השוואות בין ספר המספיק לקונטרס אמונה ובטחון

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

השוואות בין ספר המספיק לקונטרס אמונה ובטחון

שליחה דורך כרם זית »

איינע פון די גאר שיינע און טיפע ווערק פונעם אי''ש חזון ר' אברהם ישעיהו קרליץ ז''ל, איז זיין קליינעם קונטרס'ל ''אמונה ובטחון''. די קונטרס וועלכע איז דוקא נישט ארויסגעקומען ביים גאון'ס לעבן, האט דאך באקומען גאר אסאך מאמענטום, און איז זייט דאן איינער פון די גאר קלאסישע מוסר, און אפילו פילאזאפיע ספרים, וועלכע ווערן געלערנט אינעם חרדישן בית מדרש, דורך ישיבה בחורים און בעלי מחשבה. די קונטר'סל האט אויך גענאסן פון א היבש ביסל געהויבנע אויגנברעמען, לאו דוקא ווייל דער חזון איש האט אויסגעטראפן א נייעם מהלך במהות הבטחון (א זאך וועלכע איז לפע''ד שווער זו זאגן, כדלהלן), נאר בעיקר ווייל די ספר ''מאכט טראכטן'' און נעמט ארויס די מענטש פון זיין משכל ראשון'דיגע הבנה.
די אויגנברעמען זענען בעיקר געהויבן געווארן אויף דעם וואס דער אי''ש אשר רוח בו שרייבט מיט זיין גין גאלדנע שפראך במהות ''בעל בטחון'', אז עס איז נישט קיין בטחון ווען מען חזר'ט אז ''עס וועט זיין גוט'', ווייל ווער ווייסט דען דעם באשאפער'ס חשבונות? נאר בטחון איז א שטארקע ''אמונה'' אז דער אייבישטער ווייסט וואס ער טוט און אז אלעס איז מיט א פינקליכע חשבון. פאלגונד ציטיר איך זיין לשון הנוגע לענינינו:
טעות נושנת נתאזרחה בלב רבים במושג בטחון. שם בטחון המשמש למדה מהוללה ועיקרית בפי החסידים, נסתובבה במושג חובה להאמין - בכל מקרה שפוגש האדם והעמידתו לקראת עתיד בלתי מוכרע ושני דרכים בעתיד, אחת טובה ולא שניה - כי בטח יהיה הטוב ואם מסתפק וחושש על היפוך הטוב הוא מחוסר בטחון. ואין הוראה זו בבטחון נכונה, שכל שלא נתברר בנבואה גורל העתיד אין העתיד מוכרע, כי מי יודע משפטי ד' וגמולותיו ית'. אבל ענין הבטחון הוא האמון שאין מקרה בעולם, וכל הנעשה תחת השמש הכל בהכרזה מאתו יתברך,

לערננדיג די שטיקל קען זיך דאכטן אז דאס האט א ראשון אין די פילאזאפישע מיטלאלטער געשריבן. די קלארקייט אין די ענין וועלכע מאנכע האבן ''מורא אריינצוטראכטן'' איז מבהל'דיג.
אבער ווי שוין אויבן דערמאנט, האלטן געוויסע אז דער חזון איש האט דא אויסגעטראפן אן אייגנעם שיטה, נישט ווי שאר ראשונים. די טענה איז אז די מהות פון בטחון איז אז עס וועט זיין גוט ''פאר די מענטשליכע אויגן''.
די שרייבער פון די שירות אין נישט אזא בקי בספרי חסידות ומחשבה. אבער ברוך ה' אז איך האב געטראפן א חבר צו שיטת רבינו החזון איש, און טאקע פון די גאר גרויסע ראשונים. ה''ה רבינו אברהם בן רבינו משה בן רבינו מיימון הדיין זכר צדיקים לברכה.
ר' אברהם בן הרמב''ם האט צוישן אנדערע מחבר געווען א גאר שיינע און מסודר'דיגע ספר, א שטייגער ווי מסילת ישרים (הגדרת הגאון ר' דוד קאהן בהסכמתו מהדורת פלדהם,) אויף עניני עבודת ה', מיטן נאמען ''המספיק לעובדי ה''' (אינאמת'ן איז די ספר געשריבן געווארן אויף אידיש אראביש, טא די אמת'ע נאמען איז ''כפאיה אלעאבין''). ווי מיר וועלן באלד זען איז רבינו אברהם מגדיר בטחון ממש ווי דעם חזון איש.
נאכמער ווי דעם, אויב רבינו אברהם נעמט אזוי אן איז מסתבר אז אויך זיין גרויסע טאטע, דער רמב''ם האט אזוי געלערנט ווייל כל תורתו האט ער פון אים מקבל געווען. (ועיין במבוא לספר המספיק מהודרת פלדהם מה שכתבו).
פאלגונד ברענגן מיר אראפ די לשון פון ר' אברהם בן הרמב''ם:
ועיקר הבטחון הוא חזוק האמונה כי ה' יתעלה הוא הבורא והמפרנס המחויה והממית המחליא והמרפא המעשיר והמרושש וכל מקרי העולם הכלליים והפרטיים חוזרים אליו, והוא פועלם הגוזר עליהם ומוציאם לפעל - מלבד המשמעת והמרי כידוע לכל וכמבואר להלן באחד מפרקי החלק הזה.

אויכעט שפעטער שרייבט ער נאכאמאל אז בטחון איז בלויז ''אמונה'':
ואמתות הבטחון היא שיהא הבוטח נותן בטחנו אמונתו בכל העננים בה' יתעלה ולא בשים אמצעי מן האמצעים הרגילים. אם חלה ורפא לו עליו לדעת בלבו ומצפונו בודאות שהתרופה לא העילתהו אלא במאמרו יתעלה ככתוב דברים ל"ב ל"ט מחצתי ואני ארפא. וההנהגה המזיקה לא תזיקנו אלא ברצית הבורא.

זעען מיר קלאר אז אויך מגדולי הראשונים האבן געלערנט ווי דער חזון איש, אזאך וואס איז מוכח פון די עצם זאך אליין, ווייל דער חזון איש וואלט זיך ח''ו נישט אוועקגערוקט מהראשונים.
די עצם השואה, הגם איך האב עס אליין צוזאמענגעשטעלט האב איך שוין געזען נאך פלעצער. אבער וואס איך וויל צולייגן איז אז דורכגייענדיג די ספר ''המספיק'' זעט מען נאך עטליכע השוואות צום קונטרס אמונה ובטחון אויף אזוי ווייט אז עס האט זיך אריינגעגנבט אין מיר א געדאנק אז דער חזו''א האט געזען דער ספר המספיק... (אבל אין לומר כן דספר המספיק דלא נתרגם ללשה''ק רק בשנת תשכ''ה והחזון איש כבר נפטר בשנת תשי''ד. ולומר דראה תרגום האנגלי דיצא ב1938, מלבד עצם הדוחק דהחזו''א ידע אנגלית, ישנם ידים מוכחות דכתב קונטרסו עוד בווילנא (כך ראיתי בק''ש באשכול אחר) וב1938 כבר היה בא''י).
די צווייטע השואה איז נאך אלס בהאי ענינא. דער חזון איש שרייבט סוף פון פרק ב וואו ער שטעלט אוועק אז אמונה מיינט נישט גלייבן אז סוועט זיין גוט, אז מיט דעם אלעמען איז דא א מדריגה וואס דער מענט ''ווייסט'' אז סוועט זיין גוט כעין נביאה. וז''ל:
יש עוד ממדת הבטחון כי על הבוטח שורה רוח קדש ומתלוה עמו רוח עוז המבשרו כי אמנם יעזרהו ד', וכמו שאמר דוד המלך ע"ה אם תחנה עלי מחנה לא יירא לבי אם תקום עלי מלחמה וגו', וזה ענין מתחלף לפי מעלת הבוטת ורב קדשו

אין אינעם לשון פון ר'''א בן הרמב''ם (ולזה ציין גם המהדיר מהדירת פלדהם שם):
ולכן כל עוד לא השיג הנביא - ואין צריך לימר החסיד - את האמץ ההוא וההרגשה הנבואית במקרה מן המקרים הריהו ירא לנפשו עד שתבואנו ההתגלות ותשקיט את פחדיו.

אויך אביסל שפעטער שרייבט ער:
או ישיא ה' לעבדו איזו השראה שתרגיענו מפחדיו או שעל פיה ינהג, או שעליה יסמך, אם איננו מן הנביאים, או גם אם נביא הוא אלא שלא נתנבא באותו מעמד. כדרך השפעתו יתעלה על דוד כשנצירא מפני אכיש מלך גת כשישב אצלו ועבדיו הסיתוהו כנגדו, ונאלץ לשנות את טעמו וכך ניצל ממות, ככתוב.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כרם זית האט געשריבן:נאכמער ווי דעם, אויב רבינו אברהם נעמט אזוי אן איז מסתבר אז אויך זיין גרויסע טאטע, דער רמב''ם האט אזוי געלערנט ווייל כל תורתו האט ער פון אים מקבל געווען. (ועיין במבוא לספר המספיק מהודרת פלדהם מה שכתבו).

ס'מיר אינטערעסאנט צו וואוסן וואס זיי זאגן דארט, ווייל ווי ווייט איך ווייס, טראץ דעם וואס אין פסקי הלכה נעמט ר' אברהם זיך זייער שטארק אן פאר זיין טאטע, אבער אין השקפה איז ער געווען פונקט דאס פארקערטע פון איהם. דער רמב"ם איז געווען א טרוקענע קאלטע פילאזאף וואס האט פיינט געהאט יעדע זאך וואס האט נאר געשמעקט פון מיסטיקע, א פארברענטע חסיד פון אריסטו זאגנדיג אויף איהם אז ער איז געווען א מדריגה אונטער נבואה. זיין זון ר' אברהם, פון דער אנדערער זייט, איז געווען איין שטיק מיסטיקע און ווארעמקייט און מיטגליד (צו גאר דער גרינדער) פון די אידישע באוועגונג וועלכע האט אדאפטירט די צופישע השקפה (איסלאמישע מיסטיקע).

https://books.google.com/books?id=I94WD ... &q&f=false

https://kavvanah.wordpress.com/2016/01/ ... is-circle/
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

פון פרופ' מיכה גודמן האב איך שוין געהערט כמ"פ אז עס איז נישט אמת די
סטריאטייפ אז דער רמב"ם איז געווען א קאלטער ראציאנאל נאר אונטער די קאלטע
לאגיק האט גערוישט א ים פון געפילן.
ער ברענגט א ראי' פון דער רמבם'ס דעפרעסיע פאר א גאנצע ַַיאהר ווען זיין
ברודער איז דערטרונקען געווארן, אפילו ער אליין מאכט אוועק אין זיינע ספרים די
זאך פון טרויערן צו לאנג אויף א מת.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

לעצם הענין עיין בפלא יועץ ערך הבטחה וואס איז אויך מסביר ביטחו אזוי ווי די
חזו"א
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קען זיין אז די סטיריאוטיפ איז נישט ריכטיג, אבער דאס האט ער געפרעדיט אלע יארן, שכל שכל און נאכמאל שכל, די גאנצע מושג פון גאט האט ער אריינגעטייטשט אין שכל, מ'זאל חלילה נישט צוקומען צו גלייבן אין העכערס, ווי אויך גלייב איך נישט אז ער וואלט הנאה געהאט פון זיין זונ'ס צופישע איינפירונגען. מיט דעם ביזטו גערעכט אז ר' אברהמ'ס אידישע צופיזם איז נישט קיין דירעקטע סתירה צום רמב"ם'ס איסלאמישע Aristotelianism, אבער למעשה גערעדט זענען זיי צוויי אנדערע schools of thought.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

א הערליכער שמועס. יישר כח הרב [tag]כרם זית[/tag] פאר'ן גיין פתיחה און אייער שיינעם מאמר. חילך לאורייתא מיר דארפן נאך.

דא האסטו א מאמר וואס איך האב געשריבן אין איינע פון די פריערדיגע יארן צו דער יארצייט פון חזון איש.

דא און דא האסטו הערליכע פאעזיעס פון חיים גראדע אויפ'ן חזון איש, באשריבן דורך ידידינו [tag]גראדעמעכעלע[/tag]

דא און דא האסטו שטיקלעך חומר למחשבה פון ידידינו [tag]כוכב[/tag] במשנתו של החזון איש, איינס אין קובץ אגרות איבער באציאונגען פון מענטש צו מענטש און איינס אין אמונה ובטחון איבער די פלאי הבריאה והבורא.

דא האסטו איבער א בריוו פון חזון איש ארום העם והמדינה, געברענגט דורך [tag]היימישער ליטוואק[/tag]
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

יישר כח רימון פאר די שיינע ווערטער.
כוועל שפעטער בע''ה ארויפלייגן די מבוא צו מהדורת פלדהם.
און בנוגע וואס דער רמב''ם האט געטרויערט נאך זיין ברודער, קעגן וואס ער שרייבט נישט צו טרויערן נאך א מת. עס איז נישט ממש דומה ווייל ווען אחיו ר' דוד איז נפטר געווארן איז ממש געווען עולמו חרב בעדו, זייענדיג זיין שפייזער אז ער זאל קענען אנגיין מיט זיין גרויסע ווערק, ממילא איז די טרויער געווען מער ווי אויף סתם א מת.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

האמת שחשבתי מזה, אבל לענ"ד איז עס נאך ערגער אז ער איז אריינגעפאלן אין א
דעפרעסיע וועגן געלט.
ובלא"ה איז דא גאנץ אפאר פלעצער אין י"ד ווי דער רמבם געט זיך אזא צולאז זיינע
געפילן.
וידוע המעשה שכתב ר' אברהם בן הרמב''ם דפ''א בליל פסח האריך בסיפור יציא''מ כל
אותו הלילה ושאלו בנו, אבא כבר כתבת בספרך איזה מילים מועטים שצריך לומר,
והשיב לו מה אעשה שהרגשותי הציפו.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ר' אברהם אין די בריוון האט נאך אזעלכע מעשיות, אויך פארציילט ער דארט אז זיין מאמע האט געדארפט העלפן זיין טאטע לייגן תפילין ווייל די הענט האבן זיך איהם געווארפן פאר פחד השם והדר גאונו, אבער ס'ליגט מיר אין קאפ אז די בריוון זענען נישט אנגענומען צו זיין קראנט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

לאמיך אריינטעגן [tag]איש חזון[/tag] אין דעם אשכול.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איני יודע איך אפשר לחלוק על דברי החזו"א. האם יש אפשרות שהאדם חייב להאמין בדבר שהוא מופרך מעיקרו? האדם שנחלה ל"ע, ואינו יודע אם יחיה אם ימות, האם 'חייב' להאמין שיחיה? הרי בית הקברות מלאה מפה אל פה מאנשים שנחלו ומתו, ואיך תהיה האמונה על דבר שאינו?

יש בסגולת הבטחון לעזור, כפי אשר סיים החזו"א דבריו, אבל החיוב להאמין שהכל יהיה כמו הטוב שאתה רוצה, אין לה שחר, לפענ"ד.

'טראכט גוט וועט זיין גוט', איננה מבוססת עפ"י תורה, ואני הייתי אומר שיש ראיות נגדו, מרחל אמנו ועוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

למה אתה אומר שאי אפשר אמונה על דבר שאינו? הלא מצינו ענין כזה בזוהר הקדוש. ובאמת זה כל העניין של אמונה, כמו דמתאמרא משמיה מארק טוויין: ""Faith is believing what you know ain't so"
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איני יודע איך אפשר לחלוק על דברי החזו"א. האם יש אפשרות שהאדם חייב להאמין בדבר שהוא מופרך מעיקרו? האדם שנחלה ל"ע, ואינו יודע אם יחיה אם ימות, האם 'חייב' להאמין שיחיה? הרי בית הקברות מלאה מפה אל פה מאנשים שנחלו ומתו, ואיך תהיה האמונה על דבר שאינו?

יש בסגולת הבטחון לעזור, כפי אשר סיים החזו"א דבריו, אבל החיוב להאמין שהכל יהיה כמו הטוב שאתה רוצה, אין לה שחר, לפענ"ד.

'טראכט גוט וועט זיין גוט', איננה מבוססת עפ"י תורה, ואני הייתי אומר שיש ראיות נגדו, מרחל אמנו ועוד.

איך האב אלס פארשטאנען אז די מימרא טראכט גוט וועט זיין גוט איז מער א סגילה ווי א חיוב. דהיינו ווען א מענטש לייגט זיך אריין אין א איינרעדעניש אז אלעס וועט זיין גוט וועט אים דער גוטער באשאפער נישט דיסיפאוינטן. וגם יש לפרש המימרא דממשך על עצמו מידת החסד.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין אז די סטיריאוטיפ איז נישט ריכטיג, אבער דאס האט ער געפרעדיט אלע יארן, שכל שכל און נאכמאל שכל, די גאנצע מושג פון גאט האט ער אריינגעטייטשט אין שכל, מ'זאל חלילה נישט צוקומען צו גלייבן אין העכערס, ווי אויך גלייב איך נישט אז ער וואלט הנאה געהאט פון זיין זונ'ס צופישע איינפירונגען. מיט דעם ביזטו גערעכט אז ר' אברהמ'ס אידישע צופיזם איז נישט קיין דירעקטע סתירה צום רמב"ם'ס איסלאמישע Aristotelianism, אבער למעשה גערעדט זענען זיי צוויי אנדערע schools of thought.


תומר פרסיקו און א ארטיקל אינטער די קעפל ''מדיטציה על פי הרמב"ם''.

איגנארירן די מיסטישקייט פון דעם רמב"ם איז בלויז א זאך פון די פארגאנגענע דורות, אבער באמת ווען ס'איז צום ערשט נתפרסם געווארן די ''ספר מורה נבוכים'', האבן גרויסע מיסטיקער ווי: מייסטער עקכארט, המקובל ר' אברהם אבולעפיא און ר' אברהם בן הרמב"ם, עס געזעהן ווי א מובן מאליו אז די ספר איז א וועגווייזער פאר, ''הדרכה רוחנית, המיועד להוביל את הקורא הנבון אל המגע הישיר, אם לא האחדות ממש, עם האלוהים''. נאר מיט די אנטי-רעליגיעזע גייסט פון די ניינצען'טע יארהונדערט, און די ווילען פון אידישע משכילים צו ווייזן אז "אויך מיר" פארמאגן א ריין ראציאנאליסטישע פילאסאף, האט מען פארנעפלט די מיסטישע זייט פונעם רמב”ם.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. אז דו האסט שוין דערמאנט דעם משיח שקר אברהם אבולאפיאה'ס פירוש אויפ'ן מורה וועל איך ציטירן אביסל פון יש"ר מקנדיא (ער איז אויך געווען א מקובל און ער האט געלעבט נאך פאר די צייטן פון די משכילים) אין זיין ספר מצרף לחכמה, וז"ל: גם ראיתי ספרים שחבר חכם אחד שמו ר' אברהם אבולאפיאה, ולסכלותו וגאותו כנה עצמו אברהם המורה, ומשנחרב בהמ"ק נתנה נבואה לשוטים, כי פירוש המורה בזה המקום שוטה כי כן קורין בלשון יוני למורה שטיא כמ"ש רש"י ז"ל בפ" שמעו נא המורים. השמר מפניו אל תשמע בקולו כי ספריו מלאים דמיוינות וזיופים בדויים מלבו. הוא עשה ספר אור השכל ובחשך הולך וגם עשה ספר מורה המורה והוא פירוש לספר המורה על דרך הקבלה. ראה עד כמה הגיע סכלותו לפרש דברי המורה עם דברי קבלה בדויה מלבו, אשר לא עלתה על מחשבתו של הרבמ"ם ז"ל ולא עלתה על לבו. עכ"ל. קוק דא פאר נאך.

למעשה האט ר' אברהם אבולאפיאה געמאכט א גוט'ן דשאב מיט'ן רמב"ם, דער רמב"ם האט פארדרייט די תורה מיט קרומע פשטים איז ער געקומען און פארדרייט דעם רמב"ם מיט קרומע פשטים, אבער אויב מ'וויל פארשטיין וואס דער רמב"ם האט באמת געמיינט צו זאגן איז זיין פירוש די לעצטע פלאץ צו קוקן.

ב. כ'האב נישט געזאגט אז דער רמב"ם איז געווען אן אטאיסט, און אוודאי איז זיין ספר א מדריך רוחני (הגם אטאיזם איז בכלל נישט קיין סתירה מיט רחניות און רעליגיע, עיין ערך בודהיזם), זיין אפטייטש אויף רוחניות איז אבער אזויווי אריסטו, ער האט געהאלטן אז טאקע ראציאנאל איז עבודת השם אבער מיסטיקע איז עבודה זרה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

לאמיר מאכן עטליכע פוינט'ס אויף זאכן וואס זענען דא אויסגעשמיסט געווארן.
א] דער רמב''ם האט מקיים געווען זאכן מער און אנדערש ווי ער שרייבט. דוגמא ידוע לזה הוא טבילת עזרא כאשר העיד על עצמו במכתב, הביאו הרבינו יונה מסכת ברכות.
ב] עס איז דא א מכתב פון ר''א וואו ער איז מבאר ווי אזוי מען דארף לערנען אגדה, לכאורה כשיטת הרמב''ם.
ג] אזוי אויך ווער עס לערנט ספר המספיק מהדורת פלדהיים מיט די השואות זעט צענדליגע מאל ווי ער גייט בשיטת אביו (לדוגמא דג' המלאכים דפרשת וירא היה מחזה נבואה, ע''ש רמב''ן).
ד] עס איז סתם נישט מסתבר אז א זון זאל אפנויגן פון א גרויסע טאטן בפרט דער רמב''ם זון.
ה] דאס וואס רביה''ק זי''ע שליט''א שרייבט וועגן די בריוון. דאכט זיך אז ער מישט מיט די בריוו וועגן פירש האב''ע דשדא המהרש''ל נרגא בהקדמתו ליש''ש.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

מצפצף האט געשריבן:האמת שחשבתי מזה, אבל לענ"ד איז עס נאך ערגער אז ער איז אריינגעפאלן אין א
דעפרעסיע וועגן געלט.

עס איז לאו דוקא וועגן געלט. עס איז אויך אריינגעמישט רחניות אז ער וועט נישט קענען אנגיין בעבדות הקודש.
ובלא"ה איז דא גאנץ אפאר פלעצער אין י"ד ווי דער רמבם געט זיך אזא צולאז זיינע
געפילן.

כגון הלכות לולב (פ"ח הט"ו): "השמחה שישמח האדם בעשיית המצווה ובאהבת האל עבודה גדולה".
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דער רמב"ם רעדט אפאר מאל פון געפילן, אבער ס'איז אלץ געבויעט אויף קאלטע ראציאנאל, כעין די דרך פון חב"ד. די חב"דסקע זענען אסאך פארנומען שפעטן פון די 'חסידי חג"ת' וואס דינען דעם באשעפער מיט געפילן על אף וואס זיי זענען אויך גורס אהבה ויראה און שמחה, אפשר איז דא דא איינער וואס קען זיך אויס אין תורת חב"ד וואס קען מסביר זיין די חילוק. עכ"פ אין מיסטיקע האט דער רמב"ם נישט געגלייבט, ער האט געהאלטן אז ס'איז עבודה זרה.

למעשה כאפ איך מיך יעצט אז מ'קען יא ברענגען א ראיה פון ר' אברהם אויף זיין טאטע מיט א קל וחומר, אויב ר' אברהם וואס איז נישט געווען ממש ריין ראציאנאל האט נישט געהאלטן פון קאפ-אין-וואנט ביטחון, איז דאך זיכער אז זיין טאקע וואס איז געווען לויטער ראציאנאל האט נישט געהאלטן דערפון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איני יודע איך אפשר לחלוק על דברי החזו"א. האם יש אפשרות שהאדם חייב להאמין בדבר שהוא מופרך מעיקרו? האדם שנחלה ל"ע, ואינו יודע אם יחיה אם ימות, האם 'חייב' להאמין שיחיה? הרי בית הקברות מלאה מפה אל פה מאנשים שנחלו ומתו, ואיך תהיה האמונה על דבר שאינו?

יש בסגולת הבטחון לעזור, כפי אשר סיים החזו"א דבריו, אבל החיוב להאמין שהכל יהיה כמו הטוב שאתה רוצה, אין לה שחר, לפענ"ד.

'טראכט גוט וועט זיין גוט', איננה מבוססת עפ"י תורה, ואני הייתי אומר שיש ראיות נגדו, מרחל אמנו ועוד.


החזו"א מתייחס להדיא בדבריו לחסידים שאומרים שביטחון הוא שיהיה טוב. ובאמת האימרא "טראכט גוט וועט זיין גוט" הובא במכתב הריי"צ מהצמח צדק (אגרות קודש הריי"צ ב עמוד תקלז).

ובכלל יש מקורות דלא כהחזו"א:
א) שערי תשובה לרבנו יונה שער שלישי (על הפסוק כי תצא למלחמה על אויביך): הוזהרנו בזה, שאם יראה האדם כי צרה קרובה, תהיה ישועת ה' בלבו ויבטח עליה.
ב) עיקרים מאמר רביעי ספמ"ו: אמר הכתוב והבוטח בה' חסד יסובבנו, כלומר … מדרך הביטחון להמשיך חסד חינם על הבוטחים בה'.
ג) ילקוט שמעוני ישעיה רמז תעג: שכל מי שבוטח בשמי – אני מצילו.

כמובן שהמהלך של חזון איש יותר מובן לדעתי.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אין אפאר פלעצער האב איך געזעהן צענדליגע ראיות פין ספרים פארקערט פין חזון איש, און דא אליין ברענגט דער פותח האשכול פין ר' אברהם אז כאטשיג ער שרייבט ווי דער חזון איש, שרייבט ער אויך אז די העכערע מדריגה איז די חסידישע בטחון, אנדעריש ווי דער חזון איש וואס מאכט עס אינגאנצען אוועק. לכאורה האט ער געלעבט אין די שוואכערע מדריגה והמבין יבין.

דאס וואס מען שרייבט וועגן דער רמב"ם, איז באקאנט אז דער יעב"ץ שרייבט אז עס איז דא צוויי רמב"ם'ס, דער ראציאנאלע רמב"ם און דער מער נישט ראציאנאלע, דער מער חסידישע רמב"ם.

די מערסטע ווי מען זעהט דער אנדערע רמב"ם איז אין אגרת תימן, ווי ער שרייבט מיט ווארימקייט און גלייבט אין קבלות (נישט קבלה) און וואס נאך.

ווי עס זעהט אויס האט דער רמב"ם נישט פראקטיצירט זיין פיליזאפיע אינדערהיים אדער מיט יעדעם איינעם. נאר געוויסע תלמידים האט ער איבערגעגעבן דער שיטה וואס ער שרייבט אין מורה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חסידישער_ספקן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איני יודע איך אפשר לחלוק על דברי החזו"א. האם יש אפשרות שהאדם חייב להאמין בדבר שהוא מופרך מעיקרו? האדם שנחלה ל"ע, ואינו יודע אם יחיה אם ימות, האם 'חייב' להאמין שיחיה? הרי בית הקברות מלאה מפה אל פה מאנשים שנחלו ומתו, ואיך תהיה האמונה על דבר שאינו?

יש בסגולת הבטחון לעזור, כפי אשר סיים החזו"א דבריו, אבל החיוב להאמין שהכל יהיה כמו הטוב שאתה רוצה, אין לה שחר, לפענ"ד.

'טראכט גוט וועט זיין גוט', איננה מבוססת עפ"י תורה, ואני הייתי אומר שיש ראיות נגדו, מרחל אמנו ועוד.


החזו"א מתייחס להדיא בדבריו לחסידים שאומרים שביטחון הוא שיהיה טוב. ובאמת האימרא "טראכט גוט וועט זיין גוט" הובא במכתב הריי"צ מהצמח צדק (אגרות קודש הריי"צ ב עמוד תקלז).

ובכלל יש מקורות דלא כהחזו"א:
א) שערי תשובה לרבנו יונה שער שלישי (על הפסוק כי תצא למלחמה על אויביך): הוזהרנו בזה, שאם יראה האדם כי צרה קרובה, תהיה ישועת ה' בלבו ויבטח עליה.
ב) עיקרים מאמר רביעי ספמ"ו: אמר הכתוב והבוטח בה' חסד יסובבנו, כלומר … מדרך הביטחון להמשיך חסד חינם על הבוטחים בה'.
ג) ילקוט שמעוני ישעיה רמז תעג: שכל מי שבוטח בשמי – אני מצילו.

כמובן שהמהלך של חזון איש יותר מובן לדעתי.


איך האב ראיות פון די תורה אז 'טראכט גוט וועט זיין גוט' איז נישט אמת. א בריוו מיט א מימרא איז ביי מיר נישט קיין מקור. רחל אמנו האט געפארכט אז מ'וועט איר אפגט'ן און שיקן חתונה צו האבן מיט עשיו'ן, און בשכר דעם האט זי זוכה געווען צו קינדער. טראכט שלעכט וועט זיין גוט. דער בריסקער רב פלעגט טייטשן 'יום אירא אני אליך אבטח', ווען מ'פארשטייט די סכנה, פאסט בטחון. איינער וואס פארכט בכלל נישט, איז סתם א קל נישט קיין בוטח.
א) רבינו יונה רעדט פון א מלחמה, ווי מיר האבן א הבטחה פון דער רבוש"ע אז כלל ישראל גייט געואוונען, אחוץ טאמער עס איז דא דערויסענדיגע סבות. קיינער האט נישט קיין הבטחה אז ער גייט זיך היילן פון א מחלה.
ב) דער חזו"א איז מודה אז בטחון האט אין זיך א סגולה פאר א ישועה, און אז דער רבוש"ע גיבט שכר צום בוטח מיט דעם וואס ער גיבט אים חסד. אבער דאס איז אזוי ווי אנדערע שכר, תלוי אויף די גאנצע ארום און ארום פון דער מענטש, און דאס קומט נאך בטחון, נישט פאר בטחון.
ג) דער ילקוט שמעוני איז דער זעלבע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

דער חזו"א מאכט נישט אוועק די מדריגה אין ביטחון, פארקערט, ער שרייבט אז
איינער מיט אזא מדריגה אין ביטחון איז ממשיך אויף זיך ישועות וכו', ער האלט
נאר אז דאס איז נישט די מינימאלע חיוב, און אויך מאכט ער חוזק פון די וואס
זאגן אז זיי זענען אין די מדריגה, אבער ווען א קאנקורענט עפנט א געשעפט קעגן
איבער איהם, ווערט ער אינגאנצן פארלוירן.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

@חסידישער_ספקן איך זעה נאר אין די רבנו יונה דלא כחזו"א
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
פארשפארט