עשיתי טעות, אני ודאי מבין את הטעות שעשיתי. אני מסתכל כל בוקר במראה ובוכה, היה משבר משפחתי שמאוד העיק עליי. לכל אחד בעולמנו יש את המשברים שלו. הבעיה היתה שלא היה לי למי להסביר את עצמי. ואז היה 'שבירת הכלים'. אי אפשר להסביר את זה בדרך הטבע. זה מאוד קשה להסביר את זה".
אונז לעבן מיר היינט און זייער א פאריאגטע וועלט, אלעס גייט שנעל געכאפט און אן קיין טראפ ישוב הדעת, און ליידער כאפט זיך אריבער די זעלבע זאך ביי אונז אידן אויך אז מען לעבט א פאריאגט לעבען אן טראכטען אן ישוב הדעת, אינגעלייט מיטשען זיך טאג טעגליך אויף פרנסה מען דארף זיך דרייען און מאנהעטען א פלאטץ וואס איז פיל מיט זוהמה און טומאה, מען לעבט מיט גרויסע משפחות און פיצעלע דירות פארשטיפט אן קיין ישוב הדעת,
ווען א אינגערמאן פאלט אדורוך און ער זינדיגט, כ"ש אויב ער טוט ח"ו א גרויסע עבירה, איז געווענליך נישט דא קיין וועג צוריק פאר אים,
אפילו אויב געלונגט אז מען האט נישט ארויס געווארפען זיינע קינדער פון די מוסדות בלייבט ער אבער אויסגעשפיגען און מחוץ למחנה, פון א הנחה ביי שכר לימוד קען ער פארגעסן, זאל ער זיך פרייען אז איינער האלט זיינע קינדער, אז ער וועט מאכען א שמחה וועט זיין א מצווה נישט צו גיין צו אים, אז מען וועט זען אז ער האט א חבר וועט מען זיכער מאכען צו דערמאנענן פאר יענעם זיינע עבירות אזוי אז עס זאל אים פארגיין די אפעטיט, דער פלענער עמך איד וועט וויסען אז יענער........ בעסער מען רעדט נישט,
תשובה העלפט אפילו פאר איד,
בשעת א מענטש איז א חוטא איז א מצווה זיך מרחק צו זיין נישט צו ווערען נשפע וכדומה, אבער איינמאל דער מענטש קומט און ביהמ"ד און ער פירט זיך אויף ארענטליך ער דאווענט און ער לערענט, און ער פראבירט צו זיין וואיל, הו קעריס וואס זיין עבר איז? הו קעריס ווי ווייט ער האט געזינדיגט? און אזא שווערע וועלט איז עס איז א נס ווען איינער זינדיגט נישט, נישט א נס ווען מען זינדיגט יא,