יעדער האט אמאל עפעס וואס דרוקט אים און ער וויל אויסדרוקן זיין מיינונג, מיט וואס איז יעדע ראלי צי פראטעסט גלייך? דער עולם האלט טאוולעך און ווי זאגט מען, דער פאפיר קען אסאך סובל זיין... ני, אז ס'דרוקט נעמט מען א טאוועל אין האנט, און מ'לאזט זיך ארויס אין גאס.
אויף אינסטעגרעם איז פארהאן אן אקקאונט Dude With A Sign פון א ניו יארקער לץ, וועלכער מאכט יעדן טאג פרישע טאוולען, חדשים לבקרים, ער קומט ארויס אין גאס מיט א פרישן מחאה, דברים העומדים על הפרק וואס דארף א דרינגענדע טויש! ער איז מוחה אויף יעדע מאדנע און קוריאזע פראבלעם וואס ס'איז נאר פארהאן.
מיט די צייט האט ער זיך איינגעקויפט אסאך חסידים, זיי קומען טאקע נישט ארויס צו זיינע ראליס, אבער זיי פאלגן אים נאך אויף טוויטער און אינסטעגראם. זיין אקאונט האט שוין איבער 7 מיליאן נאכפאלגער.
https://www.instagram.com/DudeWithSign/
דער בעל מחאה האט געזען א שטוינענדע סוקסעס, ער איז שוין געווארן באשריבן אין פילצאליגע מאגאזינען און ארויפגעברענגט געווארן אויף אסאך שאוס. היינט מאכט ער שוין געלט דערפון, דורכ'ן לייגן טאוולען וואס רעדט זיך פון פירמעס.
דער איד מיט'ן טאוועל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
זעענדיגט זיין סוקסעס האט א איד'ל אנגעהויבן דאס זעלביגע. ער רופט זיך "איד מיט א טאוועל", און ער לייגט אויך ארויס יעדן טאג א פרישן הומאריסטישן מחאה, וואס קאסט א שמייכל.
https://www.instagram.com/YidWithSign/
https://www.instagram.com/YidWithSign/
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: