג; נו שוין... נישט קיין נאפקעמינע... אקיצער ווייטער... נישט צום רעדן דערפון... איז דאס אויך געווען בלויז יענע? נישט די חסידים הראשונים? ווער איז ווער? וואס איז ער?
ווען מ'האט געווארפן פאשקעווילן און חרמים, פון ווילנע קיין מעזריטש, זענען עס אויך געווען יענע וואס האבן נישט געקענט קיין הלכות לשון הרע? די ריקנים שבך?? אדער גאר די גרעיסע... די סמעטענע... די אויסגעהאלטענע... דעם אייבירשטנס פאליציי... אפשר נישט! אפשר איז עס געקומען פונעם ארעמער וואסער שעפער...
כ'וויל פרטים דא... איז חסידים הראשונים די לומדים, צו די תמימים? די ברייטע קעפ, צו די שמאלע קעפ? די תורה יודען צו די עבודה יודען... און ווי יענער האט פארשריגן איינעם אלץ כופר בעיקר, זאגט דער צווייטער צוריק; ווענדט זיך עס נאר וואס איז ביי אייך דאס עיקר...
אז מ'האט אין בעלץ זעך געפיערט צו ברענען שפענדלען מיט'ן נעגל שניידן, האט מען געבראכן שפענדלען פונעם אייגענעם היים מעבל, צו דעמאלטס איז די קלויז טישל געווען דיין שעיר לעזאזל...
ווען טון א צדקה איז געווען די קאסע פון די לומדים, יענע וואס שלאפן אויף די בענק און בייסן הערינג מיט תוספות, זענען זיי די חסידים הראשונים? אדער די ל''ו-ניקס וואס ווארפן האלץ פאר ארעמע פארפרוירענע נשמות...
ווען כ'קוק מיך צו היינט, אין יעדע קלויז און אין יעדע קהילה, דארף איך נישט קיין גרויסע מר בר רב אשי מיר פושט זיין דעם היסטארישער פראגע, ווייל איך זע גענוי וואס כ'האב זיך געענטפערט אין אנהייב. מ'דארף צונעמען יעדעס פיגור אויף טעלערלעך, און די חסידים הראשונים זענען גאר אנדערש געפארעמט און גערעכענט ווי דאס וואס די עולם גולם שטעמפלט אפ.
יענע וואס דו מיינסט ער איז פון די יסודי עולם, ער איז גאר א צעלייגער וואס זייגט פרישע יונגע בלוט פאר זיין טעגליכע פארציע, און זעט נאר יענעמס פלעקן.
דאקעגן, דער וואס איז ביי דיר א שתי פנים, ווייל ווי די שעפסעלע מיט'ן גע'גנב'טע שטרוי האטסטו עהם געכאפט מיט א עבירה'לע וואס איז בכלל נישט דיין עסק, אבער אין דיינע גראב-געפרעסענע אויגן איז ער א פאפער און גונב דעת הבריות, פונקט ער איז גאר אינעם כלל פון חסידים הראשונים, וואס כל העולם ניזון בשבילו, און עהם איז גענוג א טעלער קאשע משבת לשבת.
יעצט לאמיר ווידער הערן דעם טיטול; חסידים הראשונים... אנשי מעשה וזקנים... ס'צייט אוועקנעמען דעם מייקריפאן און טייטלען, גנבים הראשונים, אנשי מעשה'לעך... וזקני שרצים. דאס אמת'ע טיטול לאזט איבער פאר יענע וואס קלערן נישט דערפון.
שטארקע נקודה צו אנאליזירן, און איך האב אסאך צו פרעגן / צולייגן / אויסשמועסן אויף דעם, איך וואלט געראטן זאלסט עפענען א פרישע אשכול דערפאר......
אבער באמת א יישר כח, ס'האט תופס געווען מחשבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!
איך וויל צולייגן צום שמועס אז נישט אריינמישן עסקנים אין א מצב וואס עס האנדלט זיך מענטש צו מענטש איז זייער פשוט:
יעדע מענטש האט אינטערעסן און איז מושפע דערפון, איינער מער און איינער ווייניגער (מער באוויסטזיניג צו ווייניגער באוויסטזיניג), ממילא ווען צוויי מענטשן דארפן זיך אויסקומען זענען דא צוויי אינטערעסן וואס דארפן זען זיך דורך צוקומען, אבער מיט יעדע נאך מענטש - עסקן, משפחה, רב, פסיכאלאג - קומען אריין נאך אינטערעסן אינעם בילד און עס איז פילצאליגע מאל שווערער זיך אויסגלייכן מיט יעדעם.
אוואדי קען מען צומאל ניצן א מאדערעיטער וואס זאל אוועקשטעלן א טאן, אבער דאס איז שוין בדיעבד און צו דעם דארף מען זיין א גרויסע חכם מיט אסאך קוואליפיקאציעס.......
ווען מען רעדט פון א פאל וואס איז מענטש צו רעגירונג / מוסד / ביזנעס דאן קען העלפן אריינמישן אן עקספיריענסד אדער איינער מיט קאננעקשען'ס, פארשטייט זיך מיט שכל (און טראסט)......

- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
זייער שטארקע ווערטער @פארוואס?, אויך וואס כוכב און ארי נוהם האבן געשריבן.
איך אליין האב שוין אויך מיטגעהאלטן אזעלכע מעשיות, עס איז ממש אומגלויבלעך וואס מענטשן קענען טון. איך וויל נאר צולייגן אז ווען מען רעדט פון עסקנים קען מען נישט רעדן פון יעדעם די זעלבע, עס זענען דא אידן וואס העלפן מיט אן אמת (געווענליך זענען זיי די וואס מאכן נישט קיין גרויסע נויז). זיי ווייסן וואס זיי קענען און ווען עס פעלט אויס שיקן זיי ווייטער.