הרב חיים שלמה מילער ווערט אויפגענומען פאר רב נייטרא וומ"ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

הרב חיים שלמה מילער ווערט אויפגענומען פאר רב נייטרא וומ"ס

שליחה דורך [NAMELESS] »

די נייטרא קהילה אין וויליאמסבורג האט אויסגענומען א נייער רב הרב חיים שלמה מילער, זוהן פון הרב מאייזענשטאט, און איידעם פון הרב מדושינסקי ז''ל.

דאס קומט צוויי יאהר נאך די פטירה פונעם פריערדיגן רב הג''ר יצחק מאשקאוויטש ז''ל.

איינער ווייסט ווי אזוי די התמנות איז צוגעגאנגען? איז געווען וואלן?
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

די מערכה ביז אהער אז דער זון פונעם פריערדיגען רב זאל נישט איבערנעמען ביזטו באקאנט? די וואלן ביי ר' מענדעל זילבער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינגערמאנטשיקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די מערכה ביז אהער אז בנו יחידו פונעם פריערדיגען רב זאל נישט איבערנעמען ביזטו באקאנט? די וואלן ביי ר' מענדעל זילבער?

בנו יחידו? ער האט 2 זון הרה''ג ר' שלמה עזרא און הרה''ג ר' יעקב צבי
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

עמעזאן האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די מערכה ביז אהער אז בנו יחידו פונעם פריערדיגען רב זאל נישט איבערנעמען ביזטו באקאנט? די וואלן ביי ר' מענדעל זילבער?

בנו יחידו? ער האט 2 זון הרה''ג ר' שלמה עזרא און הרה''ג ר' יעקב צבי
טעיתי. פאראכטען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די מערכה ביז אהער אז דער זון פונעם פריערדיגען רב זאל נישט איבערנעמען ביזטו באקאנט? די וואלן ביי ר' מענדעל זילבער?

יא, דאס האב איך מיטגעהאלטען. יעצט וויל איך וויסן וואס איז געשעהן ווייטער. וואס איז געוועהן די פראסעס פון טרעפן א פאסיגן קאנדידאט? ווי אזוי האט מען אים פארגעשטעלט פאר די ציבור? איז געוועהן א דרשה וואס ער האט זיך פארגעשטעלט פאר'ן עולם? איז געוועהן וואלן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חתם סופר האט געשריבן:

וואלן איז נישט געווען, ער האט געגעבן א דרשה פארגאנגענעם יו"ט אין ביהמ"ד וואס דער עולם איז געווען צופרידן, זיי זענען שוין געווען דעספערט פאר א רב נאך וואס אפאר קאנדידאטן האבן זיך אנטזאגט/מהאט זיי אנטזאגט צוליב די מחלוקת,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז נישט די עולם מער מידל-עידזשד. ווי אזוי גייט עס ארבייטן מיט אזא יונגע רב?
און וואס איז הרב מילער'ס קוואליפיקיעשענס?
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

https://www.youtube.com/watch?v=CjyGfWg4Frg
מבנה המקוה וכשרותה - ר' חיים שלמה מיללער שליט"א

https://www.youtube.com/watch?v=uRYbBvjIUXY
שיעור כללי בהלכות חלה - ר' חיים שלמה מיללער שליט"א

https://www.youtube.com/watch?v=9o5miQQFuO8
שיעור כללי בהלכות ציצית - ר' חיים שלמה מיללער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חתם סופר האט געשריבן:איז נישט די עולם מער מידל-עידזשד. ווי אזוי גייט עס ארבייטן מיט אזא יונגע רב?
און וואס איז הרב מילער'ס קוואליפיקיעשענס?

זיי האבן ספעציעל געזיכט א יונגער ענערגישע רב, וואס זאל מיט די צייט ווערן א שטארקע פרעזענליכקייט אין וויליאמסבורג, א שטייגער ווי די אלטע רב איז געווען, זינט די ביהמ"ד הייבט שוין אן צי ווערן אביסל אויסגעשפילט,

אגב, די שטערקסטער קעגנער פינעם אלטען רבס זין איז שוין נישט דא מיט אינז, מעגליך אז יעצט וואלט ער עס איבערגעלעבט, אבער סוואלט נישט צי געהאלפן צים ביהמ"ד,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

צו וואס דארפן זיי א רב וואס ''זאל ווערן א שטארקע פערזענליכקייט אין וויליאמסבורג" ??? וואס גיט דאס צו צי די קהילה?
"א שטייגער ווי די אלטע רב" דאס וועט ער לכאורה קיינמאל זיין.

די ביהמ"ד בעצם שטעלט גארנישט צי, סאיז נאר א קיבוץ פין אלטע תלמידים, אין פרישע קומען שוין נישט צי, זינט די ארגענילער נייטרא ישיבה האט שוין נישט קיין געהעריגע ישיבה די לעצטע 15 יאר אדער מער, זיי האלטן אז דאס גייט ציען פרישע מענטשן צי דאווענען דארט, אין ביז יעצטיגע זאלן בלייבן, אזוי די ביהמ"ד זאל בלייבן מיט מנין א צוויי צענדליגע יאר ארים, עכ"פ דאס אז געווען איינע פין דא אנגעבליכע סיבת פארוואס זיי האבן נישט געוואלט דעם זין,

סי סוועט ארבעטן צי נישט וועל איך לאזן פאר דיר צי דעבאטירן,
עמעזאן האט געשריבן: "א שטייגער ווי די אלטע רב" דאס וועט ער לכאורה קיינמאל זיין.

זיי האבן געהאט פארשידענע קאנדידאטן, אבער אסאך האבן ארויסגעצויגן, וואס טייל זאגן אז צוליב די זין האט מודיע געווען אז ער האט א שווערע הארץ אויף די רבנות, יעצט זענען זיי שוין געווען אביסל דעספערט,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי האבן געהאט פארשידענע קאנדידאטן, אבער אסאך האבן ארויסגעצויגן, וואס טייל זאגן אז צוליב די זין האט מודיע געווען אז ער האט א שווערע הארץ אויף די רבנות, יעצט זענען זיי שוין געווען אביסל דעספערט,

וואס איז פשט פון די פערדישקייט? די זון מיינט נאך אז ער קען ווערן רב? פארוואס לייגט ער אונטער פיסלעך, סתם שלעכטיקייט?

די זון איז גראדע א חשובע שטילע ת"ח ער האט פראבירט מיט דין תורה אין פארלוירן, ער שטעלט כלל נישט גארנישט אונטער, נאר פשוט ער איז אנגעווייטאגט וואס איז נישט נער ווי פארשטענדליך אסאך גדולים וקדושים אין די היסטוריה זענען אדורך געפאלן מעט די חטא בגדול...
אין פאר אסאך איז פשוט נישט געשמאק אריינצוגיין אין א פאזיציע ווי עס איז פארהאן א שווער הארץ, ופשוט היא.

ועוד מאנכע האבן נישט געוואלט ווייל עס איז נישט א ירושה אין זיך זענען נישט גרייט צו אריינלייגען ארבייט וואס זיינע קינדער וועלן נישט איבערנעמען.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אפשר קען איינער ביטע אריינקומען קלאר וואס איז דא פארגעגאנגן מיטן זוהן און פארוואס מען וויל עם נישט.

יעדער ווייסט פון די פסקים פונעם הייליגן חתם סופר והדברי חיים ועוד אז עס גייט געהעריג אן דיני ירושה ביי רבנות אויב דער זוהן איז ראוי דערצו. סאו וואס איז דא געשעהן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חתם סופר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי האבן געהאט פארשידענע קאנדידאטן, אבער אסאך האבן ארויסגעצויגן, וואס טייל זאגן אז צוליב די זין האט מודיע געווען אז ער האט א שווערע הארץ אויף די רבנות, יעצט זענען זיי שוין געווען אביסל דעספערט,

וואס איז פשט פון די פערדישקייט? די זון מיינט נאך אז ער קען ווערן רב? פארוואס לייגט ער אונטער פיסלעך, סתם שלעכטיקייט?

פאר די בייזערסטיך אזוי זיי מברר צי סאיז אמת, כהאב נאר געזאגט אז דאס איז א יש אמרם,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:אפשר קען איינער ביטע אריינקומען קלאר וואס איז דא פארגעגאנגן מיטן זוהן און פארוואס מען וויל עם נישט.

יעדער ווייסט פון די פסקים פונעם הייליגן חתם סופר והדברי חיים ועוד אז עס גייט געהעריג אן דיני ירושה ביי רבנות אויב דער זוהן איז ראוי דערצו. סאו וואס איז דא געשעהן?

זיין פאטער האט אויך נישט געירשנט די רבנות, געווען אויסגענומען מתחילה,

די זין איז א חשובער יונגערמאן, א מגי"ש אין סאטמערע ישיבה, אבער זייער א שטילער צוריקגעצויגענער, בכלל נישט די רב טייפ, ער וואלט עס בכלל נישט געזיכט, אבער וואס זאל מען טיען ער האט ווייב וואס גלייכט יא די רביצינשאפט, אין א זין וואס וויל עם זייער שטארק ירשנען...

די קהילה האט געאפערט 350 טויזנט דאלאר וואס ער האט אפגעזאגט, איז מען געגאנגען צי ד"ת ביי ר מענדל זילבער וואס האט געהייסן מאכן וואלן, אין לויט די רעזולטאטן האט ער געמיזט אפזאגן פאר די 350 טויזנט דאלאר,
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

חתם סופר האט געשריבן:איז נישט די עולם מער מידל-עידזשד. ווי אזוי גייט עס ארבייטן מיט אזא יונגע רב?
און וואס איז הרב מילער'ס קוואליפיקיעשענס?

זיי ווילן ציען צו זיך די אינגערע יוצאים פון נייטרא ישיבה.

דאכט זיך אז די אינגעלייט האבן א שטיבל פאר זיך און די ראשי קהילה ווילן עס צוזאמשטעלן.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

איינער קען אריינקומען מער איבער די זון?
נערמאל און יושר וואלט געווען אז די זון זאל איבערנעמען אויב איז ער א תלמיד חכם וואס לויט ווי איך הער איז ער א גרויסע תלמיד חכם איז אביסעל א שלעכטע זאך וואס מען האט געטון
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די באזייטיגונג פונעם זוהן איז שוין אלטע נייעס.
די אשכול איז געווידמעט צו באהאנדלן די התמנות פונעם נייעם רב.
וואס זענען זיינע קוואליפיקאציעס?
ווער האט אים אויסגעקליבן?
צו פאלט די חדר, ישיבה קטנה, כולל, אונטער זיין אויסשליסליכע בעלות? אויב יא, איז עס א גרויסע אונטערנעמונג לכאורה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מסיבת לחיים לכבוד די אויפנאמע
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אפשר קען איינער ביטע אריינקומען קלאר וואס איז דא פארגעגאנגן מיטן זוהן און פארוואס מען וויל עם נישט.

יעדער ווייסט פון די פסקים פונעם הייליגן חתם סופר והדברי חיים ועוד אז עס גייט געהעריג אן דיני ירושה ביי רבנות אויב דער זוהן איז ראוי דערצו. סאו וואס איז דא געשעהן?

זיין פאטער האט אויך נישט געירשנט די רבנות, געווען אויסגענומען מתחילה,

די זין איז א חשובער יונגערמאן, א מגי"ש אין סאטמערע ישיבה, אבער זייער א שטילער צוריקגעצויגענער, בכלל נישט די רב טייפ, ער וואלט עס בכלל נישט געזיכט, אבער וואס זאל מען טיען ער האט ווייב וואס גלייכט יא די רביצינשאפט, אין א זין וואס וויל עם זייער שטארק ירשנען...

די קהילה האט געאפערט 350 טויזנט דאלאר וואס ער האט אפגעזאגט, איז מען געגאנגען צי ד"ת ביי ר מענדל זילבער וואס האט געהייסן מאכן וואלן, אין לויט די רעזולטאטן האט ער געמיזט אפזאגן פאר די 350 טויזנט דאלאר,

איינער ווייסט ווי אזוי די התמנות איז צוגעגאנגען? איז געווען וואלן?
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך מהיכי תיתי »

לויט ווי איך האב געהערט איז ביי ר מענדל געווען וואלן נאר צו זעהן וויפיל פראצענט קהילה שטייט מיט איהם און וויפיל זענען אויף די ראש הקהל ע"ה'ס זייט, און לויט דעהם זעהן וויפיל געלט ער דעזערווט.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך מהיכי תיתי »

פורים קטן האט געשריבן:די באזייטיגונג פונעם זוהן איז שוין אלטע נייעס.
די אשכול איז געווידמעט צו באהאנדלן די התמנות פונעם נייעם רב.
וואס זענען זיינע קוואליפיקאציעס?
ווער האט אים אויסגעקליבן?
צו פאלט די חדר, ישיבה קטנה, כולל, אונטער זיין אויסשליסליכע בעלות? אויב יא, איז עס א גרויסע אונטערנעמונג לכאורה.

דו מישט צווישן צוויי נייטרא קהילות, די דאזיגע קהילה פארמאגט א שולעכעל וזהו.
אזויווי צדיקים האבן זיך אויסגעדריקט ביים בעלעדער מחלוקת: א שאד אזא שיינע מחלוקת אויף אזא קליינטשיגע קהילה.
פארשפארט