קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
מיינונגזאגער

קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

רבותי ווער עס האט נישט נעכטן נאכט געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די קרית יואל׳ער יודן׳טום.

כ״ק אודמ״ר מסאטמאר ק״י שליט״א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אן אייניקעל, א קינד פון הרב דוד דוב דושינסקי נ״י. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.

את חטאי אני מזכיר היום, אין די חודש פון מארטש ווען אלעס האט זיך פארמאכט פון איין מינוט צום צווייטן איז אני הקטן (גדול) געווען פון די אפלאכער פון די סי.די.סי ארגענעזאציע מיט זייער רעקאמענדעישאנס, און געגאנגען דאווענען מיט מנין און געווארן נאך געשריגען רוצח, ביז יום המר והנמר כמעט א חודש שפעטער האב איך פארלוירן איינע פון מיינע עלטערן צו די שרעקליכער וויירוס. לדאבונינו האבן מיינע עלטערן אויך די נאטור פון אפלאכן (איך בין ב״ה נישט קיין ממזר) אכטונג געגעבן און צוגעלייגט קאפ צו די סי.די.סי רעקמאנדאציעס איז מאן דכר שמיה.

ממש די האר פון קאפ שטעלן זיך מיר אויף זעהנדיג ווי לייכטזינינג מענטשען קענען זיין פשוט פאר א פארטיי. געטאנצט אויף די פארענטשעס פארשוויצט און צוזאמגעשטופט עד כלות. מסירת נפש ממש במלאו מובן המלה.

איך האב עס נאר געזעהן אויף א סטעטוס פון א חבר וואס וואוינט אין ק״י. ווי פריער דערמאנט בין איך אין די שנה אבילות און איך קען צו קיין חתונה נישט גיין מטעם די הלכות אבילות וואס ווערט געפראוועט אין די שנה ראשונה פון א טאטע אדער מאמעס פטירה. און ווי אויך וואלט איך סתם אזוי נישט ארויס געפארן קיין ק״י און פארברענגען א נאכט ביי א רבישע חתונה.

איך האף אז דאס א מאק ווידעאו ווי מען פרובירט ווידער אראפ צו רייסן די חסידישע אידן און עס האט ווירקליך טאקע נישט פאסירט. אבער עס זעהט אויס לעגעטים.

גיי פארשטיי, אדער רעד איך נאר ווי א ויקטים און עס איז באמת יא א געלעכטער און די סי.די.סי ווייסט טאקע נישט וואס זיי רעדן די היימישע חסידישע אידן קענען די נושא אסאך בעסער סאשעל דיסטעסינג איז בכלל נישט קיין עצה פאר תאצר המגפה .

דער דר. פאוטשי האט נעכטן געמאלדן אז די קאראנא איז זיין שלעכסטער חלום וואס ער האט נאר אמאל געקענט חלומען פון און עס איז נאך ווייט פון זיין פערטיג.

מי שאמר לעולמו די וכ״ו



Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

די האר פון קאפ שטייט נאך? ס'איז דא א שמיראכץ פאר דעם.
מיינונגזאגער

Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

מפיל קינד האט געשריבן:די האר פון קאפ שטייט נאך? ס'איז דא א שמיראכץ פאר דעם.
אה יעה ? איך האב נישט געוויסט. זייער צו דער זאך גראדע פונקט די נושא ווערט דא באטאנט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

וואס איז די קאנעקשאן? אמממ.. ביידע הייבען זיך אן מיט א ק'.

גראד גערעדט, צו מען וויל יא גלייבן צו נישט. דער וויירוס סכנה אין יענע געגענט איז שוין פאריבער פונלאנג.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איז דען די קאראנא וויירוס געוואנדן אין א געגענט? און נאך מער, מאן יאמר אז וויבאלד עס איז שוין געווען איין מאל איז עס שוין פארזיכערט אז עבר זעם, עס איז דאך נישט קאנפירמד מיט סערטענטי אז די אנטי באדיס איז א גאראנטי!
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

יא עס איז געוואנדען אין א געגענט.
און אפילו עס איז פאקטיש נישט קאנפירמד א גאראנטי גייט מען [און מען האלט שוין אינמיטן] עפענען דאס לאנד.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

מיינונגזאגער האט געשריבן:רבותי ווער עס האט נישט נעכטן נאכט געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די קרית יואל׳ער יודן׳טום.

כ״ק אדמו״ר מסאטמאר ק״י שליט״א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אן אייניקעל, א קינד פון הרב דוד דוב דושינסקי נ״י. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.


זאג נאר, האסט שוין פסח'דיג געמאכט?

דו ביזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום yatzmachp, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

זאג נאר, האסט שוין פסח'דיג געמאכט?

איך דענק נישט, איך מיין איך בין געזעצן שבעה הארט פאר פסח.
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי קאראנע :אויוויי:
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

אמן, ישר כח. עס איז מיר גאר א גרויסער ״טובה״ דיין נחמה. וועסטו גוט מדייק זיין בלשוני וועסטו זעהן אז בעפאר מיין פערזענליכער קרבן וואס איך האב מקריב געווען אויפן מזבח הקאראנא בין איך מיט מיינע עלטערן געווען זייער לייכטזיניג פון די אלע רעקאמאנדאציעס רעקאמאנדירט ביי די סי.די.סי.
דו"ק ותשכח.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

יזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

yatzmachp האט געשריבן:יזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.


דן לכף זכות אלרעט: ער כאפט מסתמא פלעין אביסל שפעט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה נישט וואס דאס האט מיט קר''י אין יעדע מקום ציבורי וועסטו אנטרעפען די בילד, איך קום יעצט ארויס פון בית מדרש ממש א גרויל ווי מען אטעמט איינעם אויף די צווייטע, איך האלט אינמיטן שמונה עשרה און אזוי גערופענע גבאי צדקה בייגט זיך העכער מיר צו זאגן זיינע ווערטלעך פאר די בעל הבית, פוי עקלדיג

ביי די רעבישע צוזאמקום איז דא נאך א פראבלעם אז קראנקע חזירים טרעפן זיך דארט א מקום פאר זייערע קראנקייטן, היות עס איז נארמאל דארט צו זיין צושטיפט...
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

עמעזאן האט געשריבן:

ביי די רעבישע צוזאמקום איז דא נאך א פראבלעם אז קראנקע חזירים טרעפן זיך דארט א מקום פאר זייערע קראנקייטן, היות עס איז נארמאל דארט צו זיין צושטיפט...


דאס איז א א צווייטע נושא בכלל
מיינונגזאגער

קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

yatzmachp האט געשריבן:יזט נעבעך פון די מענטשן וואס זענען מקיים דעם "בשבילי נברא העולם" אין פולן זין פון ווארט. ווען דיר גייט גוט לאכסטו פון אלעם און גייסט דאווענען מיט מנין כאטש רוב עולם גייט נישט. ווען דיר גייט נישט גוט, און האסט ר"ל פארלוירן איינע פון דיינע עלטערן, מוז יעדער זיין בצער מיט דיר און מען דארף טוהן ווי אזוי דו פארשטייסט. דו ביזט פון די מענטשן וואס לערנען פאלש פשט אין יעדע זאך. אנשטאט ארויס לערנען פון דיין עקספיריענס אז דו האסט א פראבלעם מיט דזשאדזשמענט און דעסיזשן מעיקינג און דו ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, קומסטו צו די החלטה אז קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי דיר. און אויב מען טוט אנדערש ווי דו איז מען נישט נארמאל.
אכן נודע הדבר פארוואס יצמחפ איז דיין ניק.

ליין גוט איבער מיינע ווערטער די וועסט נישט זעהן קיין איין קרום ווארט פום פארדאמונג אויף די עקשאן פון די אלע. די סיבה פון עס נישט פארדאמען איז ווייל נישטא נאך אזא איינער ווי איך וואס פארשטייט די אפלאכעריי און לייכטזיניגקייט פון די אקציע פון נישט פאלאוען די גייד ליינס געשטעלט ביי די סי.די.סי

אבער ווען יעך בין געווען לייכטזינינג איז מן הסתם נאך נישט געווען קיין איין קרבן עס איז דאן געווארן די בהלהאבער, ווי מער די קרבנות האבן אנגעהויבן נקרב ווערן האבן מיר אריין געקוקט אין די ריאלעטעט און געזעהן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל דאס איז א שפיל ווי מיט פייער.

כהיום ווען מיר האלטן מיט אריבער 500 היימישע קרבנות מסלתה ומשמנה פון ב.פ. ווילי מאנסי קרית יואל זעהט דאך א יעדער רעכט דענקענדער מענטש נישט נאר די שטאטישע טאטעס מיט די אלץ ווייסער און וויכטיג מאכער אז דאס איז א שפיל מיט פייער פארוואס זאל נישט גענומען ווערן די מינאמאלער פריקאשענס וואס עס איז רעקאמאנדירט פאר א ספק פקיח נפש וואס מען איז אפי׳ מחלל שבת.

די יצמח, זאלסט ח״ו נישט האבן קיין טעות וויל איך דא זייער קלאר שטעלן אז, לא באתי בשביל דזשאדזשמענט, אדער פאר סיי וואספארא סיבה ווי פשוט מעורר זיין פון א געטראפאנער סטענד פוינט אין חכם כבעל הנסיון. איך האב קיינמאל נישט געלאכט און וועל קיינמאל נישט לאכן אבער כצאן לטבח אן אינפארמאציע וועל איך דאך אויך נישט טוהן וואס די ווילסט ווייל די ווילסט, וע״כ האב איך עס אפגעלאכט נישט ווייל די דעסיזשען איז געווען אינפארמעטיוו (און אויך, האב איך נישט מורא צו זאגן טעיתי והלוואי שאפשר לחזור אחריה)

יעדער פארשטייט זייער גוט זאלן יעדער טוהן וואס ער וויל עס איז מיר נאר תסמור שערות ענוש צוזעהן אזא בילד נאך וואס איז נודע הדבר וא״א להרר אחריה אזוי ווי עס איז געווען בעפאר פורים.

איך האב קיינעם נישט געבעטן זיין בצער אדער סענסעטיון איך ברויך יס ה״ה נישט, איך האב פשוט ארויס געברענגט א נקידה פון אל תחב בצונן כדרך שמת פלוני און נישט סתם אל תחב בצונן אן א הסבר.

ווען די וועסט ניצן די שכל וואס איז אפשר דא אין דיין קודקוד אויב עס איז בכלל דא דארט עפעס וועסטו פארשטיין אז דיין אגרעסיווער ריספאנס איז אינו מן הענין און סתם הדיוט קופץ בראש מיט נארישע מאמרים וואס קומט בכלל נישט אריין, פשוט צו ווייזן אז די דערשרעקט זיך נישט פון די סענסיוויטעט ופן די באטראפענע די ביסט פשוט א לאגישער מענטש אן קיין געפולן די טראכטס נאר מיט די שכל ווי א געלונגענער בר דעת. אבער צו באדארען די לאגיק און די שכל וואס די האסט געוואלט ווייזן האסטו פשוט געוויזען דאס פארקערטע נישטא דארט גארנישט דערפון, וואלסטו עכ״פ אקויס געקומען מיט א משהו סענסיוויטעט וואלט מען אפשר געקענט טראכטן אז עפעס נארמאלקעיט הערשט יא אין דעם יצמח.

ודפח״ח שפתיים ישק


Sent from my iPhone using Tapatalk
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

געזעהן די בילד, און עס טוט מיר זייער וויי אז אידישע קינדער קענען זיך אזוי צוזאמשטופן און זיך אנכאפן מיט שוויציגע הענט אין א צייט וואס קוים עטליכע וואכן צוריק האט דאס גורם געווען טויט ה"י.

אפילו דאס לאנד עפענט זיך שוין, פארשטייט א יעדע נארמאלע מענטש אז עס מיינט נישט אז מען זאל איצט גיין זיך שטופן און שוויצן צוזאמען. מען דארף נאך אסאך צייט ביז ניו יארק זאל זיין "קאראנע ריין" עס איז זיכער אז די סאשעל דיסטינסינג רעגולאציעס דארף אנגיין ביז איר זענט "זיכער" אז עס איז 100% פארביי. (נישט 99%)

ספעציעל ווען מען קוקט אויף אנדערע פלעצער וועלכע האבן געהאט הויכע נומבערס פון פרישע קעיסעס נאכדעם וואס זיי האבן געעפענט. אז דו ווילסט מאכן א גרויסע שיינע רעבישע חתונה, פיין און וואויל, אבער פארוואס מאך נישט א סיסטעם אז בלויז א געוויסע צאל מענטשן זאלן זיין אויף איינמאל אין די זאל, אפגערוקט עטליכע פיס. יעדער גייט פארשטיין ווען מען זעהט די בילדער אז דאס איז א קאראנע חתונה, און עס איז נישט קיין בושה צו האבן א קליינע עולם.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

היכי דמי האט געשריבן:געזעהן די בילד, און עס טוט מיר זייער וויי אז אידישע קינדער קענען זיך אזוי צוזאמשטופן און זיך אנכאפן מיט שוויציגע הענט אין א צייט וואס קוים עטליכע וואכן צוריק האט דאס גורם געווען טויט ה"י.

אפילו דאס לאנד עפענט זיך שוין, פארשטייט א יעדע נארמאלע מענטש אז עס מיינט נישט אז מען זאל איצט גיין זיך שטופן און שוויצן צוזאמען. מען דארף נאך אסאך צייט ביז ניו יארק זאל זיין "קאראנע ריין" עס איז זיכער אז די סאשעל דיסטינסינג רעגולאציעס דארף אנגיין ביז איר זענט "זיכער" אז עס איז 100% פארביי. (נישט 99%)

ספעציעל ווען מען קוקט אויף אנדערע פלעצער וועלכע האבן געהאט הויכע נומבערס פון פרישע קעיסעס נאכדעם וואס זיי האבן געעפענט. אז דו ווילסט מאכן א גרויסע שיינע רעבישע חתונה, פיין און וואויל, אבער פארוואס מאך נישט א סיסטעם אז בלויז א געוויסע צאל מענטשן זאלן זיין אויף איינמאל אין די זאל, אפגערוקט עטליכע פיס. יעדער גייט פארשטיין ווען מען זעהט די בילדער אז דאס איז א קאראנע חתונה, און עס איז נישט קיין בושה צו האבן א קליינע עולם.

אוי ווי גערעכט. אפי׳ די וואס האבן געלאכט פאר פורים האבן דאך געזעהן די ביטערע פאקטן 4-5 וואכן שפעטער. פארוואס אין די וועלט זאל מען נעמען די טשענס.
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

רבותי ווער עס האט נישט פאריגע וואך געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די ראדני׳ער יודן׳טום.

כ״ק אודמ״ר מסאטמאר וויליאמסבורג שליט״א האט פאריגע וואך חתונה געמאכט אן אייניקעל. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.

את חטאי אני מזכיר היום, אין די חודש פון מארטש ווען אלעס האט זיך פארמאכט פון איין מינוט צום צווייטן איז אני הקטן (גדול) געווען פון די אפלאכער פון די סי.די.סי ארגענעזאציע מיט זייער רעקאמענדעישאנס, און געגאנגען דאווענען מיט מנין און געווארן נאך געשריגען רוצח, ביז יום המר והנמר כמעט א חודש שפעטער האב איך פארלוירן איינע פון מיינע עלטערן צו די שרעקליכער וויירוס. לדאבונינו האבן מיינע עלטערן אויך די נאטור פון אפלאכן (איך בין ב״ה נישט קיין ממזר) אכטונג געגעבן און צוגעלייגט קאפ צו די סי.די.סי רעקמאנדאציעס איז מאן דכר שמיה.

ממש די האר פון קאפ שטעלן זיך מיר אויף זעהנדיג ווי לייכטזינינג מענטשען קענען זיין פשוט פאר א פארטיי. געטאנצט אויף די פארענטשעס פארשוויצט און צוזאמגעשטופט עד כלות. מסירת נפש ממש במלאו מובן המלה.

איך האב עס נאר געזעהן אויף די פראנט פעידזש פון די וואך פרשת נשא ווי פריער דערמאנט בין איך אין די שנה אבילות און איך קען צו קיין חתונה נישט גיין מטעם די הלכות אבילות וואס ווערט געפראוועט אין די שנה ראשונה פון א טאטע אדער מאמעס פטירה. און ווי אויך וואלט איך סתם אזוי נישט ארויס געפארן קיין ק״י און פארברענגען א נאכט ביי א רבישע חתונה.

איך האף אז דאס א מאק ווידעאו ווי מען פרובירט ווידער אראפ צו רייסן די חסידישע אידן און עס האט ווירקליך טאקע נישט פאסירט. אבער עס זעהט אויס לעגעטים.

גיי פארשטיי, אדער רעד איך נאר ווי א ויקטים און עס איז באמת יא א געלעכטער און די סי.די.סי ווייסט טאקע נישט וואס זיי רעדן די היימישע חסידישע אידן קענען די נושא אסאך בעסער סאשעל דיסטעסינג איז בכלל נישט קיין עצה פאר תאצר המגפה .

דער דר. פאוטשי האט נעכטן געמאלדן אז די קאראנא איז זיין שלעכסטער חלום וואס ער האט נאר אמאל געקענט חלומען פון און עס איז נאך ווייט פון זיין פערטיג.

מי שאמר לעולמו די וכ״ו
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער ברודער פון ווסמב"ג, וואס האט זיך אזוי געזארגט וועגן די געזונט צושטאנד פון זיין שוועגערין, האט זיך באטייליגט אין די חתונה? זיין ברודער האט חתונה געמאכט, איז ער אוודאי געקומען, ניין?

אוודאי נישט, ער האט דאך מורא פאר קאראנאוויירוס. ער וואלט קיינמאל נישט באטייליגט אין א ריזיגע חתונה אן קיין שום שמירה.

אאופס, די וואך שטייט דאך עפעס אנדערש. און וואס איז דעמאלס געשען? דער ברודער פון ק"י איז געגאנגן ווען זיין ברודער האט חתונה געמאכט, ווען זיין ברודער האט אזוי ברודערליך געזארגט וועגן זיין ווייב'ס געזונט צושטאנד? אדער האט ער מורא געהאט פאר קאראנאוויירוס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ברודער פון ווסמב"ג, וואס האט זיך אזוי געזארגט וועגן די געזונט צושטאנד פון זיין שוועגערין, האט זיך באטייליגט אין די חתונה? זיין ברודער האט חתונה געמאכט, איז ער אוודאי געקומען, ניין?

אוודאי נישט, ער האט דאך מורא פאר קאראנאוויירוס. ער וואלט קיינמאל נישט באטייליגט אין א ריזיגע חתונה אן קיין שום שמירה.

אאופס, די וואך שטייט דאך עפעס אנדערש. און וואס איז דעמאלס געשען? דער ברודער פון ק"י איז געגאנגן ווען זיין ברודער האט חתונה געמאכט, ווען זיין ברודער האט אזוי ברודערליך געזארגט וועגן זיין ווייב'ס געזונט צושטאנד? אדער האט ער מורא געהאט פאר קאראנאוויירוס?

חחח איך האב שוין נישט געלאכט אזוי פאר גאר א לאנגער צייט.
יפה דיברת עס איז א סיריעס ליטווישער לומדות וואס דא גייט פאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די חסרונות פון די אויסשטעל פון רבישע שמחות אין אלגעמיין..
ווען -לויט דיר- וועט מען זיך שוין מעגן צאמנעמען אין גרעסערע נומערן?
אין קר"י האלט מען שוין לאנג נאכן Peak, די Curve איז שוין גענצליך פלאך, וואס נאך דארף מען טוהן?


אין גאנץ ניו יארק סטעיט איז שוין לאנג נאך די פיעק, אבער ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאך, איז נאך דא די וויירוס, און ווילאנג עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט, זענען זיי עס אויסגעשטעלט צו באקומען און טראגן ווייטער.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן באקומען עס נאך, און עס וועט נאך זיין קעיסעס פאר א שיינע שטיק צייט, אפילו עס איז שוין נאך די פיעק. (דער אייבישטער זאל אפהיטן אז די נומבערס זאלן נישט ארויפשפרונגען אזויווי דעמעלטס)

אבער עס איז קלאר אז מענטשן דארפן זיך נאך היטן, זיכער ביז עס איז דא 0 קעיסעס. דאס הייסט, זיך וואשן די הענט כסדר, גיין מיט א מאסקע אין פאבליק פלעצער, און אוודאי נישט מאכן אזעלכע מעמדים ווי מען שטייט צושטיפט און צושוויצט.
פארשפארט