"באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

"באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

שליחה דורך אנאנים »

קומענדיגע מעי 5 2020 קומט ארויס א ביך פון פראפעסער אילה פעדער מיטן נאמען HIDDEN HERETICS . דא איז די באשרייבונג פון די ביך

Hidden Heretics: Jewish Doubt in the Digital Age
Ayala Fader
A revealing look at Jewish men and women who secretly explore the outside world, in person and online, while remaining in their ultra-Orthodox religious communities


What would you do if you questioned your religious faith, but revealing that would cause you to lose your family and the only way of life you had ever known? Hidden Heretics tells the fascinating, often heart-wrenching stories of married ultra-Orthodox Jewish men and women in twenty-first-century New York who lead “double lives” in order to protect those they love. While they no longer believe that God gave the Torah to Jews at Mount Sinai, these hidden heretics continue to live in their families and religious communities, even as they surreptitiously break Jewish commandments and explore forbidden secular worlds in person and online. Drawing on five years of fieldwork with those living double lives and the rabbis, life coaches, and religious therapists who minister to, advise, and sometimes excommunicate them, Ayala Fader investigates religious doubt and social change in the digital age.

The internet, which some ultra-Orthodox rabbis call more threatening than the Holocaust, offers new possibilities for the age-old problem of religious uncertainty. Fader shows how digital media has become a lightning rod for contemporary struggles over authority and truth. She reveals the stresses and strains that hidden heretics experience, including the difficulties their choices pose for their wives, husbands, children, and, sometimes, lovers. In following those living double lives, who range from the religiously observant but open-minded on one end to atheists on the other, Fader delves into universal quandaries of faith and skepticism, the ways digital media can change us, and family frictions that arise when a person radically transforms who they are and what they believe.

In stories of conflicts between faith and self-fulfillment, Hidden Heretics explores the moral compromises and divided loyalties of individuals facing life-altering crossroads.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אנאנים »

דעקעל
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

ש׳כח @אנאנים פאַרן שעירן, כ׳זע ס׳איז שוין אוועילעבל פאר פּרי-ארדער אויף עמעזאן
Hidden Heretics: Jewish Doubt in the Digital Age (Princeton Studies in Culture and Technology)


באזירט אויף איר פריערדיגע בוך איז דא אויף וואס צו ווארטען, כ׳האף נאר אז דאס מאל וועט זי אונז געבן אביסל א לייכטערע ליין, נישט אזוי אקאדעמיש געשטימט.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון איעלע פעדער

שליחה דורך גראף »

עס דארף צו זיין אינטערסאנט פאר איינער וואס איז אין דער קאמיונעטי? אזא איינער וואס ביי זיך אין הארץ (קאפ) שפילט זיך א יעדען טאג אפ כמעט געדאנקען וואס זאגן עם, איז עס דען אלעס אמת? און תיכף נאך דעם איז מען זיך מחזק אז יא עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
וואס קען איך זען דארט - אז כ'בין נישט די איינציגסטע וואס טראכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

איעלע איז נישט קיין נאמען. די נאמען איז אילה.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

גראף האט געשריבן:עס דארף צו זיין אינטערסאנט פאר איינער וואס איז אין דער קאמיונעטי? אזא איינער וואס ביי זיך אין הארץ (קאפ) שפילט זיך א יעדען טאג אפ כמעט געדאנקען וואס זאגן עם, איז עס דען אלעס אמת? און תיכף נאך דעם איז מען זיך מחזק אז יא עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
וואס קען איך זען דארט - אז כ'בין נישט די איינציגסטע וואס טראכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אז מ'איזַנישט די איינציגסטע וואס טוהט (נישט)?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון איעלע פעדער

שליחה דורך גראף »

קורקלענד האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:עס דארף צו זיין אינטערסאנט פאר איינער וואס איז אין דער קאמיונעטי? אזא איינער וואס ביי זיך אין הארץ (קאפ) שפילט זיך א יעדען טאג אפ כמעט געדאנקען וואס זאגן עם, איז עס דען אלעס אמת? און תיכף נאך דעם איז מען זיך מחזק אז יא עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
וואס קען איך זען דארט - אז כ'בין נישט די איינציגסטע וואס טראכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אז מ'איזַנישט די איינציגסטע וואס טוהט (נישט)?
זיי מסביר

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אנאנים »

ביבער האט געשריבן:איעלע איז נישט קיין נאמען. די נאמען איז אילה.

געפיקסט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

While they no longer believe that God gave the Torah to Jews at Mount Sinai, these hidden heretics continue to live in their families and religious communities, even as they surreptitiously break Jewish commandments and explore forbidden secular worlds in person and online


איך שמעק שוין דא אז אירע יסודותַ זענען פין א אינדערויסענדיגע בליק, אדער אפילו א פאלשע בליק.
רובא דרובא אידן (אונזערע לכל הפחות - אנדערע ווייס איך נישט) קלערן נישט קיין צוויי סעקונדעס צו דער תורה קומט פין בארג סיני אדער נישט, און נישט דאס איז דער טערנונג פונקט, און נישט דאס איז מחייב אונזערע אנגעזונדערטע לייפסטייל.

איר צווייטער פונקט, אז מען גייט ארויס טועם זיין פין דער סעקולארע וועלט, טאמער זי רעדט פין גראבע עבירות, האט עס נישט מיט זיין א געצווינגענע איד, כמובן, טאמער זי רעדט פין סתם גיין זעהן בעיסבאל צו טעאטערס וכדומה, מיינט עס אויך נישט אז מען איז א געצווינגענע איד, מען קען עס טאקע נישט טוהן בגלוי, אבער מען ווערט נישט אויס איד.

די ריכטיגער אנוסים זענען אזעלכע וואס האבן צוויי פאקטארן, איינס, זיי ווילען האבן א חיים טובים פין דער סעקולארע וועלט, ועוד, זיי לעכצען עס צו טוהן מיט דער ווייב אין איינעם. און דער ווייב איז נישט מסכים, און זיי קענען נישט סובל זיין די דאבעל לייף, פין פירען א אידישער שטוב אינדערהיים, און צומאל זיך צולאזן און האבן פאן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

עס זענען דא פיל אזעלכע וואס האבן די עקספיריענס לויט דאס וואס זי שרייבט.
מען רעדט דא פון אינטעליגענטע טיפע מענטשן, נישט פון די average ליידיגייער.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

איינער געליינט? א שטיקל רענזאציא?

לויט אמאזאן ערשיינט די בוך היינט.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אישתישבי האט געשריבן:
While they no longer believe that God gave the Torah to Jews at Mount Sinai, these hidden heretics continue to live in their families and religious communities, even as they surreptitiously break Jewish commandments and explore forbidden secular worlds in person and online


איך שמעק שוין דא אז אירע יסודותַ זענען פין א אינדערויסענדיגע בליק, אדער אפילו א פאלשע בליק.
רובא דרובא אידן (אונזערע לכל הפחות - אנדערע ווייס איך נישט) קלערן נישט קיין צוויי סעקונדעס צו דער תורה קומט פין בארג סיני אדער נישט, און נישט דאס איז דער טערנונג פונקט, און נישט דאס איז מחייב אונזערע אנגעזונדערטע לייפסטייל.

איר צווייטער פונקט, אז מען גייט ארויס טועם זיין פין דער סעקולארע וועלט, טאמער זי רעדט פין גראבע עבירות, האט עס נישט מיט זיין א געצווינגענע איד, כמובן, טאמער זי רעדט פין סתם גיין זעהן בעיסבאל צו טעאטערס וכדומה, מיינט עס אויך נישט אז מען איז א געצווינגענע איד, מען קען עס טאקע נישט טוהן בגלוי, אבער מען ווערט נישט אויס איד.

די ריכטיגער אנוסים זענען אזעלכע וואס האבן צוויי פאקטארן, איינס, זיי ווילען האבן א חיים טובים פין דער סעקולארע וועלט, ועוד, זיי לעכצען עס צו טוהן מיט דער ווייב אין איינעם. און דער ווייב איז נישט מסכים, און זיי קענען נישט סובל זיין די דאבעל לייף, פין פירען א אידישער שטוב אינדערהיים, און צומאל זיך צולאזן און האבן פאן.


זי רעדט פון "Hidden", און לא ראיתי אינו ראיה..
ס'איז קלאר דא היפש פון די אינטולעקטואלע סארט וואס מוטשעט זיך שטארק, וויפיל זיי זענען איז שווער צו וויסן.
וואנדערער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2020 8:52 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

שליחה דורך וואנדערער »

קען איינער אריינקומען מיט אן איבערזיכט אןיף די בוך און איר שרייבער, ווער איז זי,
וואס זענען אירע מאטיוון,
און אויף וואס איז די בוך באזירט, השערות, רעיונות, דמיונות, אדער ערשטהאנטיגע עדות און פארש ארבעט,
אזא סארט בוך איז זייער שווער צו טון ריכטיג צוליב די נאטור פון די נושא....
אויב איז עס גוט איז עס אן אוצר,
אויב נישט איז עס נישט ווערט די פאפיר אויף וואס סאיז געדרוקט
אלזא, איינער ווייסט?

Sent from my SM-T387V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
I don’t know
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 1:28 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך I don’t know »

I just got the book I’m so excited it looks great

בילד
באניצער אוואטאר
I don’t know
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 1:28 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

שליחה דורך I don’t know »

בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
I don’t know
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 1:28 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך I don’t know »

I’m returning the book. It’s such an amazing topic!! it starts with a beautiful story but then gets too complicated to read and is very hard language not readable for me! If it was $10 $15 I wouldn’t return it, but it’s $32 that’s just too much for me for something I’m not going to enjoy
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

נו, אפשר וועט ר' [tag]אבטולמוס[/tag] וועלן ברענגן פאר'ן ציבור וואס מרת פעדער האט צו זאגן מיט איר פעדער בנוגע אונזער קהילה? מיר ווארטן מיט שפאנונג
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

שליחה דורך חוקר ודורש »

אברך משי האט געשריבן:נו, אפשר וועט ר' [tag]אבטולמוס[/tag] וועלן ברענגן פאר'ן ציבור וואס מרת פעדער האט צו זאגן מיט איר פעדער בנוגע אונזער קהילה? מיר ווארטן מיט שפאנונג
אפשר וועלן מיר דארפען ווארטען פאר א אינטערוויו אין די וועקער.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ITC = In The Closet
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איך האב עס געוואלט קויפן אבער ס'איז צי טייער ווייסט איינער פון ענליכע ביכער פאר א צוגענגליכע פרייז?
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער

שליחה דורך חוקר ודורש »

איך וואלט זייער געוואלט זען וואס זי שרייבט וועגן קאווע שטיבל און נאך זאכן, אבער אויב עס איז געשריבען אין א שווערע ענגליש, האב איך נישט חשק צו צוברעכן מיין ציין..
שוב יום אחד לפני מיתתך
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

איך האמער איינגעהאנדלט די בוך, געליינט די הקדמה סאו פאר.

איך קען נישט זאגן אז עס ליינט זיך ווי א מעשה ביכל, עס איז אן אקעדעמישע ארבעט, נישט קיין מעשה ביכל, אבער איך קען אויך נישט זאגן אז עס איז א ספעציעל שווערע ענגליש.

סאו פאר - אין די הקדמה - קוקט אויס אז זי טייטשט ריכטיג אפ די מצב. אגב, זי דאנקט אין איר הקדמה יואליש שטיינבערג וואס האט א ניק דא אין שטיבל.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

איך האב אקארשט פארענדיגט דאס ביכל און גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און אויב געדענק איך גוט איז עס געווען לייכטער און געשמאקער צו ליינען ווי ״מצוה מיידלעך״ (אדער האבן זיך מיינע ליינען סקילס פשוט פארבעסערט זינט דאן).

די בוך דעקט אין אנפאנג די אביסל די אלטע גווארדיע פון אידישע בלאגערס אין די ס׳ יארן וואס א חלק פון זיי זענען שוין היינט אטד און די מערכה פון די רבנים אקעגען די אינטערנעט. דערנאך גייט פעדער אריבער צו די היינטיגע דאבל לייפערס, זייער באציאונגען צווישען זיך, מיט זייערע פאמיליעס, עסקנים, רבנים, און טערעפיסטען. א וויכטיגע חלק פון די בוך איז די אנגעצויגענקייט צווישען רבנים און טערעפיסטען בנוגע די ראלע פון טערעפיע פאר די וואס האבן פארלוירן די אמונה. די מחברת רירט אויך אן גאר מערקווירדיגע נושאים ווי למשל די מאראל דילעמא פון האלטען סודות פון די ווייב און קינדער אדער מיטטיילן די סוד מיט א חלק פון די קינדער בשעת׳ן ארויסלאזן די איבעריגע. גאר רירענד איז געווען צו ליינען די פערספעקטיוו פון לאה, די פרומע טאכטער פון טויבי א דאבל לייפער, און די מעשה פון מוישי און בלימי, דאבל-לייפער ליבהאבערס וואס מאכן חתונה זייערע עלטסטע קינדער.

קאווע שטיבל און דער וועקער באקומען ערענסטע דעקונג ווי [tag]אבטולמוס[/tag] האט שוין דערמאנט, די מחברת דערמאנט אויך אז זי געווען אין קאנטאקט מיט איינס פון די מנהלים. איך האב אויסגעפלאצט אין פאבליק ווען זי האט מיר דערמאנט פון [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]'ס שאקל עס אוועק. אויך איינער פון די סוביעקטען - יצי (יצחק) אינם בוך - זאגט אז ער איז א חבר די און שטיבל, אפשר זאל ער זיך טאקע מגלה זיין דא מיט א נייע ניק און אונז איבערגעבן פון הונטער די קוליסען פונם בוך.

טראץ די גאר גוטע ארבעט וואס ליגט אינם בוך אין אלגעמיין האב איך געהאט מינדערוויכטיגע הערה׳לעך דא דארט בשעת'ן ליינען. איין קליינע טעות למשל וואס האב מיר געבאדערט איז געווען די הנחה אז ליינען אלגעמיינע נושאים ביי מענער איז נישט אויסגעהאלטען אלץ ביטול תורה און די מחברת פארשטייט אז דאס איז די פראבלעם מיטן וועקער פאר רוב חסידים, אלץ רעזולטאט לייגט זי אריין ״דער וועקער״ ״ותינוק״ און ״דער מאמענט״ אין איין קאטעגאריע (בלאט 178). בשעת וואס די ״פראבלעם״ מיט "דער וועקער" פאר רוב חסידים איז מסתמא די תוכן, "דער מאמענט" ווערט טאקע פארקויפט אין אלע גראסעריס טראץ די ביטול תורה וואס עס איז גורם.

די שרייבער עקספלארירט די חילוקים פון מענער און פרויען רעבעלן און שמועסט אויס וויאזוי זיי ווערן באהאנדעלט אנדערש דורך זייערע ארומיגע און עסקנים. עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זי דערמאנט גארנישט איבער פרויען וואס דרייווען און כמעט נישט וועגן געבורט קאנטראל, לפום ריהטא וואלט איך געזאגט אז דאס זענען גאר וויכטיגע נושאים פאר רעבעלענדע פרויען. איין טעמע וואס חזר׳ט זיך איבער כסדר דורכאויס די בוך און האט מיר גאר שטארק בארירט איז די אי-יכולת פון פרויען ארויסצוגיין אביסל סאציאלעזירן אן די קינדער אדער טון סיי וואס למעשה נאך וואס זיי האבן פארלוירן די אמונה. בשעת די חוסר אחריות פון היימישע מענער אינם דאמעסטישן תחום מאכט פאר זיי פילפאכיג גרינגער צו אנטדעקן זייער נייע וועלט מאכט עס אבער פאר זייערע ווייבער כמעט אוממעגליך צו טון דאס זעלביגע.
פארשפארט