דף יומי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

לגבי די שלש שבועות וואס קען פארשטייט זיך בכלל נישט פאררעכנט ווערן אלס אן הלכה אריינצוגיין אין רמב"ם און שו"ע צוליב ווייל דאס איז א מילתא דלא שכיחא. די רמב"ם ברענגט דאס אבער אין איגרת תימן וויבאלד ס'איז געווען נוגע. די רוח פון די אגדה זאגט קלאר נישט בועט צו זיין אין גזירת הגלות. דוקא דאס דינגן זיך אין די הלכות שבועה אספעקט פון די אגדה אויף דעם איז גילטיג די כלל פון אין למדין מאגדה און אזויווי די רמב"ם זאגט טאקע אז די שבועה איז על דרך משל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

נהורא נפישא האט געשריבן:לגבי די שלש שבועות וואס קען פארשטייט זיך בכלל נישט פאררעכנט ווערן אלס אן הלכה אריינצוגיין אין רמב"ם און שו"ע צוליב ווייל דאס איז א מילתא דלא שכיחא. די רמב"ם ברענגט דאס אבער אין איגרת תימן וויבאלד ס'איז געווען נוגע. די רוח פון די אגדה זאגט קלאר נישט בועט צו זיין אין גזירת הגלות. דוקא דאס דינגן זיך אין די הלכות שבועה אספעקט פון די אגדה אויף דעם איז גילטיג די כלל פון אין למדין מאגדה און אזויווי די רמב"ם זאגט טאקע אז די שבועה איז על דרך משל.

דער פראבלעם איז אז דער רמבם רעדט יא פון די הלכות אפילו עס האט אויסגעקוקט נישט נוגע. נאכמער די רמבם שרייבט פארקערט.
דאס איז די לשון הרמבם אין הלכות מלכים:
"ואם יעמוד מלך מבית דוד, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף בה כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות יי – הרי זה בחזקת שהוא משיח. אם עשה והצליח, ונצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל – הרי זה משיח בוודאי.
ואם לא הצליח עד כה, או נהרג – בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר: "ומן המשכילים יכשלו לצרוף בהם, ולברר וללבן עד עת קץ, כי עוד למועד"
איז קלאר מבואר לויט די רמבם אז עס דא א מציאות פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל פאר משיח, און אויב עס ווערט געטוהן דורך אן ערליכער מנהיג "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים".
שלש שבועות????

בנוגע די רמבם אין אגרת תימן, איז א ראי' להיפך. די רמבם שרייבט אז שלמה המלך האט דאס געשריבן און באשוואוירן אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די פאלטשע משיח'ס פון נוצרות און איסלאם. די רמבם ניצט דאס בכלל נישט לגבי אידן ארויף גיין קיין ארץ ישראל פאר משיח.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יא די רמב"ם לא היה למראה עיניו פון ויואל משה. אבער ס'נישט אזא קשיא ווייל די רמב"ם ריפט אן די מלך א מלך כשר צוליב'ן כופה זיין כלל ישראל לילך בדרך התורה ולחזק בדקה. די מלכי חשמונאים זענען אויך געווען צדיקים כאטש זייער מלוכה איז געווען לויט טייל נישט אויסגעהאלטן. עכ"פ די רמב"ם איז יעצט נישט יורד צו די גאנצע ענין פון גאולה בידי אדם וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת אז דאס זאל נוגע זיין ער וויל נאר ארויסברענגען יעצט הלכות משיח און וויאזוי מ'שטעלט משיח אויף די חזקה. ס'קען אפשר אויך זיין אז די רמב"ם לערנט אז כאטש די שלש שבועות איז דא א מציאות פון א היתר פון שטעלן א מלך בישראל בארץ ישראל באופן וואס איז נישט מנוגד צו די שלש שבועות לויט ווי ער לערנט אריין פשט דערין. עכ"פ די רמב"ם ברענגט די שלש שבועות אויף הלכה למעשה אין איגרת תימן.
דאס וואס דו זאגסט אז די רמב"ם נוצט די שלש שבועות דוקא אויף משיחי שקר. ביסטו טאקע גערעכט. אבער ס'איז דאך ממ"נ אזוי, די עכטע משיח דארף נישט עובר זיין אויף די שלש שבועות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

נהורא נפישא האט געשריבן:יא די רמב"ם לא היה למראה עיניו פון ויואל משה. אבער ס'נישט אזא קשיא ווייל די רמב"ם ריפט אן די מלך א מלך כשר צוליב'ן כופה זיין כלל ישראל לילך בדרך התורה ולחזק בדקה. די מלכי חשמונאים זענען אויך געווען צדיקים כאטש זייער מלוכה איז געווען לויט טייל נישט אויסגעהאלטן. עכ"פ די רמב"ם איז יעצט נישט יורד צו די גאנצע ענין פון גאולה בידי אדם וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת אז דאס זאל נוגע זיין ער וויל נאר ארויסברענגען יעצט הלכות משיח און וויאזוי מ'שטעלט משיח אויף די חזקה. ס'קען אפשר אויך זיין אז די רמב"ם לערנט אז כאטש די שלש שבועות איז דא א מציאות פון א היתר פון שטעלן א מלך בישראל בארץ ישראל באופן וואס איז נישט מנוגד צו די שלש שבועות לויט ווי ער לערנט אריין פשט דערין. עכ"פ די רמב"ם ברענגט די שלש שבועות אויף הלכה למעשה אין איגרת תימן.

בכלל נישט עולה על הדעת? פארוואס???? ווייל ביסט אויפגעוואקסן מיט ויואל משה.... חוץ מזה זייט מסביר פארוואס איר פארדרייט פשטות דברי הרמבם.

בנוגע איגרת תימן, האסט עס געזעהן אינעווייניג אדער נאר אין ויואל משה? זייט מוחל לערנט דורך דעם בריוו וועט אייך גאר שווער ווערן ווי פונקטליך זעהט מען אין איגרת תימן אז יודישע קינדער טארן נישט ארויפגיין און זיך מאכן א מדינה. די רמבם שרייבט מען זאל נישט גיין מיט משיחי נצרות און איסלאם. (אגב, ער רעדט בכלל נישט להלכה נאר באופן מוסר).

איך קום נישט דא אריינגיין און זיך דינגען מיטן ויואל משה. האסט פשוט פראבירט צו שרייבן תמוואטע כאילו פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישן הלכה און אגדה, ועל זה דנתי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די אלע טעמעס זענען שוין אזויפיל מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אזש מ'קען קוים נישטערן ערגעץ און מ'וועט עס גלייך עס טרעפן.

רעד וועגן קלוטה כמה שהונחה דמיא, אדער שם משמעון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע טעמעס זענען שוין אזויפיל מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אזש מ'קען קוים נישטערן ערגעץ און מ'וועט עס גלייך עס טרעפן.

דא האט מען שוין אויסגעקייט די נושא און מ'איז געקומען צום מסקנא אז היינט האט אפילו דער ויואל משה שוין צוריקגעצויגן.

viewtopic.php?f=3&t=12829&hilit=%D7%90%D7%A0%D7%99+%D7%9E%D7%AA%D7%99%D7%A8+%D7%90%D7%AA+%D7%91%D7%A9%D7%A8%D7%9B%D7%9D
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

חסידישער_ספקן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:יא די רמב"ם לא היה למראה עיניו פון ויואל משה. אבער ס'נישט אזא קשיא ווייל די רמב"ם ריפט אן די מלך א מלך כשר צוליב'ן כופה זיין כלל ישראל לילך בדרך התורה ולחזק בדקה. די מלכי חשמונאים זענען אויך געווען צדיקים כאטש זייער מלוכה איז געווען לויט טייל נישט אויסגעהאלטן. עכ"פ די רמב"ם איז יעצט נישט יורד צו די גאנצע ענין פון גאולה בידי אדם וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת אז דאס זאל נוגע זיין ער וויל נאר ארויסברענגען יעצט הלכות משיח און וויאזוי מ'שטעלט משיח אויף די חזקה. ס'קען אפשר אויך זיין אז די רמב"ם לערנט אז כאטש די שלש שבועות איז דא א מציאות פון א היתר פון שטעלן א מלך בישראל בארץ ישראל באופן וואס איז נישט מנוגד צו די שלש שבועות לויט ווי ער לערנט אריין פשט דערין. עכ"פ די רמב"ם ברענגט די שלש שבועות אויף הלכה למעשה אין איגרת תימן.

בכלל נישט עולה על הדעת? פארוואס???? ווייל ביסט אויפגעוואקסן מיט ויואל משה.... חוץ מזה זייט מסביר פארוואס איר פארדרייט פשטות דברי הרמבם.

בנוגע איגרת תימן, האסט עס געזעהן אינעווייניג אדער נאר אין ויואל משה? זייט מוחל לערנט דורך דעם בריוו וועט אייך גאר שווער ווערן ווי פונקטליך זעהט מען אין איגרת תימן אז יודישע קינדער טארן נישט ארויפגיין און זיך מאכן א מדינה. די רמבם שרייבט מען זאל נישט גיין מיט משיחי נצרות און איסלאם. (אגב, ער רעדט בכלל נישט להלכה נאר באופן מוסר).

איך קום נישט דא אריינגיין און זיך דינגען מיטן ויואל משה. האסט פשוט פראבירט צו שרייבן תמוואטע כאילו פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישן הלכה און אגדה, ועל זה דנתי.

בכלל נישט עולה על הדעת צוליב די אומשטענדן פון גלות. קרייציגלער האבן געוואלט פארכאפן און אידן זענען סך הכל געווען קרבנות אינדערמיט.
איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט מיר חושד זיך צו מאכן תמ'עווטע ווי איידער אז איך האב אן אנדערע הבנה ווי דיר. אויב ס'צוליב דעם ווייל כאילו איך דארף זיין אן אנהענגער פון ויואל משה. בין איך דיר מגלה דעת אז איך איך פארשטיי בכלל נישט דעם דרך הלימוד פונעם בעל דבר"י.
דאס וואס איך פרעג וועגן אין למדין מן אגדה איז נישט צוליב תמווטע נאר ווייל אין די אחרונים איז דא מבוכה וואס דאס מיינט פונקטליך און מענטשן זענען זיך טועה אז די השקפה וואס ווערט ארויסגעלערנט אין אגדת התלמוד איז נישט מחייב,. אויב עפעס הייסט יא למדין מן אגדה איז עס אז דא ביי די שלש שבועות איז מען דאן אין הלכות שבועה לויט די דיני חושן משפט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כהאב יעצט דורכגעלערנט דעם אגרת תימן. אודה ולא אבוש אז איך זעה טאקע אז די רמב"ם נוצט די שלש שבועות אויף די מינימאלסטע פשט שייך. לויט אים איז די שלש שבועות א רוה"ק פון שלמה אז באחרית הימים וועלן אויפשטיין משיחי שקר און אויף דעם ארויף באשווערט מען אז מ'זאל נישט פארפירט ווערן.
איך פארשטיי נאר נישט די אויבנדערמאנטע רמב"ם וואס רעד פון משיח אז אויב געלונגט עס אים איז ער טאקע משיח און אז נישט איז ער נאר ממלכי ישראל הכשרים. ממ"נ זאגט ער אז ער איז משיח און ס'שטעלט זיך ארויס אז נישט דאן פארוואס איז ער א מלך כשר און נישט קיין משיח שקר, אלא מאי משיח אליין ווייסט אפילו נישט אז ער איז משיח ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נהורא נפישא האט געשריבן:אלא מאי משיח אליין ווייסט אפילו נישט אז ער איז משיח ?

אזוי האב איך געלערנט פשט. משיח איז נישט א געוויסע מענטש וואס אליהו הנביא שיקט אראפ פון הימל מיט א שטורעמווינט באגלייט מיט א כאפטע מלאכים מלחמה צו האלטן מיט די אנטי-קרייסט, ס'איז א כלליות'דיגע נבואה פון זכריה אז ס'גייט איין טאג אויפשטיין א קעניג פון מלכות בית דוד וואס וועט אייננעמען די וועלט, ווען ס'וועט טאקע געשעהן וועט מען קענען צוריקקוקן און זאגן אז דעם מענטש האט דער נביא געמיינט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

נהורא נפישא האט געשריבן:כהאב יעצט דורכגעלערנט דעם אגרת תימן. אודה ולא אבוש אז איך זעה טאקע אז די רמב"ם נוצט די שלש שבועות אויף די מינימאלסטע פשט שייך. לויט אים איז די שלש שבועות א רוה"ק פון שלמה אז באחרית הימים וועלן אויפשטיין משיחי שקר און אויף דעם ארויף באשווערט מען אז מ'זאל נישט פארפירט ווערן.
איך פארשטיי נאר נישט די אויבנדערמאנטע רמב"ם וואס רעד פון משיח אז אויב געלונגט עס אים איז ער טאקע משיח און אז נישט איז ער נאר ממלכי ישראל הכשרים. ממ"נ זאגט ער אז ער איז משיח און ס'שטעלט זיך ארויס אז נישט דאן פארוואס איז ער א מלך כשר און נישט קיין משיח שקר, אלא מאי משיח אליין ווייסט אפילו נישט אז ער איז משיח ?

ומעמידו על האמת איז פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם...

בנוגע דיין שאלה צו משיח ווייסט. עס איז נישט מוכרח אז די אמתע משיח ווייסט נישט. די רמבם רעדט צום פאלק, וויאזוי די פאלק זאל וויסען ווער איז משיח.
איי פרעגסטו וואס איז די מציאות פון די מלך כשר. די רמבם שרייבט נישט אז דער איש כשר האט אמאל גערעדט אדער געזאגגט אויף אז ער איז משיח. די רמבם איז מתאר א מענטש וואס טוט די אלע זאכן אן זיך דעקלערירן אחת משיח.
ווען די מדינה וואלט ווען אויפגעשטעלט געווארן דורך אן עטליכע יוד, דאס איז די תיאור פון די רמבם. נישט קיין משיח שקר.
פארשפארט