ענדליך! איר קענט שנעלער טרינקען דאס קאווע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

ענדליך! איר קענט שנעלער טרינקען דאס קאווע

שליחה דורך קורץ און שארף »

אינטרעסאנט אז אזעלכע גרויסע נייעס איז נאך נישט באריכטעט געווארן דא! [אויב יא ביטע, ביטע, צוזאמשמעלצן, אזש עס זאל ווערן ממש איין אשכול].

נאך לאנגע יארן וואס מען פלעגט זיך דארפן מוטשען דערמיט, איז אנגעקומען די גאר פאזיטיווע נייעס.

נישט איינמאל האט מען געקענט זעהן דער אינגערמאן שטייענדיג אין [די עכטע, כמיין די פאלשע] קאווע שטיבל אין בית המדרש, די הייסע וואסער איז שוין ארייגעגאסן אויפן קאווע. יעצט ברויך מען זיך נעמען צום מילך!
ער גיבט א קוק אויף די מילך, און נישט מער און נישט ווייניגער, נישטא קיין איין אפענע מילעך!
אנשטאט צו קענען גיבן א עפן די נייע באטעל מילך, האט מען געמוזט נעבעך אראפלייגן די קאפ קאווע, און נוצן די גאנצע קראפט, קאפ און מח, וויאזוי צו עפענען די געדרייטע קאווער פונעם מילעך.

דאס איז געקומען צו א ענדע!

די באקאנטע פירמע גאלדען פלאוי, האט אין א היסטארישע שריט געטוישט די דעקלעך פון די מילעך, און פון היינט אין ווייטער גייט מען קענען עפענען די קאווער, אפילו די ערשטע מאל, מיט בלויז איין הענט.

וישתו ענוים קאווע עם מילך וישבעו.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר