טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

וואס באדייט די סלאגאן בלעק לייווס מעטער בכלל? איינער (אין רעגירונג) זאגט דען אז נישט? ס'איז סתם פראפאגאנדע דורך... און... צו וועלן אנשמירן א נאסע ליילעך אויף אמעריקאנער ווי כאילו שווארצע לעבנס גייט זיי נישט אן..

פאקט: פיל מער פאליציי ווערן געשאסן דורך שווארצע, ווי אום באוואפנטע שווארצע ווערן געשאסן דורך פאליציי

פאקט: כאטש וואס שווארצע זענען בלויז ארום 15% פון די פאפולאציע מאכן זיי אויס ארום האלב פון אמעריקאנע מערדער

פאקט: אין די צייט וואס די פראטעסטירער דרייען איבער אמעריקע זענען שוין אום צאליגע שווארצע געהארגעט געווארן דורך זייערער אייגענע ברודער

פאקט: בכלליות גייט פאר אין די איננער סיטיס א שלאכט פעלד ווי שווארצע ווערן כסדר געהארגעט דורך שווארצע און דאן עקזיסטירט נישט קיין Black live matter

פאקט: ווען שווארצע האבן געהארגעט עטליכע אידן און נאכאנאנד אטאקירט אידן אין ברוקלין איז נישט געווען קיין פראטעסטן דורך די "פראגרעסיוון" אז Jewish lives matter

סוף פסוק: די פראטעסטירער מיינען וואס זיי מיינען.. אבער קום מיר נישט איינרעדן אז ס'אינטערסירט זיי Humanity דא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגעפרעגט ס'גאנצע זאך?
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

הרב ליב צו וויסן: לו יהא אזוי ווי דו זאגסט, איז אבער ווער שולדיג דערין? דו ביזט אויך נישט געווארן א מנומס פון איין טאג צום צווייטן, אפאר טויזנט יאר ציווילעזאציע-עוועלוציע האט דיך אויסגעמענטשלט צו אנקומען צו די יעצטיגע פיליי"ט ווייסער - מיט די פאלשע שמייכל - שטאנד, און וואס האסטו געטוען מיט די שווארצע במשך דיין לאנגע דזשורני? אונטערדרוקט! ניין, נישט אונטערדרוקט, פארקנעכט! אפאר הונדערט יאר פון קנעכטשאפט האט אפגעטוען דאס זייניגע, און יעצט דארפן מיר זיי העלפן ארויסקומען פון זייער נ' שערי.... ווייל מיר האבן זיי דארט אריינגעלייגט. כאטש אביסל מיטגעפיהל. "לא תתעמר בה תחת אשר עניתה"
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

לייבל שטילער האט געשריבן:הרב ליב צו וויסן: לו יהא אזוי ווי דו זאגסט, איז אבער ווער שולדיג דערין? דו ביזט אויך נישט געווארן א מנומס פון איין טאג צום צווייטן, אפאר טויזנט יאר ציווילעזאציע-עוועלוציע האט דיך אויסגעמענטשלט צו אנקומען צו די יעצטיגע פיליי"ט ווייסער - מיט די פאלשע שמייכל - שטאנד, און וואס האסטו געטוען מיט די שווארצע במשך דיין לאנגע דזשורני? אונטערדרוקט! ניין, נישט אונטערדרוקט, פארקנעכט! אפאר הונדערט יאר פון קנעכטשאפט האט אפגעטוען דאס זייניגע, און יעצט דארפן מיר זיי העלפן ארויסקומען פון זייער נ' שערי.... ווייל מיר האבן זיי דארט אריינגעלייגט. כאטש אביסל מיטגעפיהל. "לא תתעמר בה תחת אשר עניתה"



-"איך" ווי אויך די וויקטימס פון זייערע ראיאטן האבן קיינעם פארקנעכטעט (ווי ווייט איך ווייס..)

-העלפן שווארצע זיך שטעלן אויף די פיס? אדרבה ואדרבה!! ווייז נאר ביטע צו וועלכע פון די פאלגענדע פארשלאגן איז די בעסטע וועג זיי צו העלפן..

אפשר דורכן פרעדיגן צו זייערע אינגע מוחות אז די ווייסע זענען שילדיג פאר אלע זייערע פראבלעמען?

אפשר דורכן באזייטיגן די אלע וואס ווילן באמת טוישן זייער קולטור דורך זיי לעיבלען אלס ראסיסטן (ווייסע) אדער אנקל טאם (שווארצע)?

אפשר דורכן זעהן אז שווארצע קרימינאלן זאלן זיך דרייען פראנק און פריי צווישן די שווארצע באפעלקערונג און מארדן וועם זיי ווילן? (Abolish the Police)

אפשר דורכן זעהן אז א שווארצער וואס ווערט געבוירן אין די איננער סיטי זאל נאר האבן די מעגליכקייט פון ווערן עדוקעיטעד אין די געלונגענע פאבליק סקולס?

אפשר דורכן פרעדיגן די געוואלדיקייט, און גיבן ווי מער צוקערלעך פאר סינגל מאמ'ס אזוי ס'זאל זיין גאר געשמאק צו דיווארסן און אויפהאדעווען אינגלעך אן קיין טאטע? (וואס די תוצאות זענען פארשטענדלעך)

אדער אפשר גאר דורכן זיי גיבן ווי מער פראגראמען און זיכער מאכן אז ס'לוינט נישט אראפצוגיין פון זיי און ווערן א לייט?

אויב דיזע פארשלאגן געפעלן דיר נישט דאן ביסטו לויט די "פראגרעסיווע" פראטעסטירער א ראסיסט.

איך בין גערן גרייט צו העלפן שווארצע זיך ארויס זעהן פון זייער מצב, זאג נאר פונקטליך וויפיל טארגעטס איך ברויך באגאנבענען דערפאר..

ערנסט גערעדט, די שווארצע געמיינדע מוטשעט זיך שרעקליך, די איינציגסטע וועג ארויס פאר זיי איז א קולטור פון Individual responsibility, ווילאנג דאס וועט נישט פאסירן וועלן זייערע ליידן אנהאלטן (יא יא גענוי ווי די באקאנטע כח היחיד מאוומענט וואס קען "אונז" אזוי צוניץ קומען).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליב צו וויסן: לויט מיין מיינונג איז די גרעסטע, לאנג טערמיניגע פראבלעם ביי די שווארצע אלס קאמיוניטי דער פאקט אז זיי האבן פאלשע פיהרערס. אזוי ווי דזשעסי דזשעקסאן און אל שארפטאן. איך רעד דאך שוין נישט פון דעם קרימינאלן אנטיסעמיט און וויסטער שונא ישראל און רוצח פארראקהאן, ימ"ש.

אט די פיהרערס טוען נישט מוטיגן די שווארצע יוגנט אז זיי זאללן זיך באפלייסן אין סקול און קענען צוקומען צו גוטע דזשאבס, אז זיי זאלן זיך קענען ארויפארבעטן עקאנאמיש .

ס'איז יא דא א געוויסע שטרעמונג צווישן די אפריקאנער אמעריקאנער באפעלקערונג. (עטליכע רעוורענדס וועלכע פיהרן אן מיט קלענערע קאנגרעגעישן'ס.) אז די יוגנט זאלל גיין געהעריג אין סקול און לערנען. זיי זענען אבער א מיעוטא ד'מיעוטא. ספעציעל ווען די גרויסע נייעס נעטווארקס געבן זיי נישט קיין פלאטפארמע אדער א שטימע. זיי טוען ענדערש מוטיגן די העצערס און רעוואלוציאנערן צווישן די באפעלקערונג. און זיי געבן פאר א יעדן שארלאטאן און דעמאגאג אזוי ווי שארפטאן א פלאטפארם. די איינציגע ראולל מאדעללס וואס די יוגנטליכע אין זייערע באוואוינטע געגנטן האבן זענען די דראג דילערס און אנדערע קרימינאללן.

די שווארצע באפעלקערונג האט יא געהאט איינעם א גוטן פיהרער וואס ער האט געוואלט אויסמענטשלען דעם המון עם און ארויפברענגען זיי אויפ'ן דרך הישר. ער האטציך גערופן ..."מאלקאלם עקס"...ער איז געווען א געלונגענער מענטש. (און נישט קיין שונא ישראל)ער איז אויך אויפגעוואקסן אין ארעמקייט אין די געטאס. און ער איז געווען ארומגענומען מיט די געוויינליכע קרימינאללן ווי דראג דילערס וכדומה. און ער איז געגאנגען אין סקול און קאלידזש.
נאר דער גרויסער רוצח און שונא ישראל פארראקהאן ימ"ש האט געשיקט שווארצע רוצחים אז זיי זאללן איהם אומברענגען...!
פארשפארט