בין בני לבן חמי
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
בין בני לבן חמי
רבותי איך זוך הילף..
כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדער אשכול, אבער כ'מיין ס'איז א נושא פאר זיך.
וואס איז פשט אז ניקים וואס לאזן נישט ארויס א געלעגנהייט צו פארדאמען אונזער סיסטעם, הנהגה, און קולטור (פיל מאל בארעכטיגט..), זענען פארנומען צו פארטיידיגן א קולטור וואס איז צענדליגע מאל ערגער ווי אונזערס?
כ'פארשטיי אז מען זאל זיין ווייניגער ביזי דערמיט, פארט איז עס דאך אונז נישט אזוי נוגע.. אבער זיי פארשטיין? פארטיידיגן??
פלוצלונג זעהט מען נישט א פארדארבענע הנהגה, א פארפוילטע חינוך, פלוצלונג זעהט מען נאר נעבעכ'ס..
ווען עטס בארעדטס אונזער סיסטעם מיינט עטס דעם אמת? אדער ס'איז סתם געשמאק צו בארעדן אייגענע?

- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
די אלטע גריכישע פילאזאפן, אריסטו און אפלטון, קריגן זיך ארום צווישן זיך וועלכע סאציאלאגיע איז מער ווירקזאמער פאר די וועלטס-געזעלטשאפט. אריסטו ארגומענטירט אז אינדיווידואַליזם איז דאס בעסטע סיסטעם, און אפלטון ארגומענטירט אז קאָלעקטיוויזם איז דאס בעסטע.
דער אינדיווידואַליסט לעבט זיך פאר זיך סיי עקאנאמיש און סיי סאציאל. ער מאכט זיכער אז זיין פעלד גיבט ארויס גוטע פרוכט און זיין געשעפט איז סוקסעספול, און עס קימערט אים נישט צו פארבעסערן און פארשענערן די וועלט, נאר ער פראבירט צו זיין גוט און ארענטליך פאר זיך זעלבסט. אין רעזולטאט איז דער וועלט א בעסער פלאץ. ער ארבייט אויף זיך נישט צו זיין קיין ראסיסט, און ער וועט נישט באשולדיגן א גאנצע גרופע מיט ראסיזם אדער קאראפציע, נאר ער וועט ריכטן יעדע אינדיווידואַלע מענטש לויט זיינע אקטן און טאהטן.
דער קאָלעקטיוויסט לעבט אין א געזעלטשאפט סיי עקאנאמיש און סיי סאציאל. ער שטרעבט אז יעדער אין די געזעלטשאפט זאל שטיין גוט עקאנאמיש, אפגעזען צו דער אינדיווידואַל ארבייט יא צי ארבייט נישט. ווען ער זעט ווי א ראסיטישע אקט ווערט באגאנגן, אדער קאראפציע ביי אן אינדיווידואַל, זעט ער דאס נישט בלויז אלס א אינדיווידואַלע פראבלעם, נאר ער זעט דאס אלס א געזעלטשאפטליכע פראבלעם. און ער פארפירט נאכאנאנד צו טוישן דעם סיטעם. דער הייליגער רמב''ם לערענט אונז אין אזא פאל זיך צו פירן אין א מיטל וועג.
די ראדיקאלע לינקע, זענען עקסטרימע קאָלעקטיוויסטן, און די ראדיקאלע רעכטע, זענען עקסטרימע אינדיווידואַליסטן.
די פאליטיק אין אמעריקע איז כמעט אלעמאל געווען באלאנסירט צווישן אינדיווידואַליזם און קאָלעקטיוויזם. זאגאר אין די לעצטע יארן האבן סיי די רעכטע און סיי די לינקע, ביי אידן און ביי נישט אידן אנגעהויבן צו נויגן שטארק ראדיקאל. אין רעזולטאט הערשט אזא טיילונג און צווישנשייד ביים פאלק. ס'איז שוין העכסט צייט זיך אומצוקערן צום מיטל וועג.
(אונזער באליבטער אבטולמוס, איז ווארשיינליך א שטארקער קאָלעקטיוויסט, און ער איז אויסן צו טוישן די סיסטעם. און ער באטראכט האלב אמעריקע אלס ראסיסטן, אפגעזען אז ראסיסטישע אקטן ווערן מער ווייניגער דורכגעפירט דורך אינדיווידואַלען. איך זאג עס מיטן גרעסטן מאס ליבשאפט. ס'איז א בליק פון א מענטש)

ליב צו וויסן האט געשריבן:רבותי איך זוך הילף..
כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדער אשכול, אבער כ'מיין ס'איז א נושא פאר זיך.
וואס איז פשט אז ניקים וואס לאזן נישט ארויס א געלעגנהייט צו פארדאמען אונזער סיסטעם, הנהגה, און קולטור (פיל מאל בארעכטיגט..), זענען פארנומען צו פארטיידיגן א קולטור וואס איז צענדליגע מאל ערגער ווי אונזערס?
כ'פארשטיי אז מען זאל זיין ווייניגער ביזי דערמיט, פארט איז עס דאך אונז נישט אזוי נוגע.. אבער זיי פארשטיין? פארטיידיגן??
פלוצלונג זעהט מען נישט א פארדארבענע הנהגה, א פארפוילטע חינוך, פלוצלונג זעהט מען נאר נעבעכ'ס..
ווען עטס בארעדטס אונזער סיסטעם מיינט עטס דעם אמת? אדער ס'איז סתם געשמאק צו בארעדן אייגענע?
עס איז דא א געוואלדיגע חילוק צווישן אנערקענען אז עס איז דא פראבלעמען וואס מען דארף פאררעכטן און זאגן אז צוליב די פראבלעמען איז די גאנצע קולטור פראבלאמאטיש.
עס איז פארשפרייט ביי אסאך פון אונזער געמיינדע צו קוקן נאר אויף די גוטס ביי אונז און נאר אויף די שלעכטס ביי יענעם. דאס איז זייער פאלש געקוקט. יעדע קבוצה פון מענטשן גייט האבן מענטשליכע פראבלעמען, און א קלוגע געמיינדע אנערקענט דאס און ארבעט דאס צו פארעכטן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:א. א גוטער מענטש קריטיקירט זיך, נישט יענעם; א נארישער שלעכטער מענטש איז פארנומען מיט יענעם, נישט זיך.
ב. ווען מ'רעדט פון אונזער געמיינדע איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך פארבעסערן. ווען מ'רעדט וועגן אנדערע געמיינדעס איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך באציען צו זיי. און דער אמת איז איבעראל דאס זעלבע, יעדע געמיינדע דארף זיין קריטיש וועגן זיך, און דארף זיך באציען מיט רעספעקט צו אנדערע געמיינדעס.
ג. פונקט ווי איך ערווארט אז די שווארצע געמיינדע זאל זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז די שווארצע זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן חסידים -- ערווארט איך אז חסידים זאלן זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז חסידים זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן שווארצע.
ווען דו קריטיקירסט די חרדישע געמיינדע מיינסטו טאקע זיך אליינס? למשל ווען דו שרייבסט אז די עולם דא איז ראסיסטען שרייבסטו דאך אז דו ביסט נישט, איז דען דאס נישט קריטיקירען א צווייטע?
א פשוטע תירוץ אויף די פותח האשכול איז אז פון די עוולות פון אונזער קאמיוניטי ליידן אונז, במילא רעדען אונז זיך אפ. משא״כ פין די אנדערע קאמיונעטיס עוולות ליידן זיי אליין, איז וואס זאל מען זיך סתם גיין אפרעדען אויף יענעם אז סאיז דיך כמעט נישט נוגע.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בין בני לבן חמי
איך מיין אז וואס מ׳מיינט צו זאגן איז אז יעדעס מענטש איז אחוצ׳ן זיין זיין אייגענע אינדיווידואל איז ער אויך א חלק פון א געוויסע (פּריימערי) גרופע (אפטמאל מער ווי איינס). דאס איז אויך א (גאר שטארקע) חלק פון זיין אידענטיטעט. יעצט, דאס איז אמאל זיכער אז [tag]אבטולמוס[/tag] איז א מעמבער אין חלק פון די חרדי׳שע גרופע/קאָמיוּניטי. און דאס (זעהט אויס) איז מען אויך מודה אז די סטאטיסטיקס פון ראסיזם אין די חרדי׳שע גרופע איז מער פּרעוועלענט און איז א פראבלעם. קומט דאך אויס אז הגם [tag]אבטולמוס[/tag] פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש איז נישט געשלאגן דערין, איז אבער וויבאלד זיין גרופע, וואס איז אויך א באדייטענדע חלק פון זיין אידענטיטעט כנ״ל, איז יא געשלאגן דערמיט האט ער א רעכט און עס מאכט סענס פאר אים מעורר צו זיין דערויף. (אין אנדערע ווערטער, דאס איז אויך א פארעם פון זעלבסט-קריטיק, הגם ער פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש ליידט נישט דערויף פון די פראבלעם.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
ר אבטולמוס:
-וואלט געווען אפרישיעיטעד צו ענטפערן נאכן "ליינען די שאלה"..
די שאלה איז "נישט" פארוואס "מיר זענען נישט ביזי דערמיט", נאר "פארוואס מען פארטיידיגט עס" (וואס נאך האב איך געקענט טוהן חוץ פון עס מאכן באלד..).
-דריי נישט קיין קאפ.. ק"ש איז געמאכט צו שמועסן, און מען האט שוין אויסגעשמועסט אויפן פלעטפארם מערערע נקודות וואס האבן נישט מיט מיר און דיר... די שאלה איז וויאזוי האלט מען אז די שווארצע קולטור איז בארעכטיגט בו בעת וואס מען טוט אנידער רייסן אונזערס. (די תשובה איז לכאורה די זעלבע ווי די וואס פארטיידיגן איסלאם בו בעת וואס סיי רייסן ארונטער קריסטנטום...)
BTW בארעדן "זיך" און בארעדן די קאמיוניטי פון ווי "מען איז געקומען" איז הימל און ערד.
-וואלט געווען אפרישיעיטעד צו ענטפערן נאכן "ליינען די שאלה"..
די שאלה איז "נישט" פארוואס "מיר זענען נישט ביזי דערמיט", נאר "פארוואס מען פארטיידיגט עס" (וואס נאך האב איך געקענט טוהן חוץ פון עס מאכן באלד..).
-דריי נישט קיין קאפ.. ק"ש איז געמאכט צו שמועסן, און מען האט שוין אויסגעשמועסט אויפן פלעטפארם מערערע נקודות וואס האבן נישט מיט מיר און דיר... די שאלה איז וויאזוי האלט מען אז די שווארצע קולטור איז בארעכטיגט בו בעת וואס מען טוט אנידער רייסן אונזערס. (די תשובה איז לכאורה די זעלבע ווי די וואס פארטיידיגן איסלאם בו בעת וואס סיי רייסן ארונטער קריסטנטום...)
BTW בארעדן "זיך" און בארעדן די קאמיוניטי פון ווי "מען איז געקומען" איז הימל און ערד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
מי אני האט געשריבן:איך מיין אז וואס מ׳מיינט צו זאגן איז אז יעדעס מענטש איז אחוצ׳ן זיין זיין אייגענע אינדיווידואל איז ער אויך א חלק פון א געוויסע (פּריימערי) גרופע (אפטמאל מער ווי איינס). דאס איז אויך א (גאר שטארקע) חלק פון זיין אידענטיטעט. יעצט, דאס איז אמאל זיכער אז [tag]אבטולמוס[/tag] איז א מעמבער אין חלק פון די חרדי׳שע גרופע/קאָמיוּניטי. און דאס (זעהט אויס) איז מען אויך מודה אז די סטאטיסטיקס פון ראסיזם אין די חרדי׳שע גרופע איז מער פּרעוועלענט און איז א פראבלעם. קומט דאך אויס אז הגם [tag]אבטולמוס[/tag] פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש איז נישט געשלאגן דערין, איז אבער וויבאלד זיין גרופע, וואס איז אויך א באדייטענדע חלק פון זיין אידענטיטעט כנ״ל, איז יא געשלאגן דערמיט האט ער א רעכט און עס מאכט סענס פאר אים מעורר צו זיין דערויף. (אין אנדערע ווערטער, דאס איז אויך א פארעם פון זעלבסט-קריטיק, הגם ער פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש ליידט נישט דערויף פון די פראבלעם.)
ווען א מענטש זאגט אז זיין קאמיוניטי איז געשלאגען אין א פראבלעם, אין ער נעמט זיך אריין צווישן זיי, פארשטיי איך וואס איר זאגט, אז סגייט אריין אין סעלף קריטיק.
אבער ווען א מענטש זאגט, מיין גאנצע קאמיוניטי ליידט פין א געפערליכע פראבלעם ״אויסער איך״ איז דאס בכלל נישט קיין סעלף קריטיסיזם. כזאג נישט אז סאיז א פראבלעם, יעדע האט זיך ליב אפצורעדן, אבער סאיז בכלל נישט די דרגה פון זיך אליינס קריטיקירען.
למשל, אז איך פארפיר אז רוב ק״ש שרייבער רעדען שטותים, און איך זאג אז יעדער זאל זיך לערנען פון גדליה צי שריבען צו די זאך, האב איך זיך נישט אליינס קריטיקירט, נאר א צווייטן.
דאגעגען אויב זאג איך אז אונז אלע אין ק״ש שרייבען שטותים, און מיר אלע מוזען אנהייבען שרייבען צו די זאך, כולל אני הקטן, האב איך זיך יא אליינס קריטיקירט.
ו
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
להערה בעלמא, אזוי ווי איך זעה אז געוויסע ניקים טייטשן דא אויס מיינע פילע תגובות אין דעם נושא ווי עפעס א ספעציעלע האס קעגן שווארצע.. וויל איך דא קלאר מאכן:
ס'קומט מיר אויס פיל מאל צו דיעלן מיט שווארצע, איך פיר מיך אויף צום שווארצן יחיד מיטן פולסטן רעספעקט און אפילו מיטגעפיל.. און בכלל בין איך נישט אזוי ווייט געקנאטן פונעם "האס" נאטור..
מיינע אלע תגובות באציען זיך צו די פאקרומטע לינקע מהלך המחשבה (וואס מען טרעפט אויך דא אויף ק"ש..) וואס בארעכטיגט שלעכטע מעשים אזוי לאנג ווי די גרופע וואס טוט דאס איז פון די גוטע.. (אין אלגעמיין ווייניגער סוקסעספול).
ס'קומט מיר אויס פיל מאל צו דיעלן מיט שווארצע, איך פיר מיך אויף צום שווארצן יחיד מיטן פולסטן רעספעקט און אפילו מיטגעפיל.. און בכלל בין איך נישט אזוי ווייט געקנאטן פונעם "האס" נאטור..
מיינע אלע תגובות באציען זיך צו די פאקרומטע לינקע מהלך המחשבה (וואס מען טרעפט אויך דא אויף ק"ש..) וואס בארעכטיגט שלעכטע מעשים אזוי לאנג ווי די גרופע וואס טוט דאס איז פון די גוטע.. (אין אלגעמיין ווייניגער סוקסעספול).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
די תגובה האט זיך איבערגעחאזערט, וויאזוי מעק איך עס??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
וועלקאם צו די דיסקוסיע.. ס'איז געווען מערערע שמועסערייען דא בנוגע די ראיאטן ווי אויך די שווארצע קולטור אין אלגעמיין.אבטולמוס האט געשריבן:פארוואס מ'פארטיידיגט וואס? כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדסט.ליב צו וויסן האט געשריבן:ר אבטולמוס:
-וואלט געווען אפרישיעיטעד צו ענטפערן נאכן "ליינען די שאלה"..
די שאלה איז "נישט" פארוואס "מיר זענען נישט ביזי דערמיט", נאר "פארוואס מען פארטיידיגט עס" (וואס נאך האב איך געקענט טוהן חוץ פון עס מאכן באלד..).
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:רבותי איך זוך הילף..
כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדער אשכול, אבער כ'מיין ס'איז א נושא פאר זיך.
וואס איז פשט אז ניקים וואס לאזן נישט ארויס א געלעגנהייט צו פארדאמען אונזער סיסטעם, הנהגה, און קולטור (פיל מאל בארעכטיגט..), זענען פארנומען צו פארטיידיגן א קולטור וואס איז צענדליגע מאל ערגער ווי אונזערס?
כ'פארשטיי אז מען זאל זיין ווייניגער ביזי דערמיט, פארט איז עס דאך אונז נישט אזוי נוגע.. אבער זיי פארשטיין? פארטיידיגן??
פלוצלונג זעהט מען נישט א פארדארבענע הנהגה, א פארפוילטע חינוך, פלוצלונג זעהט מען נאר נעבעכ'ס..
ווען עטס בארעדטס אונזער סיסטעם מיינט עטס דעם אמת? אדער ס'איז סתם געשמאק צו בארעדן אייגענע?
איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שרייבסט. ווען איינער שרייבט קעגן די אזוי גערופענע ''סוס - תם'' שרייבט ער נישט צו לאזן וויסן די עולם פאקטן מיט מעשיות. ער שרייבט נאר, אדער ווי [tag]אבטולמוס[/tag] האט געשריבן כדי זיך פארבעסערן. אדער כדי זיך אויסצורעדן במקום מקען זיך נישט אויסרעדן ערגעץ אנדערש. ופשוט הוא.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: בין בני לבן חמי
איך מיין די משיבים פארזעען דא א פשוט'ע זאך.
די שווארצע "סיסטעם" רופט זיך די אמעריקאנער גאווערמענט, די שווארצע האבן נישט קיין אייגענעם סיסטעם, זיי זענען נישט אין קאנטראל פון זייערע סקולס, פון זייער פאליציי, פון זייערע געגנטער, פון זייערע סאציאלע פראגראמען, זייער סיסטעם איז די גאווערמענט.
פרעגסט פארוואס מען שרייט נישט אויף די שווארצע "סיסטעם", אוודאי שרייט מען, און נאך ווי מען שרייט, גאנץ אמעריקע דרייט זיך איבער פון די שרייעריי.
איי זאגסטו אז זיי האבן א שלעכטע קולטור, נו, וועם קען מען באשולדיגן אין דעם קולטור? לואיס פאראקאן ודכוותי'? יעדער דא אגריט אז זיי זענען שלעכט, מען קען נישט צופיל טון צו טוישן א קולטור, און רוב פון וואס מען קען יא טון ליגט אין די הענט פון די גאווערמענט, און אויף זיי שרייט מען טאקע.
ביי אונז האב איך אויך געהאלטן אז די וואס באשולדיגן אונז וועגן קאראנע האקן סתם אין קאפ, מיר האבן נישט קיין אייגענעם העלט סיסטעם, אונזער העלט סיסטעם איז די אמעריקאנער העלט סיסטעם און זיי זענען אחראי אויף אונזער געזונט אלס א ציבור, אבער ווען מען רעדט פון אסאך אנדערע זאכן, האבן מיר יא אן אייגענעם סיסטעם, און דארט איז טענות אויפן סיסטעם רעלעוואנט.
די שווארצע "סיסטעם" רופט זיך די אמעריקאנער גאווערמענט, די שווארצע האבן נישט קיין אייגענעם סיסטעם, זיי זענען נישט אין קאנטראל פון זייערע סקולס, פון זייער פאליציי, פון זייערע געגנטער, פון זייערע סאציאלע פראגראמען, זייער סיסטעם איז די גאווערמענט.
פרעגסט פארוואס מען שרייט נישט אויף די שווארצע "סיסטעם", אוודאי שרייט מען, און נאך ווי מען שרייט, גאנץ אמעריקע דרייט זיך איבער פון די שרייעריי.
איי זאגסטו אז זיי האבן א שלעכטע קולטור, נו, וועם קען מען באשולדיגן אין דעם קולטור? לואיס פאראקאן ודכוותי'? יעדער דא אגריט אז זיי זענען שלעכט, מען קען נישט צופיל טון צו טוישן א קולטור, און רוב פון וואס מען קען יא טון ליגט אין די הענט פון די גאווערמענט, און אויף זיי שרייט מען טאקע.
ביי אונז האב איך אויך געהאלטן אז די וואס באשולדיגן אונז וועגן קאראנע האקן סתם אין קאפ, מיר האבן נישט קיין אייגענעם העלט סיסטעם, אונזער העלט סיסטעם איז די אמעריקאנער העלט סיסטעם און זיי זענען אחראי אויף אונזער געזונט אלס א ציבור, אבער ווען מען רעדט פון אסאך אנדערע זאכן, האבן מיר יא אן אייגענעם סיסטעם, און דארט איז טענות אויפן סיסטעם רעלעוואנט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין די משיבים פארזעען דא א פשוט'ע זאך.

זיי האבן מנהיגים און טאן געבער..
זיי האבן א כח צו וואוטען און טוישן גאווערנמענט פאליסיס, ובפרט אין די איננער סיטיס.
למשל האבן סקול וואוטשערס צו פאבעסערן זייער חינוך סיסטעם.
האבן שטארקע פאליציי קראפט צו דערשטיקן ווילדע קריים, וואס דאס וועט מאכן גרינגער צו עפענען ביזנעסער, וואס דאס וועט ברענגען מער ארבעט געלענגנהייטן, וואס וועט צוביסלעך העכערן וועידזשעס, וואס וועט ברענגען מער קאנסומער ספענדינג, וואס וועט ברענגען נאך מער ביזנעסער, חד גדיא חד גדיא.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
און ווען זיי וואוטען יא, וואוטען זיי אין אלגעמיין פאר די מענטשן וואס פארציילן זיי ס'ארא גרויסע וויקטימס זיי זענען און ווי רעיסיסט די סיסטעם איז, און נישט פאר די וואס שלאגן פאר זאכליכע טויש.
ס'באמת נישט צו גלייבן ווי אין "אלע" איננער סיטיס וואוטען זיי איינמאל און נאכאמאל פאר די זעלבע פאליטישאנס וואס מאכן "בכלל נישט" בעסער זייער מצב.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'שטעלט זיי פיל שטרויכלונגן אז זיי זאלן נישט קענען וואוטן.
סתם אזוי, פאר אן ארימאן איז פיל שווערער צו וואוטן. וואוטן נעמט צייט און מ'דארף אנקומען אהין, און די ארימעלייט קענען נישט פטור ווערן פון די ארבעט, אדער בלייבן אין ריי ווען די קינדער זענען הונגעריג אינדערהיים. און די Voter ID געזעצן וואס מ'שטעלט פאר זיי שווער צו מאכן די וואוטן איז נאך א חלק דערפון.
וואוטן איז א לעזונג, טאמער מ'וועט עס מאכן לייכטער פאר יעדעם, אבער קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין. פארוואס זאל א פאליטישע פארטיי וועלן מער מענטשן? עס מיינט נאר אז מ'דארף געפעלן מער מענטשן. בעסער אז ביידע זייטן זאלן אנהאלטן די קליינע מאס וואוטערס, און זיך שלאגן ארום זיי.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
איך זעה נישט אז אין סטעיטס מיט לייכטערע וואוטינג געזעצן זאל זייער מצב זיין בעסער (אין באלטימאר מערילענד, טשיקאגוי אילינויא, אדער ניוארק אין ניו דזשערסי איז זייער מצב זייער שוואך), ולכאורה כדלעיל, די סאלושען איז נישט וואוטען.. די סאלושן איז וואוטען פאר די ריכטיגע סאלושענס.
אגב, וויפיל איז די חילוק אין וואוטער Turnout (אויב ס'איז דא) אין סטעיטס מיט לייכטערע וואוטער ID געזעצן?
אגב, וויפיל איז די חילוק אין וואוטער Turnout (אויב ס'איז דא) אין סטעיטס מיט לייכטערע וואוטער ID געזעצן?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ניו יארק האט פון די שווערסטע וואטוינג געזעצן. מ'האלט אין מיטן פאררעכטן, אבער מ'האלט נאך נישט דארט.
סתם אזוי, די לייכסטער סטעיטס אין אמעריקא, זענען נאכאלס זייער שווער צו וואוטן. עס איז זינלאז ביז גאר אז אין 2020 קען מען שיקן א טשעק פון טויזענטער דאללאר פון א סמארטפאון, און מ'האט נאכנישט געטראפן א וועג צו גיין וואוטן אנליין.
סתם אזוי, די לייכסטער סטעיטס אין אמעריקא, זענען נאכאלס זייער שווער צו וואוטן. עס איז זינלאז ביז גאר אז אין 2020 קען מען שיקן א טשעק פון טויזענטער דאללאר פון א סמארטפאון, און מ'האט נאכנישט געטראפן א וועג צו גיין וואוטן אנליין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'שטעלט זיי פיל שטרויכלונגן אז זיי זאלן נישט קענען וואוטן.
סתם אזוי, פאר אן ארימאן איז פיל שווערער צו וואוטן. וואוטן נעמט צייט און מ'דארף אנקומען אהין, און די ארימעלייט קענען נישט פטור ווערן פון די ארבעט, אדער בלייבן אין ריי ווען די קינדער זענען הונגעריג אינדערהיים. און די Voter ID געזעצן וואס מ'שטעלט פאר זיי שווער צו מאכן די וואוטן איז נאך א חלק דערפון.
וואוטן איז א לעזונג, טאמער מ'וועט עס מאכן לייכטער פאר יעדעם, אבער קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין. פארוואס זאל א פאליטישע פארטיי וועלן מער מענטשן? עס מיינט נאר אז מ'דארף געפעלן מער מענטשן. בעסער אז ביידע זייטן זאלן אנהאלטן די קליינע מאס וואוטערס, און זיך שלאגן ארום זיי.
עס איז א ביטערע פאקט אז דער ארעמאן און דער שוואכערע ליידט פון דעם אז אפילו וואוטן צו טוישן קומט אים אן שווער. ווי חזל זאגען בתר עניא אזלא עניותא.
עס איז אבער כמעט נישט שייך ארויסצוקריכען אינגאנצן פון דעם פראבלעם. וועלכע מיטעל מען זאל נאר נעמן וועט דער שוואכערער און ארעמער זיך מוטשען מער ווי די שטארקע און רייכע. אויב וועט מען למשל מאכן אן עפפ צו וואוטן, וועלן די ארעמע און שוואכע אויך זיך מוטשען מער צו האבן די ריכטיגע זיכערהייטן אויף זייערע אלטע דעווייסעס.
מיר דארפן טוהן וואס מען קען, אבער די פראבלעם וועט בלייבען....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניו יארק האט פון די שווערסטע וואטוינג געזעצן. מ'האלט אין מיטן פאררעכטן, אבער מ'האלט נאך נישט דארט.
סתם אזוי, די לייכסטער סטעיטס אין אמעריקא, זענען נאכאלס זייער שווער צו וואוטן. עס איז זינלאז ביז גאר אז אין 2020 קען מען שיקן א טשעק פון טויזענטער דאללאר פון א סמארטפאון, און מ'האט נאכנישט געטראפן א וועג צו גיין וואוטן אנליין.
פאר די רעקארד: איך האב נישט גערעדט פון ניו יארק נאר פון די שטאט Newark אין NJ..
וואוטען Online איז גוט אין טעאריע, ס'פעלט אבער אויס אזא סיסטעם וואס וועט מאכן מענטשן הונדערט פראצענט באקוועם אז מען קען עס נישט העקן.. דערווייל איז אזא סיסטעם נישט פאראן (ווי ווייט איך ווייס).
פארגעס נישט אז ס'איז נישטא קיין פארטייען וואס פרובירן דיך איבערצייגן אז דיין באנק אקאונט איז געהעקט געווארן, דא וועט אבער יא זיין.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פונקט יעצט איז נאר הונדרעט פערצענט גענוג, גארנישט ווייניגער. אין יעדער זאך אין דער וועלט איז אכציג פערצענט גענוג, קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. נאר דא מוז עס זיין הונדרעט פערצענט. קאט די בעלאוני, מ'וויל עס שווער מאכן כדי נאר די געשוואוירענע וואוטערס זאלן וואוטן, און אזוי מוזן זיי זיך נישט ספראוון מיט די כלליות פון די פאלק, מ'קען זיי צופרידן שטעלן, און לעזאזאל מיט די איבעריגע.