כי היינו לעג וקלס - מעגן מיר דאס צולאזן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

כי היינו לעג וקלס - מעגן מיר דאס צולאזן?

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

האט מיר היינט אנגעכאפט דאס משוגעת, צו נישטערן וואס די ווייטע גוים רעדן איבער אונז. איך האב אויפגעעפנט וויקיפדיה אויף אראביש און אנגעהויבן נישטערן. קודם כל איז זיך צו באלעקן די פינגער מיט וואסאפאר טעותים זיי מאכן דארט, צום ביישפיל אז דער גרינדער פון דער חסידי'שער באוועגונג איז געווען 'רבי שלמה בן נחמן' (הרמב"ן) און נאך פיל שטותים, וואס א חילוק...

וואס עס האט מיר אויפגערעגט איז, ווען איך האב זיך אנגעשטויסן מיט דעם ערך:
https://ar.wikipedia.org/wiki/%D8%AD%D8 ... 9%8A%D9%86

דא האט מיר אנגעכאפט מיין גרימצארן. לדעתי איז דאס ריין אנטיסעמיזם. ס'טיישט זיי נעמען עפעס א לאך וואס הערשט ביי אונז און מען מאכט פון דעם א גאנצע עסק, כאילו דאס איז א חלק פון אונזער היסטאריע און דאס איז ווערד א בלאט אין וויקיפדיה, היה לא תהיה. איך בין זיכער אז ווען דאס איז דא אין ענגליש, וואלט יעדער געמאכט קולות און געשריגן היתכן, נאר וויבאלד עס איז אויף די מוסלומענער שפרא, רעדט מען נישט דערפון.

אדרבה, אפשר בין איך נישט גערעכט, און אויב נישט, פארוואס איז נישטא אזא ערך אין די עברית וויקיפדיה און אין ענגליש, אם לא שזה נובע משום שנאת ישראל.

לאמיר עס אויסשמועסן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

כ'זע בכלל נישט קיין אנטי-סמיטיזם דא. ס'איז פשוט זאכען.

איי, וועסטו פרעגען פארוואס איז דא אזא דגוש אויף דעם?
די תירוץ איז...
ס'נישט קיין ארטיקל וועגען יודען אדער יודישע היסטאריע בכלל. ס'איז אן ארטיקל וועגען דעם ספעסיפיק נושא, און יעצט רעדט מען נאר פון דעם. זיי מוחל און ליין נאכאמאל די קעפל.

גראדע זענען די זאכען נאך אמת אויך....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

אקעי, איך וויל עפענען אן ערך וואס זאל זיך רופן "רעיפ און פארברעכן דורך מוסלומענער אין ארץ-ישראל" - די שטודיע ווייזט אז רוב רעיפ און געוואלטאטן אין ישראל קומען פאר דורך אראבער, זיי עס בודק וועסטו זען! לאמיר זען אז דו זאלסט עפענען אזאנס אויף עברית אדער ענגליש, און מען זאל דיר נישט פארשרייען מיט קולי קולות אויף דעם.

נאך א זאך; אויב ס'איז אזא דבר פשוט, פארוואס איז דאס נאר דא ביי די אראבישע ויקיפדיה, פארוואס נישט אין עברית אדער אין ענגליש? - קוקט אויס אז דארט האט מען מורא צו לייגן אזא ערך, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

וואס עס האט מיר אויפגערעגט איז, ווען איך האב זיך אנגעשטויסן מיט דעם ערך:
https://ar.wikipedia.org/wiki/%D8%AD%D8 ... 9%8A%D9%86

דא האט מיר אנגעכאפט מיין גרימצארן. לדעתי איז דאס ריין אנטיסעמיזם. ס'טיישט זיי נעמען עפעס א לאך וואס הערשט ביי אונז און מען מאכט פון דעם א גאנצע עסק, כאילו דאס איז א חלק פון אונזער היסטאריע און דאס איז ווערד א בלאט אין וויקיפדיה, היה לא תהיה. איך בין זיכער אז ווען דאס איז דא אין ענגליש, וואלט יעדער געמאכט קולות און געשריגן היתכן, נאר וויבאלד עס איז אויף די מוסלומענער שפרא, רעדט מען נישט דערפון.


נאדיר די וויקיפעדיע ארטיקל אויף ענגליש. און אין מאמע לשון.

-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

@לכבוד שבת קודש: צום ביישפיל אז דער גרינדער פון דער חסידי'שער באוועגונג איז געווען 'רבי שלמה בן נחמן' (הרמב"ן)


(איר מיינט געוויס ר'משה בן נחמן (הרמב''ן))

איר האט וויירשיינדליך געמאכט א טעות, איך צוטיר זייערע ארטיקל אויף ר' ישראל בעש''ט.

الحاخام يسروئيل (إسرائيل) بِن إليعزير (Yisroel (Israel) ben Eliezer) (רבי ישראל בן אליעזר — 22 من مايو 1760م)، غالبًا يُدعَى بعل شيم توف (Baal Shem Tov) (‎/‏ˌbɑːl ˈʃɛm ˌtʊv‎/‏ أو ‎/‏ˌtʊf‎/‏) أو بيشت (Besht)، هو حاخام يهودي صوفي. وهو يُعتبر مؤسِس حركة الحاسيديم (انظر أيضًا أسرة ميزبيز الحاسيدية (Mezhbizh Hasidic dynasty)).

איבערגזעצט אויף אידיש (גוגל).

רבי עעראָאָיאַל (ישראל) בן אַליעזאַר (ישראל (ישראל) דורך בן אליעזר) (רבי ישראל בן אליעזר - 22 מייַ 1760 ), אָפֿט גערופֿן בעל שם טוב (בעל שם טוב) ( / ˌ . ב ɑː ל ' Σ ɛ עם ניט קיין ˌ 'ס ה ʊ -וו / אָדער / ˌ ' ס ה ʊ , ו / ) אָדער פון בעט (בעשט), איז די רבי פון אַ אידישע מיסטיק. ער ווערט באטראכט ווי דער גרינדער פון דער חסידים באוועגונג (זעט אויך די מעזשביזש חסידישע דינאסטיע.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום במדבר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

יא, ביים ארטיקל אויפן בעל-שם-טוב שטייט טאקע אזוי, אבער אויפן ארטיקל איבער תנועת החסידות שטייט אז דער גרינדער איז געווען משה בן נחמן, קוק דארט - איך האב נישט קיין נערוון צו גוגל טרענסלעיטן און אהערברענגען, אפשר שפעטער, אדער קענסטו עס אליין טון.

אגב, די אידישע וויקיפדיה איז זייער ווייט פון קראנט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם פון ברענגען זאכן אן מקורות, דו קענסט מארגן עפענען וועלכע ערך דו ווילסט, קיינער קוקט דיר נישט נאך און ס'איז א שטח הפקר. איך זאג נישט אז עס מיינט עפעס בנוגע אונזער נושא, איך רעד נאר אין אלגעמיין.

און יא, ס'איז טאקע א בושה אז מיר האבן זיך אזאנס דערלעבט. אגב, אין די אראבישע וויקיפידיה שטייט אז די ציפערן פון מאלעסטינג און רעיפ איז אין די היימישע קאמיונטי איז פונקט אזויפיל ווי אין די אלגעמיינע וועלט. איך וואלט נאך אפשר מודה געווען אויף מאלעסטינג, אבער אויף רעיפ וואלט איך עס געלייקנט - נישט אז עס איז נישטא, אבער דער פראצענט איז זיכער קלענער. איר האלט נישט אזוי?
פארשפארט