חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
מיין מיינונג איז זיין א מאמין איז גרינגער ווי צו זיין א כופר אין א יעדען הינזיכט אין לעבן. עפעס גייט נישט ווי אזוי די טראכסט אז עס דארף גיין שטעלט מען עס אריין אין הנהגת הבורא און מען איז מתפלל צו עם און עס ווערט גרינגען אויפן הארץ און אפי׳ במציאות.berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.
נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
מענטשען וועלן אוואדאי זאגן אז מציאות׳ער טוישן זיך כסדר צו בעסער און ערגער. אבער די גלויביגע וועלן דאס אריין לייגן אין תפילה און השגחה וואס איז מנהיג א יעדע ריר וואס עס פאסירט אויף די וועלט. נא אדרבה זאג די איז נישט גרינגער צו זאגן אז עס איז דא מנהיג.
ניט אויסמישן בטחון מיט אמונה !!
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
איך בין מיט דיר אויף די נושא טייערע ברידערטייערע ברודער האט געשריבן:קומט אויס פון העניך׳ס ווערטער, אז דער ליטווישער מהלך איז מער שכל׳דיג ווי דער חסידישער מהלך, און דערפאר פארלירען ווייניגער ליטווישער זייערער אמונה.
I care to differ.
Sent from my LG-H525n using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
ברוך שכוונתיפרייוויליג האט געשריבן:[tag]אבטולמוס[/tag] האט שוין אנגערירט די נקודה פונעם פותח האשכול מיט א געוואלדיגע בהירות - ליין דא
[tag]זבולון[/tag] האט מיך ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין מויל. רוב אפיקורסים וועמען דו באצייכנסט אלס אפיקורס, גייען אפילו נישט אריין אין די קאטעגאריע פון די חזון איש אז 'נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס'. צווישן די חסידים קענסטו טרעפן אסאך אזוי ווי דו שרייבסט: "ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע". ווער זענען די מערהייט שרייבער דא אויב נישט חסידים. און ווי אויך ווייסט יעדער, אז חסידות איז געבויעט אויף א גאר שארפע עקסטערעמע וועג. נעם א דוגמה די ביהמ"ד אוהל ישרים, וואס אנאנסירט אז זיי גייען נישט מוצא זיין פרויען וואס גייען מיט שייטלעך מיט תקיעות שופר. ווען איך האב דאס געזען האב איך געמיינט איך פאל אראפ. איז דאס תורה? הזאת נעמי? איז דאס די אידישע פאלק וואס ווערט באשריבן אין תנ"ך?
פערציג אוהל ישרים צעטלעך איז די והותר פאר איינעם מיט א שוואכע הארץ איבערצולאזן אלעס אונטער זיך. דאס האט גארנישט מיט אפיקורסות. דאס האט מיט אנגעגעסענע עקסעסיוו none sense וואס לאו כל מוחא סבל דא.
און דאס וואס העניך שרייבט: אז די "וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג". איז ריכטיג און אומריכטיג.
עס איז ריכטיג, ווייל עס זענען פארהאנען צאללאזע מענטשן וואס האבן לעגיטימע קשיות, און האט זיי מעגליך יא צוגעפירט צו אפיקורסות, און עס האט גארנישט מיט ווייטאג.
און עס איז אומריכטיג, ווייל נישט יעדער וואס לאזט איבער אידישקייט אדער האט קשיות ווערט אן אפיקורס. קשיות זענען געזונט, טענות זענען געזונט, אבער דאס זענען נאכנישט קיין סמנים פון אפיקורסות. און יא, אסאאך מאל קומען קשיות פון ווייטאג, עין ערך אוהל ישרים. דער מענטש כאפט אליין נישט אסאך מאל מהיכן קשיא זה חי.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
אויסער איין תאווה וואס איז מרעיב הרעב, און מרעיב את המשביעה.וואלווי האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???
וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.
הייסט די תאוות האלטן דיי ביי אידישקייט.
למעשה אזוי איז עס. תאוות זעטיגט א מענטש און ער איז רואיג.
א געזונטע סעודה לייגט א שמייכל אויף א מענטש. און ווען מ'איז פארהונגערט בלאזט מען.
וכן לשאר תאוות...
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
ריכטיגberlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: דער לעצטער לייק איז געווען ..."בערבון מוגבל"...! איך בין מסכים מיט דעם וואס דו זאגסט. נאר אין די לעצטע שורה מייניך איז אריין געפאללן א טעות. דו האסט זיכער געוואלט זאגן דעם קוואוט פון..."אבר קטן אחד יש באדם. משביעו, רעב. מרעיבו, שבע"...!
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
מאן יאמר שארפןקאפ,שארפןקאפ האט געשריבן:רוב מענטשען זוכען א סיבה פאר וואס טראגעדיעס פאסירען ( ווייל מען פילט ) אבער ווען זאכען פאסירען ווגען א העכערן ציל קען מען עס פארדייען (מען קען דאס זעהן ווי שטארק מענטשען ווערן צושאקעלט ווען א שיסעריי פארסירט אבער ווען מענטשען פאלן יעדען ואגב ווי פליגען פון עקסדענטן )
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
ווער זאגט אז מענטשען זיכן סיבות ווייל זיי פילן עפעס? איך וואלט עדערש געזאגט אז איז דא געוויסע סארט מענטשען וואס זיכן סיבות
1. דער מענטש וואס גלייבט גאר שטארק אין השגחה פרטיות און ער ווי פארשטיין נישט פארוואס האט די השגחה גטוהן אזוי און אזוי, בעוה״ר איז ער נישט זייער אויס געקאכט אין אמונה און אסור להרר אחריה איז ביי עם נישט קיין עסק. וועט ער זוכן סיי וואספארא א נאקישער סיבה עד ששכלו מגעת פארוואס די און די זאך האט פאסירט עס איז נישט קיין צופאל.
2. ווען עס פאסירט עפעס סייוואס ארויס פון די גבילים קרוב ללבבו ווי למשל איינע פון זיינע שבע קרובים זוכט ער נישט קיים סיבה ער פריגט זיך נאר על מה עשה ה׳ ככה. נא פרעגסטו דאך ער פרעגט יא.
ניין, וואס ער פריגט איז פארוואס פונקט איך ביי א צווייטנס טראגעדיע נעבעך פארשטייט ער פונקטליך פאקוואס עס האט פאסירט.
דאס אז עולם כמנהגו נוהג און מען לויפט אריסער די גאס אן אכטונג געבן קען מען ווערן אראפ געקלאפט איז נישטא אזא זאך בכלל! אדער אז א מענטש ווער אום-געזונט ל״ע איז וועל אזוי ארבעטן די באצילן פון די מענטשהייט פאר סיי וואספארא פשוטע סיבה די באצילן ארבעט וויאזוי עס ארבעט (איך וועל דאס איבער לאזן פאר די סיייענטיסטן צו אויס פיגערן)
ע״כ אויב ווייסט ער א סיבה און די סיבה איז עם נישט אליינס קולט האט א אינשורנס פאליסי אין מח נישט צו ווערן דיסטרעסט פון די דאזיגע דערקינדשענדע מחשבות.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיינונגזאגער:ווען איך האב געזאגט אז צומאל קען א רייע פון נעגאטיווע ערשיינונגען אין א מענטשנ'ס לעבן אנצינדן ביי איהם/איהר אין קאפ צו אנהייבן דעם פראצעס פון זיך פארבעסערן, האביך גערעדט פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. ווייל איך קען א פרוי (זי האט עס אליין פארציילט) וואס איז אדורך א צאל טראגעדיעס אין איהר לעבן. דאס האט איהר געמאכט טראכטן אז אפשר ווילל גאט עפעס פון איהר.. איהר ערשטער מאן איז געשאסן געווארן. און זי איז אדורך געזונטהייט פראבלעמען. מיט נאך אנדערע נעגאטיווע געשעענישן...אזוי ארום איז זי געווארן א בעלת תשובה...!
Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים
זייער שיין אבער איך האב געהערט ממש די זעלבע מעשה און די רעזאלטאטן זענען געווען פונקט קאפויער.berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער:ווען איך האב געזאגט אז צומאל קען א רייע פון נעגאטיווע ערשיינונגען אין א מענטשנ'ס לעבן אנצינדן ביי איהם/איהר אין קאפ צו אנהייבן דעם פראצעס פון זיך פארבעסערן, האביך גערעדט פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. ווייל איך קען א פרוי (זי האט עס אליין פארציילט) וואס איז אדורך א צאל טראגעדיעס אין איהר לעבן. דאס האט איהר געמאכט טראכטן אז אפשר ווילל גאט עפעס פון איהר.. איהר ערשטער מאן איז געשאסן געווארן. און זי איז אדורך געזונטהייט פראבלעמען. מיט נאך אנדערע נעגאטיווע געשעענישן...אזוי ארום איז זי געווארן א בעלת תשובה...!
Sent from my iPhone using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו שטייט אז מ'דארף גלייבן אז בין עיניכם מיינט נישט צווישן די אויגן? מ'דארף טון וואס די חכמים הייסן און פארטיג, ועשית ככל אשר יורוך, אבער גלייבן?!
די גמרא זאגט נישט אז מ'דארף גלייבן סיי וואס, סך הכל שטייט אז איינער וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז די חכמים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, האומר אין תחיית המתים מן התורה, אין לו חלק לעולם הבא. אבער איינער וואס זאגט אם קבלה היא נקבל ואם לדון יש תשובה, איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא.
מעשה נסים מהרב נסים בן ר׳ משה ממארסיי (מהראשונים).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
עפעס איז דעם אשכול ארויפגעקומען אין א שמועס מיט @שמן למאור, האב איך מיך דערמאנט אז בראשית פון מיין וועג ארויס פון די געטאו האב איך א שטיק צייט געשמועסט מיט א חשובער איד וואס קען זיין מיין טאטע איבער אלע מיינע שאלות/קשיות/קווענקעלנישן. בקיצור, איין מאל איז ארויפגעקומען די שמועס איבער שניידן די בארד, און איך האב צו איהם גע'טענה'ט אז איך פארשטיי נישט פארוואס אונז שניידן נישט די בארד, די גאנצע מקור איז דאך וועגן א זוהר און באמת מיינט די זוהר גאר עפעס אנדערש, און אסאך מקובלים, אריינגערעכנט תלמידי האריז"ל, האבן געשניטן די בארד, וכו', און אזוי האב איך אויסגערעכנט אלע מיינע טענות מיט דיוקים אין די מקורות וכו'. אוי האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר, ער האט זיך גענומען שרייען אויף מיר מיט באנומענע קולות "דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו מיינסט טאקע אז מ'שניידט נישט די בארד וועגן א זוהר? ביזטו משוגע צו וואס? וויפיל נאך זאכן שטייט אין זוהר וואס אונז טוען נישט? און די אמיש שניידן אויך נישט די בארד וועגן דעם זוהר? ביזטו אויפ'ן קאפ געפאלן? גרויסע מציאה, האסט געטראפן א דיוק אין זוהר! פארשטייסט נישט אליינס אז די זוהר איז בכלל נישט די נושא?" ער האט פשוט נישט געקענט צו זיך קומען פון מיין טפשות... און ער האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט געזעהן אז איך בין מיט איהם... מודה געוועהן צו איהם האב איך גלייך, ס'האט מיר נאר געדויערט א שיינע פאר יאר צו פארשטיין זיין רעגעניש אויך...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
שניידן די בארד ערב ראש השנה אין טור אורח חיים
די איינציגסטע מאל וואס עס שטייט זיך שערן די בארד איז א מצווה איז אין טור אורח חיים הלכות ערב ראש השנה
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
מען רעדט ווי עס שטייט נישט צו שניידן, און פין ווי עס נעמט זיך אז שניידן איז איינס פין די חמורות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
וואס איז טאקע יא די סיבה אז מ'לייגט אזא דגוש אויפ'ן בארד?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עפעס איז דעם אשכול ארויפגעקומען אין א שמועס מיט @שמן למאור, האב איך מיך דערמאנט אז בראשית פון מיין וועג ארויס פון די געטאו האב איך א שטיק צייט געשמועסט מיט א חשובער איד וואס קען זיין מיין טאטע איבער אלע מיינע שאלות/קשיות/קווענקעלנישן. בקיצור, איין מאל איז ארויפגעקומען די שמועס איבער שניידן די בארד, און איך האב צו איהם גע'טענה'ט אז איך פארשטיי נישט פארוואס אונז שניידן נישט די בארד, די גאנצע מקור איז דאך וועגן א זוהר און באמת מיינט די זוהר גאר עפעס אנדערש, און אסאך מקובלים, אריינגערעכנט תלמידי האריז"ל, האבן געשניטן די בארד, וכו', און אזוי האב איך אויסגערעכנט אלע מיינע טענות מיט דיוקים אין די מקורות וכו'. אוי האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר, ער האט זיך גענומען שרייען אויף מיר מיט באנומענע קולות "דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו מיינסט טאקע אז מ'שניידט נישט די בארד וועגן א זוהר? ביזטו משוגע צו וואס? וויפיל נאך זאכן שטייט אין זוהר וואס אונז טוען נישט? און די אמיש שניידן אויך נישט די בארד וועגן דעם זוהר? ביזטו אויפ'ן קאפ געפאלן? גרויסע מציאה, האסט געטראפן א דיוק אין זוהר! פארשטייסט נישט אליינס אז די זוהר איז בכלל נישט די נושא?" ער האט פשוט נישט געקענט צו זיך קומען פון מיין טפשות... און ער האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט געזעהן אז איך בין מיט איהם... מודה געוועהן צו איהם האב איך גלייך, ס'האט מיר נאר געדויערט א שיינע פאר יאר צו פארשטיין זיין רעגעניש אויך...
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לפי @רביה"ק איז די סיבה ווייל מיר וויל אויסקוקן פארצייטיש, מען האט עס פשוט אנגעהאנגן אויף א זוהר.לייבל שטילער האט געשריבן:וואס איז טאקע יא די סיבה אז מ'לייגט אזא דגוש אויפ'ן בארד?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עפעס איז דעם אשכול ארויפגעקומען אין א שמועס מיט @שמן למאור, האב איך מיך דערמאנט אז בראשית פון מיין וועג ארויס פון די געטאו האב איך א שטיק צייט געשמועסט מיט א חשובער איד וואס קען זיין מיין טאטע איבער אלע מיינע שאלות/קשיות/קווענקעלנישן. בקיצור, איין מאל איז ארויפגעקומען די שמועס איבער שניידן די בארד, און איך האב צו איהם גע'טענה'ט אז איך פארשטיי נישט פארוואס אונז שניידן נישט די בארד, די גאנצע מקור איז דאך וועגן א זוהר און באמת מיינט די זוהר גאר עפעס אנדערש, און אסאך מקובלים, אריינגערעכנט תלמידי האריז"ל, האבן געשניטן די בארד, וכו', און אזוי האב איך אויסגערעכנט אלע מיינע טענות מיט דיוקים אין די מקורות וכו'. אוי האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר, ער האט זיך גענומען שרייען אויף מיר מיט באנומענע קולות "דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו מיינסט טאקע אז מ'שניידט נישט די בארד וועגן א זוהר? ביזטו משוגע צו וואס? וויפיל נאך זאכן שטייט אין זוהר וואס אונז טוען נישט? און די אמיש שניידן אויך נישט די בארד וועגן דעם זוהר? ביזטו אויפ'ן קאפ געפאלן? גרויסע מציאה, האסט געטראפן א דיוק אין זוהר! פארשטייסט נישט אליינס אז די זוהר איז בכלל נישט די נושא?" ער האט פשוט נישט געקענט צו זיך קומען פון מיין טפשות... און ער האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט געזעהן אז איך בין מיט איהם... מודה געוועהן צו איהם האב איך גלייך, ס'האט מיר נאר געדויערט א שיינע פאר יאר צו פארשטיין זיין רעגעניש אויך...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'קען זיך שוין איינעם דאכטן כאילו איך רעד דא צו א גרופע אזיאנע פראפעסארס וואס זענען נעכטן אריינגעפאלן אין ברוקלין דאס ערשטע מאל און מ'דארף זיי געבן צו פארשטיין די חרדישע/חסידישע אינסטינקטן, האלאו! עטץ האטס אלע אמאל געהאט דעם געפיל, עטץ זענטס אלע אויפגעוואקסן צווישן מענטשן וואס האבן דעם געפיל, און עטץ ווייסטס זייער גוט פון וואס מ'רעדט. אלזא מאכטס אייך נישט נאריש און פרעגטס נישט קיין קלאץ קשיות, and don't beat around the bush און אריינטייטשן טיפע פילפולים אין פשוט'ע אינסטינקטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that