זייט כ'האב אויפגעהערט פסל'ען זייערע תירוצים און כ'האב אנגעפאנגען זיי צו נוצן פאר מיינעטוועגן איז געווארן אוממעגליך פאר זיי מיך בייצוקומען, הדא הוא דכתיב "מאויבי תחכמני"...
וועלכע תירוצים זענען אמת און וועלכע זענען פאלש ווייס איך נאכנישט, און איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל מעגליך צו וואוסן, אבער איך דארף מיך נאכנישט לאזן זיי זאלן מאכן דאס גענאר פון מיר, ענדערש זאל איך מאכן דאס גענאר פון זיי.
תירוצים! — #למעשה
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: תירוצים! — #למעשה
די מער אויפגעקלערטע מחנכים:
"מ'מעג פרעגן און מ'דארף פרעגן, מ'דארף נאר וויסן אז אלעס האט א תשובה...."
דאס אז מ'פרעגט נישט מיינט בכלל נישט אז איינער "איז נאריש, פונקט ווי דער וואס פרעגט יא איז נישט קלוג......"

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזויווי איך זעה אז דער גאנצער אשכול איז צאמגעווארפן שלא על הסדר, האב איך פרובירט אביסל סדר מאכן. כ'האב עס צאמגעשטעלט אין פארלעך פון צוויי צוויי וואס איינס איז משלים איינס דעם צווייטן, וזה החלי:
"די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים"
"איך ווייס נישט, אזוי שטייט אין שולחן ערוך"
"די גמרא איז נישט כפשוטו"
"ס'איז א בפירוש'ע גמרא נישט אזוי"
"דו מיינסט אז דער רמב"ם האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך?!"
"מ'האט נישט אנגענומען דעם רמב"ם"
"די וויסנשאפטלער רעדן שטותים"
"די אלע זאכן וואס די סייענטיסטן קומען אויף שטייט שוין אין גמרא"
"דו מיינסט אז אונז אלע לעבן אין א טעות?!"
"אלע גוים לעבן אין א טעות"
"הייסט עס אז דער אריז"ל האט סתם גע'דמיונ'ט?!"
"דער איז סתם געווען א בעל דמיון"
"אז דו וועסט פרובירן פארשטיין אויף אן אמת וועסטו פארשטיין"
"מ'קען נישט אלעס פארשטיין"
"ער האט געמעגט, דו טארסט נישט"
"אז ס'איז געווען גוט פאר איהם איז עס גוט פאר מיר אויך, איך דארף נישט זיין קלוגער"
ווער ס'פרעגט וואו ס'שטייט איז אן אפיקורוס"
"ווייז מיר וואו ס'שטייט"
"דו מיינסט אז ער האט נישט געטראכט פון די קשיא?!"
"אלע פרעגן שוין אויף איהם"
"פשוט פשט איז נישט אזוי"
"דער חת"ס זאגט אז רוב דוחקים אמת"
"רוב גדולי ישראל האבן אזוי אנגענומען"
"רבינו הקדוש האט פארשטאנען בעסער פון יעדעם"
"און דו גלייבסט נאך אלע זייערע דמיונות?!"
"דער באשעפער קען אלעס מאכן"
"דער רבי פלעגט נישט גלייבן די אלע מעשה'לעך"
"ס'דא א מעשה איבער דעם פון..."
"אזוי שטייט"
"ס'איז א גוזמא"
"די תורה איז קובע די מציאות"
"די מציאות ווייזט אנדערש"
"ווי וואגסטו זיך אזוי צו רעדן אויפ'ן הייליגן רמב"ם?!"
"די אלע בעלי החקירה האבן שלעכט אפגעשניטן"
בושה תכסה פני. א יאָר צייט האט מיר גענומען צו בכלל באמערקן די זיסע שעפערישע תגובה געשריבן אין מיין אייגענעם אשכול. מיי בעד. סארי.
זייער גוט! גאונות!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שבת אחים האט געשריבן:און די רמב״ם איז געוועהן קלוגער ווי דיר איז נישט די ריכטיגע צוגאנג.
אינטערעסאנט, פונקט לעצטנס האט מיר איינער געזאגט, כאילו אלס א ראיה אז ס׳איז דא א גאט, אז דער רמב״ם איז געווען קלוגער פון מיר און געגלייבט אין גאט, האב איך איהם געענטפערט אז ס׳געווען אסאך מענטשן וואס זענען געווען קלוגער פון מיר, דער רמב״ם איז געווען קלוגער פון מיר, אריסטו איז געווען קלוגער פון מיר, איינשטיין און האוקינג זענען געווען קלוגער פון מיר, און ווער בין איך אריינצוזאגן א דעה?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
Re: תירוצים! — #למעשה
כ'זאָג דיך צו אַז ווען איך קען ווען לאָז איך דיך יעצט אַראָפּ אַזאַ מין קלינגעדיגן פראַסק.
ביידן איז דאָך שוין אַן אַלטער אַנטיסעמיט.
שוין, ער קומט שוין ווייטער מיט זיין טראָמפּ דערעינזשמענט סינדראָם.
שוין, ער קומט שוין ווייטער מיט זיין טראָמפּ דער-עיניזשיגעמע-דערעניג… וויאַזוי זאָגט מען עס נאָר דעי וואָרט? קענסט לאַכן. כ'קען טאַקע אפשר נישט אַזאַ פענצי ענגליש, אָבער שוין, וואָס האָסטו דערפון ווען דו האָסט אַזאַ קרומער קאָפּ?
שוין, דו קענסט אפשר טאַקע זאָגן דערענזשינג-מענד — יאָ? כ'זאָג עס גוט? — אָבער למעשה איז ער ווערט וויפיל ביליאָן דאָלער, און וויפיל ביסטו ווערט?
זייער פּשוט: ביסט אין אַמעריקע, רעד ענגליש! ווילסט רעדן ספּאַניש? גיי קיין מעקסיקאָ געזונטערהייט.
כ'מיין, קוק אָן וויאַזוי דער ביידן וואָקט — העלאָאָאָאָאָ? דו ווילסט מיך איינרעדן אַז מער מענטשן האָבן געוואויט פאַר אַזאַ קאַקער ווי טראָמפּ וואָס איז פול אָוו ענערזשי? זאָג דו מיר וויאַזוי דעיס קען אפילו זיין אמת?
ר' שייע בן ר' משה!
שאַטן קען עס זיכער נישט.
וואָס גייט דיך אָן צו טרייען?
כ'פרעג דיך באמת, וואָס גייט דיך אָן? טריי! פּראָביר איין וואָך.
כ'מאַך מיט דיר א דיעל: אויב זעסטו טאַקע נישט קיין חילוק נאָך פערציג טעג מוזסטו נישט ווייטער …
יו נאָו וואַט, טו עס פאַר מיינעט וועגן. טו עס פאַר מיר. כ'בעטעך א פּערזענליכע טובה.
למעשׂה זעען דאָך אָבער אידן ישוּעוֹת.
יעדער הייסט עס זאָגט פּלוצלינג ליגן?
דו האַלטסט הייסט עס אפילו ר' (....) איז א ליגנער?
דו האַלטסט הייסט עס ר' (....) איז א פּאָלנער בעל-דמיון?
ער איז אויפגעשטאַנען הייסט עס צופרי און מחליט געווען אַז היינט גייט ער פאַרקויפן דעם עוֹלם לאָקשן … בקיצור, דו האַלטסט באמת אַזוי, הו?
נאָכאַמאָל, כ'האָב ביי מיר אין שטוב די נעמען מיט אַלע פּרטים פּינקטליך. כ'מיין, וואָס נאָך דאַרפסטו?
וויאַזוי קען א מענטש זיין אַזוי בלינד? כ'זאָג דיך דאָך אַז כ'האָב די נעמען פּינקטליך מיט אַלע דעטאַלן ביזן לעצטן פּרט — ביזן לעצטן פּרט! זאָג מיך וואָס נאָך דו ווילסט?
ווייסט וואָס כ'וועל דיך זאָגן? כ'האָב קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען דעם רשעים אפילו על פתחו של גיהנם, ביז כ'האָב דיך געטראָפן.
איינמאָל מ'באַקומט א קיצל פון אויבן גלייבט שוין יעדער.
די גאַנצע וועלט הייסט עס איז יעצט משוגע?
ווילסטמעך זאָגן אַז ס'קיצלט דיך אפילו נישט?
אפשר דאָך? אפשר אפילו אויף איין פּראָצענט אַז ס'איז אמת, לוינט זיך דען צו ריסקען?
נאַ, בכלל נישט קיין פאַקט. נאָר זיבן און ניינציג פּראָצענט סייענטיסטן האַלטן אַז יש דברים אין דער גאַנצער קלימאַט-טשעינטש האָוקס.
יאָ, אָבער ווי קען אפילו זיין אַז זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאָלן אַלע גלייבן עפּעס וואָס איז נישט אמת?
יאָ, אָבער למעשׂה, האַלב אַמעריקע גלייבט אַז מ'האָט גע'גנב'ט די עלעקשאָן. כ'מיין, דו רעדסט דאָ פון וויפיל מיליאָנען מענטשן?
יאָ, אָבער למעשׂה, האַלב אַמעריקע "שפּירט" אַז מ'האָט גע'גנב'ט די עלעקשאָן. כ'מיין, דו רעדסט דאָ פון וויפיל מיליאָנען מענטשן?
יאָ, אָבער ער האָט דאָך באַקומען מער וואויטס אין 2020 ווי אין 2016, איז וויאַזוי קען אפילו זיין אַז ער האָט פאַרלוירן? עפּעס דאָ מאַכט נישט קיין סענס.
קאָם-אָן, הער אויף מיט דעי שטותים, ס'בכלל נישט קיין נייע זאַך, ביידע לייקענען די זעלבע, די פעיק-ניוז מעינסטריעם ליבעראַל מידיא פּראָפּעגאַנדע מאַשין וויל דיך נאָר איינרעדן אַז ס'האָט מיט רעפּאָבליקענס — וואָסי מיט סטעסי עיברעמס?
מ'זעט קלאָר ווי די שׂנאה מקלקלת את השורה. העפּנס טו בי, ביז מ'האָט אָנגעהויבן רעדן פון טראָמפּ האָב איך גראַדע געהאַלטן ס'מאַכט סענס וואָס דו זאָגסט, אָבער איינמאָל ס'הייבט זיך אָן מיט טראָמפּ, טראָמפּ, טראָמפּ, כ'מיין, מ'האָט שוין געטרייט ראָשע האָוקס, יוקרעין, זיינע טעקסעס, סטאָרמי דעניעלס, דזשאָרזשע, מאַראַלאַגאָו, וואָס דו ווילסט נישט נאָר — מ'האָט דאָ פּלעין גענומען א מענטש און מ'רוווווווווווווודפ'ט אים על לא דבר!
מ'לייענט די מעשיוֹת פון סטאַלין אָדער קאָמיוניסט-טשיינע און מ'רעדט זיך איין אַז אין אַמעריקע קומען אַזוינס נישט פאָר. קוק וואָס מ'טוט צו דעם מענטש. קוק נאָר וואָס מ'טוט! מ'צאַפּט אים דאָס בלוט טאָג איין טאָג אויס, מ'פּייניגט אים פאַר גאָרנישט און פאַר נישט, פּלעין ווייל ער האָט נישט מוֹרא צו זאָגן דעם אמת און עקספּאָוזן די קאָראָפּשן … וויאַזוי קענסטו דעיס אפילו לייקענען? וויאַזוי קענסטו אפילו זאָגן דו ביסט אָבדזשעקטיוו?
נאַ, נישט טראָמפּ ממש, אָבער זיינע פּאָליסיס.
למעשׂה אָבער זיינע פּאָליסיס…
נעוואַדע איז דער טראָמפּ א משוגענער (ליטווישער הברה), כ'רעד אָבער פון זיינע פּאָליסיס וואָס כ'מיין לכל הדעוֹת זענען זיכער בעסער געווען פונעם יעצטיגן ביידן-העריס דיזעסטער. כ'מיין, דעיס ווילסטו מיך אויך לייקענען? כ'האָב געמיינט אַז אויף דעם שלאָגט מען זיך אפילו נישט.
העפּנס טו בי, פּערסאָנלי האַלט איך טאַקע אַז אַמעריקע מוז דווקא האָבן א משוגענער אויפן בענקל. נאָר אַזוי קען מען מאַכן סדר. טראָמפּ איז וואָס דעי קאָנטרי דאַרף האָבן. אָבער דאָס איז שוין אַן עקסטער דיסקאָשן.
כ'פאַרשטיי נישט, למעשׂה אָבער איז די וועלט געווען רואיג.
למעשׂה האָט פּוטין זיך נישט געוואַגט אַריינצוגיין ווען טראָמפּ איז געווען פּרעזידענט — יאָ אָדער ניין?
נישט טראָמפּ, דעיס איז דאָך געווען פאַוטשי.
נאָך פיר יאָר ביידן מיינט דאָך אַז די קאָנטרי איז אָווער, דעיס ווילסטו מיך אויך לייקענען? וויאַזוי מיינסטו גייט די קאָנטרי אויסקוקן מיט אַכט יאָר פון ביידן, אויב ס'וועט בכלל זיין נאָך עפּעס? זאָג דו מיר!
איך בין מסכים אַז ביידן איז טאַקע נישט אַזאַ פּראָבלעם. אָבער העריס... למעשה קוקט נישט אויס ווי ער גייט עס מאַכן נאָך אפילו איין יאָר. דער גייט דאָך פּייגערן, אָקעי, שטאַרבן, פיין, נפטר ווערן אפילו — בקיצור, זיידי גייט פון דאָ עני דעי און אויב מיינסטו אַז די קאָנטרי איז יעצט אין דר'ערד, וואַרט נאָר ביז העריס קומט אַרויף. דער אייבערשטער זאָל אָפּהיטן.
למעשׂה, א סך מענטשן האַלטן אַזוי.
למעשׂה, א סך מענטשן שפּירן אַזוי.
למעשׂה, א סך מענטשן זענען אָנגעווייטאָגט.
אפשר נישט גע'גנב'ט, אָבער זיכער נישט קיין פעיר ענד פרי עלעקשאָן. א סך מענטשן האַלטן אַז ס'איז געווען אירעגולעריטיס. ביידן וואָלט לכאורה נישט געווען פּרעזידענט ווען נישט די דיעפּ סטעיט האָט געטון וואָס זיי האָבן נאָר געקענט אַרויסצוזען דעם טראָמפּ …
אָבער האָנטער ביידן…