בן סורר ומורה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

בן סורר ומורה

שליחה דורך זר זהב »

ס'דא א מחלוקת צי ס'בכלל אמאל געווען א בן סורר ומורה. איך וויל פארשטיין פונקטליך, וועלכע טאטע מאמע וואלט געהאט די הארץ צו נעמען זייער זון צום בי"ד אז
מ'דארף אים הרגנ'ן?
האב איך טאקע יעצט געליינט (גע'גוגל'ט) אזוי וואס פארענפערט גאר די פראגע: היד רמ"ה קובע שרבי שמעון בדעה שבן סורר ומורה "לא היה ולא עתיד להיות" משום שלא ימצאו הורים שיזמו מהלך כזה שיוביל למיתת בנם. איז דאך גוט.

וויפיל בן סורר'ס דרייען זיך ארום אין ווילי און ב.פ.? הערן נישט צו צו זייערע עלטערן, זיי פרעסן און זויפן אין רעסטאראנטן. -- וויפיל קאווע שטיבל לייענערס וואלטן מסכים געווען אז זיי קומט זיך מיתה?
קען איינער אימעדזשינען אזא "וגרמוהו אותו כל העיר"? טאקע ממש יעדער? קינד און קייט מענער פרויען? איך זעה אין מיין דמיון הערשל קלאר לויפט כאפן דעם גרעסטן שטיין, אנדערע פרומאקעס לויפן מאכן ש"י טבילות, און אונז אויפגעקלערטע וועמען סופארט'ן מיר אונז?

איך אנטשולדיג זיך פאר די שטותים וואס איך האב נארוואס געשריבן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די היינטיגע בן סורר ומורה'ס האבן דאך א תירוץ!
א מלמד האט געוואלט אים מאלע......
זיין טאטע האט אים איינמאהל שיעור-נישט אנגעשריגן ברבים...
זיי זיידע קומט פון א צובראכענע שטוב (אלע ברידער און שוועסטער אוועק אין אוישוויץ)...
מ'האט אים נישט אנגענומען אין די ישיבה וואס ער האט לכתחילה געוואלט...
Under influence
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ס'דא אסאך צו שמועסן איבער דעם ענין

כעל נאר זאגן וויפיל מיין צייט און געדולד ערלויבט

רש"י בשם חז"ל זאגט אז א סורר ומורה איז נהרג על שם העתיד,
ווייל לויט רש"י רעדט מען דאס גאנצע פון פרעסן אסאך פלייש און זויפן אסאך וויין,
נו, בפשטות רעט מען נישט פון קיין טריהע פלייש, און אפי' טרייף איז דאך נאר א לאו,
נו פארדעם הרג'ענען?

איז רש"י זאגט אז דער רעדע איז פון א עדיקט, (דראגס בימינו)
ער קען זיך נישט קאנטראלירן, ער וועט טאן אלעס אויף די וועלט צו באקומען זיין פרעס און אלקאהאל (דראגס),
עס הייבט זיך אן מיט - מכלה ממון אביו - גאנוועט פון די מאמעס פאקעט בוק,
נאכדעם באגאנוועט מען פרעמדע, שאפ-ליפטינג, פיק-פאקעטס,
נאכדעם קומט ארמד ראבערי, (דראג גענגס), ביז רציחה (האמאסייד),

אגב אינטערסאנט דער שפתי חכמים פרעגט אויב דאס ערגסטע וואס קען פאסירן איז רציחה,
נו פארוואס איז דער עונש "סקילה" אויף רציחה איז דער עונש "סייף" א שוואכערע עונש,
זאגט ער א אינטרעסאנטע זאך, אז אויב דער קינד איז עלול פאר רציחה, וועט ער דאך דאס מעגליך טאן אום שבת,
און רציחה איז חייב בשבת משום נטילת נשמה און חילול שבת איז בסקילה,

פירט אויס רש"י אז איה"נ, דער סורר ומורה אויף זיין איצטיגע מעשים קומט זיך איהם ווייט נישט קיין מיתה,
אבער ימות זכאי ואל ימות חייב,

אביסל שווער צו משיג זיין, אבער דאס איז רש"י

חז"ל זאגן טאקע בן סורר ומורה לא הי' ולא יהי', דרוש וקבול שכר,
אויב ס'טאקע לא הי' ולא יהי' איז אביסל שווער דער לשון "וכל ישראל ישמעו ויראו"
וואסי דען שייך "ישמעו ויראו" אויף א זאך שלא הי' ולא יהי'

איז דער כל יקר זאגט א דבר נחמד,
אז דער פרשה סורר ומורה איז נאר א מוסר השכל פאר כלל ישראל בכלליות,
ווייל די סיבה פארוואס לא הי' ולא יהי' איז ווייל קיין שום טאטע און מאמע
וועלן קיינמאל צוברענגען צו דער הינריכטונג פון א אייגן קינד,
ווי שלעכט דער קינד איז, די נגיעה פון אייגענע עלטערן וועלן קיינמאל זיך נישט לאזן דאס צוברענגען,
אבער דאס איז א מוסר השכל, ווייל ביים אייבערשטן איז דאך נישט שייך די נגיעה'ס,
ממילא זאל דער מענטש נישט טראכטן,
אז היות דער אייבישטער איז אונזער טאטע וועט ער איז נישט אזוי מעניש זיין, ער וועט מוותר זיין,
דעריבער זאגט אונז די תורה פרשת סורר ומורה אז ע"פ שורת הדין מוזן אפי' אייגענע עלטערן הרג'ענען די קינדער,
וואס דאס וועט צוברענגען צו: "וכל ישראל ישמעו ויראו"
אז כלל ישראל אין אלע דורות וועלן זיך פארכטן נישט צו זינדיגן קעגן אייבערשטן,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נו, נאדיר א לייק פאר'ן 'דרוש וקבול שכר'.
דער שכר האט נישט געשפעטיגט צו קומען... זייער שיין!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אנעים זמירות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אנעים זמירות »

עס שטייט א פשט, כמדומני מהרש"א אבער עס קען זיין א צווייטע, דרוש וקבל שכר היינו לערן אפ וואס פאסירט מיט א סורר ומורה וואס מען לאזט איהם אויסוואקסען מיט אלע זיינ תאוות און טאטע מאמע צוימען איהם נישט איין, צום סוף וועט ער ווערן א מלסטם את הבריות. איז דרוש - טאמער טאטע מאמע לערנען אפ דעם פרשה, און זיי לערנען זיך דערפון ווי וויכטיג עס איז מחנך צו זיין דעם קינד כדבעי, וקבל שכר - וועלן זיי האבען לייטישע קינדער.
אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.

א ייש"כ פאר אלע וואס ליעבען מיינע תגובות.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 831
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

גאר א טרעפליך ווארט בעניני חינוך
וואס מיר זעהן פון די פ' פון סורר ומורה
ביי א בן סורר ומורה שטייט אז די עלטערן דארפן זאגן איננו שומע ב"קולנו"
און די גמרא דרשנט שיהא קולם שוה
זאגט דער עוללות אפרים אז דאס מיינט דער טאטע און די מאמע דארפן זאגן די זעלבע זאכן פארן קינד
אויב אבער דער טאטע זאגט איין זאך און די מאמע א צווייטע מעסעדזש,
דאן איז נישטא די הלכה פון בן סורר ומורה, ווייל דאס איז די ערשטע גורם אז א קינד זאל נישט גיין בדרך הישר.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:ס'דא א מחלוקת צי ס'בכלל אמאל געווען א בן סורר ומורה. איך וויל פארשטיין פונקטליך, וועלכע טאטע מאמע וואלט געהאט די הארץ צו נעמען זייער זון צום בי"ד אז
מ'דארף אים הרגנ'ן?
האב איך טאקע יעצט געליינט (גע'גוגל'ט) אזוי וואס פארענפערט גאר די פראגע: היד רמ"ה קובע שרבי שמעון בדעה שבן סורר ומורה "לא היה ולא עתיד להיות" משום שלא ימצאו הורים שיזמו מהלך כזה שיוביל למיתת בנם. איז דאך גוט.

וויפיל בן סורר'ס דרייען זיך ארום אין ווילי און ב.פ.? הערן נישט צו צו זייערע עלטערן, זיי פרעסן און זויפן אין רעסטאראנטן. -- וויפיל קאווע שטיבל לייענערס וואלטן מסכים געווען אז זיי קומט זיך מיתה?
קען איינער אימעדזשינען אזא "וגרמוהו אותו כל העיר"? טאקע ממש יעדער? קינד און קייט מענער פרויען? איך זעה אין מיין דמיון הערשל קלאר לויפט כאפן דעם גרעסטן שטיין, אנדערע פרומאקעס לויפן מאכן ש"י טבילות, און אונז אויפגעקלערטע וועמען סופארט'ן מיר אונז?

איך אנטשולדיג זיך פאר די שטותים וואס איך האב נארוואס געשריבן.

ס'קען זיין ס'איז שטותים, אבער דו האסט זייער קלאר ארויסגעברענגט דעם מצב כמות שהוא. איין קליינע הערה. ה.ק. זאל נאר זען אז אויפ'ן וועג צו מהדר זיין צו ברענגען דעם גרעסטן שטיין, זאל ער אליין נישט כאפן א שטיין, ח"ו. וויל שטיינער האבן א טבע אז זיי פליען אין ביידע ריכטונגען.
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך גוטזאגער »

גראדע האסטו ארויס געברענגט גאר א שטארקע לימוד זכות וואס עס איז פאסיג יעצט אין די הייליגע טעג

אז א קינד ווי ווייט ער זאל נאר נישט פאלען און שאפען בושות, פיין,ווייטאג, וכדומה פארן טאטען וועטאך אלץ נישט זיין קיין איין פאטער וואס וועט נעמען זיין בענאק און אים טראגען אז מען זאל אים הרג'ענען און אזוי ווייט איז דאס די מציאות אז די ספר זאגט לכבוד דעם אז בן סורר ומורה לא היה ולא נברא

הוי!! כרחם אב על בנים כן תרחם ה' עלינו!! טאטע

אגב זעהן מיר דא אז חכמנו ז"ל האבען אנגענומען פארקערט וואסדי וועלט האלט אז די מאמע האט רדי מערסטע חמנות אויפען קינד
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
פארשפארט