השוואות בין ספר המספיק לקונטרס אמונה ובטחון

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז נישט קיין מדרגה, עס איז נאר א סגולה. קוק זיין לשון

יש עוד ממדת הבטחון, כי על הבוטח שורה רוח הקדש ומתלוה עמו רוח עוז המבשרו עי אמנם יעזרהו ד', וכמו שאמר דוד המלך ע"ה אם תחנה עלי מחנה לא יירא לבי אם תקום עלי מלחמה וגו', וזה ענין מתחלף לפי מעלת הבוטח ורב קדשו.


ער זאגט אז נאך דעם וואס א מענטש איז א בעל בטחון, קען ער האבן די רוח הקודש, אבער נישט דאס איז בטחון. בטחון קומט פאר די הבטחה, נישט נאך דעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
חסידישער_ספקן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איני יודע איך אפשר לחלוק על דברי החזו"א. האם יש אפשרות שהאדם חייב להאמין בדבר שהוא מופרך מעיקרו? האדם שנחלה ל"ע, ואינו יודע אם יחיה אם ימות, האם 'חייב' להאמין שיחיה? הרי בית הקברות מלאה מפה אל פה מאנשים שנחלו ומתו, ואיך תהיה האמונה על דבר שאינו?

יש בסגולת הבטחון לעזור, כפי אשר סיים החזו"א דבריו, אבל החיוב להאמין שהכל יהיה כמו הטוב שאתה רוצה, אין לה שחר, לפענ"ד.

'טראכט גוט וועט זיין גוט', איננה מבוססת עפ"י תורה, ואני הייתי אומר שיש ראיות נגדו, מרחל אמנו ועוד.


החזו"א מתייחס להדיא בדבריו לחסידים שאומרים שביטחון הוא שיהיה טוב. ובאמת האימרא "טראכט גוט וועט זיין גוט" הובא במכתב הריי"צ מהצמח צדק (אגרות קודש הריי"צ ב עמוד תקלז).

ובכלל יש מקורות דלא כהחזו"א:
א) שערי תשובה לרבנו יונה שער שלישי (על הפסוק כי תצא למלחמה על אויביך): הוזהרנו בזה, שאם יראה האדם כי צרה קרובה, תהיה ישועת ה' בלבו ויבטח עליה.
ב) עיקרים מאמר רביעי ספמ"ו: אמר הכתוב והבוטח בה' חסד יסובבנו, כלומר … מדרך הביטחון להמשיך חסד חינם על הבוטחים בה'.
ג) ילקוט שמעוני ישעיה רמז תעג: שכל מי שבוטח בשמי – אני מצילו.

כמובן שהמהלך של חזון איש יותר מובן לדעתי.


איך האב ראיות פון די תורה אז 'טראכט גוט וועט זיין גוט' איז נישט אמת. א בריוו מיט א מימרא איז ביי מיר נישט קיין מקור. רחל אמנו האט געפארכט אז מ'וועט איר אפגט'ן און שיקן חתונה צו האבן מיט עשיו'ן, און בשכר דעם האט זי זוכה געווען צו קינדער. טראכט שלעכט וועט זיין גוט. דער בריסקער רב פלעגט טייטשן 'יום אירא אני אליך אבטח', ווען מ'פארשטייט די סכנה, פאסט בטחון. איינער וואס פארכט בכלל נישט, איז סתם א קל נישט קיין בוטח.
א) רבינו יונה רעדט פון א מלחמה, ווי מיר האבן א הבטחה פון דער רבוש"ע אז כלל ישראל גייט געואוונען, אחוץ טאמער עס איז דא דערויסענדיגע סבות. קיינער האט נישט קיין הבטחה אז ער גייט זיך היילן פון א מחלה.
ב) דער חזו"א איז מודה אז בטחון האט אין זיך א סגולה פאר א ישועה, און אז דער רבוש"ע גיבט שכר צום בוטח מיט דעם וואס ער גיבט אים חסד. אבער דאס איז אזוי ווי אנדערע שכר, תלוי אויף די גאנצע ארום און ארום פון דער מענטש, און דאס קומט נאך בטחון, נישט פאר בטחון.
ג) דער ילקוט שמעוני איז דער זעלבע.


כנראה האסטו נישט נאכגעקוקט די רבינו יונה במקורו. ער געבט הדרכה וואס א מענטש קען זיך אפלערנען בחיי יום יום פון די פסוק. און ווי ער פירט אויס:
כענין שנאמר - (תהלים פה) אך קרוב ליראיו ישעו וכן כתוב (ישעיה נא) מי את ותיראי מאנוש ימות:
איך ווייס נישט פארוואס די זיכסט צו זאגען אז די עיקרים איז די זעלבע ווי די חזון איש. די עיקרים שרייבט "מדרך הבטחון" - ער איז עס נישט חולה אין אנדערע מצוות.
בנוגע וואס די שרייבסט פון רחל, פארשטיי איך בכלל נישט. איינער האט געשאפט אז ווען מען האט מורא קען קיין גוטס נישט קומען????
אזוי אויך וואס די ברענגסט פון בריסקער רב איז קיין ראיה נישט צום חזון איש. פארשטייט זיך אז מען דארף בטחון ווען מען האט מורא. ווי זעהסטו אין די ווערטער פון בריסקער רב אז די בטחון איז נישט גלייבן עס וועט זיין גוט???
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

מצפצף האט געשריבן:@חסידישער_ספקן איך זעה נאר אין די רבנו יונה דלא כחזו"א

כמובן. וכה כתבתי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער בריסקער רב פלעגט זאגן אז דער וואס האט נישט קיין מורא איז נישט קיין בוטח, נאר ער איז בלינד. נאר דער וואס פארשטייט די סכנה און דערנאך לייגט ער זיך אין די הענט פון הקב"ה, ער איז א בוטח. עס איז נישט קיין ראיה צו דער חזון איש, אבער א ראיה קעגן די מימרא פון 'טראכט גוט וועט זיין גוט'.

פון רחל אמנו זעט מען אז פון מורא האבן, קומט דער זאך נישט. נאר וויבאלד זי האט מורא געהאט, האט זי זוכה געווען צו קינדער. דאס איז א ראיה אז 'טראכט שלעכט, וועט זיין גוט'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בריסקער רב פלעגט זאגן אז דער וואס האט נישט קיין מורא איז נישט קיין בוטח, נאר ער איז בלינד. נאר דער וואס פארשטייט די סכנה און דערנאך לייגט ער זיך אין די הענט פון הקב"ה, ער איז א בוטח. עס איז נישט קיין ראיה צו דער חזון איש, אבער א ראיה קעגן די מימרא פון 'טראכט גוט וועט זיין גוט'.

פון רחל אמנו זעט מען אז פון מורא האבן, קומט דער זאך נישט. נאר וויבאלד זי האט מורא געהאט, האט זי זוכה געווען צו קינדער. דאס איז א ראיה אז 'טראכט שלעכט, וועט זיין גוט'.

ווייל זי האט מורא געהאט? ווייל זי האט מתפלל געווען!

עס איז ייתכן אז די בריסקער רב האט געהאלטן ווי די חזון איש.
פארשפארט