אידענטיטי פאליטיק ראטעוועט חרדישע יידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

אידענטיטי פאליטיק ראטעוועט חרדישע יידישקייט

שליחה דורך mevakesh »

לעצטנס קום איך מער צו דער הכרה אז פרעזידענט טראמפ איז משיח ער ראטעוועט אפ יידישקייט!
איהר מיינט אוודאי אז איך באציא מיר צו זיין אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל אבער ניין איך רעד נישט פון דעם און אויך נישט פון זיין שטיצע פאר אנעקסירן די שטחים
מיינט איהר אוודאי וועגן ער האט באפקייט ריבאשקין און ער האט דוירעכגעפיהרט דעם היסטארישען פריזען ריפארם ? ניין איך מיין דאס אויך נישט
טראמפ ראטעוועט די אמעריקאנע חרדישע יידישקייט פון אינטערגאנג! און איך בין אינגאנצען ערענסט מיט דעם
אסאך פון אונז היימישע מילעניאלס ווי מען רופט אונזער דור, האבן די לעצטע צען יאר געשפירט אז עס קומט א טויש אינעם חרדישן סיסטעם ווי מען רופט עס
די רבנים פארלירן טאטש מיט ריאליטי זיי זענען פארנומען מיט שמאלע געפאסטע קליידער און זיך ארום שלאגן צו מען זאל לאזן דעם פלומעניק זיך רופן דעם זעלבען נאמען אדער זאל ער זיך גאר צולייבען געוויסע נומערן צום סוף וכדומה
לעצטנס האט זיך אויך געטוהן איבער דעם חרם און איסור וואס פיהלע רבנים זענען ארויסגעקומען קעגן הרב שמואל ניימאן און דער המון האט נישט אויפגענומען דעם איסור צו גוט און האט אין א וועג רעוואלטירט אנטקעגן דעם
די ווענט פון קעווע שטיבעל זענען אנגעפיהלט מיט כל מיני טענות און סברות אז דער מצב קען נישט ווייטער אזוי אהנגיין און א טויש אינעם געזעלשאפט איז אומפארמיידבאר
לכאורה איז אונזער חרדישע לעבנסשטייגער אין א סכנה פון צופאלן
אבער דא קומט אריין פרעזידענט טראמפ
טראמפ איז ווי באוואוסט גאר א גוטער מארקעטער. ער קען פארקויפן דוירעכגעפאלענע ברענדס ווי כאילו מען שארט גאלד ,ער פארשטייט גאר גוט ווי אזוי מען מארקעט און פארשפרייט פראדוקטן אדער איידיעס. ער האט אינדעטיפיצירסט אז עס אעז דא א קולטור מלחמה און מען דארף דאס אויפפלאקערן אויפן העכסטן פארנעם אזוי וועט יעדער מוזן נעמען א זייט
אלע יארן פלעגט זיין א געוויסע פראצענט צענטעריסטן אבער אויב עס איז דא א מלחמה איז נישטא אזא זאך ווי נייטראל יעדער מוז נעמען א זייט!
אפילו מענטשן וואס זענען ביז צוויי דריי יאר צוריק געווען סימפאטיש צו געוויסע איידעען אויף די אנדערע זייט פון פאליטישע מאפע מוזן יעצט אויסקלויבען א זייט הלנו אתה או לצרינו געהערט איהר צו די נארמאלע מענטשען וואס האלטן אז מען מאכט אונז משוגע מיט פאליטיקעל קאררעקטנעס און פארדארבענע ווירדן אדער געהערט איהר צו די נארמאלע וואס האלטן מיט סייענס און בויען א בעסערע סאסייעטי
יעדער מוז האלטן אז זיין וועג איז נארמאל און דער אנדערע איז משוגע פארדארבן (פיהלט אריין לויט אייערע פאליטישע אנטשויענגוען)
דער קולטור מלחמה וואס מיר האלטן מיט היינטיגע טעג איז נישט נאר געבליבען ביי אלגעמיינע פאליטיק עס קלאפט אויס אין יעדע געמיינדע אין אמעריקע און אפילו איבער די וועלט
ביי אונזער עולם איז ווי דערמאנט די לעצטע יארן געווען א שטארקע עסעניש קעגן די וועג ווי אזוי אונז אפערירן און מען האט אפילו אין שוהל געקענט מיטהאלטן גאר שטארקע וויכוחים איבער די טעמעס ווי צום ביישפיעל פארבעסערן לימודי חול וכדומה
אבער יעצט מיטן קולטור מלחמה וואס רוב רובו פונעם היימישער עולם האט זיך שטארק געשטעלט אויפן רעכטן זייט און אין געוויסע וועג איז היינט מער טאבו צו זיין א לינקער ווי א כופר אין שוהל קען מען מער נישט האבן טענות אויף סאסייעטי ווי אמאל. ווייל אונזער זייט פארלאנגט שטארקייט און סטרוקטור אפילו אויב עס מאכט ווייטאג פאר יחידים איז דאס נאכאלץ בעסער ווי די אנארכיע וואס ליבעראליזם קען ברענגען מיט זיך
נאך מער מען דארף דאס אפילו נישט ראציאנאליזירם דאס האט שוין מיט אידענטיטי
אויב איך אידענטיפיציר מיר מיט טענות אויף דעם געזעלשאפט איז ווי איך רייס ארונטער מיין אייגענע אידענטיטעט! און מיר זענען אינמיטן א מלחמה און אראפרייסן די אייגענע אידענטיטעט איז פארראט!
מען קען זאגן אז דער קולטור מלחמה האט צוריק אויפגעוועקט ביי אסאך יונגעלייט וואס האבן זיך שוואך אידענטיפיצירט מיט חרדישן יידישקייט די געפיהל פון אידענטיטעט מיטן רעכטן לאגער און דער חרדישע אידענטיטעט האט זיך מיטגעכאפט צוזאמעם מיט דעם
אלזא קען מען זאגן אז פרעזידענט טראמפ האט באמת געראטעוועט די חרדישן געזעלשאפט פון זיך שפאלטן
באמת איז דאס נישט נאר טראמפ דאס איז א אלגעמיינע אויפוואכונג איבער די גאנצע וועלט און אין מדינת ישראל גייט פאר די זעלבע מיט ביבי און עס האט די זעלבע אפעקט ווי דא
די רעאליזאציע איז אינספירירט געווארן פון אלי ביתאןס טוויט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום mevakesh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

זייער אן אריגענעלער געדאנק, און היבש א טיפע בליק. אבער, ווי די שרייבסט בתוך הדברים איז דאס בלויז אן איידענטיטי, נישט די אינענווענדיגע געפול און די אמת'ע גליסטעניש פון הארץ און מח.

אודאי האלט איידענטיטי די מענטש אין א ליניע, און אן איידענטיטי קען די אידיאלאגיע בלייבן אויף פאפיר. אבער אויב ס'נאר אן איידענטיטי, פעלט דאך נאר אויס נאך איין פרשת שמואל ניימאן וכדו', און צירוק צום אמת, וטראמפ וביבי כבודם (?) במקומם מונח.

ילמדנו רבינו...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

פארוואס נאר משיח? איך בין מאמין באמונה שלמה אז ער איז גאט אליין!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צפור בודד האט געשריבן:פארוואס נאר משיח? איך בין מאמין באמונה שלמה אז ער איז גאט אליין!


אויב כ'געדענק גוט איז אבאמא געווען די messiah.

זעהט אויס ס'נאך נישט געווען די ריכטיגע צייט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך חסידישער_ספקן »

וואלווי האט געשריבן:זייער אן אריגענעלער געדאנק, און היבש א טיפע בליק. אבער, ווי די שרייבסט בתוך הדברים איז דאס בלויז אן איידענטיטי, נישט די אינענווענדיגע געפול און די אמת'ע גליסטעניש פון הארץ און מח.

אודאי האלט איידענטיטי די מענטש אין א ליניע, און אן איידענטיטי קען די אידיאלאגיע בלייבן אויף פאפיר. אבער אויב ס'נאר אן איידענטיטי, פעלט דאך נאר אויס נאך איין פרשת שמואל ניימאן וכדו', און צירוק צום אמת, וטראמפ וביבי כבודם (?) במקומם מונח.

ילמדנו רבינו...

Identity politics רייט גאר שטארק אויף די הארץ..... עס איז אסאך שטערקער ווי policy.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

טראמפ איז משיח!

שליחה דורך מי אני »

פארשטיי מיר שוין אביסל בעסער וואס זי זאגט... :D
IMG_6998.jpg


״כח טראמפ״ איז גראדע גימטריא ״משיח״...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חסידישער_ספקן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:זייער אן אריגענעלער געדאנק, און היבש א טיפע בליק. אבער, ווי די שרייבסט בתוך הדברים איז דאס בלויז אן איידענטיטי, נישט די אינענווענדיגע געפול און די אמת'ע גליסטעניש פון הארץ און מח.

אודאי האלט איידענטיטי די מענטש אין א ליניע, און אן איידענטיטי קען די אידיאלאגיע בלייבן אויף פאפיר. אבער אויב ס'נאר אן איידענטיטי, פעלט דאך נאר אויס נאך איין פרשת שמואל ניימאן וכדו', און צירוק צום אמת, וטראמפ וביבי כבודם (?) במקומם מונח.

ילמדנו רבינו...

Identity politics רייט גאר שטארק אויף די הארץ..... עס איז אסאך שטערקער ווי policy.


אמת, אבער דעמאלטס איז עס נאר איידענטיטי "פאליטיקס".

ביי מענטשען וואס זענען פאליטיש אינקליינד, ביסטו טאקע גערעכט. אבער ביי מענטשען וואס זייער געפול אדער אידיאלאגיע איז זייער קאנוויקשאן, האלט די פאליטיקל איידענטיטי, אדער קאמיונעל מעמבערשיפ, פון תענית אסתר ביז פורים, און מ'קען גארנישט בויען אויף דעם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

דו זאגסט גוט, אידענטיטעט פאליטיקס שפילט א גרויסע ראלע אין אונזער געזעלשאפט, פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס איז אזוי שווער צו האבן אן אינטעלעקטואל שמועס מיט סתם א מענטש, רוב מענטשן וועלן גלייך גיין צו די זייט וואו זיי אידענטיפעצירן זיך, און וועלן זיך טרעפן סטאק דארט.

דאס וואס דו געבט קרעדיט פאר טראמפ דערויף, בין איך נישט אינגאנצן מסכים, איך זע טראמפ ווי נאך איינער אין די לאנגע קייט. ווען מען קוקט אויף די מצב פאר טראמפ, זעט מען אז עס רוקט זיך מער און מער צו די זייט פאר א לענגערע תקופה. טראמפ איז א רעזולטאט פון די טרויעריגע מצב, ער איז נישט די גרינדער דערפון.


איך וויל אבער דאך זען עפעס גוטס אין די מצב, די חיזוק וואס עס קען זיין איז אזוי. וויבאלד מענטשן פילן נישט קיין סיפוק אין די גאנצע שפיל, איז דא א מקום פאר א נייע תנועה. אויב זאל זיך אנהייבן עפעס מיט א פנימיות, עפעס וואס איז ווערט צו פייטן דערויף, עפעס וואס קען טראגן די מענטשהייט צו א בעסערע פלאץ, קען זיך עס צושפרייטן ווי א ווילדע פייער. ונזכה ונחי'.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

וואלווי האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:פארוואס נאר משיח? איך בין מאמין באמונה שלמה אז ער איז גאט אליין!


אויב כ'געדענק גוט איז אבאמא געווען די messiah.

זעהט אויס ס'נאך נישט געווען די ריכטיגע צייט...

אבאמא איז געווען משיח בן יוסף וועלכע איז נעבעך געפאלן אויפן פראנט, טראמפ איז משיח בן דוד.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דו זאגסט גוט, אידענטיטעט פאליטיקס שפילט א גרויסע ראלע אין אונזער געזעלשאפט, פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס איז אזוי שווער צו האבן אן אינטעלעקטואל שמועס מיט סתם א מענטש, רוב מענטשן וועלן גלייך גיין צו די זייט וואו זיי אידענטיפעצירן זיך, און וועלן זיך טרעפן סטאק דארט.

דאס וואס דו געבט קרעדיט פאר טראמפ דערויף, בין איך נישט אינגאנצן מסכים, איך זע טראמפ ווי נאך איינער אין די לאנגע קייט. ווען מען קוקט אויף די מצב פאר טראמפ, זעט מען אז עס רוקט זיך מער און מער צו די זייט פאר א לענגערע תקופה. טראמפ איז א רעזולטאט פון די טרויעריגע מצב, ער איז נישט די גרינדער דערפון.


איך וויל אבער דאך זען עפעס גוטס אין די מצב, די חיזוק וואס עס קען זיין איז אזוי. וויבאלד מענטשן פילן נישט קיין סיפוק אין די גאנצע שפיל, איז דא א מקום פאר א נייע תנועה. אויב זאל זיך אנהייבן עפעס מיט א פנימיות, עפעס וואס איז ווערט צו פייטן דערויף, עפעס וואס קען טראגן די מענטשהייט צו א בעסערע פלאץ, קען זיך עס צושפרייטן ווי א ווילדע פייער. ונזכה ונחי'.

גערעכט עס איז לאו דוקא טראמפ ער איז נאר איינע פון די שפילער אבער אידענטיטי פאליטיקס איז גרעסער פון איהם אזוי ווי איך האב געברענגט פון מדינת ישראל און ביבי
איך האב טאקע געטוישט די קעפל פונעם אשכול ווייל ער איז נישט באמת די טעמע פונעם אשכול
לגבי דיין האפעניג אז עס וועט ברענגען גוטס בין איך גאנץ סקעפטיש אבער הלוואי בין איך wrong
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

זייער אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע, א מענטש האט די פרימיטיווע באדערפעניש צו זיך איידענטיפייען מיט עפעס.

ווען פאליטיק ווערט פארוואנדלט אין א מלחמה וואס יעדער מוז נעמען א צד, געווענליך וועט א מענטש נוטה זיין צו זיך מער אידענטיפיצירן מיט זיין מחנה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: אידענטיטי פאליטיק ראטעוועט חרדישע יידישקייט

שליחה דורך מי אני »

אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז א חלק פון וואס די שטודיע ווייזט אויף איז אז ווען ס׳איז דא מער פון א פּארטיי פּאלאריזעישאן, אז יעדער שטעקט אויס שטערקער זיין אידעאלאגישע פאליטישע פאזיציע צו איין זייט, איז דעמאלטס דא א שטערקערע ״אינקאָמבּענסי עדווענטעדזש״ פאר׳ן קאנדידאט וואס איז שוין אין אמט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מי אני האט געשריבן:אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז א חלק פון וואס די שטודיע ווייזט אויף איז אז ווען ס׳איז דא מער פון א פּארטיי פּאלאריזעישאן, אז יעדער שטעקט אויס שטערקער זיין אידעאלאגישע פאליטישע פאזיציע צו איין זייט, איז דעמאלטס דא א שטערקערע ״אינקאָמבּענסי עדווענטעדזש״ פאר׳ן קאנדידאט וואס איז שוין אין אמט.


קומט אויס אז ס'דא אן אפעסיט ענגל דא. נישט אז די מאסן פארדינען פון טראמפס גורם זיין פאלאריזעישאן, נאר טראמפ פארדינט פון די קארענט אפעירס פאליטיקס, וואס ווארעמט אן זיין פאליטיקעל פייער.

לכאורה גייט עס ביידע וועגען. אבער איז שייך צו זאגן וואס איז ערשט?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט