דער בוך סאבאטא

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

דער בוך סאבאטא

שליחה דורך yerushalmi »

נארוואס גומר געווען דעם בוך סאבאטא א בוך אויף אידיש די געשיכטע פון א איד וואס איז געווען 20 יאר און די לאגערן אין רוסלאנד עס איז מורא'דיג די מסי"נ פון דעם איד נאכנישט געזעהן באשריבן א לעבענס געשיכטע אזוי ציענד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך געדענק איך האב עס געליינט נאנט צו דרייסיג יאר צוריק. וואס איז דער עכטע נאמען פון דער העלד פון דער געשיכטע?

אגב, וועל איך צוגעבען אז אח"ד הי"ד (הרב אלחנן חיים דוד מאראזאוו) האט געזאגט, "איין יאר אין לאגער איז א מצוה, צוויי יאר איז א הידור. דריי יאר איז שוין יוהרא"
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך געדענק איך האב עס געליינט נאנט צו דרייסיג יאר צוריק. וואס איז דער עכטע נאמען פון דער העלד פון דער געשיכטע?


ר' אליעזר ננס ז"ל
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%A0%D7%A1
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער בוך ברענגט מער נאסטאלגישע זכרונות פין אמאהל, קארצער, מצות פין פאריאר, א איד וואס מען האט גערופען "עמך", איבערלאזנדיג דער טלית ותפילין אויף דער טיש, ווי אזוי זיין ווייב איז אים איינמאל געקומען באזוכן אין סיביר,
בדרך כלל איז עכט א פלא ווי אזוי איינער קען געדענקען אזויפיל פרטים פון צוואציג יאר צרות. מענטשן געדענקט נישט פין א יאר צוריק וואס ער געדענקט פין צוואנציג יאר צוריק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

זיי נרענגען אין הקדמה אז די צווייטע האלב בוך האט מען געטראפען ביי אים אין ארכיון אבער וויי אזוי עס זאל נאר זיין איז עס עפעס ממש מורא'דיג די עולם היינט ווייסט נאר מער ווייניגער פון די צרות ביים שואה פון די נצי'ס ימ"ש פון די סאוויעטען איז נישט אזוי באקאנט ביים יוגענט
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

דער אָריגינאַלער אידישער בוך איז עוועילעבל אָנלײַן דאָ. ווייס איינער צי דער נײַער דרוק איז דעם מחבר'ס אָריגינאַלן לשון? (טאָמער מ'האָט עס איבערגעאַרבעט לוינט זיך מיר ניט צו קויפן).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך געדענק אז מ'האט אים אמאל באשריבן ערגעץ, אפשר אין משפחה, און מ'האט געשריבן אז עס האט אים גענומן צייט צוריק צו קומען צו זיך נפשיות'דיג נאכ'ן ווערן באפרייט. אפשר א יאר צייט. גאר א וויכטיגע נקודה.

איך האב עס געליינט אלס אינגען אויף ענגליש. עס איז שוין דעמאלס נישט געווען קיין נייע בוך.

וואס איז געווען נאכ'ן באפרייט ווערן? ער איז געגאנגן קיין אמעריקא? וואס האט ער געטון נאך דעם? ער איז געווען אן ארטיקל אין ליובאוויטש?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

ער האָט געוואוינט אין ארץ ישראל, געווען באַקאַנט, אָבער קיינמאָל ניט געוואָרן קיין גרויסער „יאַטשעבעדאַם”. אויף ווי ווײַט איך ווייס, איז אויך זײַן מסירות נפש אין רוסלאַנד באַשטאַנען מער פון זײַן עקשנות אויף קיום המצוות אין לאַגער און ווייניקער אין עסקנות הכלל.

(אגב, דער ר״ת מיט וועלכע ר' חאָניע מאַראָזאָוו איז באַקאַנט איז אד״ם)
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

סאבאטא איז א בוך וואן אף עי קיינד!

קיינמאל בעפאר נישט געליינט אזוי קלאר געשילדערט די בארבארישע פיינונגען אין די פארפרוירענע סיבירישע לאגערן
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס וויל ער דא? מונדשיין ווייל זאגן אז די בוך איז פאנטאזירט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

איך האב יארן צוריק געליינט דאס ביך און זיין שטארקייט און מסירות נפש איז באמת מוראדיג
איין זאך האט מיר זייער געוואונדערט , ער באשרייבט א תקופה פון 20 יאר אין סיביר לאחר המעשה מיט פרטי פרטים כאילו עס איז נעכטן געשעהן און דאס איז גאר אינטערעסאנט ווייל איך קען נישט אזוי דערציילן אפילו עפעס וואס איז געשעהן לעצטע וואך
אדער האט ער געהאט אן אויסטערלישע זכרון אדער האט ער אראפגעשריבן בשעת מעשה אדער האט ער פארשענערט אזוי ווי דער ריי"ץ
די ערשטע צוויי איז נישט מסתבר און די דריטע וויל איך נישט זאגן
נאכן שרייבן זעה איך אז יהושע מונדשיין וואס ליטוואק ברענגט שרייבט ממש דאס
דאס נעמט גארנישט אוועק פון רבי לייזערס מסירות נפש פארשטייט זיך
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פשוט וברור ביותר אז קיינער קען נישט געדענקן אזוינע פרטי פרטים נאך יארן לאנג פון לעבן אין טעגליכן שאטן פונעם טויט. אבער די רוח הדברים ובעיקר וואס מיר קענען און דארפן זיך אפלערנן דערפון איז קאי וקיים.

טאקע דערפאר איז ביי די גאנצע וועלט (חוץ פון חב''ד כמובן) אנגענומען דעם רייצ'ס זכרונות אלס א שיינע נאוועלע וואס איז געבויט אויפן מציאות, קיינער גלייבט נישט אז יעדע קליינע פרט איז ווירקליך אזוי פארגעקומען אזוי ווי ער שרייבט דאס.

ווידער ר' יהושע מונדשיין ע''ה איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין סופער-רעאליסטישע צוגאנג צי די אלע חבד'סקע מעשיות. פאר ווער עס האט נאכנישט געליינט זיין סדרה 'סיפורים וגלגוליהם' וואלט איך עס העכסט רעקאמאנדירט. בחייו איז געווען א אפענע סוד אז ער האט פונקט אזוי געהאלטן פונעם רייצ'ס זכרונות ודמיונות (ולמעלה בקודש) אבער האט זיך דאך נישט געוואגט מטפל צו זיין מיט זייערע רבישע מעשיות ,עכ''פ ברבים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס וויל ער דא? מונדשיין ווייל זאגן אז די בוך איז פאנטאזירט?

איך זוך שוין עטליכע טעג און איך האָב ניט געטראָפן, נאָר עס געדענקט זיך מיר אַז דער רבי האָט עם געשריבן אַמאָל אַז ער זאָל משמיט זײן פון די זכרונות תיאורים פון אכזריות פון דער נקװ״ד וואָס קאָנען אַרויסרופן אַ תמיהה באַ די לייענער, צי דאָס מיינט אַז דער רבי זעלבסט האָט עס ניט געגלייבט – ווייס איך ניט. אויך געדענקט זיך מיר, אַז אַפּאָר פון די תיאורים זײנע פון דער גרויל וואָס ער האָט דורכגעמאַכט, האָב איך געזען אַנדערע (אומאָפּהענגיקע – ד.ה. ניט זיי האָבן געזען צי געהערט ר' לייזער'ס תיאורים און ניט ר' לייזער האָט געזען זייערע) וואָס שרײבן אַז זיי האָבן דורכגעמאַכט די זעלבע יסורים.

דער אמת איז, אַז ער איז קיינמאָל ניט פאַררעכנט געווען פאַר דעם גרעסטן בעל דייקן, אָבער דער גײסט פון זײנע סיפורים האָט מען געהאַלטן פאַר אמת. (ר' יהושע – כדרכו בקודש – האָט געהאַלטן אַז עדות שבטלה מקצתה בטלה כולה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דוראק: די גרעסטע ראיה דארף לכאורה זיין אז די תיאורים איבער די אכזריות'דיגע פייניקונגען דורך די נקוו"ד איז נישט מוגזם. ווייל דער רבי דער מהריי"צ נ"ע האט דאך אויך מיטגעמאכט שרעקליכע עינויים סיי בגשמיות און סיי ברוחניות דורך די פארשאלטענע רשעים, ימ"ש...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:דוראק: די גרעסטע ראיה דארף לכאורה זיין אז די תיאורים איבער די אכזריות'דיגע פייניקונגען דורך די נקוו"ד איז נישט מוגזם. ווייל דער רבי דער מהריי"צ נ"ע האט דאך אויך מיטגעמאכט שרעקליכע עינויים סיי בגשמיות און סיי ברוחניות דורך די פארשאלטענע רשעים, ימ"ש...!

אינו דומה כלל, ליין די ביכער. דער ריי"צ האט בעיקר געהאט די געפאר פון די טויט, און אויך די יסורים פון זען זיין געוועזנע תלמידם אלס רודפי הדת. ננס איז אריבער יסורי הגוף והנפש כפשוטו, אחוץ די געפאר פון טויט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: דער מהריי"צ איז געווארן ארעסטירט. און די חקירות און וויאזוי זיי זענען צוגעגאנגען דורך ..."לולאוו"...און די סטראשונגען מיט'ן לעבן. און די דערנידערונגען וואס ער איז אדורך . ווען ..."לולאוו"...וועלכער איז געווען א כהן. און א זון פון אליובאוויטשער חסיד האט זיך גערייצט מיט דעם רעב'ן זאגנדיג אז ער איז געבוירן דורך א ברכה פון רעבי'ן. און ער וועט אויס שיסן אע קאנטער רעוואלוציאנערן ביז איינעם"... מיינענדיג דעם מהריי"צ...!

איך מיין אז ..."לולאוו"... איז געווען לאזאר קאגאנאוויטש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: דער מהריי"צ איז געווארן ארעסטירט. און די חקירות און וויאזוי זיי זענען צוגעגאנגען דורך ..."לולאוו"...און די סטראשונגען מיט'ן לעבן. און די דערנידערונגען וואס ער איז אדורך . ווען ..."לולאוו"...וועלכער איז געווען א כהן. און א זון פון א ליובאוויטשער חסיד האט זיך גערייצט מיט דעם רעב'ן זאגנדיג אז ער איז געבוירן דורך א ברכה פון רעבי'ן. און ער וועט אויס שיסן אלע קאנטער רעוואלוציאנערן ביז איינעם"... מיינענדיג דעם מהריי"צ...!

איך מיין אז ..."לולאוו"... איז געווען לאזאר קאגאנאוויטש...!
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: דער מהריי"צ איז געווארן ארעסטירט. און די חקירות און וויאזוי זיי זענען צוגעגאנגען דורך ..."לולאוו"...און די סטראשונגען מיט'ן לעבן. און די דערנידערונגען וואס ער איז אדורך . ווען ..."לולאוו"...וועלכער איז געווען א כהן. און א זון פון אליובאוויטשער חסיד האט זיך גערייצט מיט דעם רעב'ן זאגנדיג אז ער איז געבוירן דורך א ברכה פון רעבי'ן. און ער וועט אויס שיסן אע קאנטער רעוואלוציאנערן ביז איינעם"... מיינענדיג דעם מהריי"צ...!

איך מיין אז ..."לולאוו"... איז געווען לאזאר קאגאנאוויטש...!

ח״ו ניט אָפּצומאַכן וואָס דער רבי האָט דורכגעמאַכט יסורים גשמיים כפשוטו, אָבער דער רבי איז דאָך ניט געוועזן אין לאַגער צוואַנציק יאָר אויף קאַטאָרגע (כאָטש תחילת נאָכדעם וואָס מ'האָט אָפּגעשאַפט דעם טויט אורטייל האָט מען דעם רבי'ן פאַראורטיילט צו צען יאָר קאַטאָרגע אין די סאָלאָווקי אינדזלען, וואָס זײנען געוועזן באַוואוסט אַלס די ערגסטע לאַגערן (נאָך ערגער פאַר קאָלימאַ), שפּעטער האָט מען אונטער דרוק פאַרביטן אויף דרײ יאָר פאַרשיקונג – ניט קיין קאַטאָרזשנע פאַרשיקונג – אין קאָסטראָמאַ, און נאָך אַ קורצע ווײלע האָט מען אויך דעם אורטייל אינגאַנצן אָפּגעשאַפט).

לולאָוו איז ניט קאַגאַנאָוויטש, אויב ס'געדענקט זיך מיר ריכטיק האָט זײן פאָטער געהייסן ר' נח לולאָוו פון ריגע. דער צווייטער יעווסעק וואָס האָט זיך איזדיעקעוועט איבערן רבי'ן האָט געהייסן נחמנסאָן, אויך פון אַ חסידישער משפחה פון נעוול.

ביידע האָבן שפּעטער פאַרזוכט פון דעם אייגענעם נזיד וואָס זיי האָבן פאַרקאָכט. לולאָוו איז אומגעקומען דורך סטאַלינען. נחמנסאָנען האָט מען אויך אַרעסטירט און ער האָט אָפּגעזעסן אַ שיינע פּאָר יאָר, אָבער ער האָט איבערגעלעבט, און איז געשטאָרבן שוין נאָך דעם צוזאַמענפאַלן פון קאָמוניזם. אויפן וועב איז דאָ בילדער פון די ביידן אינאיינעם, ווי אויך פון נחמנסאָנען אין זײנע שפּעטערדיקע יאָרן.

אַ לעגענדע דערציילט מען דאָ, אַז איינער האָט אַמאָל אויף אַ „מצוה־טאַנק” אָנגעטאָן תפילין מיט לולאָווס אַן אייניקל, און יענער האָט גראַדע געוואוסט ווער עס איז געוועזן זײן זיידע און פון דער מיאוסער אַרבעט וואָס ער האָט אָפּגעטאָן. צי ס'איז אמת צי ניין – ווייס איך ניט.
פארשפארט