
Sent from my XT1096 using Tapatalk
פאליטיקאנט האט געשריבן:זייענדיג א שטארקע שטיצער פון גאן קאנטראל אלע יארן, האב איך אנגעהויבן שטארק צווייפלען דערין די לעצטע פאר טעג, זעענדיג אז די באוואפנטע שטאטן איז רואיג און שטיל.........
און די טענה; "ציוואס דארפסטו געווער ווען עס איז דא פאליציי", איז נישט גילטיג מער.......
(איך האלט ווייטער אז שטרענגע רעגולאציעס דארף זיין, אבער איך טראסט שוין נישט קיינעם מיטן איינשטעלן ריכטיגע רעגולאציעס)
ווי איך זעה עס, איז עס נישט קיין שאלה פון וועלכע געזעצן מ׳דארף אדורך פירן (איך פאל נישט פאר די אלע פעיר מאנגערונג פון די רעפובליקאנע פאליטישענס, און איי דאנט מיינד שטרענגע געזעצן).פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'מיין עטס האטס מיך נישט גוט פארשטאנען.
איך האב נישט געזאגט לכאן און לכאן, איך האב בלויז געזאגט אז כ'האב יעצט איינגעזען נאך א נקודה וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט (איך רעד נישט פון די גאווערנמענטס פערספעקטיוו, איך רעד פאר פשוט'ע בירגער).
דהיינו עד היום האב איך נישט עכט אנגענומען די טענה; "איך דארף עס האבן זיך צו באשיצן", ווייל אז עס וועט זיין שטארקע קאנטראל פון וועם / וואס וועסטו זיך דארפן באשיצן?
אבער יעצט קען איך עס אנהייבן איינזען צו א געוויסע בחינה.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט אין פאראלעל מיט שולע / מאסן שיסערייען.
נאר דאס צוזאמען מיט דעם אז כ'בין באמת מסופק אין די גאווערנמענטס מעגליכקייט אהערצושטעלן א שכל'דיגע פלאן וואס גייט נישט ווערן אויסגענוצט אויף צו ארויפצווינגען אן אידיאלאגיע, מאכט איך זאל איבערטראכטן מיין למעשה'דיגע מיינונג (נישט ווען וועלט וואלט געווען וועלט) אויף דעם סוגיא...