וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב די שאלה איז וועלכע מען לערנט "אסאך", מיינט עס לכאורה די מערסטע.
ספרים וואס איך לערן שוין נישט ווייל איך האב עס געלערנט זייער אסאך,
ערבי נחל
נועם אלימלך
מאור ושמש
שער התפלה
של"ה
ראשית חכמה
קבלה ספרים
שער הכוונות
פרי עץ חיים
אוצרות
שער גן עדן
מחברת הקודש
עמק המלך
פרדס
אמאהל קוק איך נאך אריין אין די דערמאנטע ספרים.
היינט בין איך פאקעסד אויף
עקידת יצחק - איך וויל ווערען א פיליזאף....
אוהב ישראל - פין די ספרי חסידות וואס רעדן אין מלבוש.
בני יששכר - שיינע זאכען נאך צו זאגען.
מנחת חינוך - פלעין איך האב עס ליב - און ער לאזט פלאץ מחדש צו זיין.
מדרש שמואל - שיין
און תמידים כסדרן גמרא און שולחן ערוך על הסדר
און די ספרי הלכה האב איך ליב פסקי תשובות מער ווי אוצר הלכה, הגם אוצר איז בעסער אבער פסקי תשובות איז ברייטער (מן הסתם ווייל ער האט א כולל וואס העלפט אים).
איך האב געהאט א מנהג צו לערנען תשובת שבט הלוי על הסדר, עס איז ציקער זיס מיט אינטרעסאנטע שאלות ווי ער ענטפערט יעדעם מיט דרך ארץ, אבער דאך פארליידט ער נישט קיין שוואנצאנות. זיינע תשובות זענען גרינגער ווי מנחת יצחק, וואס מען דארף מער נאכקוקען די גמרא. אגרות משה פלעגט זיין אינטרעסאנט, אבער כ'בין עס אויסגעוואקסן, ווי אויך באר משה קען מען ווערען אפסעט פין זיין וחילופיהן.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
וועלכע ספרים איך לערן אסאך? ליידער לערן איך נישט אזוי סאך, ווען איך לערן יא לערן איך חומש רש"י און גמרא רש"י מיט אנדערע מפרשים ווען ס'פעלט זיך אויס בעסער ארויסצוהאבן וואס גייט פאר. איך נוץ אויך אסאך ארטסקרול, די הערות אונטן איז די בעסטע ליקוט ספר. איך בין א גרויסע חסיד פון רש"י, ער באלעסטיגט נישט מיט איבעריגע קשיות, קוועטשט נישט אריין קיין דוחק'דיגע תירוצים, זאגט כמעט נישט קיין אייגענס, הייסט דיר נישט גלייבן אזוי צו אזי, און ווען ער פארשטייט נישט עפעס איז ער מודה אז ער פארשטייט נישט! ער זאגט דיר פשוט וואס שטייט אן קיין התחכמות'ן און אן אריינמישן זיינע אייגענע מיינונגען און אגענדעס, און זאל יעדער אפמאכן פאר זיך צו ס'געפעלט איהם צו נישט. אז דו ווילסט נעם עסן אן, אז דו ווילסט נישט איז נישט. אנדערע זענען פארנומען דיך פארקויפן זייערע אייגענע מיינונגען און אמונות, זאגן מיינונגען קען איך אליינס שכח. וואס איך דארף איז איינער וואס זאל מיך פשוט זאגן וואס שטייט, טייטש מיר די ווערטער, לייג צו הסבר וואו ס'פעלט זיך אויס, און האלט דיינע מיינונגען ביי דיר. אז דו פילסט אז דו האסט וואס צו זאגן קענסטו שרייבן אן עקסטער ספר דערפאר און ווען איך וועל זיין נייגעריג אין דיין מיינונג וועל איך דארט אריינקוקן.
איך קען אסאך פשוט פון זיך דרייען אין משפחת טייטלבוים, א משפחה פון תלמידי חכמים מופלגים וואס ס'איז אייביג דא וואס צו הערן פון זיי, און אזויווי איך בין בטבע זייער א נייגעריגער וואס האט ליעב נייע אינפארמאציע בלייבט אלעס סטאק ביי מיר אין קאפ. אויך נאש איך אסאך פון די חכמי השטיבל דא און פון אנדערע קהלות און בלאגס אויפ'ן ברייטן געוועב, צומאל מאכט זיך אז מ'פאלט אריין אין א האזן לאך און מ'פארט מענין לענין ומבלאג לבלאג און מ'טרעפט זיך אפאר שעה דערנאך מיט א הויפן נייע אינפארמאציע וואס ס'געדויערט אפאר טאג צו פארדייען.
וואס איך קען יא שרייבן איז וועלכע ספרים איך לערן נישט, און פארוואס, אבער איך גלייב נישט אז דא איז די פלאץ דערפאר...

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
העניך האט געשריבן:אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:גמרא ראשונים (רשב''א ריטב''א)
חומש ואלשיך וזרע ברך
ספרי כללים כגון מלא הרועים ושדי חמד
וואס איז די מעלה פון "זרע ברך"?
זער ברך איז א געוואלדיגע ספר !
מדארף האבן צייט זיך אוועקצוזעצן, אפלערנען די גאנצע מדרש, אלע זיינע קושיות, און דערנאך זיין גאנג , לבסוף שטימט אלעס ווינדערליך - אז די קענסט זיך שווערען אז דאס איז די ריכטיגע פשט , זיין גאנג איז קרוב לפשט , אן קיין דוחקים , מיט א געוואלדיגע היקף פון מדרשי חז''ל , מיט א טונק פון קבלה .
לערנעדיג אסאך זיינע ספרים באקומט די לומד א געוואלדיגע היקף אין די פסוקי נ''ך לעומקיהם , ויסודות חכמת הקבלה !
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 322
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל
העניך האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:
און די ספרי הלכה האב איך ליב פסקי תשובות מער ווי אוצר הלכה, הגם אוצר איז בעסער אבער פסקי תשובות איז ברייטער (מן הסתם ווייל ער האט א כולל וואס העלפט אים).
פארוואס איז אוצר הלכות בעסער? פאר מיר קומט ער פאר ווי אביסל א ברייטערער זמירות דברי יואל.
אין מיינע אויגן איז עס א updated משנה ברורה, בעסער אויסגעשטעלט
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
איך נוץ 'פסקי תשובות' איבער 'אוצר הלכות' צוליב דעם וואס:
אוצר הלכות ברענגט נישט פון יביע אומר, ציץ אליעזר, הר צבי און נאך גדולי הפוסקים פונעם לעצטן יאר הונדערט, נאר ווייל זייער 'השקפה' (אגב, אן העברעישע ווארט) איז אנדערש ווי די מחבר'ס, איי וואס האט דאס מיט הל' שבת? גיי ווייס...

''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייבל שטילער: אז סאטמאר נוצט עס איז עס שוין געווארן טהור. עמון ומואב טהרו בסיחון. ס'איז דא נאך א זיס ווארט פון מסכת גיטין וקידושין. (רעטאריש געפרעגט)..."כסף מטהר ממזרים"...!
נאר אז מ'רעדט שוין פון השקפה...לאל. איז דא אן אינטרעסאנטער מצב. די מוציאים לאור פון משנה ברורה .."גרינפעלד"...וועלכע זענען קאמפעטישן מיט... "מאזנים"/וגשל"... האבן געשריבן אין זייער ..."התנצלות המוציאים לאור"...אז זיי האבן ארויסגענומען אלע עברית'ע ווערטער ..."אשר בדו הציונים מליבם"...און 2 שורות ווייטער ברענגען זיי ריין עברית'ע ווערטער..."ביקוש". און..."צוות"...!
נאר אז מ'רעדט שוין פון השקפה...לאל. איז דא אן אינטרעסאנטער מצב. די מוציאים לאור פון משנה ברורה .."גרינפעלד"...וועלכע זענען קאמפעטישן מיט... "מאזנים"/וגשל"... האבן געשריבן אין זייער ..."התנצלות המוציאים לאור"...אז זיי האבן ארויסגענומען אלע עברית'ע ווערטער ..."אשר בדו הציונים מליבם"...און 2 שורות ווייטער ברענגען זיי ריין עברית'ע ווערטער..."ביקוש". און..."צוות"...!
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
כ'האב ויאל משה און על הגאולה נישט אדורך געלערנט, אבער זאגט מיר איינער אז אין איינע פון די אויבנדערמאנטע שרייבט סאטמער רב ז"ל "נתפרסם בעיתונים" ציכטיג ריין עברית!
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייבל שטילער:יא. כ'מיין אין על הגאולה ועל התמורה. ווייל דארט האבן שוין עטליכע פרעמדע הענט געפאטשקעט. ווייל, לעומת דעם ויואל משה וואס איז געשריבן געווארן א ביסל מער מעסיג. (טעמפער'ד) האט דער סאטמאר'ע רב גענוצט זייער שארפע לשונות אין דעם על הגאולה ועל התמורה. האבן זיינע שטוב מענטשן, אזוי ווי ר' סענדער דייטש עס א ביסל געעדיט'ד. און ר' סענדער איז דאך געווען א מענטש וואס האט גוט געקענט רעדן עברית...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס איז אוצר הלכה? פון עז והדר?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס העלפט מיר נישט. ווער איז דער מחבר?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס העלפט מיר נישט. ווער איז דער מחבר?
הרב אברהם צבי פריעדמאן פון וויליאמסבורג (דומ"צ בגאלאנטא?)
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לייבל שטילער האט געשריבן:תשובות ספרים:
באר משה פון דעברעצינע'ר רב ז"ל, צוקער זיס!
מנחת אשר פון ר' אשר וייס שליט"א, צום פינטל און ברייטע פלייצעס, דלא כהרבה מזמננו.
נודע ביהודה. אנעפאלעדזעטי"ק, גאט"ס און קוראדז"ש, צוזאמען מיט בקיאות און פלפול אויף איינמאל.
ויש עוד...
דער מנחת אשר איז א הפלה'דיגע גאון, א גאון וואס זיין בקיאות און פלפול איז ער אפשר א חד בדרא. אויף קול הלשון איז דא שיעורים פין אים אויף אידיש, און אויף טארע עניטיים אויף לשון קודש. איין מאדנע זאך איז זיין אקסענט, וואס איז עפעס א געמישעכטס פון אמעריקאנער ריש צו א גאליציאנער אידיש מיט א עברית'ישער הברה, אין דעם איז ער זיכער א חד בדרא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
Daily
חומש רש"י מיט רשב"ם און ספורנו, מיט שטיקלעך רמב"ן, צומאל בליק איך אריין אין אור החיים הק' אדער כלי יקר, בעיקר ווען איך האב א דיוק אין פסוק, און געווענטליך אדרעסירן זיי עס, ווי אויך פירוש הרא"ש, בעה"ט, חזקינו וכדו'.
מדרש רבה.
גמרא דף היומי עם רש"י, ספייסט אפ מיט תוס'. פאר א פשוט'ן דיוק לויפט מען צו מהרש"א רש"ש אדער ארסקרול למטה.
פאר אגדתא נוצט מען מהרש"א מיט בניהו און בן יהוידע.
טור/בית יוסף און מען קוקט נאך אלע מראה מקומות, בעיקר קודם לערנען די גמרא מיט די ראשונים. און דערנאך שו"ע בעיקר מיט מג"א און מחצית השקל אבער אויך ט"ז. ומשם להמשנה ברורה או בדי השולחן (יו"ד). מעיין בליקוטים כגון דרשו משנ"ב, משנה אחרונה ופסקי תשובות, אבער נאר אויב מען קוקט נאך די מראה מקומות thoroughly! גאר אסאך טעותים וד"ל. דערנאך בעיקר רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, שולחן שלמה/הליכות שלמה, ער קומט אריין מט א מורא'דיגן קלארקייט און לעכטיגע סברות און חידושים להלכה.
Weekly
ספרי חסידות מלוקטים, מבעש"ט, דגל מחנה אפרים, מאור עינים, נועם אלימלך ect.
אגרא דכלה, חת"ס, בני יששכר
פאר אינטרעסאנטע ענינים על הפרשה קוק איך אוצר פלאות התורה, פלאות עדותיך און פרדס יוסף.
ספרים שלמדתי ומעיין מפעם לפעם, ליקוטי אמרים, אם הבנים שמחה, פלא יועץ.