פייפעריי האט געשריבן:דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אין שטוב פלעגן נשואות גיין אויפגעדעקט איז מען דאך רגיל אין דעם און ס'וואלט נישט געדארפט צו זיין קיין ערווה (לשיטת המחבר אז ערוה איז נאר עפעס וואס מ'איז נישט רגיל צו זעהן).
ווייל די איסור פון גיין אויפגעדעקט אויפן גאס מאכט די ערוה לגבי קרי"ש. וועגן דעם טאר מען נישט ליינען קרי"ש אין פראנט פון די אייגענע ווייב'ס האר, כאטש ער איז רגיל מיט איר האר ווייל זי גייט דאך געווענטליך אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער וויבאלד אויפן גאס טאר זי נישט ממילא איז דא ערוה לגבי קרי"ש. די זעלבע אויב א אידישע פרוי איז זיך נוהג צו גיין אויגעדעקט אויפן גאס כדרך הפרוצות וועט מען נישט טארן ליינען קרי"ש כאטש מאיז רגיל, וויבאלד זי טוט עס באיסור. (ביי נכריות שאנן מזהרות לכסות שערן איז די חיי אדם מסתפק אם דינן בזה כבתולות).
דרכן לכסות לא בא למעט רק בתולות או שער היוצא מחוץ לצמתן שזה תלוי במנהג המקומות. שאם המנהג לכסות הוה ערוה ואם לאו מותר.
די איסור מאכט די הרהור, והא ראיה, א בתולה א טאג פאר די חתונה איז נישט קיין ערוה א טאג נאכדעם איז א ערוה. עיין משנה ברורה סימן ע"ה, עיין שו"ת דברי יואל סימן י'
קומט אויס אזוי
ווען סאיז דא אן איסור איז עס אן ערוה אפילו אין דרכה לכסותה
ווען עס איז נישט דא קיין איסור איז דא א חילוק בין דרכה לאין דרכה, עס ווענד זיך אין די מנהג
פאה נכרית אפילו דרכה לכסותה איז נישט קיין ערוה ווייל עס איז נישט קיין האר בכלל, עס איז ווי א בגד.