תשובה העלפט אפילו פאר א איד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

תשובה העלפט אפילו פאר א איד

שליחה דורך פריינדליך »

עס איז זייער א מאדענע קעפעל, אבער איך האב באשלאסן עס צו שרייבען נאכדעם וואס איך האב געזען די קוואט פון א בעל תשובה:

עשיתי טעות, אני ודאי מבין את הטעות שעשיתי. אני מסתכל כל בוקר במראה ובוכה, היה משבר משפחתי שמאוד העיק עליי. לכל אחד בעולמנו יש את המשברים שלו. הבעיה היתה שלא היה לי למי להסביר את עצמי. ואז היה 'שבירת הכלים'. אי אפשר להסביר את זה בדרך הטבע. זה מאוד קשה להסביר את זה".


אונז לעבן מיר היינט און זייער א פאריאגטע וועלט, אלעס גייט שנעל געכאפט און אן קיין טראפ ישוב הדעת, און ליידער כאפט זיך אריבער די זעלבע זאך ביי אונז אידן אויך אז מען לעבט א פאריאגט לעבען אן טראכטען אן ישוב הדעת, אינגעלייט מיטשען זיך טאג טעגליך אויף פרנסה מען דארף זיך דרייען און מאנהעטען א פלאטץ וואס איז פיל מיט זוהמה און טומאה, מען לעבט מיט גרויסע משפחות און פיצעלע דירות פארשטיפט אן קיין ישוב הדעת,

ווען א אינגערמאן פאלט אדורוך און ער זינדיגט, כ"ש אויב ער טוט ח"ו א גרויסע עבירה, איז געווענליך נישט דא קיין וועג צוריק פאר אים,
אפילו אויב געלונגט אז מען האט נישט ארויס געווארפען זיינע קינדער פון די מוסדות בלייבט ער אבער אויסגעשפיגען און מחוץ למחנה, פון א הנחה ביי שכר לימוד קען ער פארגעסן, זאל ער זיך פרייען אז איינער האלט זיינע קינדער, אז ער וועט מאכען א שמחה וועט זיין א מצווה נישט צו גיין צו אים, אז מען וועט זען אז ער האט א חבר וועט מען זיכער מאכען צו דערמאנענן פאר יענעם זיינע עבירות אזוי אז עס זאל אים פארגיין די אפעטיט, דער פלענער עמך איד וועט וויסען אז יענער........ בעסער מען רעדט נישט,

תשובה העלפט אפילו פאר איד,
בשעת א מענטש איז א חוטא איז א מצווה זיך מרחק צו זיין נישט צו ווערען נשפע וכדומה, אבער איינמאל דער מענטש קומט און ביהמ"ד און ער פירט זיך אויף ארענטליך ער דאווענט און ער לערענט, און ער פראבירט צו זיין וואיל, הו קעריס וואס זיין עבר איז? הו קעריס ווי ווייט ער האט געזינדיגט? און אזא שווערע וועלט איז עס איז א נס ווען איינער זינדיגט נישט, נישט א נס ווען מען זינדיגט יא,
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

רביה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע האט געזאגט דער דער וואס האט נאר איין פראצענט ספק אין דעם וואס ער זאגט און א גרינע מיטוואך ביי 'סלח לנו אבינו כי חטאנו ומחל לנו מלכנו וכו", אז באמת איז מען איהם נישט מוחל איז בגדר כופר, כל שכן וכל שכן בימי הרחמים והסליחות.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דוכט זיך אז דאס שטייט שוין פון בעל התניא זצ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער רבי שרייבט עס אין א תשובה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך גוטזאגער »

און באמת איזא גרויסע טעות צו זאגען אז תפיסה העלפט פאר אלע פראבלעמען עס איז נישט אמת אויב עפעס קומט מען ארויס א גרעסערע קרימינאל ווי ווען מען איז אריין והדבר ידוע לכל.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
פארשפארט