חיי_חרדים_חשובים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

חיי_חרדים_חשובים

שליחה דורך טשילער »

זיי גייען אנגעטוהן אין שווארץ, זיי זענען די מיינארעטי אין יענע לאנד, זיי לעבן נישט אויפן זעלבן סטאנדארט ווי דעים אלגעמיינעם פאלק, און זיי פארפירן דא און דארט. הלא הם די חרדישע יודן אין ארץ הקודש. מאכט זיך אפט אז זיי פראטעסטירן על דא ועל הא, שטעלן אפילו אפ א גאס אדער צוויי, קומט דאך די פאליציי אריין אין בילד. זייער באהאנדלונג? נישט אלעמאל אזוי פרידליך. חרדים קענען זעהן געשלעפט ווערן אויפן ערד, צושלאגן דורך דעם פערדל'ס פיס, אדער חלילה אפגעהאלטן דורך א "דשארד-פלוירד-מענויווער". יעדער האט שוין געזעהן בילדער פון דעי נישט אזוי באטעמ'טע סצענעס. ס'איז העכסט צייט פאר א מאסן דעמאנסטראציע פאר #חיי_חרדים_חשובים. אלעס האט א שיעור. ניין?

בילד
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

ווילאנג זיי שפירן זיך די חשוב'סטע פון די מענטשהייט וועט קיינער נישט רחמנות האבן אויף זיי
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

די קענסט נישט קעמפן פאר ''מענטשן-רעכטן'' ווען די גלייבסט נישט דערין.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
עיני הנשר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2020 1:08 am

שליחה דורך עיני הנשר »

מדינת ישראל יש את אותם בעיות של שילטון דמוקרטי כמו ארה''ב בסוף גם שם יהיה שינוי או הפיכה
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

עיני הנשר האט געשריבן:מדינת ישראל יש את אותם בעיות של שילטון דמוקרטי כמו ארה''ב בסוף גם שם יהיה שינוי או הפיכה


לחברה החרדית, במדינת ישראל או בארה''ב יש להם את אותם הבעיות, בסוף תהיה שם שינוי או הפיכה.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

במדבר האט געשריבן:די קענסט נישט קעמפן פאר ''מענטשן-רעכטן'' ווען די גלייבסט נישט דערין.

געזונטערהייט, אבער דאס גיבט נישט גערעכט אויסצופירן אלימות משטרתית.

אונז וועלן שפעטער זיך זארגן אויף די אישו'ס פון די חרדים.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

במדבר האט געשריבן:די קענסט נישט קעמפן פאר ''מענטשן-רעכטן'' ווען די גלייבסט נישט דערין.


שטארקע נקודה
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מאך זיכער האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:די קענסט נישט קעמפן פאר ''מענטשן-רעכטן'' ווען די גלייבסט נישט דערין.

געזונטערהייט, אבער דאס גיבט נישט גערעכט אויסצופירן אלימות משטרתית.

אונז וועלן שפעטער זיך זארגן אויף די אישו'ס פון די חרדים.


ווער זאל זיך פאר זיי אננעמען? די מענטשן וואס זיי האלטן אז זיי האבן נישט קיין זכות קיום און ווען מ'קען ווען וואלטן זיי מורידין געווען?
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: חיי_חרדים_חשובים

שליחה דורך אריה »

עס איז אבסורד צו פארגלייכן די אנטי חרדישע האסע צום ג'ורג' פלויד מארד משום כמה סיבות
א. איז א חרדי אמאל געהרגעט געווארן דורך די משטרה, און אויב יא איז דאס פראצענטואל א גרעסערע נומער ווי די אלגעמיינע איזראעלישע באפעלקערונג?
ב. ווערן חרדים גערודפט דורך די פאליציי אויף די זעלבע אדער ענליכע שטייגער ווי די שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע (driving while black, walking while black, און די אלעמען באקאנטע just being black)?
ג. אפילו ביי די הפגנות אין ישראל איז די אלימות משטרתית גאר ווייט פון די אלימות מצד די משטרה אין אמעריקע, אזעלכע זאכן ווי במזיד ווארפן א טרערן גאז גראנאט אויף א פרידליכע פראטעסטירער פון א גאר קליינע מרחק געשעט נישט אפט אין ישראל.
ס'איז דא אן א שיעור חילוקים פאר ווער עס וויל זעהן.
די פאליציי אין ישראל דארף אויך ווערן בעסער, אבער די אלימות קעגן חרדים קומט נישט צו צו די הריגות פון שווארצע דורך די פאליציי אין אמעריקע, און עס פארגלייכן איז אבסורד.

Sent from my SM-G955U using Tapatalk
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

איך האב שוין נישט קיין כח צו די נושא... אבער ההכרח (?!..) לא יגונה.. (די לינקע ראדיקאלן האבן מיר פאריקט מיין מח מיט זייערער שטותים..)

אריה האט געשריבן:עס איז אבסורד צו פארגלייכן די אנטי חרדישע האסע צום ג'ורג' פלויד מארד משום כמה סיבות
א. איז א חרדי אמאל געהרגעט געווארן דורך די משטרה, און אויב יא איז דאס פראצענטואל א גרעסערע נומער ווי די אלגעמיינע איזראעלישע באפעלקערונג?

איז א שוטר אמאל געהארגעט געווארן דורך א חרדי? אויב יא ווערן זיי געהארגעט דורך חרדים אין גרעסערע פראצענטן ווי דורך די אלגעמיינע איזראעלישע פראצענטן ?

ב. ווערן חרדים גערודפט דורך די פאליציי אויף די זעלבע אדער ענליכע שטייגער ווי די שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע (driving while black, walking while black, און די אלעמען באקאנטע just being black)?

זאג מיר דו פירסט זיך נישט צו קוקן ווידעאויס פון מאה שערים? (יא אין געגנטער מיט הויכע קריים ראטעס וועט א געזונטע פאליציי קראפט זיין שטרענגער, און א געזונטע המון עם וואלט עס אפפרישיעיטעד)

ג. אפילו ביי די הפגנות אין ישראל איז די אלימות משטרתית גאר ווייט פון די אלימות מצד די משטרה אין אמעריקע, אזעלכע זאכן ווי במזיד ווארפן א טרערן גאז גראנאט אויף א פרידליכע פראטעסטירער פון א גאר קליינע מרחק געשעט נישט אפט אין ישראל.

דו האסט נישט געזעהן ווי זיי ווארפן אויף די פרויען לעצטנס? (שוין, מיר האבן דאך שוין געזעהן אז דו קוקסט נישט די ווידעאויס..) און אפשר פארציילסטו מיר וויפיל מאל דו האסט מיטגעהאלטן אמעריקאנע פאליציי זיך באניצן מיט טרערען גאז?

ס'איז דא אן א שיעור חילוקים פאר ווער עס וויל זעהן.
די פאליציי אין ישראל דארף אויך ווערן בעסער, אבער די אלימות קעגן חרדים קומט נישט צו צו די הריגות פון שווארצע דורך די פאליציי אין אמעריקע, "און עס פארגלייכן איז אבסורד".

די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי מיט דיר.. ווי קען מען פארגלייכן אן אלגעמיין פרידליכע באפעלקערונג וואס האט א שוואכקייט צו פארשפארן גאסן, צו א באפעקערונג וואס הארגענען איז א טאג טעגליכע ערשיינונג

Sent from my SM-G955U using Tapatalk
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: חיי_חרדים_חשובים

שליחה דורך אריה »

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך האב שוין נישט קיין כח צו די נושא... אבער ההכרח (?!..) לא יגונה.. (די לינקע ראדיקאלן האבן מיר פאריקט מיין מח מיט זייערער שטותים..)

אריה האט געשריבן:עס איז אבסורד צו פארגלייכן די אנטי חרדישע האסע צום ג'ורג' פלויד מארד משום כמה סיבות
א. איז א חרדי אמאל געהרגעט געווארן דורך די משטרה, און אויב יא איז דאס פראצענטואל א גרעסערע נומער ווי די אלגעמיינע איזראעלישע באפעלקערונג?

איז א שוטר אמאל געהארגעט געווארן דורך א חרדי? אויב יא ווערן זיי געהארגעט דורך חרדים אין גרעסערע פראצענטן ווי דורך די אלגעמיינע איזראעלישע פראצענטן ?

מיין נקודה איז אז דו קענסט נישט צוגלייכן א סיטואציע וואס הרגעט נישט צו א סיטואציע וואס הרגעט יא.

ב. ווערן חרדים גערודפט דורך די פאליציי אויף די זעלבע אדער ענליכע שטייגער ווי די שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע (driving while black, walking while black, און די אלעמען באקאנטע just being black)?

זאג מיר דו פירסט זיך נישט צו קוקן ווידעאויס פון מאה שערים? (יא אין געגנטער מיט הויכע קריים ראטעס וועט א געזונטע פאליציי קראפט זיין שטרענגער, און א געזונטע המון עם וואלט עס אפפרישיעיטעד)

רודפ'ן ביי א פראטעסט און רודפ'ן אויף די גאסן יעדן טאג פון יאר איז צוויי אנדערע זאכן, דערווייל רעד איך פון די צווייטע בשעת דו ברענגסט א ראי' פון די ערשטע.

ג. אפילו ביי די הפגנות אין ישראל איז די אלימות משטרתית גאר ווייט פון די אלימות מצד די משטרה אין אמעריקע, אזעלכע זאכן ווי במזיד ווארפן א טרערן גאז גראנאט אויף א פרידליכע פראטעסטירער פון א גאר קליינע מרחק געשעט נישט אפט אין ישראל.

דו האסט נישט געזעהן ווי זיי ווארפן אויף די פרויען לעצטנס? (שוין, מיר האבן דאך שוין געזעהן אז דו קוקסט נישט די ווידעאויס..) און אפשר פארציילסטו מיר וויפיל מאל דו האסט מיטגעהאלטן אמעריקאנע פאליציי זיך באניצן מיט טרערען גאז?

האסט געטראפן איינמאל וואס די גראנאט איז געשפרינגן פון דער ערד צו א אינג מיידל, טאקע אן עוולה אבער נישט קיין פארגלייך צו א מזיד. די טרערן גאז איז נאר איין דוגמה, ס'איז דא נאך א סאך.

ס'איז דא אן א שיעור חילוקים פאר ווער עס וויל זעהן.
די פאליציי אין ישראל דארף אויך ווערן בעסער, אבער די אלימות קעגן חרדים קומט נישט צו צו די הריגות פון שווארצע דורך די פאליציי אין אמעריקע, "און עס פארגלייכן איז אבסורד".

די איינציגסטע זאך וואס איך אגרי מיט דיר.. ווי קען מען פארגלייכן אן אלגעמיין פרידליכע באפעלקערונג וואס האט א שוואכקייט צו פארשפארן גאסן, צו א באפעקערונג וואס הארגענען איז א טאג טעגליכע ערשיינונג


נקודת הדברים, איך בין נישט געקומען אויסשמועסן צו די בלעק לייווס מעטטער מאוומענט איז לינק אדער ראדיקאל, איך זאג נאר אז פארגלייכן די טענות פון ראסיזם אין אמעריקע צו די טענות פון אנטי-חרדיזם אין ישראל איז נישט גלייך.
די פאליציי אין ישראל איז טאקע זייער ווילד און שלעכט וכו' אבער, נאכאמאל, נישט קיין פארגלייך צו דא.
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: חיי_חרדים_חשובים

שליחה דורך טשילער »

גערעכט אבער... טו רונגס דוסנט מעיק 1 רייט. אז די משטרה איז ב"ה נאכנישט אנגעקומען צו "הומעסייד" אזוי ווי דאהי, מיינט נאכנישט אז וואס זיי טוהן איז בארעכטיגט. ווייט נישט. און ס'איז צייט אונז שטעלן מיר זיך פאר אונזערע רעכטן. #חיי_חרדים_חשובים
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: חיי_חרדים_חשובים

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך מיין די גאנצע אשכול דא איז אביסל פארפארן צו די פאליציי אין א"י איז בארעכטיגט, אדער צו זיי זענען ערגער פון דאהי.

איך וויל ארויסברענגן אז די בילד און די נושא וואס מען האט דא אדורכגעטון פון מדינות ישראל איז אינגאנצן אנדערש ווי אין אמעריקא.
די פאליציי אין אמעריקא טוט זיך גאנץ אפט אויפפירן מיט איבערוויגענדע ברוטאליטעט און כח אפי' ס'פעלט נישט אויס, און בנוסף קען מען זאגן אז זיי זענען עקסטער שטרענג מיט געוויסע ראסעס צו מינאריטעטן, = דאס אלץ טאג טעגליך.

משא"כ די פאליציי אין מדינות ישראל.
זיי טוען נישט שנעלער / מער אגרעסיוו ארעסטירן אדער זיך שלעכט באגיין מיט חרדישע (צו אנדערע מינאריטעטן אפי' אראבער) אויף א טאג טעגליכע פארנעם. די בילד איז גענומען ביי א זינלאזע אומלעגאלע פראטעסט וועלכע איז א טעגליכע ערשיינונג וואס צושטערט די רואיגקייט פון די תושבי המדינה.....
נישט אז די פאליציי איז גערעכט מיטן לייגן זיין פוס אויפ'ן מפר החוק'ס קאפ, אבער פון דארט ביז #חיי_חרדים_חשובים איז א ווייטע וועג

לסיכום: משטרת ישראל באגייט זיך זייער יושר'דיג מיט זייערע בירגער אריינגערעכנט חרדים, און איך מיין אז אונז קענען זיך נישט אפרעדן אז זיי צילן חרדים.
פארשפארט