חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: דיין הערליכע שילדערונג איז אזוי ווי אן אבסטראקט פעינטינג. א צופעליגער אדורכגייער אויף די גאס וועלכער זעהט דאס וועט אפילו נישט געבן אן ערנסטן בליק אויף דעם. אויך וועט ער קאמענטירן אז דאס איז דזשאנק. און ס'איז נישט ווערד דעם קענוועס אויף וואס מ'האט עס געצייכנט.נאר איינער וועלכער איז מלכתחילה א מבין אויף ארט וועט זיך אפשטעללן און געבן א טיפערן בליק. און ער וועט זעהן די טיפקייט מיט וואס דער ארטיסט האט עס געמאלן און די אלע איינטייטשונגען וואס מ'קען אלץ ארויסנעמען פון דעם...!
ישר כח בעל העגלה, דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עיפה דאס וועט אפשר צו לייגען אויל צום שרייבן פייער.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: דיין הערליכע שילדערונג איז אזוי ווי אן אבסטראקט פעינטינג. א צופעליגער אדורכגייער אויף די גאס וועלכער זעהט דאס וועט אפילו נישט געבן אן ערנסטן בליק אויף דעם. אויך וועט ער קאמענטירן אז דאס איז דזשאנק. און ס'איז נישט ווערד דעם קענוועס אויף וואס מ'האט עס געצייכנט.נאר איינער וועלכער איז מלכתחילה א מבין אויף ארט וועט זיך אפשטעללן און געבן א טיפערן בליק. און ער וועט זעהן די טיפקייט מיט וואס דער ארטיסט האט עס געמאלן און די אלע איינטייטשונגען וואס מ'קען אלץ ארויסנעמען פון דעם...!
אינעם זעלבער בויגן וויל איך זיך ממליץ זיין מיט די שרעקליכע ווערטער אויסלייג טועותים וואס ווערן געמאכט אינעם באשרייבונגען די אייפון איז אליינס מחליט וואספארא ווערטער איך פרוביר אויסלייגן עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן אויף אן אייפון בכלל און אין די שפראך אידיש בפרט.
איתכם הסליחה
מיינונג זאגער


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיינונגזאגער: אט אויף דעם האבן אונזערע חז"ל געזאגט (אבות)..."אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו"...! די געציילטע ספעללינג גרייזן האב איך ניטאמאל באמערקט. דער עיקר איז דער תוכן פון דיין מאמר. און די שילדערונג איז וואונדערליך. איך האב געפיהלט אז איך פאר מיט משה אויפ'ן טרעין. און איך טרעף מיך מיט זיין חבר יאנקל אין ביהמ"ד בשעת ער האקט אריין הערינג...!

נאר איך האב אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם מיט מיין היברו קיבאורד אויף מיין ענדרויד פאון. נאך אן אפדעיט האט עס מיר גענומען מאכן קונצן. ס'האט אייביג געשריבן אנדערע ווערטער וואס איך האב געשריבן. א סאך פאוסטס זענען אפילו אויסגעקומען גאנץ קאמיש. איך האב דיסעיבלד דעם..."ענטיסיפעיט"...פיטשור אויף מיין קיבאורד. דאס האט געהאלפן...!
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: אט אויף דעם האבן אונזערע חז"ל געזאגט (אבות)..."אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו"...! די געציילטע ספעללינג גרייזן האב איך ניטאמאל באמערקט. דער עיקר איז דער תוכן פון דיין מאמר. און די שילדערונג איז וואונדערליך. איך האב געפיהלט אז איך פאר מיט משה אויפ'ן טרעין. און איך טרעף מיך מיט זיין חבר יאנקל אין ביהמ"ד בשעת ער האקט אריין הערינג...!

נאר איך האב אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם מיט מיין היברו קיבאורד אויף מיין ענדרויד פאון. נאך אן אפדעיט האט עס מיר גענומען מאכן קונצן. ס'האט אייביג געשריבן אנדערע ווערטער וואס איך האב געשריבן. א סאך פאוסטס זענען אפילו אויסגעקומען גאנץ קאמיש. איך האב דיסעיבלד דעם..."ענטיסיפעיט"...פיטשור אויף מיין קיבאורד. דאס האט געהאלפן...!
ישר כח פאר די געדאנק, אומר ועושה


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: אט אויף דעם האבן אונזערע חז"ל געזאגט (אבות)..."אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו"...! די געציילטע ספעללינג גרייזן האב איך ניטאמאל באמערקט. דער עיקר איז דער תוכן פון דיין מאמר. און די שילדערונג איז וואונדערליך. איך האב געפיהלט אז איך פאר מיט משה אויפ'ן טרעין. און איך טרעף מיך מיט זיין חבר יאנקל אין ביהמ"ד בשעת ער האקט אריין הערינג...!

נאר איך האב אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם מיט מיין היברו קיבאורד אויף מיין ענדרויד פאון. נאך אן אפדעיט האט עס מיר גענומען מאכן קונצן. ס'האט אייביג געשריבן אנדערע ווערטער וואס איך האב געשריבן. א סאך פאוסטס זענען אפילו אויסגעקומען גאנץ קאמיש. איך האב דיסעיבלד דעם..."ענטיסיפעיט"...פיטשור אויף מיין קיבאורד. דאס האט געהאלפן...!



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: אט אויף דעם האבן אונזערע חז"ל געזאגט (אבות)..."אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו"...! די געציילטע ספעללינג גרייזן האב איך ניטאמאל באמערקט. דער עיקר איז דער תוכן פון דיין מאמר. און די שילדערונג איז וואונדערליך. איך האב געפיהלט אז איך פאר מיט משה אויפ'ן טרעין. און איך טרעף מיך מיט זיין חבר יאנקל אין ביהמ"ד בשעת ער האקט אריין הערינג...!

נאר איך האב אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם מיט מיין היברו קיבאורד אויף מיין ענדרויד פאון. נאך אן אפדעיט האט עס מיר גענומען מאכן קונצן. ס'האט אייביג געשריבן אנדערע ווערטער וואס איך האב געשריבן. א סאך פאוסטס זענען אפילו אויסגעקומען גאנץ קאמיש. איך האב דיסעיבלד דעם..."ענטיסיפעיט"...פיטשור אויף מיין קיבאורד. דאס האט געהאלפן...!



Sent from my iPhone using Tapatalk
והנה, און אט אז דער בעל הגעלה פירט מיך אין גוטע וועגן, מיין איך אז דער טייפן פראבלעים איז ב״ה געלייזט געווארן (איך האב נישט צו געזאגט צו דאנקען דעם רבוש״ע טים פאבליק, אבער ״טענק יו השעם״)

וועל איך אביסעל מחשבה צו לייגן צום מאמאר הנ״ל.

די חילוק פון יענקל דער שטיבעל זיצער מיט די הערינג, און משה פון בודא-פעסט איז פילפאכיג.
משה איז אנגעווייטאגטער נשמה וואס איז מנהסתם געווארן מאלעסטעד אדער גערוידעפט געווארן פארן נישט פערפארמען אלץ דער בעסטער אינגעל/בחור אויף א מאסן שטאבליכער פארנעם אין די ישיבה אדער אין שטוב א סאך יארן פאר ער האט מחליט געווען צו זיך דערקלערן אן עטיעסט אן אפיקורס. ער בליטיגט און ווייעדיג פאר סיי וואספארא קלעמעניש, למשל זיינע עלטערן און מחנכים פארן נישט איינערקענען אין זיינע פעהיגקייטן וואס ער האט און וואס ער האט נישט.
אבערטיף אין זיין מחשבה איז דא א בורא ומנהיג וואס איז משגיח אויף א יעדער ריר וואס עס פאסירט אויף די וועלטליכער כדיר און ווי אויך די הויעכע ספערן וואס ער שלאגט זיך דאס אויסצורייסן מיט זיין גאנצער ווילן אן א סאקסעס, די שוואכע כאראקטאר פון משה לאזט א רושם אין משה׳ס הארץ און מחשבה עד כדי כך אז ער פירט א שטענדיגער מערכה מיט די בעל הבירא וואס דערביטערט עים זיין פערזענליכער לעבן, אולי וועט זיין געוויסן לייכטער ווערן און שפירן אז ער איז עטוואס אין קאנטראל וואס הייבט עטוואס דער זעלבסט ווירדע פון אזא ציבראכענער נפש.

מאידך גיסא יענקל פון גאליציע, איז בטבע א שטארקער כאראקטער זיין סיפוק הנפש שיינט מיט א זעלטענער אינערליכער ציפרידנקייט, נאר בשיטה אדער פשוט פון געוואוינהייט פון קינדווייז אן נישט פראקטעצירט די פיזישע שעבודים וואס גלייבן אין גאט ב״ה ברענגט מיט זיך מיט, א גוטער קעפעל גאט צו פארדטנקען האט ער אויך, א דאנק דעם צוגעבענדיג צו זיינע מעלות, א לשון לימודים מיט א געניטשאפט צו פארוואנדלען ארום זיך אן אנגענעמער אטמעספערע וואס מאכט עם א גוט זאגער אפי׳ נישט אלץ וואס ער זאגט איז אזוי גוט.

זיין אינערליכער צפרידענקייט העלפט עם אז זאל קענען זיין אנגענעים סיי ווי ער געפונט זיך און נישט דארפן ארויס שפרינגען פון זיין אייגענע הויט קאנסטענטלי, ממילא שבת איז נישט קיין שטער פאר עם אדרבה זיך אביסעל אפרוען פונעם ששת ימי המעשה קומט עם גאנץ גוט צינוץ, פארברענגען און קוואקען אין שטיבעל ווען יעדער האט הנאה צו זיין אין זיין געגענגנטווארט גוט עם נאך צו די דעשמאק פון זיין די ראש המדברים ביי די הערינג קידוש א יעדן שבת. וואס קען זיין בעסער פון דעם? בסה״כ קענען עם זיינע שטיבל פריינט אלץ אן אויבער חכם ער זיכט נישט קיינעם צו איבערצייגן זיינע אידייעס עס איז גוט אזוי אויכעט.
יענקל קען עפארדן צו זיין א נישט גלויביגער אן א האס צו אלץ ארום עם.
ער דארף נישט מחלל שבת זיין צו ארויס ברענגען זיין ווייטאג וואס ער האט נישט. מאכט זיך א חילול שבת מהיכא תיתי פארוואס נישט, אבער נישט צו דארפן לויפן צו א באן פלאטפארמע צו צייגן זיין שפיץ. ער וועט נאר טוהן זאכן וואס ער וויל, און וויאזוי ער וויל ווייל אזוי וויל ער נישט ווייל א צווייטער וויל אדער נישט פאר סיי וואספארא זייטיגע דראנג און טוהן סיי וואספארא אקט צו זעטיגן זיין זעהל.
אזוי לערן איך אפ די אויבען דערמאנטע מעשה.

מנאי מיינונג זאגער

עס איז שטארק מעגליך אז די מחשבה וואלט ווען געדארפט פארנעמען אן עקסטערע אשכול. אבער מיין וועגפירער בערלבעלהעגלה עפענט אויך נישט קיין פרישע אשכולות. ע״כ ווייס איך אז דאס איז דער וועג.

זייטץ אלע געבענטשט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

העניך האט געשריבן:כ'וויל רעדן פון א נושא וואס איז האקל, אבער דאך גאר וויכטיג אויסצושמועסן. עס איז א נושא וואס מענטשן האבן מורא צו בארירן, מ'ציטערט בכלל צו דערמאנען די פאקטן, אבער דער מציאות מוז געזאגט ווערן, און דא אויף קאווע שטיבל מוז מען עס אויסשמועסן.

אפיקורסות.

יארן לאנג איז אנגענומען אז אמאליגע אפיקורסים זענען געווען כופרים און היינט זענען בלויז דא בעלי תאווה. דאס איז א וועג פון אראפווארפן פון אונז דעם אחריות צו טיף אריינקלערן אין דעם ענין, און טראכטן צי מאמינים האבן נישט אפשר עפעס אן אויפגאבע צו העלפן אידן בלייבן ביי דער אמונה. אויב זאל מען מודה זיין אז אפיקורסים וואס דרייען זיך צווישן אונז האבן לעגיטימע פראגעס און ספיקות ברענגט דאס תיכף אן אחריות פאר מאמינים צו ענטפערן אויף די פראגעס, און מסביר זיין פארוואס מ'קען דאך בלייבן ביי דער אמונה. עס איז פיל גרינגער זיך אפצושאקלען פון די ערנסטע אחריות'ן וואס מיר פארמאגן, געבן א פאכע מיט דער האנט און שרייען אז אפיקורסים זענען בעלי תאווה, און עס האט גארנישט מיט אונז.

כאטש מ'רעדט נאכנישט דערפון אפן, איז אבער קלאר אז עס זענען דא הונדערטער – אויב נישט טויזנטער – אפיקורסים וואס דרייען זיך ארום צווישן אונז. מ'הערט מער און מער וועגן היימישע חסידישע יונגעלייט וואס גייען אראפ פון דרך (או-טי-די, בלשונם), אמאל מיט דער משפחה און אמאל אן. פון זיי איז אוממעגליך זיך צו פארהוילן, ווייל עס נעמט אריין משפחות, גיטין, און א שטורעם אויף דער גאס. אבער די אפיקורסים וואס בלייבן צווישן אונז, אנגעטון מיט די שמונה בגדים און פירן ווייטער א חרדיש לעבן כאילו לא היה, מאכן נישט קיין ווינט און קיין שטורעם, און אויב מ'איז אומבאקוועם מיט'ן רעדן דערוועגן אדער טון עפעס דערוועגן קען מען זיך פארהוילן פון די פאקטן.

עס זענען פאראן שוטים וואס אויב האבן זיי א חשד אויף איינעם אז ער איז נישט קיין מאמין וועלן זיי אים פרובירן צו דערגיין די יארן, ווי כאילו דאס וועט אים צוריקברענגען די אמונה. אנשטאט זיך פרייען אז יענער איז שטיל, האט ווייטער ליב זיין ווייב און קינדער, צעברעכט נישט זיין משפחה, וועלן זיי גיין און חרוב מאכן וואס זיי קענען נאר. אדרבה, אויב אידישקייט און משפחה-לעבן גייט דיר אן, זיי יענעם מחזק און העלף אים ארויס אז זיין לעבן זאל זיין ווי מער באקוועם – ווייל אז דו וועסט אים נאך מער דערשטיקן זענען דא גרעסערע שאנסן אז זיין משפחה וועט ח"ו צעבראכן ווערן. אבער פאר אונז ווי א כלל בלייבט יא איבער צו טראכטן פארוואס דאס געשעט. פארוואס הערט מען וועגן אונזערע בעסטע און שענסטע וואס פארלירן די אמונה?

און נאכאמאל, אונזער שמועס דא איז נאכדעם וואס מיר אנערקענען אז נישט יעדער וואס פארלירט די אמונה איז א בעל תאווה. עס זענען פאראן אזעלכע אויך, אבער דער לומד'ישער מחבר ספרים וואס איך קען וואס איז שוין אן אפיקורס פאר צען יאר האט נאך אין זיין לעבן נישט געטון קיין עבירה. דאס זעלבע דער איידעלער מגיד שיעור און בריליאנטענעם ביזנעסמאן וועמען איך קען זענען מער אריינגעטון אין תורה און ביזנעס ווי "פארדינען" א שטיקל טרפות פון זייער כפירה.

איך וויל נישט דא אריינגיין אין קושיות און ספיקות וואס ברענגען צו כפירה, נאר בלויז מאכן איין אבזערוואציע איבער דעם ענין וואס מ'דארף נעמען צום הארץ. אין מיינע שמועסן מיט ליטווישע אידן שטעלט זיך ארויס אז ביי זיי הערט מען פיל ווייניגער וועגן פרומע חרדישע יונגע מענטשן וואס פארלירן גענצליך די אמונה. איך רעד נישט דא פון מענטשן וואס ווערן אפיציעל או-טי-די, וואס איך ווייס נישט צי דער פענאמען איז שטערקער ביי חסידים צי ביי די ליטווישע. כ'רעד פון חרדישע מענטשן מן השורה, בני תורה און ביזנעסלייט מיט משפחות, וואס הערן אויף צו גלייבן אין דער תורה. פון אזעלכע זענען דא מער אין דער חסידישער וועלט ווי אין דער ליטווישער.

אין אלגעמיין זענען די ליטווישע פונקט אזוי פרום ווי חסידים, זייער אינטעליגענץ איז גארנישט ווייניגער ווי אונזער, און די קושיות און ספיקות וואס חסידישע אפיקורסים טראכטן זענען פונקט אזוי נוגע ליטווישע. טא, וואס ברענגט דעם חסיד צוצוקומען צו לייקענען תורה און אידישקייט ווען דער ליטוואק קומט ווייניגער אן ביז אהין?

איך מיין אז דער תירוץ איז ווי פאלגנד. צווישן לעבן מיט פולקאמער תמימות ביז גענצליכער כפירה זענען פאראן גאר אסאך שטאפלען. מ'קען האבן ספיקות אין רבי'ס, מ'קען לייקענען אין חסידות, מ'קען צווייפלען אין חרדיזם, מ'קען כופר זיין אין זוהר און קבלה, מ'קען גלייבן אין עוואלוציע, מ'קען קריכן צו סליפקין, מאדערן ארטאדאקס, וכו'. נישט יעדער אינטעליגענטער מענטש איז פארנומען מיט'ן קריכן אין עניני אמונה – עס זענען דא אסאך קלוגע מענטשן וואס זענען באקוועם מיט וואו זיי שטייען, און זענען נישט אינטערעסירט צו גרובלען טיפער און טיפער. די פראגע צי עפעס איז אמת צי נישט איז געווענליך א פראגע וואס איז נוגע למעשה – אפילו נאר במחשבה. אויב איז עס נישט נוגע, קריכט מען נישט אהין.

יעצט לאמיר פארשטיין וואס געשעט ווען א ליטוואק'ס נשמה פאנגט אים אן נאגן ביים הארץ אז נישט אלעס וואס מ'פארקויפט ביי אונז איז אמת. ער פאנגט אן כאפן אז אסאך פון אונזערע באגרעניצונגען זענען באזירט אויף טעותים, נאאיוויטעט און שקר. עס שטערט אים, עס ווייטאגט אים, און ער נעמט זיך גרובלען צו פארשטיין וואס איז יא אמת און וואס נישט. פיין, ער זעט איין אז מ'מעג יא גלייבן אין עוואלוציע, מ'דארף נישט זיין אזוי אינגאנצן פארגלייבט אין קבלה, און זיין מחשבה-וועלט לייכט אויף. פלוצלינג איז זיין לעבן שוין נישט אזוי ענג, זיין קאפ איז אים ברייטער, און ער קען נאכלאזן פון זאכן וואס לייגן זיך אים שוין נישט אויפ'ן שכל. אז דאס לעבן איז אים באקוועמער געווארן בלייבט ער שטיין דארטן, און גייט נישט ווייטער.

אבער וואס געשעט ווען דער חסיד פאנגט אן ווערן געפלאגט מיט ספיקות איבער דעם חרדיש לעבן? די רגע וואס ער דרוקט נאר אויס איין ווארט סקעפטיציזם אויף א געזעלשאפטליכער נארישקייט ווערט ער תיכף אפגעשטעמפלט אן "אויפגעקלערטער". אז ער גייט א טריט ווייטער איז ער א ציוני, און ווען ער קומט אזש צו צווייפלען אז עס זענען היינט דא בעלי רוח הקודש איז ער שוין אן "אפיקורס". ביי ליטווישע זענען אויך דא שמאלקעפיגע מענטשן וואס וועלן זיך ווארפן מיט אזעלכע טערמינען ווי "אפיקורס" – אבער נאר ביי חסידים איז עס פולקאם איינגעבאקן ווי אן אינטעגראלער חלק פון דעם געדאנקענגאנג.

דער ליטוואק וועט פיל לייכטער טרעפן א באקוועמען ארט אין אידישקייט וואס איז מקובל פאר'ן שכל. דער חסיד – אין דער רגע וואס ער איז איין טראפ ארויס פון דעם נארמאטיוון מהלך מוז ער תיכף זיין א מאראנא, אן "אנוס", און באהאלטן פון יעדן וואס ער האלט באמת. דאס זיין אן אנוס איז זייער פיינפול, און ברענגט נאר אז דער מענטש זאל נישט טרעפן זיין ארט אין אידישקייט. דאס וועט אים אדער איר פירן ווייטער צו קלעטערן און גרובלען און אנקומען ביז'ן ווערן אן אפיקורס ממש.

עס זענען דא וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג, ווי כאילו זיי האבן די רעכט און פעאיגקייט צו דערקלערן אז יענעמ'ס ספיקות זענען נישט לעגיטים. אבער עס איז דא אן אמת אין דער טענה, נישט ווייל די ספיקות זענען נישט לעגיטים, נאר ווייל אויב אידישקייט וואלט אים באקוועם געווען אויף א פריערדיגן שטאפל וואלט ער מעגליך קיינמאל נישט אנגעקומען צו גרובלען ביז די יסודות ממש. יא, די ווייטאג פון אפשפעטן און טעראריזירן יעדן וואס טראכט נאר אביסעלע אנדערש ברענגט כפירה. נישט כפירה וואס מיר קענען אוועקמאכן און אפשפעטן, נאר כפירה וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב מ'וואלט ערלויבט עטוואס בויגזאמקייט אין אונזער געזעלשאפט, און געלאזט מענטשן זיין אביסל אנדערש און זיך אנדערש אויסדרוקן.

מאמינים דארפן פרובירן צו זען אז מענטשן זאלן נישט ווערן קיין אפיקורסים, בפרט ווען מ'רעדט פון די אייגענע ברודער אין איין גרויסער געזעלשאפט. די וואס האלטן אז זיי קענען העלפן מיט מוכיח זיין אמונה דארפן טון זייער חלק, די וואס האלטן אז זיי קענען העלפן אמונה דורך מאכן אידישקייט געשמאק דארפן אוודאי עוסק זיין אין דעם. אבער ווי א געזעלשאפט מוזן מיר אנהויבן אנערקענען דעם רעכט פון מענטשן צו זיין ברייטער און מער אויפגעקלערט. נישט יעדע דעה וואס יעדער האלט מוז דיר געפעלן, און ס'איז גארנישט אז יענער האלט אנדערש. מיט'ן טשעפען און רודפ'ן יעדן וואס זאגט א ווארט אנדערש ווי דעם אפיציעלן נאראטיוו באשאפן מיר אפיקורסים מיט אונזערע אייגענע הענט.
זייער אן אינטערסאנטער טאפיק העניך, און ווי אויך זייער שטארק געפרעגט.
הני מילי, ווען דער מהלך המחשבה און די סיבות פארוואס די א״ג אפיקורסים ווערן/זענען אפיקורסים.
נניח אז די וואס די רופסט דא אן אפיקורסים זענען בכלל נישט קיין אפיקורסים, ווי אויך נישט קיין בעלי תאוה. נאר סתם אזוי תינוקות שנישבו, מיינענדיג זייער אנדערלייעינג קאנדישאנס (דא טא עי לעק אפ עי בעטער ווארדdue to a lack of a better word) אין מיין מיינונג איז קשיא מעיקרא ליתא.
און לאמיר עס צולייגן און ערקלערן וואס איך מיין צו זאגן (שרייבן).
רוב פעלער פון די אפיקורסים פון וואס דיין רעדע איז, האבן נישט קיין שום ידיעה אין קיין שום נושא וסוגיא סתם שטרוי זעק אנגעפילט מיט הבלי הבלים ווי מאוויס און אנדערע שטותים. און ווען ער וועט מיר זאגן אז עס איז חלילה נישטא קיין גאט וועל איך עים פרעגן פון ווי ווייסטו דאס, וועט ער אן הייבן צו פרעדיגן פאר פייער און פאר וואסער וואספארא וויקטים ער איז פון די סיסטעם און ווי ערליכע מלמדים, עלטערן, עסקנים, וועד הצניעת׳ער, אדער גאר רבנים האבן זיך מיט אים פארהאנקערט ערגעץ, פארשטייט זיך אויך שלא באשמתו און ממילא אז די ערליכער ציבור לפי השגתו האט אזוי בוגד געווען אין זיין פערזענליכער ביאגראפיע וואס האט מכלומרשט גורם געווען צו זיין אוםסוקסעפולער לעבן, פארווארפן די טרוים פון זיין צוקונפט וואו אזוי קען זיין אז עס דא א באשעפער וואס לאזט דאס צו?
איך וועל נישט אוועק מאכן די טענה מיט איין האנט און זאגן אז עס גוסט זיך בלוט פון אומשילדיגע נשמות וואס מיט א גוט ווארט וואלטן זיי געקענט אויסוואקסען די רבנים של בני הגולה, אבער דא עקא די סיסטעם פון די לעצטיגער צענדליגער יארן האו טאקע פארגאסן אומשולדיג בלוט און ספעציעל ווען די גאסליכע נסיונות ווערן שטערקער פון טאג צו טאג, א ציבראכענער נפש קען זיך זייער גרינג טרעפן א צייטווייליגער מקום מקלט פאר זיין זעהל און לייגן זרלב פאר זיינע אנגעווייטאגטע קלעפ וואס זיין נפש האט געכאפט טאג טעגליך. אבער מישט דאס נישט אויס מיט אפיקורסעס.
סתם צו ציטעטירן פאר די ווייטערדיגע שורות פון מיין מיינונג וויל איך צו לייגן נאך א מיינונג ״אן אומגעלערענטער בר נש קען קיין אפיקורס אויך נישט זיין״ פאר צוויי סיבות ער ווייסט מישט אין וואס ער לייקנט און ווייסט נישט אויף וואס און אין וועים ער גלייבט יא.
די קשיות וואס אן אום-וויסענדער מענטש וועט פרעגן קומט דאך דאס נאר נאר פון חסרון ידיעה נישט מכח ער האט שטודירט די נושא און אחר חקירה איז ער געקומען צו אן החלטה און די קשיות וואס ער פרעגט זענען זיינע חקירה קשיות.
אדרבה איבערצייג זיך אליין נעם אפיר אזא איינעם וואס פרעגט קשיות און פריג עים וואס ער גלייבט יא, ווי פארשטייט זיך ויעט ער ענטפערן ״איך גלייב מישט אין גארנישט״ זאג נאר די גלייבסט אז איצט איז טונקעל אינדעראויסן ? יא זיכער איך זעה דאך אז עס איז אונקל סי׳נג איז בעליווינג.
אוקיי איך האלט שוין ערגעץ איז אויב אזוי ווען די וועסט זעהן אז עס איז יא דא א בורא ומנהיג וועסטו יא גלייבן אין דעם?
יא זיכער!!
איז וואס די האסט נאך נישט געשעהן עקזעסטירט נישט ?
האסטו שוין אמאל געזעהן אטאמס וואס עס דרייען זיך אין די לופטן וואס קריעט וויירוסן ווי למשל די איצטיגער קאראנא וויירוס ?
ניין דאס קען מען נישט זעהן פאר סיי וועלעכער סיבה (איך וויל נישט אריין גיין אין די סייענטס) סא עקזעסטירט עס יא אדער נישט. זיכער מענטשען שטארסן דרך אין די גאסן און פאלן ווי די פליגן. אההה, עס איז דא א מושג וואס די זעהסט נישט עקזעסטירט מכח אומדינא ? איז אויב אזוי קען איך פרובירן דיר אנצייגן וויפיל אומדינא׳ס די ווילסט אז עס איז יא דא א מנהיג ובורא וואס האט געגבן די תורה (נישט מכח וואס די זעהסט נאר מכח אומדינא) און איז משגיח פרטי אויף א יעדע בלעטעל וואס פאלט פון בוים און פינקטליך ווי עס זאל לאנדן און די סיבה דערפון וואס עס קען זיין וועסט זיך במציאת קיינמאל נישט דערוויסן אבער די אומדינא איז קאי וקיים.
צו ציטירן די טענה פון מע״כ העניך
״ עס זענען פאראן שוטים וואס אויב האבן זיי א חשד אויף איינעם אז ער איז נישט קיין מאמין וועלן זיי אים פרובירן צו דערגיין די יארן,״
יא דאס איז די אפשר יא א סיבה פארוואס צו ווערן כלשונך אן או.טי.די. אבער צו אפיקורסעס קומט עס נאך נישט עקטשואלי עס איז זייער ווייט פון דעם. איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז בלויז תאוה ענדערש דיספייז, וויייטאג, יואש שלא מדעת, אבער נישט אפיקורסת. אן אפיקורס מיז נישט זיין אן אומגליקליכער נפש וואס איז געווארן דאמינעיטעט רון גערוידעפט פאר זיינע שוואכקייטן און דרס זיין אנדערש פון רוב קינדער בחורים פון זיין יארגרנג קלאס. וואס או.טי.די. קען זיין א דירעקטי תוצאה פון דעים. (וואס מען קען זיך אויף דעים אויך מתווכח זיין) דער חסיד וואס הייבט אן ספיקות אין ד אמונה פון זיין רבין מנהיג אדער סיי וועם מיז נאך נישט ליידעמעןן אין השם ותרתו. איך קען אסאך חסידים וואס האבן געלייקנט אין זייער רבין און אדורך געגאנגען א נפשיותדיגער אינקיוויזיציע און נאך אלס טריי צו די תורה הקדושה און אין די נותן התורה.
לא מיני ולא מקצתי ברענגט אפיקורסעס.
איי וואס יא דאס איז שוין אן עקסטערע דיבאטע פאק זיך.
אל תיהי מילת אפיקורס קלה בעיניך און ניץ עס נישט אויף א יעדער קל אדער דערביטערטע מענטש וואס האט נישט מצליח געווען אין לעבן, אפי׳ ער האט יא מצליח געווען אין האט פשוט נישט באקומען קיין רעקאגנישאן פאר זיינע סוקסעסעס און שמיר אן א נאמען אפיקורס.

מנאי
מיינונגזאגער


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:זאגסטו נישט אז 'געזעלשאפט' איז א דיירעקטע מקור צום פראבלעם? דאן איז נישט לכאורה די עצה צו צוברעכן די געזעלשאפטליכע לעבן, און לעבן מער א איינזאמערע אייגן לעבן לכה"פ כהליטאים?

ווי כ'פארשטיי פון דיר איז, אז "מען זאל ווייטער פארבלייבן אלץ א געזעלשאפט און פרובירן זיך ארויסהעלפן אז דער חבר זאל נישט פאלן". איז נישט דער 'געזעלשאפט' די פראבלעם גופא?

פארשטיי איך ראנג?
געזעלשאפט איז מישט די תוצאה אין מיין מיינונג. עס קען אבער יא זיין א הילף. אבער נישט מאכן קיין טעות צווישען או.טי.די. און אפיקורסות. צו ווערן אן אפיקורס האט גארנישט מיט געזעלשאפט. דוק ותשכח.

הכותב וחותם
מנאי
מיינונגזאגער


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

זבולון האט געשריבן:האסט אראפ געלייגט א הנחה אז עס געשעהט מער ביי חסידים ווי ביי נישט-חסידים, איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג, און איך וועל נישט ווערן קאנווינסד בעפאר דו וועלסט נישט נעמען אן אויסגעהאלטענע סורוועי, וואס איז אוממעגליך. ווארשיינליך זייענדיג א חסיד שטויסטו זיך אן מער אין חסידים.

אזוי צו אזוי, דיין פונקט איז אייביג ריכטיג. טערארעזירן טאר מען קיינמאל, און נישט נאר ווייל עס וועט נישט העלפן אדער גאר קאליע מאכן, נאר בעיקר ווייל מען טאר נישט טערארעזירן אנדערע. ספיקות און קושיות מוז אייביג זיין לעגעטים.

בכלל, כדי צו מגדיר זיין איינעם אלס אן אפיקורוס איז זייער שווער. מ׳ברויך צו זיין א גרויסער אפיקורוס צו קענען פונקטליך ארויסהאבן די הגדרה פון אן אפיקורוס. וואס דארפן מיר זיך פאטשקען אין שמוץ?

ווען די מאמינים וועלן זיין אזעלכע שטארקע און קלארע מאמינים, וועלן מיר קענען זיך נעמען צו די אפיקורסים. ביזדערווייל, האב איך נאכנישט געטראפן קיין מענטשן מיט א פעסט געבויעטע אמונה, און נישט קיין איינער מיט א פעסט געבויעטע כפירה. מיר זענען אלע בני אנוש, מיט אונזערע באגרעניצונגען, און מיר אלע מוטשען זיך מיט קושיות און ספיקות, כל חד וחד לפום דרגא דיליה.
זייער גוט געזאגט זבולון.
אבער איך מיז זיך אפשטעלן און דיסעגריען מיט אייער לעצטער פארעגראף.
צו זיין א מאמין דארף מען נישט קיין גרויסע כוחות. אמונה פשוטה איז פשוט. איינע פון די גרינגע טריקס זיך עס איינצוהאנדלען איז רעדן אין אמונה ביז די וועסט אליינס גלייבן וואס די זאגסט האמנתי כי אדבר.
צו ווערן אן אפיקורס העלפט דער זעלבער טריק, אבער דאן ווערט מען אן אפיקורס מתוך חסרון ידיעה. איי וועסטו פרעגן נא זיין א מאמין מתוך חסרון ידיעה איז די זעלבע זאך?
אסער גלייבן דארף נישט קיין ידיעה עס דארף אמונה פשוטה פשוט איך גלייב ווייל אזוי איז מיר גרינגער אדער פאר סיי וועלעכער סיבה.
לייקענען כפירה איז אז עס עקזעסטירט עפעס וואס די דארפסט זאגן און לייקענען אז די עקזיסטענץ עקזעסטירט נישט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

mevakesh האט געשריבן:
בילקעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיין איינער דא האט נאך נישט דערמאנט וועגן די וויליאמסבורגע משפחה וואס מופט קיין Georgia אין פלאנט זיך אנצושליסן אין די דארטיגע רעפארם קהילה

אמתדיג? אינטערעסאנט
און קאנאדע איז דא די לאווען משפחה וועס קומט פון טאש און האבן זיך אהנגעשלאסן אין די רעפארם קהילה אין מאנטריאל


איך ווייס פון א גאנצע גרופע פון ארטאדאקסישע חרדים וואס זענען געווארן מעמבערס און א אלטע רעפארם קאנגרעגעישאן....

מיטן חשבון איבערצונעמען די בארד, און האפענטליך די גאנצע ריעלעסטעיט...
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מיינונג זאגער:

דו ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות..

איך פערזענליך קען מערערע אינטעליגענטע מענטשן (און איך שטעל מיך פאר אז מערערע דא קענען אזעלכע..) וואס גייען מיט שטריימל און בעקיטשע, אבער אנגעפילט מיט קשיות..

אז דו האסט נישט קיין קשיות, דאנק דער אייבישטער..
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

בילקעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיין איינער דא האט נאך נישט דערמאנט וועגן די וויליאמסבורגע משפחה וואס מופט קיין Georgia אין פלאנט זיך אנצושליסן אין די דארטיגע רעפארם קהילה

נא טייל אונז מיט
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינונג זאגער:

דו ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות..

איך פערזענליך קען מערערע אינטעליגענטע מענטשן (און איך שטעל מיך פאר אז מערערע דא קענען אזעלכע..) וואס גייען מיט שטריימל און בעקיטשע, אבער אנגעפילט מיט קשיות..

אז דו האסט נישט קיין קשיות, דאנק דער אייבישטער..
נע נע. איך מיין אז די האסט נישט גוט פטרשטאנען אדער איך האב נישט גוט ארויס געברענגט מיין נקידה. איך לייקן נישט די פאקט אז עס זענען פארהאן מענטשען מיט קשיות. אבער פרעגן קשיות ברענגט נישט אז דער מענטש ווערט אן אפיקורס אן די ספאט, א קשיא וואס מען ווייסט נישט דער ענטפער מיינט נישט אז עס האט נישט קיין ענטפערט איך ווייס נאר נישט די ענטפער איטץ נאט די ענד אפ די ווארלד איך ווייס נאך נישט אלעס.
און עס קאן אויך געמאלן זיין אז עס זענען דא אינגעלייט מיט שטריימעל בעקיטשע מלא וגדוש מיט אפיקורסישע מהל המחשבות. אבער עס נעמט גאר אסאך צו ווערן א פולער אפיקורס.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.

נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינונג זאגער:

דו ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות..

איך פערזענליך קען מערערע אינטעליגענטע מענטשן (און איך שטעל מיך פאר אז מערערע דא קענען אזעלכע..) וואס גייען מיט שטריימל און בעקיטשע, אבער אנגעפילט מיט קשיות..

אז דו האסט נישט קיין קשיות, דאנק דער אייבישטער..
נע נע. איך מיין אז די האסט נישט גוט פטרשטאנען אדער איך האב נישט גוט ארויס געברענגט מיין נקידה. איך לייקן נישט די פאקט אז עס זענען פארהאן מענטשען מיט קשיות. אבער פרעגן קשיות ברענגט נישט אז דער מענטש ווערט אן אפיקורס אן די ספאט, א קשיא וואס מען ווייסט נישט דער ענטפער מיינט נישט אז עס האט נישט קיין ענטפערט איך ווייס נאר נישט די ענטפער איטץ נאט די ענד אפ די ווארלד איך ווייס נאך נישט אלעס.
און עס קאן אויך געמאלן זיין אז עס זענען דא אינגעלייט מיט שטריימעל בעקיטשע מלא וגדוש מיט אפיקורסישע מהל המחשבות. אבער עס נעמט גאר אסאך צו ווערן א פולער אפיקורס.


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווי זאגט יענער מען דארף קענען אסאך לערנען צו זיין אן אפיקורס
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

גאר אן אינטערעסאנטע שמועס דא. עס איז וויכטיג צו מחלק זיין צווישן פארשידענע מענטשן וואס מען רופט מיט די נאמען "אפיקורסים", (כופרים איז מער ריכטיג).

עס איז דא מענטשן וואס טוישן זייער לעבנסשטייגער, די סיבה פארוואס זיי טוען דאס איז קלאר ווייל זיי האלטן אז זייער לעבן וועט זיי זיין בעסער אזוי, צו ווייל די לעבן איז זיי זייער שווער, צו ווייל זיי האלטן אז די דרויסענדיגע וועלט איז בעסער. צווישן די מענטשן איז פארהאן אזעלכע וואס טראכטן נישט קיין סאך אמונה ארויף אמונה אראפ, אנדערע לייגן זיך יא אריין אין דעם ענין, ביז זיי קומען צום החלטה אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן.

עס זעט אויס אז פון חסידים איז פארהאן א גרעסערע פראצענט פון די סארט מענטשן, און עס איז שטארק מעגליך אז עס האט מיט העניך'ס טעאריע אנהייב די אשכול. ווייל ביי חסידים מאכט מען שווערער פאר מענטשן וואס גייען נישט אין שפאן, ווערן מער מענטשן אינגאנצן אוועק געשטופט.


א צווייטע קאטעגאריע מענטשן לעבן צווישן אונז, זיי פירן א געהעריגע חסיד'ישע לעבן, אבער זיי מוטשען זיך מיט קשיות. איינער לייגט זיך מער אריין, איינער ווייניגער, געווענליך האבן זיי נישט מיט וועם צו רעדן.


א דריטע קאטעגאריע זענען ממש כופרים, (געווענליך זענען זיי קודם פון די צווייטע קאטעגאריע), זיי גלייבן נישט אין גארנישט. די חידוש איז, אלע מענטשן וואס איך קען פון די קאטעגאריע זענען דווקא גאר קלוגע אידן. איך ווייס נישט אויב עס איז מעגליך צו וויסן אין וועלכע פראקציע עס איז דא א גרעסערע פראצענט פון אזעלכע מענטשן.

מיט די צייט פאסירט איינס פון די אפציעס, אדער זענען זיי מחליט אז זיי קענען מאכן א גוטע לעבן אזוי אויך, און זיי לעבן ווי יענקל פון גאליציע. אדער פילן זיי זיך פארכאפט און א תפיסה און זיי ווערן דעפרעסט. אדער גייען זיי צו די ערשטע קאטעגאריע.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
מיינונגזאגער

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מיינונגזאגער »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.

נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
מיין מיינונג איז עס איז פיל גרינגער צו זיין א מאמין ווי אן אפיקורס. א מאמין דארף נישט זיין איבערצייגט אין זיינע בעליווס אן אפיקורס דארף לייקענען אין אן עקזעסטענס.
אבער אויב וועט מען טוישען די ווארט פון אן אפיקורס צו א כופר דאן קען עס עטוואס גרינגער זיין ווייל כופר זיין קען זיין ווי א בחינה ווילאנג איך האב נישט געזעהן עקזעסטירט עס נישט. און נאכן זעהן איז שוין נישט קיין חכמה צו זיין א מאמין ווי דער מאמר החכם זאגט סי׳אינג איז בעליווינג. גלייבן אין עפעס וואס מען זעהט נישט פאר א קליגערע מענטש קען אמאל זיין מער קאמפליצירט. א נארישער מענטש קען אמאל זיין ער גלייבט אין אלעס וואס מען זאגט עים.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיינונגזאגער: צומאל, ווען איינער איז (פאר סיי וואספארא סיבה) א כופר בעיקר, וועט איהם נישט העלפן אפילו ווען די מציאות קלאפט איהם אין פנים אריין.

ומעשה שהיה. אן אמעריקאנער שרייבער פון אידישן אפשטאם וועלכער איז געווען א דערקלערטער אפיקורס, האט געהאט אן אינטערוויו מיט אן איזראעלישע זשורנאליסט'קע. זי האט איהם געבעטן אז ער זאלל פארציילן אן אינטרעסאנטן עפיזאד פון זיין לעבן. האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען 15 יאר אלט איז ער געווען אין א קעמפ. איין טאג זענען ער און זיינע חברים געגאנגען פאר א הייק. פלוצלינג האבן זיי באמערקט אז ס'רוקן זיך אן שווארצע וואלקנס. האבן זיי געזוכט א פלאץ וואו אריינצוגיין ביים שטורעם. האבן זיי באמערקט א ..."גאזיבא"...נאר די געיט אריינצוגיין איז געווען פארשפארט מיט א שלאס. די איינציגע עצה איז געווען אונטערצוקריכן ביי א שמאלע פלאץ. האט זיך די גאנצע גרופ געשטעלט אין א ליין. פלוצלינג. ווען ס'איז געווען זיין רייע אריינצוגיין האט זיין חבר איהם אויסגעכאפט און האטציך אריינגעגליטשט דורך די געיט. פונקט דאמאלס האט א בליץ אריינגעקראכט אין די געיט. און זיין חבר איז געהרג'ט געווארן. האט איהם די זשורנאליסט געפרעגט...."דו גלייבסט נאכאלץ נישט אז ס'איז דא א גאט"?..! האט ער געענטפערט..."ניין"...! ס'איז דא נאך א סאך אזעלכע מעשיות.

אבער ס'איז דא מענטשן וועלכע גייען צומאל אדורך א לענגערן פראצעס פון נעגאטיוויע זאכן אין זייער לעבן. און זיי זעהען איין אז ס'איז דא א גאט. און ער ווילל עפעס פון זיי...!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בערעל די מעשה מיט די בליץ זאגט אויך גארנישט פאר מיר, דא איז געווען צוויי מענטשען איינער איז געשארבן און איינער נישט, נא ווער סאיז געשטארבען פארציילט נישט קיין יד-השם
אויב וואלט ווען קודם א נביא געזגאט זה לחיים וזה למות וואלט דאס עפעס געזאגט

אבער ס'איז דא מענטשן וועלכע גייען צומאל אדורך א לענגערן פראצעס פון נעגאטיוויע, אדער פאזעטיווע זאכן אין זייער לעבן.
דאס רעדט יא צי מיר אין ווייזט אז יש מנהיג לבירה
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן: די מעשה פון דעם שרייבער וואס איז געראטעוועט געווארן פון א זיכער'ן טויט טראגט נישט קיין אוניווערסאלן מעסעדזש. אבער פאר איהם זיכער.

ס'איז אין די בחינה וואס די גמ' ברענגט א מעשה מיט א סוחר וואס האט געדארפט פארן מיט א שיף און פיהרן סחורה צו א ווייטע מדינה. און דורכדעם ווערן א גרויסער עושר. אין טאג וואס די שיף האט גדארפט אפרייזן האט זיך דער סוחר צובראכן זיין פוס. זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט פארפאסט זיין רייזע. אויך די געלעגנהייט צו ווערן אן עושר. האט ער זיך שטארק מצער געווען. אבער ווען ער האט געהערט אז די שיף איז איינגעזונקען און די פאסאזשירן זענען דערטראנקען געווארן. האט ער זיך געפריידט אז ער האט זיך צובראכן זיין פוס. און ער איז געבליבן לעבן...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דאס פאדערט טאקע א ערקלערונג, פארוואס ווערען מענטשן מאמינים ווען זיי זעהן ווי וואלנעריבעל מען איז? מה ענין שמיטה להר סיני.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך שארפןקאפ »

רוב מענטשען זוכען א סיבה פאר וואס טראגעדיעס פאסירען ( ווייל מען פילט ) אבער ווען זאכען פאסירען ווגען א העכערן ציל קען מען עס פארדייען (מען קען דאס זעהן ווי שטארק מענטשען ווערן צושאקעלט ווען א שיסעריי פארסירט אבער ווען מענטשען פאלן יעדען ואגב ווי פליגען פון עקסדענטן )

Sent from my SM-G900V using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

berlbalaguleh האט געשריבן:הקטן: די מעשה פון דעם שרייבער וואס איז געראטעוועט געווארן פון א זיכער'ן טויט טראגט נישט קיין אוניווערסאלן מעסעדזש. אבער פאר איהם זיכער.

ס'איז אין די בחינה וואס די גמ' ברענגט א מעשה מיט א סוחר וואס האט געדארפט פארן מיט א שיף און פיהרן סחורה צו א ווייטע מדינה. און דורכדעם ווערן א גרויסער עושר. אין טאג וואס די שיף האט גדארפט אפרייזן האט זיך דער סוחר צובראכן זיין פוס. זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט פארפאסט זיין רייזע. אויך די געלעגנהייט צו ווערן אן עושר. האט ער זיך שטארק מצער געווען. אבער ווען ער האט געהערט אז די שיף איז איינגעזונקען און די פאסאזשירן זענען דערטראנקען געווארן. האט ער זיך געפריידט אז ער האט זיך צובראכן זיין פוס. און ער איז געבליבן לעבן...!

דער סוחר האט געזען און זיך ציברעכן זיין פוס די יד השם און זיין השגחה אויף אים. דאס איז די השם וואס ער קען שוין פין לאנג אן דא האט ער געהאט א מעסעדזש פין אום "איי קעיר פאר יא" אדער וואטעווער

וואלט דער סוחר נישט געווען קיין מאמין וואלט ער דאס עטריביאט צי pure luck
משא"כ ווען איינער האט א סטרינג מיט געשענישען וואס זענען odd און חאטש ער ווייסט נישט גענוי וואס דער מעסעדזש איז (אפשר איז נישט דא קיין מעסעדזש) , קער ער אבער פארט זעהן אז ס'דא א חשבון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט