ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם. ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.
און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דו האלסט.. דער מענטש אויף וועם דו פארלאזט דיך האט דיר קלאר געוויזן וואס ער פארשטייט.. נעמליך, צו האבן די גרעסטע טויט ראטע אין גאנצן לאנד (און מען קען עס ציען צו זיינע פאליסיס), יעצט פארוואס פונקטליך האלסטו אז איך דארף "בכלל" הערן וואס "ער" האט צוזאגן? אדרבה, אז ס'וועלן קומען מומחים לדבר און זאגן א מיינונג וועט זיין פון וואס צו רעדן.
טאמער דו פארשטייסט נישט די מושג פון איינער וואס האט אחריות פאר די ציבור און ממילא טראכט ער אריין אין די זאך ברייטער ווי סתם מעכיל אין די צווייטע בור, דארף מען אנהויבן דארט. איך האף אז נישט דאס איז די פראבלעם.
טאמער דו פארשטייסט נישט די מושג אז מומחיות מיינט גריבלן ווייטער ווי די פשטות און נישט סתם נעמן ציפערן און נומערן און ווארפן אין די לופט, דארף מען דארט אנהויבן. איך האף אז נישט דאס איז די פראבלעם.
די העכסטע טויט ראטע מיינט וואס? איך האב ערשט געוויזן אז די פשוט'ע טענה פון דעי קעמפס מיט סליפ עוועי קעמפס איז געווען גארנישט מיט נישט. קענסט נישט מקיש זיין פון דעם אז 'פשוט'ע טענות' זענען גארנישט אזוי פשוט? מ'קען ענטפערן די טענה אויך, אבער די יסוד איז וואס מ'לערנט אפ פון די תירוץ, אז קאמפליצירטע זאכן ווערן נישט ערלעדיגט מיט לאזונגן און sound bytes.
יא, Donald Jessica Trump טראגט אן אחריות פאר'ן כלל, און ער וואלט געמעגט טון זיין דזשאב. אבער א טוויט איז נישט זיין דזשאב און ער טענה'ט ניטאמאל אז ער האט געטון די דזשאב, פארוואס זאל איינער אים נאכגיין. און טאקע די סבה פארוואס ער רעדט אזעלכע שטותים איז (קודם, ווייל דאס ווייסט ער, מער ווי דעם ווייסט ער נישט) ווייל יעדער ווייסט אז זיין ווארט מיינט גארנישט, עס איז דא א CDC פאר דעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רבי ליטוואק, כ'האב א "חשש" אז דו ביסט נישט אנעסט מיט דיך אליין.. פארגעס א מינוט פון קאראונע, דו פארלאזט דיך אויף "עני" "פאליסי" פון טראמפ מיט פארמאכטע אויגן?
איך האלט אים פאר א טערריבל פרעזידענט און עס איז א מצוה צו גיין וואוטן קעגן אים. אפילו ווען דער באבובער רבי אליינס לויפט קעגן אים, וואלט געווען א מצוה צו וואוטן פאר אים אנטקעגן טראמפ.
אבער ווען עס קומט למעשה איז נאר איין פאליסי אין לאנד, נישט צוויי. און למעשה מוז מען לאזן די פסקים וואס זענען נוגע די רבים צו די וואס פארטרעטן דער רבים. גראדע שטייט ער מיר נישט אין וועג, עס איז דא ווייניג זאכן וואס ער קען מיר אנרירן. אבער למעשה איז עס אזוי.
עס איז ביי מיר איין גרויסע לשיטתיה. די קנאים אין א"י רעגן מיר אויף פאר די זעלבע סבה. זיי קומען נישט מיט א נייעם פלאן, זיי האלטן נישט ביים נעמן אחריות פאר זייער מעשים, און ממילא דארף מען נאכגיין דער וואס נעמט יא אחריות, און פארצופאל איז דאס געווען הרב שטיינמן. נישט ווייל שכינה מדברת מתוך גרונו, און נישט ווייל די חברי כנסת זענען אזעלכע צדיקים, נאר ווייל קיין צווייטן איז נישט דא. אין לעיקוואד קומען כל מיני מענטשן ליארמען קעגן די פירערשאפט, און איך בין מסכים מיט אסאך פון זייער טענות, אבער למעשה טו איך גארנישט, און דאס איז פאר די סבה, ווייל דער יחיד האט נישט וואס אריין צו רעדן אין ציבור זאכן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האלט אים פאר א טערריבל פרעזידענט און עס איז א מצוה צו גיין וואוטן קעגן אים. אפילו ווען דער באבובער רבי אליינס לויפט קעגן אים, וואלט געווען א מצוה צו וואוטן פאר אים אנטקעגן טראמפ.
אבער ווען עס קומט למעשה איז נאר איין פאליסי אין לאנד, נישט צוויי. און למעשה מוז מען לאזן די פסקים וואס זענען נוגע די רבים צו די וואס פארטרעטן דער רבים. גראדע שטייט ער מיר נישט אין וועג, עס איז דא ווייניג זאכן וואס ער קען מיר אנרירן. אבער למעשה איז עס אזוי.
עס איז ביי מיר איין גרויסע לשיטתיה. די קנאים אין א"י רעגן מיר אויף פאר די זעלבע סבה. זיי קומען נישט מיט א נייעם פלאן, זיי האלטן נישט ביים נעמן אחריות פאר זייער מעשים, און ממילא דארף מען נאכגיין דער וואס נעמט יא אחריות, און פארצופאל איז דאס געווען הרב שטיינמן. נישט ווייל שכינה מדברת מתוך גרונו, און נישט ווייל די חברי כנסת זענען אזעלכע צדיקים, נאר ווייל קיין צווייטן איז נישט דא. אין לעיקוואד קומען כל מיני מענטשן ליארמען קעגן די פירערשאפט, און איך בין מסכים מיט אסאך פון זייער טענות, אבער למעשה טו איך גארנישט, און דאס איז פאר די סבה, ווייל דער יחיד האט נישט וואס אריין צו רעדן אין ציבור זאכן.
וואס איז זייער פלאן, יא מען האט עפפרווט דעי קעמפ'ס, אבער האט איר גענומען די מי און דורך געליינט די שאנדפולע גיידליינס וואס דער פאריקטער גאווערנער לייגט פאר, און קארצן אז עס איז פשוט נישט מעגלעך צי האבן קיין דעי קעמפ'ס אויך נישט, שעם אויף די עסקנים וואס האבן דאס אקצעפטירט.
בלייבט איבער איין איינציגער געלינגענער וועג וואס האט געהאט די גינסטיגסטע ריזאלטאטן אינעם יאר 2020, אנפייפן און נעמען די טאקטיקן פון אינזערע וועג ווייזער די שווארצע און טון ס'ריכטיגע שריט און יעבור עלינו מה שיעבור, מיר וועלן זיך סוף כל סוף אן עצה געבען, יעצט איז נישט גארנישט נעגאשעבל, נאר פראטעסטירן, פארשעימען, קלאגן אין געריכט, איבערדרייען, און די זעלבע צייט עפענען אלע קעמפ'ס געהעריג, אפילו אן קיין שום פראגראמען. און צייגען שטארקייט אז מען קען נישט טון מיט אינז וואס עס פאלט איין, מאכן א קידוש השם אז מיר שטייען פאר תורה ומצוות, נישט פאר די פאר טולער וואס די מוסדות באקומען אויף אינזער חשבון.
עס איז נישט איבערציטראגן דאס רשעות ווען איך הער די וואויס נאוט פון UTA און אנדערע מנהלים אז מען זאל חלילה נישט פראטעסטירן, דאס בלוט קומט מיר אין קאפ אריין, און שיעור נישט צושאסן מיין כלי, שעם אויף אלע וואס לאזען אינזערע קינדער שטינקען, איר מיינט אז קינדער פארשטייען נישט, זיי זעיען אז די שילן זענען געווען אפען איידער די תלמוד תורה'ת, זיי כאפן פיין ווי אימבאלימפערט די עסקנים זענען.
רבותי די שיף פון דיל'ס מיטן טייוול איז שוין פארביי, נאר געבליבן די עצה פון מלחמה און פראטעסטן וואס ווי אלע זעיען ארבייט עס גאר פיין.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם. ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.
און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דו האלסט.. דער מענטש אויף וועם דו פארלאזט דיך האט דיר קלאר געוויזן וואס ער פארשטייט.. נעמליך, צו האבן די גרעסטע טויט ראטע אין גאנצן לאנד (און מען קען עס ציען צו זיינע פאליסיס), יעצט פארוואס פונקטליך האלסטו אז איך דארף "בכלל" הערן וואס "ער" האט צוזאגן? אדרבה, אז ס'וועלן קומען מומחים לדבר און זאגן א מיינונג וועט זיין פון וואס צו רעדן.
איך מיין ליטוואק זאגט גאנץ א פיינע פוינט.
דער וואס שטייט אלס די ׳דעזישען מעיקער׳ וועט אייביג האבן מלא טענות פון מענטשן ואס האלטן אנדערש.
ווען דו גייסט זיין גאווערנער, וועסטו קענען טוהן אנדערש. (איך זאג עס נאר אלס מליצה, איך גלייב אז ווען דו וועסט זיין גאווענער און דו וואלסט געזיצן מיט די עקספערטן און העלט דעפארטמענט און דורכגעטוהן די נושא נארמאל, און נישט אזויווי אין מקוה, וואלסטו געטוהן מסתם די זעלבע ווי קאומא)
דאס וואס דו לייגסט ארויף די העכערע טויט ראטע אויף קאומאס פאליסי איז נאנסענס.
עס איז דא אסאך פאקטארן אין ניו יארק אנדערש פון די אנדערע סטעיטס ואס האט צוגעברענגט א שטארקערע פארשפרייטונג.
מען וואוינט צוקוועטשט. זייער אסאך מענטשן אין איין בנין. פון די גרעסטע טוריזם פלעצער אין די וועלט, וואס דאס אליינס האט מסתמא פארשפרייט די וויירוס דא אויף א היסטארישע פארנעם. אן א צאל מענטשן וואס זענען אריינגעקומען צו ניו יארק סיטי פון אנדערע לענדער האבן אהערגעברענגט די וויירוס.

איך דיסעגרי גאר שטארק מיט ליטוואק'ס מהלך, כ'האב נאר געשריבן אז איך פארשטיי פון ווי ער קומט. איך בין פון די כח היחיד חסידים.. יא, די זעלבע סיבה וואס שטופט מיר אפלאזן אונזערע "מנהיגים" און טוהן וואס איז גוט פאר מיר, די זעלבע מחשבות דריקן מיר ווען איך זעה וויאזוי אונזערע פאליטישאנס פירן זיך אויף, און די וועג וויאזוי געזעצן ווערן געמאכט (דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו געזעצן ווערן געמאכט מיט א אמת ובכובד ראש... ליגסט לכאורה נישט אין פאליטיק.. ווייל דאן וואלסטו געזעהן אז די זעלבע געזעץ וואס איז נעכטן הייליג ווערט איבערנאכט טריפה ווען פאליטיק שפילט אנדערש).
בנוגע גאווערנאר קאומא: איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין קיין שקליא וטריא דערויף, כ'וועל נאר זאגן אז איך בין איבערצייגט אז ווען ניו יארק זאל ווערן געפירט ביי א רעפוליקאנער וואלסטו (צוליב די מידיע נעראטיוו) געהאלטן אנדערש (ווייל די מידיע וואלט טאג און נאכט געהאמערט אויף די "צוריק שיקן צום אלטעס היים" פאליסי, "נישט אריינלאזן קרובים" פאליסי, פאבליק טראנספארטאציע פאליסיס ועוד).
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז מיר איינגעפאלן א היימישע משל צו מיין ווערטער אין מיטן שבת.
בני יואל זענען עפ"י רוב גערעכט מיט זייער טענות, אבער ווילסט דען זיין א בני יואל?
"מיר" זענען די גאווערנמענט, פארגעס פון מומחים... די מומחים ווערן גערופן צו בארעכטיגן פאליטיש אויסגעהאלטענע מהלכים, די רגע וואס פאליטיק לוינט אנדערש "זאגן די מומחים" אנדערש.
ווען ס'זאל זיין גענוג פאליטישע דרוק צו עפענען Sleep over camps וואלטן די מומחים אויפגעקומען מיט מהלכים וואס וועט עס גאר מאכן זיכערער..
אגב, בני יואל איז גארנישט מחדש בנוגע זיך פארלאזן אדער נישט פארלאזן אויף מנהיגים, זיי האלטן נאר נישט פון די נייע..
בני יואל וואלטן זיך קיינמאל נישט אונטערגעווארפן קיינעם.
איך פארשטיי די כח היחיד מהלך, אבער נאר לגבי ענייני היחיד, נישט לגבי ענייני הרבים. זאל דער רבים מיר נישט איינטיילן וועלכע קליידער איך און מיין ווייב מעגן גיין, און נישט וועלכע פאון איך מעג האבן אין טאש. זיי זאלן מיר נישט איינטיילן וועלכע דף גמרא איך דארף לערנען און נישט וואס מיין קינדער זאלן ליינן. דער רבים מוז אבער יא באזארגן מוסדות פאר די רבים, און נישט דער יחיד. דער רבים מוז צושטעלן מקוואות און שולן וכדו', און ממילא מוזן די זאכן בלייבן אין די הענט פון די רבים
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
היכי דמי האט געשריבן:עס איז דא אסאך פאקטארן אין ניו יארק אנדערש פון די אנדערע סטעיטס ואס האט צוגעברענגט א שטארקערע פארשפרייטונג.
מען וואוינט צוקוועטשט. זייער אסאך מענטשן אין איין בנין. פון די גרעסטע טוריזם פלעצער אין די וועלט, וואס דאס אליינס האט מסתמא פארשפרייט די וויירוס דא אויף א היסטארישע פארנעם. אן א צאל מענטשן וואס זענען אריינגעקומען צו ניו יארק סיטי פון אנדערע לענדער האבן אהערגעברענגט די וויירוס.
דעס איז אלעס גוטע תירוצים אויף זיך ארויסצודרייען. די פאקט איז אז א שיינע מערהייט פון די טויטפעלער האבן פאסירט אין אלטע-היימען און נאר א דאנק קאומאו' מאנדאט וואס האט געצווינגען אט די היימען אנבאדינגט אריינצוברענגן אהין די מחלה. ס'איז נישט קיין סוד אז אין די לעצטע יארן איז קאומאו שטארק אקטיוו אין צונעמען געזונט און לעבן פון די עלטערע קלאס כדי צו קענען דעקן זיינע ליבעראלע העלטה פאליסיס ווי למשל טרענסגענדער אפעראציעס און העלטה-קעיר פאר אילעגאלע בירגער... די מאנדאט האט איהם איינגעשפארט שווערע בּיליאנען אויף די יערליכע באדזשעט. יא אזא פנים האט עס ווען די רעגירונג איז פאראנטווארטליכט אויף אייער געזונט.
אט די אלע אויבן דערמאנטע טויטע האבן גארנישט צו טוהן מיט וואס פארא מין דעמאגראפיע ניו יארק איז געוואונטשן מיט. ס'האט אך ורק צוטוהן מיט קאומאו'ס בייזוויליגע רציחות'דיגע אימפלימענטאציע.