משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

די שווערעקייט פון לערנען 'ערוך השלחן' איז צוליב דעם וואס ער מישט אויס הלכה למעשה מיט פשט'לעך אויף צו פארענטפערן די רמב"ם וכו', ווידעראום משנ"ב איז שיין צוטיילט, הלכה פסוקה - אין משנ"ב, בירורי הלכה - אין ביאור הלכה.
ס'איז באמת שווער צו פארשטיין די חשבון פון ר' מיכל'ע, אויב האט ער געוואלט אז מ'זאל לערנען זיין ספר אויף למעשה, פ"וו האט ער אריינגעמישט גאנצע'טע בירורים און פשטים, אויב האט ער געוואלט שרייבן בירורים פ"וו דעמאלטס הלכה למעשה אויך? וצ"ע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייבל שטילער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וואלט געזאגט פארקערט, דער משנ"ב איז זייער טרוקן, ער ברענגט נישט די גאנצע השתלשלות, און ממילא קען מען מיינן אז די גאנצע זאך איז נאר הלכות פסוקות. דער ערוה"ש איז מסביר וויאזוי די גמרא איז געבויט, פון אנהייב ביז'ן סוף, און מיט דעם קען מען וויסן די הלכה וויאזוי עס איז געווארן און אזוי איז עס לייכטער צוצושטעלן און מדמה זיין מילתא למילתא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

דו לייגסט גוט אראפ די 'שו"ע הרב', ערה"ש איז די 'רב' צוזאמען מיט 'קונטרוס אחרון' אריינגעבלענדט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

די השראה האט ר' מיכל גענומען פונעם שו"ע הרב, אזוי שרייבט ער אליין אין די מודעות, זעה א שטיקל פון 'הצפירה' (שנה 12 גליון 43 דף 354):
Annotation 2020-06-04 135551.png

קרעדיט: תערוך לפני שלחן. https://www.amazon.com/Taarokh-lPhanai- ... 740&sr=8-1
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

שמערל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט די גאנצע מערכה פון הרב הנקין קען מען זיך לייכט דינגען. דער ערוך השלחן איז געשריבען געווארען אויף א לייכטער אופן. זיין פלעמעניק (הרב מאיר בר אילן) שרייבט אז ער האט עס געשריבען מער ווייניגער פון זכרון און איין מאל. איך בין שטארק נתפעל פון דער ספר, אבער צו דער משנה ברורה וואס ער האט גע'ארבעט יארען און יארען איז עס נישט קיין צושטעל. פארפאלען, פון ארבעט קומט רעזאלטס


ר"מ בר אילן איז געווען זיין איינקל, עניוועי, ער שרייבט נישט אז ס'איז געשריבען פון זכרון (עפעס וואס אויב ער וואלט עס געשריבן וואלט איך עס נישט געגלייבט, כ'מיין גי"וו מ"י ע"י ברעי"ק!) נאר דו מיינסט מסתמא דאס:
"זקני כתב את ספרו בקלות ובמהירות כזו עד שכל הרואה זאת היה מעלה בדעתו.... נדמה כאילו הדברים נכתבים מאליהם.... היה זקני יושב כל היום מן הבוקר ועד הלילה....היה יושב על שלחנו לידו עמד כסא ועליו היו מונחים תמיד ארבעה ספרים: רמב"ם, טור, שו"ע, מסכת מש"ס בפורמט קטן. וכך, בעיינו פה ושם היה כותב את ספרו לעיתים רחוקות היה קם ממושבו וניגש להוציא ספר אחר לעיין בו....ובאלפי הגליונות של ערוך השלחן לא היה שום כתם של דיו, לא היתה שום שורה ושום מילה מחוקה או כתובה מחדש." (מוולזין עד ירושלים,עמוד 269 - 272).

קרעדיט: הנ"ל
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

חוקר ודורש האט געשריבן:אישתשבי: דער ב״ח מיטן חזון איש קומען נישט דא אריין ווייל זיי האבען געשריבען א פירוש מיט חידושי דינים אויף א צווייטע הלכה ספר, נישט א געהעריגע הלכה ספר צו לערנען פאר זיך.


אין א געוויסע זין איז די 'ערוך השלחן העתיד' אויך א פירוש אויף א צווייטען, נעמליך, די רמב"ם, אבער ה"י גא"ט די פוינ"ט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נישט קיין ספק אז דער בעל ערוך השלחן איז געוועהן א מוח עצום, און זיין ספר איז גאר א שטארקע ספר, נישטא קיין אפענע סתירות, און זיינע סברות מאכען סענס, און ער האט א לב פתוח לגמרי. לעומת דער משנה ברורה וואס ער איז נישט געוועהן דער מוח עצום ווי דער ערוך השלחן. איין זאך האט דער משנה ברורה מער ווי דער ערוך השלחן, און דאס איז ענווה און דרך ארץ צו אנדערע וואס זענען געוועהן פאר אים, היסטאריע האט געוויזן אז די מחברים וואס האבן דרך ארץ און ענווה זענען געווארן מער אנגענומען ווי אנדערע גרעסערע פין זיי וואס האבן עס נישט געהאט.

לדעתי איז נישט קיין נפק"מ אױב איינער האט געשריבן א הלכה ספר פין סקרעטש אדער באזירט אויף א צווייטער, שרייבען נאך א סעיף מען זאל קענען אנהייבן פין סקרעטש מאכט עס נישט מער גאונות'דיג. זכר לדבר, פסקי תשובות לעומת אוצר הלכה, אדער נטעי גבריאל, דער פאקט אז די צוויי לעצטע זענען געשריבען פין אנהייב, מאכן עס נישט פאר א בעסערע ספר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

איש תשבי: מ'רעדט נישט פון קונצען, ר' משולם איגרא ז"ל האט כמעט גארנישט געשריבען, מיינט דאס אז ער איז געווען א קלענערע גאון ווי ר' מיכל עפשטיין ז"ל? אוודאי נישט, סה"כ האב איך ארויסגעברענגט א נקודה אז ער האט "געטוהן" עפעס וואס זייט די רמב"ם האט קיינער, נישט אז נארנער האט געקענט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

איך האב שוין געשריבן אויבן אין דעם אשכול אז עס איז שווער צו מדמה זיין די צוויי ספרים. דער משנה ברורה איז מסדר אלע שיטות ביז אהער אין איז מכריע צווישן די פוסקים כעין די בית יוסף לויט רוב אדער חשיבות און דער ערוך השולחן לערנט דוירך די סוגיא און איז מכריע על פי סברה
למעשה איז אבער קלאר אז דער ארבייט פונעם ערוך השולחן איז אויסטערליש שטארק און ממש א יחיד במינו סיי אין חידושים און אפלערנען די סוגיות פון אנהייב ביזן סוף און אויך אין היקף אז עס איז אויף כמעט כל התורה כולה
בכלל שיינט דער ערוך השולחן צו זיין גאר א שטארקע כאראקטער סיי אלס פוסק און סיי אלס רב אין נאבארדאק. הרב איתם הנקין הי"ד אין תערוך לפני שולחן לייגט דאס אראפ הערליך
באזונדער האט מיר געכאפט איבער איהם אז ער האט נישט געלאזט זיינע שיטות איהם דיקטירן זיין אויפפירונג מיט מענטשן. למשל ער איז געווען היבש אנטי ציונות און ווי הרב הנקין ברענגט איז ער אפילו געווען אנטקעגן חובבי ציון וואס זיין שוואגער און איידעם דער נציב איז יא געווען א שטארקע שטיצער. אבער ער האט געהאט מענטשן ארום זיך וואס זענען געווען ציניסטיש געשטימט און אפילו ער האט זיי קלאר געזאגט וואס ער האלט האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען ביי איהם
ווי עס ווייזט אויס איז ער געווען היבש פראגמאטיש און געוואוסט וויאזוי צו ארבייטן מיט די שוואכקייטן בדורו אין יענע מדינות
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

אגב, (פאר דער וואס האט מיך געפרעגט אין אישי):
די ספר 'תערוך לפני שלחן" איז נישטא אנליין אויף פי. די. עף., מ'קען עס קויפן אויף אלע ביכער-סייט'ס אריינגערעכנט אמאזאן, זעה זי לינק אויבן.
איך וואלט שטארק רעקאמאנדירט די ספר, ס'איז גאר א גוטע ארבעט, א פולשטענדיגע עבודת מחקר געשריבן לייכט פאר'ן ברייטען פובליקום.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

mevakesh האט געשריבן:באזונדער האט מיר געכאפט איבער איהם אז ער האט נישט געלאזט זיינע שיטות איהם דיקטירן זיין אויפפירונג מיט מענטשן. למשל ער איז געווען היבש אנטי ציונות און ווי הרב הנקין ברענגט איז ער אפילו געווען אנטקעגן חובבי ציון וואס זיין שוואגער און איידעם דער נציב איז יא געווען א שטארקע שטיצער. אבער ער האט געהאט מענטשן ארום זיך וואס זענען געווען ציניסטיש געשטימט און אפילו ער האט זיי קלאר געזאגט וואס ער האלט האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען ביי איהם

ר' חיים בריסקער האט אויך געהאט יעקב מרק ארום זיך, און ער איז געווען אסאך א שארפערער קנאי ווי דער ערוך השלחן.

דער גדלות פון דער ערוך השלחן שפראצט ארויס פאר יעדעם. פאר דער מ"ב דארף מען זיין גרייט דערפאר. לערן א סוגיא און דערנאך לערן דער מ"ב, און בפרט דער שעה"צ. וועסט זיך איבערצייגן אז דער ביאוה"ל איז דער שוואכסטע פון זיי אלע. זיין שליטה אויף די סוגיא איז ממש אויסטערליש, און נישט ווייניגער ווי דער ערוה"ש. דער פסקי תשובות איז נישט אויף די זעלבע פעידזש בכלל, אפילו ווען ער וואלט געווען אן ארנטליכע ארבעט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: און בפרט דער שעה"צ.

:לייק
כ'האב שוין כמה וכמה פעמים געהאט קשיות וואס כ'האב מיך געמוטשעט דערויף און געטראפען די ענטפער אין אפאר ווערטער פון שער הציון.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:באזונדער האט מיר געכאפט איבער איהם אז ער האט נישט געלאזט זיינע שיטות איהם דיקטירן זיין אויפפירונג מיט מענטשן. למשל ער איז געווען היבש אנטי ציונות און ווי הרב הנקין ברענגט איז ער אפילו געווען אנטקעגן חובבי ציון וואס זיין שוואגער און איידעם דער נציב איז יא געווען א שטארקע שטיצער. אבער ער האט געהאט מענטשן ארום זיך וואס זענען געווען ציניסטיש געשטימט און אפילו ער האט זיי קלאר געזאגט וואס ער האלט האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען ביי איהם

ר' חיים בריסקער האט אויך געהאט יעקב מרק ארום זיך, און ער איז געווען אסאך א שארפערער קנאי ווי דער ערוך השלחן.

דער גדלות פון דער ערוך השלחן שפראצט ארויס פאר יעדעם. פאר דער מ"ב דארף מען זיין גרייט דערפאר. לערן א סוגיא און דערנאך לערן דער מ"ב, און בפרט דער שעה"צ. וועסט זיך איבערצייגן אז דער ביאוה"ל איז דער שוואכסטע פון זיי אלע. זיין שליטה אויף די סוגיא איז ממש אויסטערליש, און נישט ווייניגער ווי דער ערוה"ש. דער פסקי תשובות איז נישט אויף די זעלבע פעידזש בכלל, אפילו ווען ער וואלט געווען אן ארנטליכע ארבעט.

לגבי ביאור הלכה בין איך מסכים מיט דיר אז דאס איז די שוואכסטע חלק פון משנה ברורה
גערעכט אז עס זענען געווען נאך אזוי דאך קוקט אויס אז רבי מיכל האט געהאט א געווויסע סארט שוויות הנפש און זיך נישט געקימערט נאך ארויסזאגן זיין מיינונג
די איינציגסטע נושא ווי ער איז ארויס פון זיין גלייכגילטיגקייט איז מיטן זיך אננעמען פארן תנועת המוסר
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

לייבל שטילער האט געשריבן:אגב, (פאר דער וואס האט מיך געפרעגט אין אישי):
די ספר 'תערוך לפני שלחן" איז נישטא אנליין אויף פי. די. עף., מ'קען עס קויפן אויף אלע ביכער-סייט'ס אריינגערעכנט אמאזאן, זעה זי לינק אויבן.
איך וואלט שטארק רעקאמאנדירט די ספר, ס'איז גאר א גוטע ארבעט, א פולשטענדיגע עבודת מחקר געשריבן לייכט פאר'ן ברייטען פובליקום.

(דא קען מען זעהן און דאונלאודן ביז עמ' 45)
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך חוקר ודורש »

לייבל שטילער האט געשריבן:דו לייגסט גוט אראפ די 'שו"ע הרב', ערה"ש איז די 'רב' צוזאמען מיט 'קונטרוס אחרון' אריינגעבלענדט.
עס איז נישט דומה צום קונטרס אחרון וואס איז גאר א שווערע לימוד, געשריבען בקיצור פיל מיט מראה מקומות.
דער שלחן ערוך הרב האט מחבר געווען זיין ספר אויפן ציווי פון דעם מעזריטשער מגיד וואס האט געוואלט ער זאל מחבר זיין א הלכה ספר אויף ד׳ חלקי שלחן ערוך צוזאמען מיט די טעמי ההלכה, דער בעל התניא האט טאקע געשריבען אויף אלע ד׳ חלקי שלחן ערוך נאר שפעטער זענען אלע כתבים פארברענט אין א שריפה א חוץ די חלק אויף אורח חיים.
דער ערוך השלחן האט טאקע א שטיקל נאכגעמאכט דעם שלחן ערוך הרב, אבער ער גייט סאך מער אריין אין די שורשי הדינים און איז מפלפל בדברי הראשונים.
עס דארף אנגעצייכענט ווערן אז די ספר ״תערוך לפני שלחן״ איז טאקע געשריבען געווארן דורך הרב איתם הנקין הי״ד, אבער ער האט עס למעשה נישט עספיעט ארויסצוגעבן לאור עולם, נאר ער האט געשריבען מאמרים בנוגע דעם ערוך השלחן און דעם מחבר, א חלק פון די מאמרים זענען שוין נתפרסום געווארן אין פארשידענע קובצים, אבער רוב נישט, נאך זיין פטירה האט רבי אליעזר יהודה בראדט א גרויסע חובב ספרים אין א שרייבער (ער שרייבט אויך פארן ספרים בלאג) מסדר געווען די אלע כתבים אין מאמרים אין האט ארויסגעגעבן דעם ספר, למעשה איז די ספר נישט קיין דבר השלם ממש אזוי ווי בראדט אליין שרייבט אינעם הקדמה, ווייל עס איז נאך דא וואס צו שרייבען אבער הרב בראדט האט נאר אריינגעלייגט וואס הרב איתם האט געשריבען און נישט צוגעלייגט קיין אייגענס.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

קופערניקוס האט געשריבן: דער חזון איש האט שטארק מחזק געווען אז משנה ברורה איז פוסק אחרון.
מ'קען אפשר זאגן אז ס'איז נאטוליך אז די חזון איש זאל נוטה זיין צום משנה ברורה, ווייל זיי זענען ביידע געזעצען אין שפיץ פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. טאקע נישט אין דער זעלבע צייט און לאנד, אבער די ארגעניזאציע איז דער זעלבע דערפאר ברענגט דאס נרטורליך עפעס א נאנטשאפט.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

דער חזו''א האט שוין געשריבן אויף די משנ''ב אין ווילנא ווען ער האט נישט געהאט קיין שום עמטליכ'ע שטעלע אין די אגודה. אפילו שפעטער אין א''י איז ער קיינמאל נישט געווען אין די מועצת גדולי התורה, כאטש מען האט זיך אסאך באראטן מיט אים און ער איז געווען דער אומאפציעלן פוסק אחרון. ענדערש איז זיין דביקות אין משנ''ב געקומען פון די פאקט אז די משנ''ב ציטירט אסאך די 'ביאור הגר''א', וואס דער חזו''א האט אנגעקוקט אלס פוסק אחרון. קען אויך זיין אז דער חזו''א האט ליב געהאט די גראדקייט פון די משנ''ב'ס דרך הלימוד (בפרט אין די 'באור הלכה' וואו ער צענעמט אסאך מאל די סוגיות פון די מקורות).
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין אויך אז די סיבה איז אזוי ווי @כרם זית זאגט, די חזו״א וואס האט געוואוינט אין די ליטא ווי די פסקים פון די גר״א זענען געוועהן קודש הקדשים האט ער אטאמאטיש מער אנגענומען ווי די משנ״ב אקעגן אנדערע פוסקים, פונקט ווי ביי חסידים האט מען מער ווייניגער אנגענומען די שו״ע הרב פאר די פוסק אחרון, חוץ פון דעהם איז די חפץ חיים געוועהן די גדול הדור דעמאלטס בזמן החזו״א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן: דער חזון איש האט שטארק מחזק געווען אז משנה ברורה איז פוסק אחרון.
מ'קען אפשר זאגן אז ס'איז נאטוליך אז די חזון איש זאל נוטה זיין צום משנה ברורה, ווייל זיי זענען ביידע געזעצען אין שפיץ פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. טאקע נישט אין דער זעלבע צייט און לאנד, אבער די ארגעניזאציע איז דער זעלבע דערפאר ברענגט דאס נרטורליך עפעס א נאנטשאפט.
דער טפשות, קטנות, שלעכטס, עמהארצות, און נידריגקייט פון די תגובה איז מביא לידי הקאה.

און דאס איז נאך איידער מיר ווייסן אז דער חזון איש איז נישט געשטאנן אין שפיטץ פון קיין שום מועצת גדולי התורה פאר איין טאג, נישט אין חו"ל, נישט אין א"י, נישט פון אגודת ישראל און נישט פון סיי וועלכע פארטיי.

דער חזון איש האט עפעס איינגעזען אין דער משנה ברורה, און באים השוטים און זאגן אז עס איז סתם א פארטיי שייכות, שמור לי ואשמור לך.

מסתמא האבן דער רמב"ן מיט דער בעל המאור זיך געשלאגן איבער א שידוך פאר זייער טעכטער, ביידער האבן געוואלט די זעלבע בחור. און רע"ק מיט ר' ישמעאל? זיי האבן זיך געשלאגן איבער א שטיק ריעל עסטעיט. נאר די מחלוקת קרח מיט משה רבינו ווענדט זיך אויף א חקירה פון דער משנה למלך.
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך מיין אויך אז די סיבה איז אזוי ווי @כרם זית זאגט, די חזו״א וואס האט געוואוינט אין די ליטא ווי די פסקים פון די גר״א זענען געוועהן קודש הקדשים האט ער אטאמאטיש מער אנגענומען ווי די משנ״ב אקעגן אנדערע פוסקים, פונקט ווי ביי חסידים האט מען מער ווייניגער אנגענומען די שו״ע הרב פאר די פוסק אחרון, חוץ פון דעהם איז די חפץ חיים געוועהן די גדול הדור דעמאלטס.
דאס איז א נייעם מיתוס אז דער שו"ע הרב איז פוסק אחרון ביי חסידים. איך גלויב נישט אז עס איז מער ווי דרייסיג יאר אלט. אין תשובות אבני נזר, דברי חיים ועוד, ווייסן זיי נישט דערפון. אינדערהיים האט מען נישט געהערט דערפון. ווען בני ברק האט אויפגעבויעט משנה ברורה, האט מען שנעל געזוכט א תירוץ און געטראפן א שו"ע הרב.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

נאך א מיינונג האט געשריבן: דער טפשות, קטנות, שלעכטס, עמהארצות, און נידריגקייט פון די תגובה איז מביא לידי הקאה.
דאס וואס איינער שלאגט פאר א "טעאריע" בארעכטיגט נישט אזא אויסברויך.
א שאד אז דו האסט אנגעשמירט אזא שיינע תוכן'דיגע תגובה מיט די ערשטע 2 שורות....
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

לדעתי איז נישט קיינער פון זיי פוסק אחרון (@נאך א מיינונג באשייגעץ מיר נישט יעצט פארן לאזן הערן א מיינונג) ס'נאך ביידע רעלאטיוו פריש און אין וועלכע פון די ספרים א מענטש טרעפט מער א געשמאק, קען ער זיך רואיג פארלאזן און פסק'ענען לויט דעם ספר.
פארשפארט