ש.ב. מרגליות'ס ענטפער אויף "יעקב שונא לעשו"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
עקפערימענטירער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

ש.ב. מרגליות'ס ענטפער אויף "יעקב שונא לעשו"

שליחה דורך עקפערימענטירער »

די ענטפער פון ש.ב. מרגליות אויף אונזער ארטיקל "יעקב שונא לעשו" איז אנגעקומען אין א מוצאי שבועות ארטיקעל אין דער בלאט. ווידעראמאל אנגעפילט מיט העסליכע און ראסיסטישע ווערטער ווי "אפגעריסענער גוי" "שחור" "שמוציגן פארגרעבטן ערל", און באשולדיגט "דער גוי" מיט די פלינדערייען פון כוליגאנעס. כ'וואונדער מיך צי ער וואלט געוועהן אקעי אויב איינער וואלט באשולדיגט "דעם איד" מיט די חסידישע גוואלדאטאטן אין תשל"ט, אדער אין אנדערע אומריכטיגע אקטן וואס א מיעוט אידן טוען. איז ער אקעי מיט'ן זאגן אז "די אהרונים" זענען וואנדאלן און ראיאטירער וועגן וואס עטליכע האבן געטוהן די וואך אין בני ברק?

און נאכאמאל קען ער נישט הייבן כלל ישראל ווייל מיר זענען ספעציעל, נאר ער דארף אפמאלן דעם גוי ווי דער פארברעכער וואס פלינדערט און וואנדאליזירט, און אזוי ציט ער א קאנטראסט צו איד.

און דא באציט ער זיך צו אונזער ארטיקעל, און רופט אונז "ערב רב":

    ליידער, ערב רב איז אלס געווען און עס וועט אלס זיין. אלס זענען געווען צווישן דעם עם הנבחר אזעלכע וואס האבן נאר געזוכט צו געפעלן אויף ארויס, זיי האבן נאר געוואלט נושא חן זיין ביים פריץ, און זיי זענען אלס געווען גרייט זיך צו פארקויפן די נשמה פארן שטן, אבי צו פארנעמען אן ארט ביי יענע זייט אויך.

    אט די חברה זענען פארנומען כסדר מיטן פארשפרייטן האס און גיפט קעגן יעדן ערליכן איד, ממש א גרעניצלאזע שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, ומאידך גיסא קומען זיי אונז מוסר'ן אז אונזער חינוך כלפי די גוים, עם הדומה לחמור, איז נישט כראוי, לשיטתם דארף מען יעצט די ווילדע וואנדאלן איבער די גאסן נאכלויפן מיט א קראנץ רויזן, כדי ארויסצוצייגן אונזער מיטגעפיל פארן האומלעס פון מאנהעטן וואס ווייטאגט כלומר'שט אויפן גוי פון מינעסאטע.

ווי מיט אלעם האט ש.ב. מרגליות געליינט אונזער ארטיקל נאר אויבערפלעכליך. ער פאנגט נישט אהן צו כאפן אז מיר שרייבן נישט צו געפעלן איינעם פון די גאס, און נישט קיינעם צו געפעלן, נאר צו געפעלן אונזער נשמה, און צו געפעלן השי"ת ווען עס וועט קומען דעם גרויסן יום הדין.

מיר האבן נישט געשריבן אונזער ארטיקל אין ענגליש צו באשמוצן דעם בלאט לעיני כל השרים והעמים, וועלכע וועלן זיך איבערצייגן וואספארא גיפט מיר פיטערן אונזערע קינדער, נאר מיר האבן עס געשריבן אינטעראל, אין א היימישע אויסגאבע וואס חסידישע אידן ליינען. מיר האבן עס געשריבן צו דערוועקן דעם הארץ אז ווען מיר פארלאנגען אז אנדערע זאלן אונז נישט פיינט האבן, קענען מיר נישט אין די זעלבע צייט אליין פרעדיגן שנאה. סארי, איך וויל נישט אז דער נעא נאצי זאל זיין גערעכט מיט זיין טענה אז מיר פרעדיגן שנאה קעגן גוים. כ'וויל נישט אז דער KKK מעמבער זאל שרייען אז אידן זענען א שמוציג פארגרעבט פאלק פון גנבים און רוצחים, און מ'זאל נישט קענען האבן קיין טענות צו אים ווייל מיר זאגן די זעלבע זאכן קעגן אלע נישט-אידן.

ווען איינער דארף מיסרעפרעזענטירן וואס זיין בר פלוגתא זאגט ווייזט ער ווי נעבעכדיג שוואך ער איז. אזוי שרייבט מרגליות: "לשיטתם דארף מען יעצט די ווילדע וואנדאלן איבער די גאסן נאכלויפן מיט א קראנץ רויזן, כדי ארויסצוצייגן אונזער מיטגעפיל פארן האומלעס פון מאנהעטן וואס ווייטאגט כלומר'שט אויפן גוי פון מינעסאטע." האמנם??? איז דאס בכלל די טענה? זענען מיר דא צו פארטיידיגן פארברעכער און שונאי ישראל?? איר האט א פראבלעם, ווייל איר פארוואנדלט 99.8 פראצענט פון די וועלט אין רוצחים און פארברעכער, און דעריבער איז נישט דא ביי אייך קיין שום באלאנץ אין מעסיגקייט און אויפריכטיגקייט אין נארמאלע באציאונג מיט מענטשן אינדרויסן פון אייער קרייז. אבער נארמאלע מענטשן ווייסן זייער גוט וויאזוי צו פונאנדערשיידן צווישן א כוליגאן און דאס גאנצע ארומיגע פאלק. מיר ווייסן נישט דן צו זיין מענטשן צוליב עטליכע שלעכטע. מיר זענען נישט דן יעדן פאליציאנט וועגן עטליכע שלעכטע, אדער יעדן איד וועגן עטליכע שלעכטע, און אוודאי נישט 7 ביליאן מענטשן וועגן עטליכע שלעכטע מענטשן אויף דער וועלט.

ש.ב., הער שוין אויף מיט די שנאה, און נעם דיך בויען דיינע ליינער מיט שמחת התורה, מיט שטאלץ אז מיר זענען אידן. מיר דארפן נישט מאכן אלע אנדערע מענטשן פאר כוליגאנעס און רוצחים כדי זיך צו האלטן שטאלץ און הייליג מיט אונזער לעבן.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר