קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

הוצאת שכבת זרע איז נישט קיין שלעכטע זאך על פי תורה, קיום מצוות עונה איז א מצות עשה דאוריתא, די מושג אז קרי בלילה איז שלעכט איז אלס זרע לבטלה, וואס האט גארנישט מיט טומאה צו טוהן, נאר איז בלויז א מאראלישע פראבלעם.

די וועג וויאזוי חז"ל האבן געטראפן אז זרע לבטלה איז א פראבלעם על פי תורה, איז ווייל זיי האבן עס שוין פארדעם געהאלטן פאר א פראבלעם, און פילע פעלקער אפילו אזוינע וואס האבן קיינמאל נישט געהערט פון א תורה האלטן אויך אזוי.
איינער וואס האלט נישט אז זרע לבטלה איז א פראבלעם, וועט נישט טרעפן אין תורה א רמז כל שהוא אז די תורה האט עפעס דערקעגן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שמערל האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך האב א פראבלעם מיט פארן ווייל מיין תורה לאזט עס נישט.


ווי שטייט אין דיין תורה אז פאָרן איז נישט ערלויבט?

די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז נאר אויב מען גלייבט אין מאראל, דאס הייסט מען גלייבט אז עס זענען דא זאכן אויף דער וועלט וואס זענען ביסודו גוט אדער שלעכט, דאס איז וויאזוי חז"ל האבן געקענט ארויסלערנען פון ונשמרתם מכל דבר רע אז מ'טאר נישט טראכטן קיין מחשבת זנות. ווייל זיי האבן געגלייבט אין מאראל און געהאלטן אז הרהור טראכטן פון פרויען איז שלעכט, האבן זיי פארשטאנען אז ווען די תורה רעדט פון שלעכטס מיינט ער זאכן וואס זענען מאראליש שלעכט. אויב גלייבסטו נישט אין קיין מאראל, איז דאס אוממעגלעך צו וויסן אפילו מיט א גאט און א תורה, וויבאלד מען קען נישט וויסן אויב גאט וויל בכלל מאראלישקייט פון דיר, אפשר איז גאט נאר מקפיד אויף געוויסע חוקים און האט גארנישט מיט מאראל? אפשר רופט ער שלעכטס וואס דו מיינסט איז גוט?

עס איז אבער קלאר נישט אזוי, די גאנצע תורה איז אויסגעשטעלט צו רעדן פון מאראלישקייט וואס מענטשן פארשטייען פון זיך אליינס, די תורה נעמט אן מיט א פשטות אז מענטשן ווייסן וואס עס מיינט גוט און שלעכטס, קדושה און טומאה, ער דארף עס נישט מסביר זיין, ווייל מאראל איז עפעס וואס האט גארנישט מיט א תורה אדער רעליגיע, עס איז עפעס וואס אויב גלייבט מען דערין טוט מען עס אן א גאט, און אויב לייקענט מען דערין איז מען ערגער ווי א חיה אפילו אויב איז מען מקיים כל התורה כולו. (אין די ספרים ווערט עס אנגערופן א נבל ברשות התורה.)


@שמערל.

די תורה שבעל פה איז פונקט אזוי מסיני ווי די תורה שבכתב, און די חכמים האבן נישט געמאכט דרשות און פירושים אויף די תורה פשוט ווייל אזוי איז געווען די דעפיניציע צו יענע צייט אין די אלגעמיינע וועלט, אבסאלוטלי נישט! די חכמים האבן 'מקבל' געווען א פירוש אויף די תורה און ס'איז נתגלה געווארן אין געוויסע צייטן (דאס שרייבן די ראשונים, נישט קיין אייגענע השערה).

ביי אונז אידן ווערט נישט טוב און רע דעפינירט לויט ווי אזוי די אלגעמיינע וועלט באשלוסט, ביי אונז וועט געי מערידזש אלץ בלייבן געמיין (ביז אפשר אז מ'וועט אונז גוט פארטושען דעם מוח אז זיי זענען פשוט אזוי געבוירן, מיט די אלע אנדערע נאנ-סענס תירוצים, וואס די זעלבע פארטיידיגער זענען נישט גרייט צו נוצן אויף א פעדאפייל). ביי אונז ווערט עפעס טוב אדער רע לויט ווי אזוי די תורה האט אפגעמאכט, מציצה בפה איז א הייליגע מנהג, און גיין אנגעטוהן האלב נאקעט אויפן גאס איז א עקל.

דיין מורה דרך אויף מאראל שטייט אויף הינערנע פיס, 80 יאר צוריק זענען אינגן און מוידן געזעצן אפגעטיילט אין קלאס, א טיטשער האט נישט געטארט גיין מיט א קלייד קורצער פון די קני, און נישט געטארט רעדן הויעך צו מענער (האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט 'פרויען רעכטן', די פרויען זעלבסט האבן געוואלט און געשעצט אזא לעבנסשטייגער).
היינט ברויך מען שוין לאזן א קוקו וואס האט זיך דערקלערט פרוי, נוצן די פרויען בעסקיסע (איינער פארשטייט נאך פארוואס מ'דיסקרימינירט און מ'האלט אויף 2 עקסעטער בתי כבוד בכלל?)

מיין מורה דרך איז לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.

דא האב א צוויי בלאט וואס איך האב אמאל געטראפן אנליין וואס איז מבאר די מקור האיסור, אבער צו מאכן א שארטקאט, די איסור פון מביא לידי הרהור איז זיכער דא בלי שום פקפוק.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

שליחה דורך קל וחומר »

הרב יעקב מענטש,
וואס טוט זיך מיט די מצות יעוד?
לויטן היינטיגן סטאנדארט איז דאס ריין רעיפ און פארקויפן א זעקס יעריג טאכטער אלס שקלאף איז ריין טשיילד אביוס.
טוישט זיך די הלכה אדער נישט?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ענטפערסט מיר, איך טענה אז ווען די תורה זאגט ועשית הישר והטוב איז עס א ציווי צו טוהן דאס וואס מענטשן באטראכטן מאראליש אלס ישר און טוב, לויט דיר איז עס אוממעגליך צו פארלאנגען פון א מענטש, און די תורה רעדט פשוט נישט צו זאך.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שמערל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ענטפערסט מיר, איך טענה אז ווען די תורה זאגט ועשית הישר והטוב איז עס א ציווי צו טוהן דאס וואס מענטשן באטראכטן מאראליש אלס ישר און טוב, לויט דיר איז עס אוממעגליך צו פארלאנגען פון א מענטש, און די תורה רעדט פשוט נישט צו זאך.

@קל וחומר.

דו פרעגסט צו די תורה איז יעצט מסכים אז ס'איז נישט ריכטיג? אוודאי אז נישט!

אונז לעבן היינט אין א וועלט ווי אונז לעבן נישט אין א מצב אז יד ישראל על העליונה, אין אונז זעמיר אינטערגעווארפן אונטער די אומות העולם ודיניהם, אבער לאמיר זאגן אז משיח קומט יעצט, איז קיין ספק אז יעוד איז מותר און א מצוה, און באפרייען א עבד כנעני איז אסור.


@שמערל.

אונז האבן כמה וכמה הלכות וואס ליגט אין דעם כלל פון ועשית הישר והטוב, דהיינו, ס'איז נישט קיין עקסעטערע התחייבות וואס די תורה האט בפירוש ארויפגעלייגט ווי עסן מצה אדער אפי' טוהן חסד (אלץ ואהבת לריעך) אבער די תורה האט דאס אריינגעלייגט אין ועשית (איך מיין אז ביקור חולים באלאנגט דארט, נישט זיכער).

אבער לית מאן דפליג, אז לו יצוייר די גוים זאלן דערקלערן עסן מצה אלץ אומאראליש, אז די תורה האט נישט געהייסן 'נישט' עסן מצה צוליב ועשית הישר והטוב.

לשיטתך, האט די תורה געגעבן א מצוה פון ועשית הישר והטוב וואס דאס דארף איבערוועגן יעדע אנדערע מצוה אין די תורה, אז אלץ זאל זיך פיהרן לויט וויאזוי די אלגעמיינע גאס האט אפגעמאכט יענע ספעציפישע צייט, און אויב ס'שטימט נישט? אראפ מיט די מצוה, ריכטיג?

קאם אן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יעקב מענטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ייש''כ [tag]יעקב מענטש[/tag] פארן טוהן די ארבעט, נעמסט צו מיינע ווערטער פון מויל,

חכמים האבן נישט פארשטאנען וואס עס מיינט ונשמרת מכל דבר רע, נאר זיי האבן מקבל געווען מסיני וואס דער פסוק מיינט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

פרעג מיר נישט לשיטתי וואס איך פערזענלעך האלט, עס קומט נישט אריין דא, די נושא איז דא וואס די תורה האלט.
לויט דיר קומט אויס איז די ווארט טוב סתם א קאויד ווארט וואס מיינט נישט גארנישט, די תורה וואלט פונקט אזוי געקענט זאגן ועשית הקאוועפע והשמייסער, און הלכה למשה מסיני וואלט מגלה געווען וואס עס מיינט.
לדעתי איז עס לעכערליך, די תורה איז נישט קיין קאויד בוק, זי איז געגעבן געווארן א מענטשן זאלן איר קענען ליינען און פארשטיין, אוו ווען די תורה זאגט טוב מיינט זי גוטס וואס יעדער מענטש אויף דער פלאנעט ווייסט פון וואס מען רעדט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

תושבע"פ איז שוין מערערער מאל אויסגעמשועסט געווארען. דער תושב"כ איז געגעבען געווארען מיט א פירוש אויסעווענדיג. לכאורה די תכלית פון תושב"כ איז אז מ׳קען עס דרשנ׳ן אויף אנדערע וועגען אויך, אבער די הלכות זענען ערקלערט געווארען אויסעווייניג.

ביי ונשמרת מכל דבר רע דרשנ׳ן חז"ל א טוץ הלכות וואס מ׳דארף עקסטער נזהר זיין בשעת מלחמה, ביז דבר אפילו לשון הרע. נאר אויף הוצז"ל איז עס דאך א דבר הלמד מעניינו, די נעקסטע פסוק איז כי יהיה טהור מקרה לילה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

מ'מישט דא צוויי נושאים. דאס אז טוב און מאראל האבן אן ערך עצמי מצד עצמם מיינט נאך נישט אז ס'גענוג חשוב צו טוישן די תורה.
לעצם הענין איז עס א מחלוקת הפילוסופים צי טוב ווענדט זיך אין גאט'ס רצון צי עס האט א שטאנד פאר זיך. כמדומה איז דעת חכמי האיסלאם אז ס'ווענדט זיך אין וואס גאט וויל ודעת חכמי ישראל אז טוב וישר זענען זעלבסטשטענדיג.

אגב, דאס וואס טוב וישר ווערט כסדר אנדערש פארשטאנען לפי ההתפתחות פרעגט עס נישט אפ, גענוג אז דער עצם געדאנק אז ישר איז מחייב איז אומטוישבאר, יעדער וויאזוי ער פארשטייט עס.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

די נושא צו די תורה שטייט העכער מאראל איז סתם דא אריינגעווארפן געווארן דורך די וואס פארשטייען נישט וואס מען רעדט און קומט בכלל נישט דא אריין. מיין גאנצע טענה איז נאר אז די געדאנק אז טוב קען נישט עקזיסטירן אן א גאט איז א נארישע שיטה, ווייל דעמאלטס פארלירט טוב איר דעפיניציע, און אנשטאט גוטס מיינט זי גאט. א זאך וואס איז מופרך מאיליו. (אויב עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי טוב, מהיכי תיתי אז גאט איז טוב?)

איינמאל מיר קומען צו צום אמת אז מאראל איז א דבר עצמי, איז פארענטפערט יעקב מנטש'ס ערשטע קשיא וויאזוי קען מאראל עקזיסטירן אן רעליגיע, מאראל קען 'נאר' עקזיסטירן אן רעליגיע, רעליגיע איז עוקר מאראל און פארלאנגט צו טוהן זאכן וואס זענען אקעגן מאראל, למשל שעכטן א אייגן קינד.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

רעליגיע איז נישט קעגן מאראל, ס'קען גאר נישט זיין קעגן. ס'בויט זיך און איז זיך מתחייב מכח די מאראל שקדמה לו. וואס יא, רעליגיע לערנט אז מיר זענען באגרעניצט און מוזן זיך מכניע זיין פארן העכערן כח וואס איז דער שורש פון מאראל, וואס פארשטייט בעסער פון אונז ווען און וויאזוי צו זיין מאראליש.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

שליחה דורך עוקר הרים »

שמערל האט געשריבן:הוצאת שכבת זרע איז נישט קיין שלעכטע זאך על פי תורה, קיום מצוות עונה איז א מצות עשה דאוריתא, די מושג אז קרי בלילה איז שלעכט איז אלס זרע לבטלה, וואס האט גארנישט מיט טומאה צו טוהן, נאר איז בלויז א מאראלישע פראבלעם.

די וועג וויאזוי חז"ל האבן געטראפן אז זרע לבטלה איז א פראבלעם על פי תורה, איז ווייל זיי האבן עס שוין פארדעם געהאלטן פאר א פראבלעם, און פילע פעלקער אפילו אזוינע וואס האבן קיינמאל נישט געהערט פון א תורה האלטן אויך אזוי.
איינער וואס האלט נישט אז זרע לבטלה איז א פראבלעם, וועט נישט טרעפן אין תורה א רמז כל שהוא אז די תורה האט עפעס דערקעגן.
אויב האבען חז"ל נאר געמאכט דינים לפי וואס זיי האבען פארשטאנען איז מאראל און נישט מפי קבלה איז אויב היינט טוישט זיך די מאראל (מאראל איז א רעליטיוו זאך לפי הסביבה והמצב...) דארף איך שוין נישט פאלגען די דינים,
ניין?!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס עפעס?
אז חז"ל האבן געזאגט אז עס איז אסור לויט די תורה, איז עס אסור אפילו די מאראל טוישט זיך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

הוגה האט געשריבן:[justify]איך וויל מקדים זיין אז איך בין נישט מסכים מיט קיין איינער פון דיינע הנחות, וכמו שהקדימני חבריי לעיל. ואולי יש לך לעיין צו דיין אפשיי דערצו נעמט זיך נישט פון דעם וואס דו האסט פשוט נישט קיין געשמאק דערצו. יעדע שמויגער מיט זיינע תאוות. דער וואס געבט זיך ארויס מיט א בלאט גמרא איז נישט ווייניגער פארגרעבט ווי דער וואס גיבט זיך ארויס מיט א גראבע שטיק סטעיק.

.


.[/justify]


ס'טוישט אפשר אביסל די סאבדזעקט אבער דיינע נקידות דערמאנט מיר פון מיין אלטע קשיא פארוואס איז א ירא שמים א מדרגה ער האט פשוט מורא פונעם אייבערשטען און די אנדערע מענשט האט נישט מורא דעטס אלל!? יענער האט מער מורא פון א פאליציאנט
א רוז'ינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 28, 2020 6:05 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

מאוויס

שליחה דורך א רוז'ינער »

אין קוקן מאוויס איז דא צוויי חלקים
1) די ביטול זמן אין וואס מ'וואלט געקענט אזוי סאך אויפטוהן, איינקויפען אזוי סאך חכמה, זאגן תהילים, טוהן חסד. און אלס די טענה פון אויסליפטערן, איך וואלט געזאגט אז ס'איז מער ''עסקעיפט'' ווי אויסלטפטערן. דו ווילסט אנטלויפן פון דיין מצב, לויפט מען קיין מאווי וועלט. די פראבלעם איז אז ווען מקומט צוריק, טרעפט מען זיך צוריק צו סטעידש 1. און ס'קען צומאהל זיין פעינפא"ל. איז לכאורה ע"פ שכל איז דאס נישט קיין לעזונג צו סטרעס וכדו'. חו פון וואס רוב מאוויס מאכן דעם מענטש אהנגעצויגן בשעת ער וואטשט זיי.
2) דער ווערק וואס די (נישט חרדיש'ע) מאוויס שטעלן צו אין שנת 2000,- און אפילו בעפאר דעם, זענען אום-מאראל צו א פארנעם וואס מ'וואלט אפשר געקענט פאארגלייכען צום דור המבול.ניין, כ'וואלט געזאגט אז אומ-מאראל איז אן אונטערשפרעכונג ובגדול. BY FAR. סנעמט אראפ דעם מענטש צו נידעריגע פלעצער וואס שאדט דעם מענטש גייסטיש און אפשר אפילו פיזיש. איז אויב קוקסטו שוין יא א מאווי, דאן שטיי גאר ווייט פון די נישט- חרדישע.
דאס איז אלס מצד הסברה, ווען ס'עט קומען צום תורה'דיגע בליק. אוישששש. כוויל נישט אהנהייבן... וד"ל כי קצרתי.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמערל האט געשריבן: זי איז געגעבן געווארן א מענטשן זאלן איר קענען ליינען און פארשטיין, אוו ווען די תורה זאגט טוב מיינט זי גוטס וואס יעדער מענטש אויף דער פלאנעט ווייסט פון וואס מען רעדט.

ווייל דער וואס האט באשאפען די פלענעט האט געזען דערצו אז א "מענטש" זאל אינעטלי פארשטיין דער מושג פין "טוב" און דער מושג פין "רע"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעצטענס מערק איך אז מ'האט ארויפגעלייגט פארשידענע טי.ווי. שאוס און איך וויל דער ענין אויסשמועסען.

מיר זענען אלע אויפגעהאדעוועט אז טעלעוויזשען איז טרייף און מאוויס זענען גוייש, און די יונגערע דור האט אויך געהערט אז אינטרנט איז ביהרג ואל יעבור. אלזא, ווען מ'ווערט עלטער און מ'זעט איין אז דער אינטרנט איז גארנישט ביהרג ואל גארנישט, נאר א חלק פון לעבען, ווערט מען אביסל לייכטער אין אלע עניינים.
איך וויל אבער נישט רעדען פון די תורה שטאנדפונקט דוקא, נאר פון א מענטשליכע. אבער מענטשליך איז עס נאכאלס נישט.

נעם עס נישט פערזענליך דו קוקסט אויס צו זיין א קלוגער מענטש און א אנגעגעזעהנע ניק אבער פון די צווייטע זייט קומט דיין אשכול נאמען אריבער מיט א שטיקל bigotry צו די פרייע וועלט און איך בלעים דיר נישט, מ'האט מיך אויך פארקויפט די זעלבע און ענליכע נאנסענס. איך בין שטארק מחולק מיט דעם הנחה "קוקן מאוויס פאסט עס דען..." דאס איז pure אידישע mockery אויף א.ג. זינלאזע מגושם'דיגע עוה"ז. אין מיין מיינונג קומט דאס נאר פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט און כלל נישט פון קיין מענטשליכע, וואס לדעתי קומט נישט דא אריין. דו זאגסט עס אפילו אליין עטליכע שורות שפעטער:

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס קוקען מאוויס איז לדעתי א סתירה צום גאנצע [center]צלם אלקים[/center]

איז לאמיר עס צונעמען; א מענטש אין דורכשניט קען נישט לעבן פראדוקטיוו יעדע סעקונדע פון זיין לעבן, ערגעצוואו וועט ער עקספלאדירן. נישט קיין נפקא מינא ווי קלוג יענער איז. ס'איז אזוי ווי פרעגן א דאקטער אדער א פייערפייטער; זאג דו האסט דאך א כח צו ראטעווען מענטשן וואס ווייניג פארמאגן, פארוואס ביזטו נישט אין דינסט 24/7? יעדער פארשטייט ווי נאריש אזא פראגע איז. כ'מיין קיינער דא וויל נישט אז א פילאט זאל נאר דרייוון פליגערס יומם ולילה.

מ'מוז האבן א באלאנסירטע סדר היום, ארבעטן, דינען דעם אייבירשטען, עסן, ארומלאכן, רילעקסן, נעמען פויזעס, לערנען נייע זאכן, שפאצירן, אריינגיין, ארויסגיין, קאמיוניקירן מיט חברים אין א סאציאלע סביבה, אויסהערן די הארמאונס צעגערנישן מזמן לזמן, און יא צומאל קלאצן אויך! אז נישט ווערט מען צוקוועטשט און ס'פלאצט. ס'איז נישט קיין וואונדער אז רוב בחורים פירן זיך אויף ווי חיות, ווייל מ'גיט זיי נישט קיין שום ספארט ווי זיך אויסצוגעבן! פון די 13 ביז די 16 איז די לעבן כולו רוחניות... די fatigue און קאפוויי אין מיינע בחורישע יארן ביי א שווערע חזרה אן קיין שום stimulation צו די זייט וועל איך נישט פארגעסן אזוי שנעל, בפרט ווען מ'איז נישט פון דעם טייג געקנאטן צו זיצן איבער א גמרא 10 שעה א טאג.

צוריק צום ענין, ס'גייט טיפער ווי באלאנס; יעדע מענטש האט אין די מוח ארום 60 ניוראטרענסמיטערס וואס מ'ווייסט, און איינע פון זיי איז באקאנט אלס דאופעמין, וואס כ'גלייב מאנכע דא האבן שוין געהערט דערפון. יעצט ווען א מענטש טוט סיי וועלכע אקטיוויטעיט וואס געט פלעזשור, ווערט דאופעמין ריליסט, און דאס מאכט די מענטש ממש high כאילו ער נעמט א דראג אין א געוויסן זין וואס מאכט זיין ענערגיש און וואַך. צו זאל עס זיין דזשאגינג, שאפינג, געימינג, ספארטס, געמבלינג, ****, פארנאגראפיע, און אויך קוקן א געשמאקע מאווי. און אז די מוח פילט גוט שיקט עס א מעסעדזש פארן מענטש נישט אויפצוהערן דעם אקטיוויטעיט, און ס'מאכט אפילו א רעקארד ווען א מענטש טוט א געוויסע זאך וויאזוי ער פילט און ווען ס'פיקט אויף אז מ'טוט יעצט די זאך ווערט דאופעמין עודך אקטיוויזירט.. קומט אויס פון דעם אז א מענטש קען נישט בלויז נאכפאלגן זיין לאגישע דעת 24 שעה א טאג, אפילו מ'וויל נאר ער/זי מוז אויך טוהן זאכן לויט די ניוראטרענסמיטערס פארלאנגענישן. די זעלבע דאקטער וואס ראטעוועט מענטשן פון קענסער גייט אויך פאר א שעה'איגע מאסאדזש זיך אויסצוטשוכען די נערוון, און דער זעלבער פילאט שפילט אויך ווידיא געימס אין די ליידיגע צייט, איי דו ביזט דאך בעסער ווי דעם? נישט דא אזא זאך. ס'איז א need און ס'איז געזונט. און דאס וואס דו זאגסט אז מ'זאל זיך נאר באשעפטיגן מיט אינטעלעקט האט נישט קיין זין די מוח וועט עס נישט פארנעמען. מ'קען נישט אריינקעסטלן א מענטש. פאר א סיבה גייען וועטוראנען און ארעסטאנטן אויף אינטענס טעראפי ווען זיי קומען אהיים. און זיי האבן שוין יא טעלעוויזיע, און exercise equipment און אנדערע זאכן וואס האלט זיי פארנומען, ווייל ס'וואלט געווען שטערבליך אכזריות'דיג אוועקצורייסן די ביסל ברעין פלעזשור ווען די פיזישע קערפער איז שוין קאמפראמייזט אין אזעלכע אומשטענדן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פארשטייט זיך א מענטש האט אויך סעלף קאנטראל. אבער ווען מ'נישטערט אביסל אין פסיכילאגיע איז נישט שייך צו האלטן אז פילם און טיווי איז וויסטע צייט פארברענגעריי, אדער נישט קיין תכלית, ווען ס'איז פשוט עסן פאר די מוח! דאס מיינט נישט אז מ'קען זיך נישט באגיין אן דעם, אבער איינמאל מ'האט ארויס אביסל וויאזוי די מוח ארבעט איז דיין קשיא נישט קיין קשיא. מענטשן פארגעסן פונקט ווי מ'קען נישט געהעריג פונקציאנירן אן עסן, טרינקען, 7-8 שעה שלאף, ספעציפישע נוטרישנס, און עקסערסייז, די מוח איז פונקט אזא אינטעגראלע טייל פונעם גוף און האט אויך באדערפענישן.

און איך וועל אויך גיין אויפן זעלבן ליניע פון הגאון[tag]אבטולמוס[/tag] [tag]הוגה[/tag] [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] און [tag]מפוזרי[/tag] ס'איז נישט דא וואס צו רעדן ארום 50 פראצענט פון פילמען און טיווי שאוס זענען פיל מיט תוכן, און מוסר השכל'ס. אדרבה א דורכשניטליכע דיירעקטאר איז גאר א שטודירטע פערזענליכקייט פונקט ווי א גוטע שרייבער, וואס האט צאמגעליינט א וועלט און האט אסאך צו פארציילן. די נאושן אז וואטשן איז סתם אגעפיסטעוועט די צייט איז קיינמאל נישט גוט געזעצן מיט מיר. איך קען נישט ציילן וויפיל כ'האב מיך געלערנט איבער רילעשענשיפס, anatomy און מענטל העלט ועוד איך געדענק נישט יעצט אלעס נאר פון קוקן עפיסאוד נאך עפיסאוד. ס'איז אן ארט פארם! אויסער געווינען די אסקאר אווארד צילט דער דיירעקטאר דיר צו פארציילן עפעס, ער וויל עפעס קאמיוניקעיטן מיטן צוקוקער רובא דרובא. ס'איז ביי מיר קלאר אז די הנחה אז וואטשן טיווי שאוס איז א פאלנער צייט פארשווענדער איז שקר! יא, זעלבסט פארשטענדליך אז לפעמים איז עס נישט נאנט צו רעאליטעיט, אבער מיט דעם אלעם קען מען זיך פון די כאראקטערס און צענעס ארויסלערנען א געוואלד, בפרט היינטיגע צייטן איז פיל מער שכיח צו מאכן מעשיות ארום פאקטן וואס האבן זיך אפגעשפילט מער ווי אמאל, איך זעה א חילוק אין די גאר נייע זאכן ווי עפעס פון 10 יאר צוריק. בפרט אין די נושא פון מענטל העלט, א שאד כ'האב נישט געוויסט דערפון אפאר יאר פריער...

נעם מעדיטעיטשן. מענטשן שרייען חי וקיים אז ס'העלפט זיי אנגיין, ס'מאכט זיי פילן גוט, ס'לינדערט די פרעשור וואס די מוח טראגט, ס'פייט סטרעס און ענקזייעטי, אבער אויבנאויף קען עס אויך אנקוקן ווי א waste of time וואס? מ'אטעמט ארויס, מ'אטעמט אריין, מ'גולם'ט אויפן דאך. וואס איז דאס? יא, אז דו פארשטייסט נישט די מעקענעקיקס קען עס אויסקוקן ווי בטל'ן די צייט. און איך זאג נישט ס'ארבעט פאר יעדן איך געב דיר נאר א משל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
פארשפארט