איך קרינדזש כ'ווער שוין דעפרעסט פארוואס זענען אונז אזוי סעלף אבסעסט? פארוואס איז אונזער סעלף עסטיעם אזוי נידעריג? פארוואס זענען מיר אזוי קראנקליך זעלבסט באוואוסטזיניג?
א מענטש ווערט סטאק אויפן ראוד מיט א פלעט טייער פונקט פארט דורך א אנדערע מענטש וואס טראגט פונקט א יארמולקע און יענער האט פונקט די טולס צו פיקסן א פלעט טייער. אונזער יארמולקע מענטש זעט דעם אנדערן מענטש געט זיך נישט אן עצה, שטעלט ער זיך אפ צו העלפן.
פונקט פארט דורך נאך א יארמולקע פארשוין און נעמט א בילד פונעם ערשטן יארמולקע מענטש וואס טוט א גארנישט ווייניג ערווארטעט מענטשליכע אקט מיט'ן העלפן דעם פארשוין און שיקט ארויס דאס בילד.
גייט נישט דורך קיין סך צייט און אלע אידישע העדליינס אויף יעדע נייעס קאנאל שרייט מיט ריזיגע העדליינס: "קידוש השם!!" א מער.. איינער משלנו איז מענטשליך!
אויף א פילע עראפלאן אין די לופטן, א בני נח חלש'ט, פונקט איז אויפן פליגער א אי עם טי וואס טראגט א יארמולקע, דער וואלט דאך באמת געדארפט לאזן דעם בני נח שטארבן, ווי אויך איז געווען נאך אפאר יארמולקעלאזע אי עם טי'ס אבער יענע האבן זיכער געוואלט ענדערש וואטשן א פילם, אבער ניין, נישט אונזער אי עם טי , ער איז געגאנגען ראטעווען.
ריזיגע העדליין שפעט נישט צו קומען: ''קידוש השם אין די לופטן!''
ס'קומען פאר ראיאטן אין לאנד, קראנקליך-זעלבסט-קאנטשעס, נידריג-זעלבסט-זיכערע, גילטיג-געפילערישע אידן ברענגען דאונאט'ס פאר די פאליציי. ריזיגע העדליינס אין אלע שיכטן און קרייזן נייעס פלאטפארמען: ''קידוש השם!'' אידן טיילן עסן פאר לאו ענפארסמענט
וואס גייט פאר מיט אונז? פארוואס זענען מיר אזוי מענטעלי אומגעזונט?
לאמיר דיר זאגן עפעס, דער גוי וואס זעט דיר העלפן איינעם מיט א פלעט טייער, איז א געזונטער נארמאלע מענטש. ער זעט נישט דיין ג-ט אין דיין אקט, ער ליגט נישט אין דעם בכלל, ער איז נישט אבסעסט מיט דיר אזוי ווי דו ביזט מיט דיר. ער זעט סך הכל א מענטש טוט וואס ער האט און דארף צו טון.
הערטס שוין אויף עקטן ווי דריטע רעיט באשעפענישן! עץ זענטס חולי נפש! ביטע!, גענוג איז גענוג!
קידוש השם? אדער א גייסטיש געשעדיגט פאלק?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: אונז גיי מיר דא יעצט אפלערנען א שטיקל גמרא...זאגט די הייליגע גמרא...."שייף עייל. שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...אונזער העלד הערר יואלי וואלפסאן איז עפעס אזא מין עניו. זיין עניוות גיסט זיך אריבער אויף אנדערע מענטשן.
אמת. אט די אלע זאכן וואס ער האט דא פריער אויסגערעכנט. וואו איין אפשטאמיגער פון אדם וחוה (אדער פון טשימפס, לשיטת די אויפגעקלערטע) רענדערט הילף פאר א צווייטן אפשטאמיגן פון די פריערדיגע. וואס איז נאטירליך. א יעדער איינער וואלט עס געטון (ער/זי וואלט. אבער זיי טוען נישט.) און ער גייט ארויס און בארימט זיך נאך וואספארא אויסערגעווענליך פיינער מענטש ער/זי איז.ער איז גאר א קרעדיט פאר זיין ראסע...א זאך וואס א יעדער בן אדם וחוה וואלט געטון...!
איז אבער דא א שטיקל פראבלעם מיט אט די סצענאריא. די סטאטיסטיקס ווייזן אז אין העכער 80% פון די קעיסעס וועט איין אפשטאמיגער פון אדם וחוה אדער די טשימפס נישט אפשטעללן זיך צו העלפן זיין 250'סטן קאזין. אויסער די אייניקלעך פון אברהם און שרה. זיי שטעללן זיך יא אפ און געבן הילף וואו אימער זיי קענען. זענען אבער פארהאן א טייל פון אונזערע קאזינס וועלכע האבן א קאמפלעקס און זיי זענען ליידער זעלבסט באוואוסטזיניג איבער דעם פאקט וואס די אלגעמיינע וועלט באדאנקט זיך פאר אט די גרופ..!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
דיינע ערשטע צוויי פעלער איז גארנישט ראנג. קידוש השם מיינט נישט אז דער גוי וואלט עס נישט געטון און אויב דו קיקסט עס יא אן אזוי איז א צייכן צו דיין "געשעדיגטקייט" קידוש השם איז אז א יוד טוט עפעס א נאבעלער אקט און דער גוי טראכט wow וואסערע שיינע פאלק דאס יודישע פאלק איז אז זיי טון א נאבעלער אקט
די דריטע פאל ביסטו גערעכט אבער ס'איז א חנופה שטיקל וויי נאט
די דריטע פאל ביסטו גערעכט אבער ס'איז א חנופה שטיקל וויי נאט
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: קידוש השם? אדער א גייסטיש געשעדיגט פאלק?
ס'איז זיכער אז אונז אידן שטייען בעסער אין חסד מער פון אלע / רוב פעלקער.
כ'גיי נישט אריינגיין אין אמף טענה'ריי צו די רוי וואלט עס אויך געטון צו נישט.
מיך באדערט אן אנדערע פוינט, די "קידוש השם" נייעס וואס פארט אלס ארום צווישן אונז איז געווענליך פון א גאר שוואכע קאליבער.
נעמט למשל די לעצטע שטיק צייט די קאראנע בר מצוות דאס אז שומרים / שמירה האט אריבערגעפארן בר מצוות מיט לאנגע עסקארטס פון בליטשקענדע לעמפלעך מיט סירענעס צו "אויפהייטערן די בר מצווה בחור" צו טאנצערס זענען געקומען טאנצן (פאר געלט - סתם, נישט אז געמאכט אויס), איז פשוט א תוצאה פון ארבעטסלאזיקייט און אטענשאן, אין בעסטן פאל איז עס אביסל לעבעדיגקייט. אבער "קידוש השם אין בארא פארק"?
ווען טויס פאר יו שיקט אביסל מתנות צו די צושוידערטע קינדער אין דשערסי סיטי זיי צו "עטוואס פארגרינגערן", איז דאס וואס שרייט "מי כעמך ישראל"?
ס'איז דא אזויפיל גוטס ביי אידן און די חסד איז טאקע אומגעהויער, אבער נישט קעמפ שמחה'ס ברענגען מאטארביציקלעך פאר קינדער איז דאס וואס ברענגט עס ארויס!